ווי די וואלד-ישיבה איז בטל געווארן
יצחק לייבוש פרץ
יצחק לייבוש פרץ

ס'איז געווען פארצייטנס...
פון-דעסט-וועגן איז פונקט אזוי ווי היינט פרימארגן אויפגעשטאנען די זון. מ'האט געקלאפן אין שול און ותיקין זענען געלאפן דאוונען. פונקט פארנאכט האט זיך די זעלבע זון געלייגט און אנגעהויבן אונטערגיין און מ'האט ווייטער געדאוונט. יעדן פרימארגן איז די ערד אויפגעשטאנען ווי תחית-המתים און די פייגעלעך האבן געזונגן א שבח צום בורא-עולם, וואס האט צוריק אפגעגעבן די נשמות. און פארנאכט האט זיך די ערד וואס אמאל מער איינגעהילט אין א נעפל און איינגעשלאפן. און די פייגעלעך האבן אפגעזונגן זייער קריאת-שמע און זיך באהאלטן אין די נעסטן. און דעמאלט ערשט איז לעבעדיק געווארן אין די בתי-מדרשים. אינעווייניק האבן געציטערט קליינע פלעמלעך, ווי נשמה-ליכטלעך, און פון דארט איז ארויסגעשוואומען א טרויעריק-ווייכער ניגון, ווי א הספד אויף דער געשטארבענער וועלט! אין מיטן - האט מען געקלאפט צו חצות.
ווייטער נישט. איין טאג איז גלייך געווען צום צווייטן, איין נאכט צו דער צווייטער. נאר טייל מאל פלעגט זיך דער הימל פארציען מיט וואלקן, פלעגט זיך צעהיצן, צעבייזערן – פלעגט מען זאגן שכחו וגבורתו, אויסלייגן ספרים ביי די פענסטער און פארשטעקן זיך אונטערן איבערבעט.
ווי היינט פלעגט טרעפן, אז אין מיטן דער שטילער נאכט, גייענדיק צו חצות, האט א ייד, נישט ווילנדיק, אויפגעהויבן די אויגן צום הימל און געזען ווי א שטערן גליטשט זיך אויס, פאלט-אראפ, גאט ווייסט וואוהין, אין ים צי אין שואל-תחתיה אריין, פלעגט ער אפזיפצן: א שטערן גליטשט זיך אויס, מכל-שכן א בשר-ודם!
און מ'האט ווייטער געלעבט. איין טאג איז גלייך געווען צום צווייטן, איין נאכט צו דער צווייטער, שטיל און רואיק – אויסער, אז ס'זענען דורכגעגאנגען זעלנער און מ'האט אויף עטלעכע טעג צעשטעלט זיי אין די הייזער, פלעגט זיך הערן געשרייען פון טיר און פענסטער - אדער, אז אין בית-מדרש האט זיך אפגעשטעלט א גלות-ליידנדער פרוש און האט דערציילט מעשיות פון ל"ו צדיקים אדער פון לצים, וואס האבן אים גענארט אויפן וועג.
ס'פלעגט זיך אויך טרעפן, אז עמיץ איז נפתר געווארן, פלעגט זיין א לויה, פלעגן אין דער שטילער גאס קלינגען זילבערנע צדקה-פושקעס, דער שמש פלעגט רופן: צדקה תציל ממות, קרובים האבן געוויינט, ווייבער – מער און שטארקער.
פונקט אזוי ווי היינט!
נאר אזוינע ישיבות, ווי דעמאלט זענען געווען, איז שוין היינט נישטא!
פארזעצונג אין דער סעקציע ליטעראטור

אן אלטמאדיש ווינקל
דערינערונגען אינעם ,גראנד-קאנקורס'
ליבע לאנדסלייט:
שרייבן אט-דעם ארטיקל מיט אזא פאטא-מאנטאזש איז א מחיה און שפאציר אין פארגאנגענהייט. די בראנקס איז געווען פאר א סך שרייבער ביי אונז אין רעדאקציע א גן-עדן אין אמעריקע. עטלעכע מיטארבעטער אונזערע פלעגן וואוינען אין שיינע, גרויסע דירות אין פרעסטיזשפולע געביידעס אויפן ,גראנד קאנקורס', אזא מין אייראפעאישער בולוואר מיט עלעגאנטע בנינים מיט גראנדיעזע וואוינונגען. ,דער קאנקורס' איז געווען א יידישער פארק-אווענו אזוי ווי ,אשען-פארקוועי' און ,איסטערן פארקוועי' אין ברוקלין און דער בולוואר ,יאלעסטאן' אין קווינס.
דער אימפאזאנטסטער בנין אויפן ,קאנקורס' איז געווען ,דער לואיס מאריס'. א ייד מיט א דירה אין ,די אפארטאמענטן לואיס מאריס' האט מען גערעכנט פאר אן עושר. אונזערע לאנדסלייט, וואס האבן געוואוינט אין געביידעס פאזע דעם ,קאנקורס' וועלן שטענדיק געדענקען מיט פרייד, נאסטאלגיע און בענקשאפט די וואונדערפולע יארן, ווען מיר האבן געלעבט און פארלוירן אונזערע הערצער אין די בראנקס.
יעקב קארנפעלד, הויפטרעדאקטאר, געוו. איינוואוינער פון ,דער לואיס מאריס'.

די בראנקס האט זיך איבערגעביטן מער פון די אלע אנדערע טיילן פון דער שטאט ניו-יארק. אנומלטן האב איך געפונען אן איינלאדונג צו דעם גרויסן סיום פון דער ,חברה משניות', וועלכע איז פארגעקומען דעם 15טן פעברואר 1942 ,אום 6 אור זונטאג אוונט' אויף פראפעקט-אווענו און מעיסי-פלעיס, בראנקס, נ"י. די פארבעטונג לייענט זיך:
ווירדיקע שוועסטער און ברידער:
איר זענט אלע געבעטן צו דער גרויסער הייליקער סעודה און סיום משניות, וועלכע וועט פארקומען אום 6 אור זונטאג אווענט, דעם 15טן פעברואר 1942 אין אונזער שיינעם ליכטיקן זאל. דער גאנצער גייסטיקער פארגעניגן וועט אייך קאסטן בלויז 50 סענט. איר האט א געלעגענהייט צו באצאלן $3.00 אויף א גאנץ יאר און איר וועט עסן בחנם אוונטברויט און ווערן א מיטדליד פון ,חברה משניות'.
מיט אכטונג, ש. פיין, גבאי, יוסף האלבערשטאם, סעקרעטאר
דא גיט מען אן די נעמען פון חשובע רבנים ווי, למשל, הרב יחיאל מאיר גאלדשמיד, הרב נח גארפינקל, חזן לייבעלע טרעגער ווי אויך חזן שעכטער. ,הרב ד"ר דוב מארטין וועט באגריסן דעם עולם און נאך אנדערע גרויסע פערזענלעכקייטן וועלן האלטן רעדעס', לייענט זיך נאך א פאראגראף.
כ'ווייס ניט, צי מיר דארפן קלאגן, אז א סך שיינע שולן זיינען פארמאכט געווארן, צווישן זיי די פרעכטיקע שולן אויפן ,גראנד-קאנקורס'. אפשר אנשטאט זיך צו קלאגן, דארפן מיר זיין צופרידן, ווייל די אמאליקע איינוואוינער פון די בראנקס בכלל און זייערע קינדער בפרט וואוינען איצט אויסער דער שטאט אין געגנטן, וואס זיינען א סך עלעגאנטער און רייכער ווי די אין די בראנקס.
כ'גלויב, אז די יידישע אימיגראציע פון די בראנקס האט צו טאן מיט דעם, וואס א ייד איז א שטענדיקער וואנדערער. יידן באזעצן זיך אויף אן ארט, בויען דארט שיינע הייזער און שולן און שפעטער פארלאזן מיר אונזערע היימען און זוכן אנדערש-וואו יידישע גליקן.

מיר האבן פארלוירן אונזערע הערצער אין די בראנקס
די בראנקס פארמאגט א ספעציעלן פלאץ אין הארצן ביי די יידן, וואס האבן געלעבט דארט אין ,די זיסע יארן', ווען די בראנקס איז געווען אן איידעלער קרייז פון דער שטאט ניו-יארק. די אימיגראנטן און זייערע קינדער, וואס זיינען פארמעגלעך געווארן אין ,דער גאלדענער מדינה' האבן זיך איבערגעקליבן נאכן ערשטן וועלט-קריג אין די נייע געגנטן ביי די גרענעצן פון דער שטאט. זיי האבן געוואלט געניסן פון דער פרישער לופט אין פיינע געגנטן אין קעגנזאץ צום ארעמען יידן-פערטל, דער נידער-מזרח-זייט, וואו די אימיגראנטן מיט זייערע קינדער האבן געוואוינט אין ענגשאפט און ארעמקייט אין קליינע, אלטע דירות, אין ,די טענעמענטן'.
די בראנקס איז נאך דעמאלט ניט געווארן שטאטיש און שטארק באפעלקערט.
זומערצייט אויפן ,קאנקורס'
די פארמעגלעכע משפחות אויפן קאנקורס און אומגעגנט זיינען געפארן אויף זומער-אורלויב אין די קאטסקילן. אין די בערג, באקאנט ווי ,די יידישע אלפן', האט זיך געפונען א וועלט מיט האטעלן און זומער-קאלאניעס. דארט האבן יידישע פאמיליעס פארבראכט גאנצע זומערן, כדי צו אנטלאפן פון דער שטאטישער היץ. די הייזקעס אין די זומער-קאלאניעס זיינען געווען באקאנט ,די קאך-אליינס', ווייל אין יעדער הייזקע האט מען געקאנט קאכן אליין מאלצייטן.

אפילו די צייט און די פארגעסנקייט קאנען ניט פארשטערן די דערהויבנקייט און הערלעכקייט פונעם ,לואיס מאריס', וואס שטייט היינט-צו-טאג אזוי מאיעסטעטיש ווי שטענדיק.
גרויסע דירות מיט דריי, פיר און פינף שלאפצימערן, א פארזונקן וואוינצימער, א פארמאלנע עסצימער, אריינגערעכנט א שלאף-קאמער פאר א משרת. א שווייצער מיט ווייסע הענטשקעס איז אמאל געשטאנען פארן אריינגאנג און די ווינדעס זיינען אמאל אפערירט געווארן אויך פון שווייצער מיט ווייסע הענטשקעס. א קאמוטאטאר מיט א טעלעפאניסטין האט געענטפערט יארן לאנג די קלונגען און פארשריבן די אנזאגן פאר די איינוואוינער, וואס זיינען ניט געווען אין דער היים.
,דער לואיס מאריס', א ריזיקער בנין מיט דירות, האט געהאט ניט לאנג צוריק די עלעגאנטסטע און טייערסטע אפארטאמענטן אין די בראנקס. דער בנין שטייט אויפן ,גראנד-קאנקורס', אזא מין אייראפעאישער בולוואר, וואס איז אמאל געווען באקאנט ווי ,די יידישע פארק-אווענו', ,די פארק-אווענו פון די בראנקס' און ,דער שאמפס-עליסעי פון די בראנקס'.
דער ,קאנקורס' איז א ברייטער בולוואר, וואס ציט זיך איבער דער לענג און ברייט פון די בראנקס, פון די דרום- ביז די צפון-בראנקס, וואו ער ענדיקט זיך ביי ,מאשולע פארקוועי' (אויך באקאנט ווי משהלע פארקוועי), ווען ער קומט זיך צוזאמען מיט ,דזשעראם אוועניו', ניט ווייט פונעם פארק ,וואן קארטלאנד'. דער בולוואר איז אמאל געווען א פערד-געיעג-שטעג, געשאפן פון לעאנארד זשעראום, א גרויסער עושר. זשעראמס טאכטער דזשעני איז געווען די מוטער פון ענגלישן פרעמיער ווינסטאן טשערטשהיל.
די געביידע איז דערעפנט געווארן אין 1921 און איז דעמאלט געווען דער העכסטער בנין אין דעם קרייז. די יידישע עמיגראציע פונעם יידישן אימיגראנטן-קווארטאל נאך די בראנקס האט זיך אנגעהויבן קורץ נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה. די אימיגראטן און זייערע קינדער, די וואס זיינען פארמעגלעך געווארן, האבן זיך אריינגעקליבן אין עלעגאנטע געביידעס לענגאויסן ,קאנקורס'. די געגנט איז תיכף-ומיד געווארן א יידישע און איז געווען א יידישע ביזן סוף 60ער-אנהייב 70ער יארן, ווען די געגנט איז געגאנגען בארג-אראפ און פארוואנדלט געווארן אין א דלות-קווארטאל פון די שפאנישע און אפרא-אמעריקאנער, וואס האבן אין יענע יארן פארפלייצט די שכונה.
א פאר רעדאקציע-מיטארבעטער האבן איינצייטיק געוואוינט יארן לאנג אינעם ,לואיס מאריס' און האבן זיך קיינמאל ניט באקענט, דערפאר ווייל די געביידע איז אזוי גרויס!

אויף דער אויבערשטער פאטא זעט מען דעם נארדלעכסטן טייל ,קאנקורס' נאר עטלעכע גאסן איידער דער וועג ענדיקט זיך, וואו ער טרעפט זיך צוזאמען מיט ,מאשולו פארקוועי' און ,דזשעראם אווענו'.
א הארץ-ברעכעניש
צי ס'איז אמת, אז יעדע גוטע זאך מוז ענדלעך קומען צו א סוף, ווייסן מיר ניט. אין די שפעטיקע 60ערן האט די זון געהאלטן אין פארגיין אויף דער ,אלטער וועלט'; איינצייטיק איז ,די אלטע געגנט' געגאנגען בארג-אראפ. ס'האט אונז געשניטן ביים הארצן, אז מיר האבן זיך געדארפט ארויסצוקלייבן פון אונזערע שיינע דירות, פון אונזערע טייערע, לאנגיאריקע היימען, וואו מיר האבן געהאט פארבראכט אזוי פיל זיסע יארן. דאס איז געווען דער איינציקער פלאץ, וואו מיר האבן געוואלט וואוינען. דאס איז געווען פאר אונז טאקע מיט ממתקים א גן-עדן!
ס'האט זיך אונז צעבראכן דאס הארץ, אז מיר האבן געדארפט פארלאזן דעם ,קאנקורס'. אונזער הויפטרעדאקטאר האט זיך אריינגעצויגן אין זייער א גרויס הויז אין ריווערדעיל, אן אנדער טייל פון די בראנקס מיט אלטע, עלעגאנטע הייזער מיט א הויף, א גארטן, א גאראזש וכדומה. כמעט די גאנצע בראנקס איז שוין דעמאלט געווארן א דלות-קווארטארל, נאר ניט ריווערדעיל. אונזער געוועזענער רעדאקציע-סעקרעטאר משה מילנער האט זיך ארויסגעצויגן אין 1970 פון ,דער לואיס מאריס' און זיך אריינגעקליבן אין א וואוינונג אין נאך א יידישער געגנט הארט נעבן ריווערדעיל. אונזער פאטראן נחום מארקוס האט פארלאזן אין 1968 ,די אפארטאמענטן לואיס מאריס' און האט זיך איינגעקויפט א גראנדיעזע דירה אין האטעל ,עסעקס הויז' הארט פאר צענטראל-פארק אין מאנהאטן.
די דריטע אוועניו אן אומוועג בשעת דער פיק-צייט ווערט א שפאציר אין דער פארגאנגענהייט (יעקב קארנפעלד (הויפטרעדאקטאר אמאל איז געווען א וועלט! מיט א וואך צוריק האבן מיר געדארפט מאכן אן אומוועג, בכדי זיך ניט צו פארשפעטיקן צו א ראנדעוואו אין אוניווערסיטעט ,פארדהאם' אין די בראנקס. אונזער חברה איז געפארן בשעת דער הויפט-פארקער-צייט פון מאנהאטן אין די בראנקס. דער פארקער איז געווען א געדיכטער און מיר זיינען געבליבן שטעקן אין א פארקער-פארשטאפונג. 1 איין מיטארבעטער האט אונטרריכטעט דעם פירער ווי אזוי צו פארן מיט אן אנדער וועג, כדי צו פארקירצן די רייזע און אנקומען פינקטלעך. ,ווען איר פארט-אראפ פון דער בריק, פארט ניט מיטן שאסיי נאר מיטן 'קאנקורס'. איר'ט פארן דירעקט און פריי ביז 'פארדהאם ראוד'', האט משה לעווין איבערגעגעבן דעם פירער. 1 דער פארקער איז אבער געווען א געוואלדיקער און פארן מיטן ,קאנקורס' איז געווען אוממעגלעך. נאך אמאל האט דער טרייבער אנגעלייגט וועג און איז געפארן מיט דער דריטער אוועניו אזוי ווי ר' משה האט געהאט פארגעשלאגן. מיר האבן זיך געפונען אין די טרויעריק-בארימטע זיד-בראנקס, וואו אין די 70ער און 80ער יארן זיינען געווען נאר ליידיקע פעלדער און גאסן אן שום געביידעס, נאר די רעשטלעך און ברוכטיילן פון צעשטערטע און אונטערגעצונדענע בנינים. גרויסע עלעגאנטע הייזער און אפארטאמענטן זיינען אמאל געשטאנען אויף די דאזיקע גאסן. כוליגאנעס האבן אין יענע יארן אונטערגעצונדן א היפשן טייל פון אט-דעם קרייז. היינט-צו-טאג האבן די איצטיקע איינוואוינער גארניט קיין אנונג, אז אמאל האט אויפגעבליט אזא עלעגאנץ אין אט-די קאנטן. 1 מיר זיינען דורכגעפארן די דרום-בראנקס. די רייזע האט זיך אבער פארוואנדלט אין א שפאציר אין דער פארגאנגענהייט פאר א פאר מיטאבעטער, וואס פלעגן וואוינען ניט ווייט פון דער דריטער אוועניו, אז זי איז געווען דער איינקויפס-צענטער פון די בראנקס. דארט זיינען אמאל געשטאנען עלעגאנטע געוועלבער און געשעפטן, באקאליינעס, פריזירערייען און גאלאנטעריעס. אויף דער דריטער אוועניו האט אמאל עקזיסטירט אויך א הויכבאן, וואס אירע רעלסן האבן זיך געצויגן פון די בראנקס דורך מאנהאטן ביז ברוקלין. מיר האבן זיך דערמאנט אין די אמאליקע יארן, ווען די פרויען האבן געטראגן היטלעך מיט ווייסע הענטשקעס און די מענער יאקן מיט קראוואטן. 1 אונזער שפאציר אין דער פארגאנגענהייט און דערינערונגען האבן זיך געמאכט פאר אן אינטערעסאנט מעשהלע, וואס מיר האבן דערציילט ביי אונזער ראנדעוואו אין אוניווערסיטעט ,פארדהאם'. די יונגע חברה האבן מיר פארכישופט מיט דעם מעשהלע. 1 און אחרון אחרון חביב זיינען מיר צוגעפארן בייצייטנס צום אוניווערסיטעט. 1 | אין ,דער פיש' וואוינט זי (נאך)!1 משה מילנער (געוו. רעד.-סעקרעטאר)1 נחמה בערליאנט, א 95-יאריקע יידישע טאכטער, סאלוטירט ,דער מאמענט' מיט בילדער פון איר לאנגיאריקער היים אויפן ,קאנקורס' אין די בראנקס. זי וואוינט שוין 71 יאר אין דער עלעגאנטער ,פיש-געביידע'. דאס איז די ערשטע און איינציקע דירה, וואס זי האט פארמאגט אמעריקע. 2 נחמה איז געקומען קיין אמעריקע אין 1939 ווי א יונגע פרוי. זי האט חתונה געהאט אין 1940 מיט א פארמעגלעכן סוחר, וואס האט שוין דעמאלט געוואוינט אין דעם ,פיש' אויפן ,קאנקורס'. מ'רופט זי אן די ,פיש-געביידע' מחמת די שיינע, בונטע מאזאאיקעס מיט פיש אויפן פאסאד און אויף די ווענט אין אריינגאנגס-זאל. 1 די עלעגאנטסטע צוויי בנינים מיט וואוינונגען אויפן ,קאנקורס' זיינען געווען ,דער פיש' און ,דער לואיס מאריס'. ,דער גראנד-קאנקורס' איז אמאל געווען באקאנט ווי ,דער פארק אוועניו' פון די בראנקס. 1 די געגנט פלעג זיין א פארמעגלעכע. זי איז איצט איינע פון די ארעמסטע אין אמעריקע. פרוי בערליאנט האט ניט פארלאזן דעם ,קאנקורס' צוזאמען מיט אלע אירע יידישע שכנים, אז ער איז געווארן אין די 70ער יארן אן ארעמע געגנט מיט א שטיינגנדיקער פארברעכערישקייט. 1 איר מאן איז געשטארבן מיט 30 יאר צוריק און זי וואוינט אליין אין איר עלעגאנטער דירה. אז די געגנט האט זיך געענדערט, האט זי ניט געקאנט פארלאזן דעם ,קאנקורס', וואו זי האט שוין געהאט געלעבט אזוי פיל יארן. זי דערציילט אין איר בריוו, אז פארלאזן איר טייערע היים וואלט איר צעבראכן דאס הארץ. זי איז ,דער אייביקער ייד' אין מדבר, דער לעצטער ייד אין דער געגנט. אלע אירע שכנים זיינען שפאנישע אימיגראנטן און אפרא-אמעריקאנער. זי קען אלע אירע שכנים און איז פאני-בראט מיט אלעמען. ביי אירע פריינט אין דער געביידע איז איר דירה באקאנט ווי ,דער מוזיי'. זי פרייט זיך זייער, וואס זי האט זיך ניט ארויסגעקליבן פון איר וואוינונג. 1 אויף לינקס זעט מען דאס אינטערעסאנטע בוך, וואס מאכט באקאנט די געשיכטע פון די בתי-משדרים אין די בראנקס און קווינס. די פאטאס אין דעם בוך זיינען וואונדערלעך! 1 |
ווען די בראנקס האט גערעדט יידיש...
אמאל איז געווען א צייט, ווען אומעטום אין די בראנקס האט מען געהערט יידיש! דעם פאקט גלויבן ניט די אימיגראנטן פון די שפאניש-ריינדיקע לענדער, וואס וואוינען הייט-צו-טאג אין דעם קרייז, וואס פלעג זיין שטארק באפעלקערט פון אונזערע ליבע לאנדסלייט. מיר פרעגן אפט ביי די שפאנישע אימיגראנטן: ,איר האט קיינמאל ניט געהערט, אז די בראנקס איז אמאל געווען א יידישער קרייז?' און זיי קוקן אויף אונז גלייך ווי מיר זאלן זיין משוגע!

קליינע שולן אין קליינע שטעט
חנעוודיקע בתי-כנסיות איבער די פאראייניקטע שטאטן
חנעוודיקע בתי-כנסיות איבער די פאראייניקטע שטאטן
אלע פלעצער זיינען הייליק און אלע מאמענטן זיינען פולקום.
דער פינצטערסטער ארט איז דער בעסטער פלאץ צום מאכן שבת.
יעדער מקום איז א פיינער ארט צום בויען א שול.
דער פינצטערסטער ארט איז דער בעסטער פלאץ צום מאכן שבת.
יעדער מקום איז א פיינער ארט צום בויען א שול.
חברים, ס'זיינען פאראן אלערליי יידן אין כלערליי מקומות אין אלע טיילן וועלט. צום נייעם יאר שטעלן מיר אייך צו די פאטאגראפיעס פון עטלעכע בתי-מדרשים אין פארשידענע טיילן אמעריקע. דאס זיינען קליינע שולן אין קליינע קהילות, אפט אין פארווארפענע מקומות, וואו בני-תורה האבן זיך באזעצט און געשאפן פאר זיך געמיטלעכע, באקוועמלעכע היימען.
די חנעוודיקע סינאגאעס אין די אויבערשטע פאטאס שפיגלען-אפ דעם לעבנס-שטייגער פון די ארטיקע יידן. אין די דרום-שטאטן זיינען דא א סך אלטע, קליינע (און אפטמאל רייכע) קהילות. טשארלסטאן איז איינע פון די עלטסטע קהילות אין די פאראייניקטע שטאטן. בשעת דער סעצעסיע-מלחמה (דער קריג צווישן די שטאטן) האבן יידן געקעמפט סיי אין דער צפון-ארמיי סיי אין דער דרום-ארמיי. אין די יארן פאר דעם ברידער-קריג זיינען די מערסטע בני-ישראל געווען אמעריקאנער-געבוירענע ספרדים אדער דייטשע יידן.
בית-הכנסת סאנקט טאמאס
די פאראייניקטע שטאטן איז א ניט בלויז א גאלדענע מדינה, נאר ס'איז אויך א גרויס לאנד, וואס נעמט-ארום אלאסקע, דעם אינזאל האוואאי און נאך פאר אינזלען אינעם קאריבישן ים און פאציפישן אקעאן. די ספרדישע שול אין סאנקט-טאמאס איז די צווייט-עלטסטע סינאגאגע אין די אמעריקעס. דאס עלטסטע בית-הכנסת אויף דער מערב-האלבקוגל איז די שול אויפן קאריבישן אינזל קאראסוי.
גראפיטי
פאליטיק און פראטעסט
א. ראסקאלניק, ספעציעלער כל-בוניק
פאליטיק און פראטעסט
א. ראסקאלניק, ספעציעלער כל-בוניק

לאזט זיך ניט שפייען אין דער קאשע!
גאר א סך סטודענטן אין מאטעמאטיק ברעכן זיך שוין גאר א סך יארן דעם מוח, כדי אויסצורעכענען אט-די גלייכונג. לאמיר זען, צי איר קאנט לייזן די דאזיקע מאטעמאטישע רעטעניש.
איין באן פארלאזט 6 אזייער לאס-אנזשעלעס און פארט מיט א שטונדלעכער געשווינדקייט פון 60 מייל. א צווייטע באן פארט-אפ 8 אזייגער פון ניו-יארק און פארט מיט א שטונדלעכער שנעלקייט פון 80 מייל. ווען די צוויי באנען שטעלן זיך איינצייטיק אפ אויף דער זעלבער סטאנציע ביי דער זעלבער פלאטפארמע אין טשיקאגע, די סקארפעטקעס פונעם קאנדוקטאר אין דער ערשטער באן זיינען וועלכע פארב?
עקסטרע! בליץ-באריכט!
יאר און דאטע פון יום-הדין שוין באקאנט!
יאר און דאטע פון יום-הדין שוין באקאנט!
ספעציעל פאר ,דער מאמענט'. - די וואס האבן גאר גרויסע טענות מיט גאר גרויסע צרות דארפן זיך מער ניט זארגן. א דאנק זיכערע מקורות זיינען מיר לעצטנס געוואויער געווארן, אז אין 2018 וועט זיך א ריזיקער מעטעאר צוזאמענשטויסן מיטן ערד-קוגל און מאכן א סוף מיט דער גאנצער וועלט, נעבעך. די שרייענדיקע נייעס קומען פון א ווייסער, וואס ווייסט און וואס גאראנטירט, אז דאס וועט אומבאדינגט פארקומען מיט פינקטלעכקייט אזוי ווי ער האט דערקלערט.
דערצו האט אן אנדער ווייסער איבערגעגעבן כמעט ווי איינצייטיק, אז אין 2017 וועט ישו-הנצרי צוריקקומען און אויסלייזן די אלע גאטס-פארכטיקע קריסטן פון אלע יסורים.
נאך בעסער און גרעסער האבן מיר זיך דערוואוסט א דאנק א נסתרדיקן נביא אין חסידימלאנד אין ברוקלין, אז דער יום-הדין וועט געפאלן יום-כיפור אין 2016! צום שופר בלאזן וועט דער ליובאוויטשער רבי אויפשטיין תחית-המתים און דער עולם-השקר וועט מגולגל ווערן כהרף-עין אינעם עולם-האמת.
יעדער יודע האט אונז געווארנט, אז דאס איז ניט צום לאכן און ער רעדט מיט ערנסטקייט און אויפריכטיקייט. רבותי, זייט גרייט! ס'איז שוין שפעטער ווי איר מיינט!

א קורווישער עק וועלט

אין א קורווישן עק וועלט אין ,טאבו באר' צו א קורווישן סוף-כל-הדורות האט א יונגער זשערעבעץ פארפירט א שמועס מיט א יונגער, בלאנדער נקבה. דער אבר געשטאנען און דער שכל געגאנגען, גערעדט האט ער ווי משיח און געהאנדלט ווי דער שטן!
אין חושך-מצרים צום תיקון-חצות האבן זיי זיך ווי שמשון און דלילה אריינגעשאקלט צו דעם קראסאוויץ אין האטעל-צימער, בכדי צו הוליען ווי אדם און חוה אין גן-עדן. דער פעאיקער יונגאטש האט אראפגעריסן די מחיצה און געגעסן דאס עפעלע פון עץ-הדעת. מיטן עולם-הזה האבן זיי זיך דערפרייט ביזן זיבנטן הימלען. די רגע-הדין איז געווארן וואס אמאל נעענטער אויף א געוואלדיקן אופן מיט בליצשנעלקייט און מיט א ווילדן עקסטאז. און אחרון אחרון חביב איז דער כשוף-מאמענט ענדלעך געקומען! דער קראסאוויץ האט אויסגערופן ,משיח איז שוין דא!' און זיך געפאסמאקעוועט מיט די חטאות-נעורים. דער קורווישער עולם-השקר איז מגולגל געווארן אין גן-עדן, וואס האט, צום צער און ווי געוויינלעך, געדויערט נאר א שיינע פאר קורווישע סעקונדעס.
טאקע מיט ממתקים איז דאס געווען גאר עק וועלט!

הומאר

דאס לעבן איז צו קורץ...
אז מ'זאל שטענדיק זען די וועלט מיט ערנסטע אויגן.
דערצו און דעריבער...
אויב איר קאנט ניט לאכן פון זיך אליין,
קלינגט צו מיר און כ'וועל לאכן פון אייך!

לאכנדיק אויפן קול

שדכנות-קרבנות
די קרבנות פון א שלעכטן שדכנות
וואס פאר א פארפאלק. קוקט זיי אן.
ער איז א קנאקער אן א נון
און זי א מלכה אן א למד!
א געוואלדיקע געראטנקייט!
כ'בין דיר א שוועסטער א טרייע; ברודער, קום נעענטער צו מיר.
כ'בין דיר א שוועסטער א טרייע; ברודער, קום נעענטער צו מיר.
די ענלעכקייט איז געשמאק און געוואלדיק!
__________________________________________
__________________________________________
רבנישע וויצן און חכמות
מיט לומדישן גראפיטי
א. ראבינער
באמערקונג פונעם אויטאר: חשובע עם-הארצים, וואס קענען ניט קיין לשון-קודש.
אויב מיר דארפן דרוקן א פוס-נאטע צום אויפקלערן די באדייטונג פונעם וויץ, איז דער שפאס גארניט קאמיש!
פוילט זיך ניט און לערנט זיך אויס א ביסל העברעאיש!

נייע אפערעטע!
א מוזיקאלישע טראגעדיע אין 62 אקטן!
,די יענטע קאנטעסע פון בראנקס'
מיט די וואונדערשיינע ליבעס-לידער
,קומט קיינמאל ניט צוריק'
און
,ס'ארט מיך ווי דער פאראיאריקער שניי'
געזונגען פונעם ווייב, וואס איר מאן איז אנטלאפן.
דער גרעסטער שלאגער פון דער פארשטעלונג
,ברוגז אין די בראנקס'

דער רבי פון ניו-יארק איז
דער ניו-יארקער רבי
* * *
דער רבי פון באסטאן איז
דער באסטאנער רבי
* * *
דער רבי פון מישיגען איז
דער מישיגענער רבי
א רבנישער וויכוח אין מישיגען:
,אונזער רבי איז דער קליגסטער רבי מיטן חכמת-שלמה!' זאגט דער ערשטער חסיד.
,נאך חשובער איז אונזער רבי א בעל-תפלה און א בעל-צדקה! זאגט דער צווייטער חסיד.
דער מישיגענער רבי האט אלץ געהערט און געפרעגט: ,און וועגן מיין עניוות זאגט איר גארניט?'
_____________________
די נייע מוזיקאלישע פארשטעלונג
א שיקסע אין דער מקוה
פון די ליברעטיסטן, וואס האבן פארפאסט דעם שונד-רעוויו ,צוויי לעזביאנקעס אונטער איין חופה'
א שיקסע אין דער מקוה
פון די ליברעטיסטן, וואס האבן פארפאסט דעם שונד-רעוויו ,צוויי לעזביאנקעס אונטער איין חופה'
א ים מיט יונגע, בלאנדע נקבות אין ביקיניס
זיי שווימען! זיי זינגען! זיי טאנצן! און ווער ווייסט וואס נאך!
זיי שווימען! זיי זינגען! זיי טאנצן! און ווער ווייסט וואס נאך!

גלייכבארעכטיקונג! פרויען-באפרייאונג!
א געמישטע מקוה
ער האט פארלוירן זיין הארץ
אין דער מקוה!
א חסידישער, פארנאגראפישער פילם
ווילדע נקבות אין דער מקוה
מיטן חסידישן ראפ-ליד ,געוואלד, געשריגן, מיט א שיקסע מעג מען ליגן!'
ווילדע נקבות אין דער מקוה
מיטן חסידישן ראפ-ליד ,געוואלד, געשריגן, מיט א שיקסע מעג מען ליגן!'

מחמת דער רבי מעג!
Coming Soon to a Mikvah Near You!1
רבותי, דער גאנצער פילם איז אויף יידיש.
פאראן איז א נוסח-ספרד מיט איינצייטיקע עקראן-איבערזעצונגען אויף עברית.

האט חרטה,
שלאגט זיך על-חטא
און זאגט ווידוי!
ס'איז שוין שפעטער ווי איר מיינט!
ספעציעלע הנחה צו די יומים-נוראים!

פארענגט אין צייט?
קומט-אריין אין
,תשובה-עקספרעס'
כל-התשובה על-רגל-אחת וכהרף-עין!
שנעל-דינסט! * אפן א גאנצער מעת-לעת *
א באזונדער פענסטער מיט א מחיצה פאר פרויען
,תשובה-עקספרעס' איז פאר א פארהארעוועטן, פארסאפעטן עולם,
וואס לויפט שטענדיק אהין און אהער און האט קיינמאל ניט ווען צו מאכן קיינע פויזעס.
דא נעמט מען אן קרעדיט-קארטלעך * א פרייז-הנחה פון 10% פאר די וואס צאלן מיט מזומנים
_______________________________________________________________
מקוה-עקספרעס
פון די גאונים, וואס האבן געשאפן ,תשובה-עקספרעס'!
פון די גאונים, וואס האבן געשאפן ,תשובה-עקספרעס'!
מיר האבן אייך אין באד!
ווען איר זייט פארענגט אין צייט און מוזט זיך טובלען בליצשנעל
שנעל-דינסט * פראפעסיאנעלע טונקער * רב אויפן ארט * אפן א גאנצער מעת-לעת * שומר-שבת
עקספרעס-פענסטער פאר אויטא-פירער, וואס ווילן בלייבן אין דער מאשין * הנחה פאר א גרופע

ווען מ'איז נאענט צו דער נקבה
און צו דעם מאמענט
א רבנישע עצה
ווען איר האט תשמיש-המיטה, נוצט דעם תשמיש-קדושה!
א קאנדאן אין אייער קעשענע איז אייער בעסטער חבר!

דער ייד האט געלערנט א גאנצע נאכט תורה.
מיט דער נאכט איז דער בחור געווארן וואס אמאל קליגער.
ביי דער שקיעה איז ער געווען נאר א מבין-בבין-השמשות.
ארום 8 אזייגער איז ער געווארן א חכם-בלילה.
און 12 אזייגער ביי נאכט איז ער געווארן א גאון-בחצות!

נו, רבי: פארוואס אין משך פון טויזנט יאר מזרח-אייראפע
איז געווען נאר איין גאון, דער ווילנער גאון.
און איצט דא אין אמעריקע איז יעדער רב א גאון?
,אינפלאציע!' האט געענטפערט דער אלטער רב.

א מהומה
אין דער מקוה!

עבודה-זרה
ער איז חוטא-בעגל
און דאס מיינט ניט, אז
ער זינדיקט מיט עסן טרייפע בייגל!

א געוואלדיקער היים-זיצער!
אשרי יושבי בתיך
די נקבה איז טאקע א צדיקת:
זי שווערט אין טלית און קיטל!
זי שווערט אין טלית און קיטל!

שטיף און לאך;
היט-אפ די זאך!
פאראדיע און פאסקוויל
זיין מאמע איז געווען א בתולה!
א. מיאוסער נגיד, ספעציעלער מתנגיד
זיין מאמע איז געווען א בתולה!
א. מיאוסער נגיד, ספעציעלער מתנגיד

אונזער טייערער קאמפס-הונט, חשובער קאכלעפל און אנשטענדיקער פלאטקע-מאכער ד"ר רחמיאל פישביין האט ניט בלויז געארבעט דריי יאר אין דער רעדאקציע ,דער פארווערטס' צוזאמען מיט די אלע פארשימלטע סאציאליסטן, נאר ער האט אויך געהאראוועט דריי יאר אלס הילפס-רעדאקטאר אין ,דער אלגעמיינער זשורנאל' צוזאמען מיט די אלע חסידימלעך פון פארשידענע קהילות. דארט אין דער רעליגיעזער רעדאקציע האט ער געהאט צו זינגען און צו זאגן פון שניאורסאנס אמן-זאגער! זיי זיינען אים דערגאנגען די יארן מיטן געשעפט ארום דעם ,מלך המשיח'.
איין ליובאוויטשער חסיד, וואס האט געגלויבט, אז דער ליובאוויטשער רבי איז דער גואל-צדק, האט געפרעגט ביי ד"ר פישביין: ,הער דאקטאר, איר זייט אן עקספערט אין די פארשידענע רעליגיעס. לעצטנס האב איך געלייענט, אז ישו-הנוצרי איז ניט געווען דער איינציקער זון פון א בתולה. געלייענט האב איך, אז גאוטאמע בודע איז אויך געווען דער זון פון א בתולה, אז א יונגפרוי האט געבוירן קרישנע'ן און אז זאראטוסטרעס מוטער איז געווען א בתולה'.
,איר האט פארגעסן דערמאנען דעם צויבער-מאכער מערלין, וואס איז אויך געבוירן געווארן פון א בתולה', האט אים דער דאקטאר איבערגעהאקט, צוגעבנדיק: ,אלע רעליגיעס אחוצן יודאאיזם און איסלאם האבן די לעגענדע וועגן א הייליקן, וואס א בתולה געבוירט'.
,ווי אזוי קאן דאס זיין, אז די אלע הייליקע שטאמען פון א בתולה', האט ער זיך אנגעפרעגט.
,אז אך און וויי! אז כ'וועל דאס אייך אויפקלערן, וועט איר אהיים פארן היינט אין אוונט קיין קרוין-הייטס, ברוקלין, און מארגן וועט די גאנצע וועלט הערן, אז שניאורסאנס מאמע איז אויך געווען א בתולה!'
יידיש און יידישלעך
וואס ס'טוט זיך אין רעדאקציע
וואס ס'טוט זיך אין רעדאקציע
וואס שרייבט מען היינט אין דער מאמענט?2 __________________________ וואס דארפן מיר דרוקן היינט?1 די רעדאקטארן רעדן-ארום די לעצטע נייעס _________________ אונזערע רעדאקטארן אונטערוועגנס צו א פערסאנאל-פארזאמלונג _____________________ אן עצה ד"ר פישביין גיט אן עצה אונזער הויפטרעדאקטאר ר' יעקב | לוסטיק און פריילעך:1 ער האט איצט ערשט געקויפט דער מאמענט ביים קיאסק.1 _____________ ער ברעכט זיך דעם מוח ווי אזוי זיך צו האלטן ביים רעדאקציע-שלוס __________________ אונזער פארוואלטונגס-ראט ______________ אונזערע ספאנסארן און איצט א ווארט פון אונזערע פאטראנען |
ניט געפידלט און ניט געדאגהט
די אוואנטורעס פון איש-קא-ביבל
א געוואלדיקער ניט-פארגינער אין מזיקימלאנד
הארי קארי, א. קאמיקאזע און שישקע באב (קארעספאנדענטן, טאקיא)
די אוואנטורעס פון איש-קא-ביבל
א געוואלדיקער ניט-פארגינער אין מזיקימלאנד
הארי קארי, א. קאמיקאזע און שישקע באב (קארעספאנדענטן, טאקיא)

יידישע געגנטן
יעדע יידישע געגנט איז אזא מין מבינימלאנד, וואו אלע ווייסן אלצדינג. דערצו, נאך בעסער און נאך מער איז יעדער שכן נאך קליגער פונעם אנדערן. יעדער איינוואינער איז אייך שטענדיק גרייט צו זאגן, וואס איר ווייסט: ,ר' ייד, איר ווייסט איין זאך: גארניט!' יעדער וואזשנער עקספערט וואקלט זיך קיינמאל ניט צו באטאנען, אז קלערער, בעסער און מער ווייסט ער ניט בלויז פון אייך, נאר אויך פון אלעמען!
געוואלדיקע עקספערטן
אונזערע חשובע מזיקים און בריות, די מחברים פון אט-דער אפטיילונג, זיינען זיך פעאיק צו דערגרונטעווען ביזן סאמע ווארצל פון יעדן עסק. זיי קאנען זיך דערקלייבן, ביז וואנען דער הונט ליגט באגראבן, ווען אפילו ער ליגט אין א קבר אן א מצבה הינטער דער פלויט אויפן אלטן בית-עולם אין פארווארפענעם דערפל אזאכאונווייקע. זיי האבן ניט קיין שום מורא זיך צו גריבלען אין די געוואלדיקסטע ענינים און אריינשפרינגען אין די געפערלעכסטע סיטואציעס, כדי זיך צו דערוויסן פונעם אמת מיט אן אלף.
א פלעפנדיקע, שרייענדיקע פראגע
הארי קארי און א. קאמיקאזע זיינען נאך גרעסערע מומחים פון דעם עקספערט, וואס האט זיך געבראכן דעם מוח איבער דער נפקא-מינא פון א פריינט און חבר... א שרייענדיקע, פלעפנדיקע פראגע, וואס נאגט, טאטשעט און פייניקט שוין יארן לאנג אזוי פיל בעלי-מחשבות. דער רבי פון מישיגען, דער מישיגענער רבי, האט געפסקנט די שאלה און פארמולירט א תשובה: א פריינט בארגט (געלט) און א חבר לייט (געלט). די אויטארן פון אט-די שורות זיינען זיך מודה, אז זיי האבן זייער גענאסן און געלאכט פון דעם ערשטן זאץ אין דער דיסערטאציע פון וויניפעגער גאון: ,א פריינט איז ניט קיין חבר און א חבר איז ניט קיין פריינט'.
ריידנדיק וועגן פראסט, פשוט און בקיצור! דאס איז א גלענצנדיק-איבערקורצע אריינפיר-פראזע, וואס מאכט באקאנט דעם גאנצן תמצית פון דעם אקאדעמישן ארטיק ל. דער ערשטער זאץ זאגט אלץ! אלץ איז קלאר. סומא סומארום! די גרעסטע און פעאיקסטע אקאדעמיקער אין ,אקספארד' און ,הארווארד' קאנען ניט טאן קיין בעסערס! מיר באוואונדערן און פארערן דעם טאלאנט פון דעם געוואלדיקן למדן.
לעכעלעך, שפעלטלעך און שפארונקעלעך
ריידנדיק וועגן גאר קליינע קלייניקייטן און קלייניקע שטותימלעך! די דריי פארפאסער פון דער דאזיקער רובריק ווייסן אויך דעם חילוק צווישן א לעכעלע, א שפעלטל און שפארונקעלע! מיט גרויס פארליטנקייט האבן זיי דורכגעפארשט די שרייענדיקע טעמע. אונזערע פיפיקע פארשער זיינען מומחים אין די קלענסטע קלייניקייטן, די גרעסטע נארישקייטן און די נישטיקסטע נישטיקייטן. זיי פלפולן זיך און אמפערן זיך וועגן די קלענסטע פרטימלעך, וואס זיי קענען אין די שווארצע פינטעלעך. דאס זיינען טאקע באמת שרייענדיקע פיטשעווקעס, וואס ליגן קיינעם ניט אין דער לינקער פאה.
דאס זיינען די נישטיקע טעמעס, מיט וועלכע די מבינים אויף מוקן-שמאלץ ספעציאליזירן זיך און צייכענען זיך אויס!
מאקסי און מאדזשא
מאקסי און מאדזשא* מאנעשעוויץ פון מאנקעוויטש זיינען געטרייע ברידער און אלטע הינער-פרעסער פון א גאנץ יאר. דאס זיינען פיפיקע צוויי יאטן, וואס האבן זיך צוגעאייגנט די ענגלישע שפראך צוזאמען מיט די אלע אמעריקאנער מאנירן און מנהגים. יא, זיי זיינען אמתע ,יאנקיס', וואס רעדן גויאיש ווי די גויים! ס'איז ניט קיין געשפעטנער עסק! ס'א נשקשהדיקע דערגרייכונג!
*Moxy and Mojo
* * *
אין דער וועלט פון טשייניק-האקעריי
ריידנדיק וועגן טענות-ומענות און טשייניק-האקעריי. ניט לאנג צוריק האבן מיר זיך אנגעשלאגן אויף דער אונטערשטער פאראדיע אין ווארשעווער ,היינט' פון 19טן דעצעמבער 1924. דער אינהאלט איז ניט בלויז קאמיש, נאר ער איז אויך אזוי גילטיק היינט-צו-טאג ווי אין 1924, ווען די פאראדיע איז דערשינען צום ערשטן מאל!
דבר בעתו
אנשטענדיקע לייענער:
דערמיט זיינען מיר מודיע, אז מיר נעמען-אן באשטעלונגען צו שרייבן פראטעסטן קעגן ,אקלא', קעגן ,בונד' און קעגן וועמען מ'וויל. אונזער ביורא האט אויך א שלאג-אפטיילונג, וואס באזארגט מיט שלעגער אלע פראטסעט-מיטינגען, סקאנדאל-פארזאמלונגען, ,אינטימע שמועסן' און סתם מהומות.
ביי אונז אויפן סקלאד געפינט זיך אויך א גרויסער אויסוואל פון ,פאלקס-צארן' פאר אלע פארטייען. ,פראטעסט- און שלאג- און פאלקס-צארן'-ביורא פון ויצעקו ויתרוצצו עט קאמפ.
נעכטן און היינט
ס'איז אמת, אז קיינער קאן ניט שרייבן קיין בעסערן אנאנס ווי דער, וואס שטייט הארט איבער דעם פאראגראף. מיר נעמען זיך אראפ א מוסר פונעם פארפאסער פון דעם אויבערשטן אנאנס. מיר לאכן, ניט ווייל אזוי איז די וועלט, נאר מחמת אזוי איז שטענדיק געווען די וועלט און אז א צייטונג איז שוין תמיד געווען א בליץ-אפפירער פאר צארן און אויפגעבראכטקייט.
די קלאג-באנק
פאר די אלע קלאגער, מקוננים, פראפעסיאנעלע קרבנות און ספאדעק-דרייער מיט טענות-ומענות פון גן-עדן ביזן היינטיקן טאג, איז איצט פאראן א טאמבאנק, ביי וועלכער מ'מאכט באקאנט אלע קריוודעס און די אלע צרות, וואס מ'מאכט אייך אן!
דעם אנגעשטעלטן ביי דער ליאדע מעג מען האקן עד-סוף-כל-הדורות א טשייניק מיט יעדן אומכבוד, וואס מ'טוט אייך אן. דאס קלאגע-ביורא איז אפן א גאנצער מעת-לעת! שאקלט זיך אריין און שלעפט זיך צו צו דעם קלאג-טיש, וואו דער אנגעשטעלטער רופט-אויס ,עמוד, יעלה!'
חשובע מקוננים, ווירדיקע קלאגער און זייער געערטע קרבנות און געקריוודעטע פון אלע קלאסן, מאכט א יעלה, אדער א סך יעלות, און שרייט חי-וקים אויף קול-קולות, וואס נאר דאס הארץ גלוסט אייך! רבותי, רעדט זיך אפ פון הארצן! דער אנגעשטעלטער איז אן אלטער הינער-פרעסער, וואס האט צו אלעמען כוח און געדולד!

עכט-יידישלעך

ווען מ'געפינט זיך אין רוים, איז כדאי נאכצוטאן די רוימער. רבותי, מ'וויל ניט מאכן קיין געוואלדיקע טעותים! אלזא דארף מען האנדלען אזוי ווי אן איינוואוינער פון דער איטאליענישער הויפטשטאט. דא אין רוים זאל יעדער אורח עסן לאנגע לאקשן ווי די איטאליענער טוען!
רבותי, היט זיך!
פון ברייטע לאקשן האט מען ניט קיין שמאלן הינטן!
אדער אזוי ווי מ'זאגט אין רוים:
פון איטאליענישע לאקשן האט מען ניט קיין עלעגאנטן ווי-הייסט-מען-דאס.
רבותי, היט זיך!
פון ברייטע לאקשן האט מען ניט קיין שמאלן הינטן!
אדער אזוי ווי מ'זאגט אין רוים:
פון איטאליענישע לאקשן האט מען ניט קיין עלעגאנטן ווי-הייסט-מען-דאס.

אויף וואס פאר א וואגן מ'זיצט,
אזא ניגון זינגט מען!
ד"ר זיסקינדס ווינקל
א גאנצע סעקציע וועגן שפראך-פארשונגען
לזכרון, לכבוד און לשבח פראפעסאר נתן זיסקינד,
דער ערשטער פראפעסאר אין יידיש אין אמעריקע
און איינער פון די גרעסטע פארשער און קענער אין יידיש אויף דער וועלט.
א גאנצע סעקציע וועגן שפראך-פארשונגען
לזכרון, לכבוד און לשבח פראפעסאר נתן זיסקינד,
דער ערשטער פראפעסאר אין יידיש אין אמעריקע
און איינער פון די גרעסטע פארשער און קענער אין יידיש אויף דער וועלט.
דער שטעקער אין שטעפסל 1 די, וואס גיבן דעם ארגומענט, אז פארן חורבן האבן ניט עקזיסטירט מאדערנע ווערטער און טעכנאלאגישע טערמינען זאגן מיר, אז זיינען אומגערעכט מיט 100%. דער אמת איז, אז ס'זיינען פאקטיש געווען אזוינע ווערטער, נאר די אלע עקספערטן ווייסן זיי ניט. 1 א דעאדאראנט הייסט א קעגן-קערפער-גערוך-מיטל אדער א דע(ס)אדעריזונרגס-מיטל אזוי ווי קעגן-מויל-ריח-מיטל פגרט-אפ א שלעכט גערוך ביי א מענש אין מויל. 1 אין דער אלטער היים פלעג מען נוצן צאן-פראשיק זיך צום פוצן די ציין. אין דער נייער היים נוצט מען היינט-צו-טאג צאן-קרעם! 1 אין מזרח-אייראפע איז א קעגן-שוואנגערשאפטס-מיטל געווען טרייף-פסול ביי פרומע יידן. מ'האט אבער געוואוסט פון אזוינע זאכן. די מאדערנע און פרייע יידן אין דער אלטער היים האבן יא געוואוסט פון א קאנדאן, א גומע וכדומה. ס'זיינען אויך געווען זשארגאן-ווערטער פאר א פראפילאקטיק ווי, לשמל, א פאריזער, א (פראנצויזישע) קאפאטע און א פראנצויזישער קאנווערט! 1 זשארגאן 1 דער דראשקיארזש האט זיך צעאמפערט מיטן קוטשער פונעם קאטש און מיטן איזוואשטשיק פון דער קארעטע, וואס זיינען געשטאנען הארט ביי זיין דראשקע. די דריי בעלי-עגלות האבן זיך צעקריגט ענדלעך און איינצייטיק מיטן פורמאן פונעם שאראבאן, וואס האט אפגעשטעלט זיין וואגן פארן סקלאד. 1 די טראפצינעס אין טארטאק האבן באדעקט די גאנצע פאדלאגע. (א פוילישער יידיש) 1 די אפילקעס אין זעג-ווערק האבן באדעקט דעם גאנצן פאל. (א רוסישער יידיש) 1 דאס זעג-מעל (זעג-שפענער/זעגעכץ) אין זעג-מיל האבן באדעקט דעם גאנצן דיל. 1 הינטער דער מחיצה 1 א סך לייענער האבן זיך אנגעפרעגט לעצטנס ווי און ווען ,דער פארווערטס' האט געענדערט זיין דייטשמערישן אויסלייג און באגראבן די טראדיציע פון שרייבן אויף ,יינגליש'*. דער ענטפער איז גאר א פשוטער! אז שמעון וועבער, א געוואלדיקער שוויצער און א שווערער פאסאזשיר, איז געווארן דער שעף-רעדאקטאר, האט ער פארארדנט, אז ,דער פארווערטס' מוז זיין א פראפעסיאנעלע צייטונג. וועבער האט ארויסגעווארפן דעם דייטשמערישן אויסלייג און דערקלערט ,יינגליש' פאר טרייף-פסול. וועבערס פילאסאפיע איז געווען: וואס ווייניקער ענגלישע ווערטער, דאס אלץ בעסער. 1 *א פארענגלישטער יידיש, א געמיש פון יידיש און ענגליש 1 מעשיות פון חדר 1 דאס איז אן אינטערעסאנטער אנעקדאט, וואס אונזער זייער געערטער ד"ר פישביין האט אונז לעצטנס דערציילט אין רעדאקציע, אז מיר האבן אים געבעטן דערציילן וועגן זיינע פארשטארבענע קאלעגן אין ,דער פארווארטס', אז ער האט געארבעט דארט פון 1996-1998. מיר זיינען געווען בהלנים צו וויסן, וואס ער האט דעמאלט געטראכט פון זיי און וואס ער טראכט איצט פון זיי. 1 חבר פישביין האט אונז דערציילט, אז זייער בילדונג און חינוך זיינען געווען ארעם. קיין איינער צווישן די נייעס-שרייבער האט קיינמאל ניט געלערנט אין קיין מיטלשול, שוין אפגערעדט פון א הויכשול. דאס זיינען געווען פשוטע יידן פון דער אלטער היים, וואס האבן געלערנט אין בונדיסטישע פאלקס-שולעס און האבן פארענדיקט נאר דעם זעקסטן קלאס. 1 ביים שרייבן די נייעס האט זיך דער דאקטאר אפט באראטן מיט זיינע קאלעגן וועגן געוויסע ווערטער און ווי מ'זעצט-איבער אויף יידיש א ספעציפישן זאץ, ווייל זיי זיינען געקומען פון מזרח-אייראפע און האבן געקענט די שפראך בעסער פון אים. זיי האבן אים אפט געזאגט, אז ,ס'איז ניט דא אזא ווארט אויף יידיש' אדער ,דאס איז ניט קיין יידיש ווארט'. 1 איצט, אז ד"ר פישביין ארבעט פאר ,דער מאמענט', האט ער גאר אן אנדער מיינונג וועגן די שרייבער, וואס ער האט פארערט. ס'לאזט זיך אויס, אז א היפשע צאל ווערטער, וואס זיינע מיטארבעטער האבן דערקלערט פאר ניט-עקזיסטירנדיק ווי, למשל, העלדן-מוט, שטרייסט-לוסט און קריגס-לוסט אא"וו עקזיסטירט פאקטיש און אזוינע ווערטער זיינען טאקע באמת כשרע טערמינען! די צרה איז געווען, אז זיינעכ קאלעגן זיינען ניט געווען קיין געבילדעטע מענשן און האבן דעריבער ניט געוואוסט אזוינע ווערטער! 1 | טויטאלאגיע 1 דער ערשטער חולה איז געקומען צו זיך פון א סכנותדיקער קרענק, דער צווייטער פאציענט האט זיך דערהאלט (דערהיילט) פון א געוואלדיקער מחלה און דער דריטער קרבן איז גענעזן געווארן פון א געפערלעכער קראנקהייט. 1 איין סוחר האלט זיך פאר א מומחה, דער צווייטער קרעמער באטראכט זיך פאר א קענער און דער דריטער קויפמאן רעכנט זיך אויך פאר אן עקספערט. 2 דער דריטער פאטאלאג האט זיך דערוואוסט, פונקט וואס דער צווייטער מעדיצינישער אויספארשער האט אויסגעפונען פריער, וואס שטימט מיט דעם, וואס דער ערשטער דאקטאר איז דערגאנגען; ס'איז זיך דערגאנגען, אז דער קרבן איז געפאלן טויט פון א הארץ-שלאק. 1 דער, וואס איז פעאיק צו איין זאך קאן תמיד ניט טאן, וואס זיינע פריינט טוען אבער פאראן אזוינע, וואס זיינען בכוח צו טאן אזוי פיל זאכן און זיינען גארניט אין שטאנד צו טאן קיין סך אנדערע זאכן. דער, וואס איז מסוגל צו טאן איין סארט ארבעט איז שטענדיק ניט בכולות צו טאן אן אנדער מין הארעוואניע. 1 דער סוחר האט געקויפט אויף בארג די סחורות. דער קאראבעלניק האט איינגעהאנדלט אויף קאנטע די ווארעס. דער קרעמער האט איינגעקויפט אויף קרעדיט די אלע שטאפן און מאטעריאלן. און דער מעקלער האט אלץ פארקויפט אויף אויסצאלן. 1 דער רייכער מאן האט באוויזן צו געווינען א פאר מיליאן דאלאר. ס'האט זיך איינגעגעבן דעם עושר צו פארדינען צענדליקער מיליאנען דאלאר. ס'איז געלונגען דעם גביר צו זאמעלן א ביליאן דאלאר. ס'האט געגא לטן דעם נגיד אין אנקלייבן צענדליקער בילינאען דאלאר. די אלע געשעפטסלייט האבן געהאט דערפאלג אין פארדינען פאר זיך גרויסע פארמעגנס! 1 איין פאסאזשיר איז אפגעגאנגענן גאר א ווייטע שטרעקע און דער אנדערער רייזנדיקער איז דורכגעגאנען א גאנץ-ווייטן מהלך: דער מרחק פון ביידע רייזעס איז געווען אזוי ווייט ווי חודו איז ווייט פון כוש. 1 איין אפיציר האט אויסעפאלגט דעם באפעל און דעם אנדערן האט זיך געהאלטן ביים זעלבן באפעל. ביידע אפיצירן האבן אויסגעפילט דעם באפעל אזוי ווי דער רוסישער אפיציר האט אויסגעפירט דעם פריקאז און דער אמעריקאנער אפיציר האט אויסגעפירט דעם באפעל. 2 עכט-יידישלעך 1 די גאנצע וועלט-געשיכטע איז איבערפול מיט שאכער-מאכעריי! די שאכער-מאכער, מאכליארעס, שאכרייען, וואס מאכן מיט אונז פארטלעך און מחזקות, כדי דורכצוקומען מיט אלץ. ביי אונז קאנען זיי דאס זיך דערלויבן און דאס דערלויבן זיי זיך יא. דערצו, דעריבער און נאך ערגער קאנען מיר זיך ניט פארגינען, אז זיי זאלן דורכקומען מיט אזוינע זאכן. כדי צו דערגרייכן אזוינע גנבישע צילן מיט גלענצנדיקע רעזולטאטן, מאכן זיי כלערליי קונצן און הינטישע שטיק. מיט אזא מעטאד קערן זיי אונז אפ די אויגן, כדי מיר זאלן ניט זען די אלע שיקאנעס הינטער דער מחיצה! ס'איז בלענד-ווערק און קונסט-שטיק מצד מייסטערהאפטע מאכליארעס, וואס נעמען די ממתקים און מאכן בליצשנעל פליטה. 1 א פארקירונגס-ארט 1 ווען-ניט-ווען דערהאלט מען דא אין רעדאקציע א בריוו אין מיט דער פראגע ,ווי זאגט מען ,דאס' אויף יידיש'. איינער א געטרייער לייענער האט זיך אנגעפרעגט לעצטנס ביי אונז, ווי מ'זאגט אויף יידיש אן ארט צום אוועקשטעלן דעם אויטא. אן צו פארקריכן אין בויבעריק און האצעפלאץ מיט א מבול מיט ניט-שייכותדיקע פיטשעווקעס און אן צו מאכן ווייטער א צימעס*, לאמיר ריידן צו דער זאך: אלץ, וואס מ'זאגט אויף אלע אנדערע שפראכן, זאגט מען נאך רייכער און נאך שענער אויף מאמע-לשון! 1 אט-דא און אט-איצט מאכן מיר באקאנט די ריינע פאקטן איין מאל פאר אלע מאל**. אונזער בעל-דקדוק ד"ר נאמאסט איז אונז ענדלעך געקומען צו הילף! מיר האבן אים געשטעלט די פראגע, ער האט א טראכט געטאן און כהרף-עין האט ער אונז צוגעשטעלט די ריכטיקע ווערטער: דער פירער האט געזוכט א פארקירונגס-ארט און איז ארומגעפארן, זוכנדיק א פלאץ צום אוועקשטעלן דעם אויטא. קיין ארט האט ער אבער ניט געפונען; ער איז דעריבער אריינגעפארן אין א פארקירונגס-הויז, וואו דער באדינער האט אים געגעבן א צעטל און האט אוועקגעשטעלט פאר אים די מאשין. דער געשעפטסמאן האט זיך ניט געדארפט זארגן, צי ער וועט אפשר באקומען א שטראף-צעטל און צי ער וועט אריינלייגן פינקטלעך א פאר מינצן אינעם פארקירונגס-זייגער. אן אפשטעל-ארט אין א גרויסן גאראזש אדער אויף א פארקירונגס-פעלד איז א סך בעסער פון א פארקירונגס-פלאץ אויף דער גאס. 1 בשעת דער בעל-מסחר האט זיך געאיילט צו זיין אינטערוויו, הארט פארן גרויסן פארק איז ער פארבייגעפארן א שטיי-ארט פאר טאקסיען און א ווארט-פלאץ פאר דראשקעס. 1 without further adoo* to set the record straight** |
א פולשטענדיקע אנאליז וועגן א געוואלדיקן באלאגאן
און וועגן די באלוואנעס, וואס האבן אים געמאכט
ד"ר אוצר א. מ. נאמאסט, פרעזידענט/גרינדער
באמערקונג פון רעדאקציע:
דער דאזיקער ארטיקל וואלט געווען קאמיש, אויב די טעמע זאל ניט זיין אזוי ערנסט און דער עיקר זאל ניט זיין אזוי טרויעריק. ד"ר אוצר נאמאסט האט אנגעשריבן די אנאליז, דערפאר ווייל ער איז א בעל-דקדוק, וואס קאן דערקלערן און אויפקלערן די אלע גראמאטישע כללים אין גאנצן אויף א היימישן יידיש. די אלע רעדאקטארן און שרייבער דא אין רעדאקציע זיינען גאר אין גאנצן מסכים, אז פושן דעם טיטל פון א ווערטערבוך איז סיי אומפארשטעלבאר סיי אומפארציילעך.
ווער זאל קויפן אזא ווערטערבוך, ווען די אויטארן אליין קאנען ניט געפינען און נוצן דאס ריכטיקע ווארט אינעם טיטל?
תכלית
ווער קאן רעכענען פאר ערנסטע פארשער א פאר שוטים, וואס האבן צעמזיקט דעם טיטל פון זייער ווערעטערבוך? דא רעדט מען תכלית און איצט שרייבט מען וועגן ,באכנער און ביינפעלד עט. אל.', וואס מיינט די פראפעסארן ניבארסקי, ווייסברויט, קערלער און א פאר אנדערע. אט-דא און אט-איצט שרייב איך וועגן דעם נעבעכדיקן ווערטערבוך, וואס די פראפעסארן חיים באכנער פון ,הארווארד' און שלום ביינפעלד פון ,וואשינגטאן אוניווערסיטעט' האבן ארויסגעגעבן מיט עטלעכע יארן צוריק. די איינציקע זאך מכוח זייער ,ארומנעמיק יידיש-ענגליש ווערטערבוך', וואס איז אלץ-ארומנעמענדיק, אלץ-פארכאפנדיק און אלץ-באגרייפנדיק איז די ריינע אומוויסנקייט פון די צוויי עם-הארצים, וואס האבן פארפאסט דאס ווערטערבוך און די אלע מבינים, אריינגערעכנט בעריש גאלדשטיין און יאנקל סאלאנט, וואס האבן זיך באראטן מיט זיי און האבן אויך פארפעלט צו כאפן דעם געוואלדיקן גרייז אינעם טיטל פון אט-דעם פאטשאטנעם ,פארשונגס-ווערק'.
מיר דערמאנען דעם חדר, אז באקאנט מאכן דעם אמת איז ניט קיין לשון-הרע. אויף דער אינטערנעט-זייט verterbukh.org זעט מען די נעמען פון די גאונים, וואס האבן געהאלפן די געוואלדיקע צוויי למדנים מאכן א תל פונעם טיטל.
א גוטע גראמאטיק
,פולשטענדיק(ער) ווערטערבוך'* און האנט-ווערטערבוך** זיינען ריכטיק. ,ארומנעמיק' איז א שלעכטע פארמע פון ,ארומנעמענדיק', וואס בעט זיך צום עפטסטן דאס ווארט ,אלץ', כדי צו בילדן די צוזאמענפאסונג ,אלץ-ארומנעמענדיק'. אויב מ'זאל אויסנוצן אזא ווארט ווי ,אלץ-ארומנעמענדיק' אינעם טיטל, וואלט זיך עס געלייענט אזוי: ,אלץ ארומנעמענדיק(ער) ווערטערבוך'.***
פשוטע און געוואלדיקע פעלערן
אויף דער אינטערנעט-זייט, וואו מ'פארעפנטלעכט די אלע איינצלהייטן וועגן דעם חשובן פארשונגס-ווערק איז דא דער פאלגנדיקער פאראגראף (מיט עטלעכע גרייזן, סיי איינפאכע סיי שווערע):
אין יאר 2002 האט די לעקסיקאגראפיע פון יידיש געמאכט א טריט פארױס מיטן ארױסגעבן פון דעם יידיש־פראנצײזישן װערטערבוך פון יצחק ניבארסקי און בערל װײסבראט. פאר ענגליש־רעדערס איז אבער דא א חסרון: די טײטשן זענען אױף פראנצײזיש. איצט איז אונדז א פארגעניגן איבערצוגעבן די בשורה, אז אן ענגלישן נוסח פון דעם װערטערבוך קען מען קױפן ביי דעם פארלאג פון אינדיאנער אוניווערסיטעט.
דערצו קען מען זיך באניצן מיט דעם נייע ם ווערטערבוך אויף דער אינטערנעץ. *
אט האט מען דעם זעלבן פאראגראף, וואס איך אליין האב אויסגעמענשלט:
אין 2002 האט די יידישע לעקסיקאגראפיע געמאכט נאך א טריט פארויס מיטן ארויסגעבן דאס יידיש-פראנצויזישע ווערטערבוך* פון יצחק ניבארסקי און בערל ווייסברויט. פאר ענגליש-ריידנדיקע איז אבער דא איין גרויסע שוועריקייט: די דעפיניציעס שטעלט מען צו נאר אויף פראנצויזיש. מיט (גרויס) פארגעניגן גיבן מיר איבער די בשורה, אז איצט קאן מען באשטעלן די ענגלישע ווערסיע פון דעם ווערטערבוך פונעם פארלאג ,אינדיאנער אוניווערסיטעט'.
דערצו קאן מען זיך באנוצן אינעם אינטערנעט מיט דעם נייעם ווערטערבוך.
עטלעכע באמערקונגען
ס'עקזיסטירן ניט קיין שום תירוצים פאר אזעלכע טעותים, ווען אזוי פיל ,קענער' האבן געהאלפן די צוויי ,פראפעסארן'. ס'איז אומדערהערט, אז א פראפעסאר אין א פרעמד-שפראך (באזונדערש א לערער אין ,הארווארד') זאל פארטאטשעווען דעם טיטל פון זיין ווערטערבוך. דערצו, דעריבער און נאך ערגער איז עס א בושה און א חרפה, אז די אלע ,מומחים' ווייסן ניט, אז אויף יידיש זאגט מען ,ענגליש-ריידנדיקע'. רבותי, דער, וואס רעדט יידיש איז א יידיש-ריידנדיקער און ניט קיין ,יידיש-רעדער'! אפשר ווייסט איר דאס ניט, מחמת די יידישע רעדער אין אייערע גויאישע קעפ זיינען קרום און דרייען זיך באקעס.
אויף יידיש שרייבט מען ,מיר פרייען זיך מיטן ארויסגעבן דאס בוך' און ניט ,מיטן ארויסגעבן פון דעם בוך', וואס איז א ריינע איבערזעצונג פון ענגליש. פאראן זיינען ריכטיקע צוויי פרעפאזיציעס פארן צייט-ווארט ,קויפן': ,ביי' און ,אין'. מ'קויפט א בוך ביי א מענש אדער אין א (ביכער)-געוועלב (ביכער-האנדלונג, ביכער-קראם אא"וו). מ'בארגט א בוך ביי א חבר און מ'בארגט א בוך אין א ביבליאטעק.
אויף יידיש זאגט מען ,אין אינטערנעט'. אינטערנעט איז אינטערנעט אויף אלע שפראכן. און ווען מ'נוצט דאס ווארט נעץ, איז די ריכטיקע פרעפאזיציע ,אין' ווי, צום ביישפיל, ,די פיש ליגן (געפאנגען) אין דער נעץ'. ווען אפילו דאס ווארט זאל זיין ,אינטערנעץ' (ווינד און וויי!), וואלט מען שטענדיק גענוצט די פרעפאזיציע ,אין' און ניט ,אויף', וואס איז נאך א ריינע איבערזעצונג פון ענגליש.
ס'איז א שאד, וואס די אלע פארשער האבן זיך ניט באראטן מיט קיין אמתע עקספערטן, כדי צו פארזיכערן, אז דער טיטל פון דעם ווערטערבוך און די שריפטן אויף זייער אינטערנעט-זייט וועגן דעם ווערטערבוך זאלן זיין גראמאטיש-ריכטיק און עכט-יידישלעך.
א באמערקונג פונעם מחבר
חשובע לייענער: אז כ'האב פארענדיקט צו שרייבן אט-דעם ארטיקל, האט זיך מיר פארדרייט דער קאפ, ווייל מאכן א מענש פון דער געוואלדיקער פאטשקעריי איז א גאנצע פאטשקענינע!
*Complete Dictionary
**Concise Dictionary
***All Encompassing

מיט גרויס איראניע געוואלדיקע מבינים טראכטן-אויס א ניי ווארט | שניי מיט צרות א פארשנייטער ווערטער-אוצר מיט א משוגענעם ווערטער-שאץ |
,ווי זאגט מען אויף יידיש ,א פארקינג-פלאץ'?' האט זיך פארוואנדלט אין א הייסער דעבאטע ביי א פאר מיטארבעטער! געהערט א מעשה און געזען א ביסל? יא, טאקע מיט ממתקים האבן זיך עטלעכע מיטארבעטער געבראכן דעם קאפ איבער דער שרייענדיקער פראגע. 1 מיר האבן געוואלט שטעלן די פראגע אונזערע זייער געערטע מיטארבעטער א. קאמיקאזע, הארי קארי און שישקע באב אבער זיי האבן זיך שוין געהאט גענומען צום שרייבן זייער רובריק ,ניט געפידלט און ניט געדאגהט'. מיר זיינען פעסט איבערצייגט, אז ווי דער פאראיאריקער שניי וואלט זיי געארט אזא פראגע. מיר האבן זיך ניט געקאנט אנפרעגן ביי ברכות-תחת און על-אחת-קדחת בן-מכה, ווייל זיי זיינען שוין געווען געפארן אויפן גאנצן זומער אויף וואקאציע אין אויסלאנד. די מבינטע אויף מוקן-שמאלץ רייזע וואליזקע פון ,דער משוגעים-רוף' און דער עקספערט אין קדחת מיט כשרער פאדעם אשר יצר האבן אונז צוגעשטעלט א פאר ווערטער אבער זייערע איבערזעצונגען האבן גארניט קיין טעם און טויגן אויף כפרות. 1 מיט בערל בריה און משה מזיק האבן מיר זיך ניט געקאנט שטעלן אין דער פארבינדונג. זיי זיינען פארלוירן געגאנגען צווישן די בלאנדזשענדיקע שטערן! גימפל גזלן איז אנטלאפן פון תפיסה, כדי חתונה צו האבן מיט דלילה דיבוק אונטער א שווארצער חופה. ס'האבן אבער קורסירט קלאנגען, אז ר' גימפל האט אוועקגעשטעלט דעם אויטא אויף א טרייפן מקום און די פאליציי האט אוועקגעשלעפט די מאשין, בשעת ער האט חתונה געהאט מיט דער דרעק-יענטע און פארשאלטענער פריזירערקע! 1 ווען ברוך שפטרני האט זיך אומגעקערט אין רעדאקציע פון אורלויב, איז ער אריינגעשפרונגען אין דער דיסקוסיע, צושטעלנדיק אונז נאך א ווארט - א מקום-קודש. דער געוואלדיקער פארשער האט איבערגעגעבן, אז א מקום-קודש איז דאס גלאט-כשרע ווארט (אונטער דער שטרענגער סאטמארער השגחה) פאר א פארקירונגס-פלאץ. רבותי, א שטעקן האט צוויי עקן! מקום-קודש האט אנדערע דריי באדייטונגען: דער הייליקסטער ארט אין בית-הכנסת; א פלאץ צום אוועקשטעלן דעם אויטא, און, אחרון אחרון חביב, איז דאס אויך א טייל קערפער (א שיין, זיס פלעצל!), וואס מ'קושט מיט ליבשאפט. דא גיבן מיר אייך א ביישפיל: ,קוש מיך אין מקום-קודש!' זעט זשע און פארשטייט זשע נאר, אז דא האט מען פאר אייך צום קושן א שטענדיקן ארט, וואס איז אזוי אייביק ווי דער נר-תמיד אליין! 1 ווען מ'געפינט און שטעלט-אוועק דעם אויטא אויף א מקום-קודש, באקומט מען קיינמאל ניט קיין שטראף-צעטלעך ווען ס'רינט-אויס די צייט לויטן פארקירונגס-זייגער, ווייל דאס איז א הייליקער ארט! 1 * * * כדי צו פארלענגערן א שוין צו-לאנגע מעשה און פארקריכן איינצייטיק אין האצעפלאץ און בויבעריק מיט א מבול מיט באדייטונגסלאזע פיטשעווקעס און אנדערע קליינינקע פרטימלעך, וואס זיינען גארניט געהעריק צו דער זאך און כדי צו מאכן ווייטער א גאנצן צימעס פון א נישטיקייט און א תל פון א גאנצן צימעס, איז דער עיקר דאס: איין גרויסער עקשן, וואס שמט מיט זיין געוואלדיקער קארגקייט, פלאגט זיך טעגלעך צו געפינען אן ארט צום אוועקשטעלן דעם אויטא, ווייל מיטן אויטא פארט ער יעדן טאג אריין אין דער מעטראפאליע און וויל גארניט צאלן פאר אזא פלעצל אין א גאראזש. ער זאגט זיך אפ אריינצולייגן איין ניקל אינעם פארקירונגס-זייגער! דער קארגער עקשן איז א מבין אויף פארקירונגס-פלעצער אויף דער נידער-מזרח-זייט; ער ווייסט, וואו זיי ליגן, ווען מ'מעג פארקירן דעם אויטא און אויף ווי לאנג מ'מעג איבערלאזן דארט די מאשין אא"וו. 1 צו לומדיש פארן חדר א שייטל עברי מיט א קאפל לשון-קודש דאס איז א חנעוודיקער אנעקדאט ווי א גאנץ-לשון-קודשדיקער זאץ איז מגולגל געווארן אין אן יידישער פראזע. 1 ,דער אפיקורס האט-חוטא בעגל געווען', האט איין רעדאקציע-מיטארבעטער דערקלערט אויף איינער פון אונזערע פערסאנאל-פארזאמלונגען. דאס רוב מיטארבעטער האט געקוקט מיט א געפלעפטער מינע און מיט פארגלייזטע אויגן אויפן רעדאקטאר, וואס האט ארויסגעזאגט דעם זאץ; גלייכצייטיק האט דער בעל-לשון-קודש איינגעזען, אז זיינע קאלעגן ווייסן ניט, וואס ער רעדט. ,חוטא-בעגל מיינט ניט זינדיקן מיט עסן טרייפע בייגל!' האט ער זיך געחכמעט. 1 דער בקי האט איבערגעמאכט די פראזע, כדי זיינע מיטארבעטער זאלן זי פארשטיין: ,דער אפיקורס איז געפאלן כורעים פארן עגל-זהב'. נאר א העלפט פון זיינע חברים האבן פארשטאנען די באדייטונג. דער מומחה האט ווייטער פארפשוט דעם זאץ און אים פארוואנדלט אין א גאנץ-יידישער פראזע אן שום לשון-קודש: ,דער אפיקורס האט זיך געבוקט פארן גאלדענעם קאלב'. דאס האבן זיי אלע פארשטאנען! 1 איצט, אז איר ווייסט שוין, וואס ,חוטא-בעגל' מיינט, וועט איר אפשר פארשטיין דעם הומאר אין דער אונטערשטער פראזע: 1 דער קאמיסאר אין ראטן-פארבאנד איז געווען אזוי פארדארבן, אז ער האט ניט בלויז חוטא-בעגל געווען, נאר ער האט אויך חוטא- בזבוב-בחמור-בחזיר-בשטן-ובסטאלין געווען! דער קאמיסאר איז נאך ערגער פונעם העסלעכן אפיקורס אינעם ערשטן פאראגראף! 1 יידישע גאסן און גויאישע אוליצעס היינט צו טאג זיינען אלע יידיש-ריידנדיקע באהאוונט אדער א בקי אין צום ווייניקסטן איין אנדער שפראך. דאס זיינען שרייענדיקע נייעס? די היינטיקע יידן, די, וואס זיינען געבוירן געווארן אויסערן אמאליקן יידישלאנד, האבן א הויכע בילדונג צוזאמען מיט א רייכן חינוך און רעדן אפשר א שיינעם יידיש אויכעט. אט-ווי די גויאישע אוליצעס, די גאסן אויף וועלכע די מערסטע יידן וואוינען איצט, האבן איבערגעביטן אונזערע לעבנס. 1 די פאלגנדיקע פאראגראפן אנטהאלטן געוויינלעכע טערמינען און אויסדרוקן, וואס מ'נוצט טאג-טעגלעך אין דער מאדערנער וועלט. אונזערע פעאיקע פען-מייסטער האבן אנגעשריבן עטלעכע פאראגראפן, כדי צו ווייזן און באטאנען, אז אלץ, וואס מ'זאגט אויף אלע אנדערע שפראכן, קאן מען זאגן אויך אויף יידיש ניט קוקנדיק, ווי מאדערן און מאדנע די היינטיקע וועלט איז. 1 אין אינטערנעט קומען מיר אפט אין קאנטאקט מיט יידן, סיי אלטע סיי יונגע, וואס רעדן אדער האבן חשק צו ריידן א גוטן יידיש. מיט עטלעכע יארן צוריק האבן מיר אנגעבאטן אין ,דער מאמענט' דריי ארבעטס-שטעלעס. דער אנאנס האט באקאנט געמאכט, אז די קאנדידאטן מוזן שרייבן און ריידן יידיש אזוי גוט אדער נאך בעסער פון דער שפראך פונעם לאנד, וואו זיי לעבן. קיין איינער פון די קאנדידאטן האט, צום באדויערן, ניט פארמאגט אזא פעאיקייט. 1 צו דער געהעריקער אפטיילונג*: כדי איר זאלט וויסן**, אינטערעסיר איך זיך זייער מיט דער וואקאנטער שטעלע. בייגעלייגט איז מיין רעזומע. כ'האף, אז איך וועל פון אייך באלד הערן. 1 *To Whom It May Concern **FYI הער לעפקאוויץ: איר האט אונז צוגעשיקט אייער ארבעטס-געשיכטע, וואס אינטערעסירט אונז זייער. איר זייט א דערפארענער מענש; אלזא וואלטן מיר געוואלט באשטימען א דאטע און א צייט פאר אייער אינטערוויו. ס'בעט זיך אן ענטפער*. 1 *RSVP דאס לעצטע מאל, וואס איר האט געמאכט פאר אונז אן עקזאמען, האט איר, ליידער, אים ניט אויסגעהאלטן. נאך אלע מעשיות*: וואס ס'איז געווען, איז שוין געווען און איז מער ניט דא**; אלזא לאמיר ריידן תכלית און צו דער זאך! מיר האבן גענומען אין באטראכט אייער לאנגע, דערפאלגרייכע און פרעסטיזשפולע ארבעטס-געשיכטע און מיר וואלטן אייך געוואלט אנבאטן די שטעלע. 1 *When all is said and done **There's no use crying over spilled milk דער עקזאמען איז געווען אזוי שווער און פול מיט קלאץ-קשיות און בליץ-פראגעס*, אז ס'האט פארדרייט זיך דעם סטודענט דער קאפ; דעריבער האט ער אפט געמאכט אן עקס אינעם קעסטעלע פאר ,קיינער פון די אויבערשטע אויסוואלן'*** און ,אלע פון די אויבערשטע אויסוואלן'***. 1 *surprise questions **none of the above ***all of the above | מ'זאגט און ס'איז טאקע דער אמת, אז אויף דער עסקימא-שפראך זיינען דא פופציק ווערטער צום באשרייבן דעם שניי. דער צפון-אייז-קרייז איז, ס'פארשטייט זיך, א ווינטער-לאנד איבערפול מיט שניי. די עסקימאס זיינען ארומגערינגלט כמעט א גאנץ יאר מיט א וועלט מיט שניי; זיי לעבן אין א שניירייכער וועלט... אין א פארשנייטן עולם. אלזא זיינען די איינוואוינער פונעם אייז-לאנד מומחים אין שניי און ווייסן די אלע פיטשעווקעס מכוח'ן שניי און קענען דעם שניי אין די שווארצע פינטעלעך. נו, וואס דען? די ברוינע גויים אינעם שניי-און-אייז-לאנד זאלן זיין מבינים אויף לאקשן מיט יויך? די אייז-אויטכטאנען* ווייסן גארניט פון קיין שמאלץ, נאר זיי ווייסן גאר א סך פון טראן**. אזוי ווי די גויים מאכן חזיר-שמאלץ פון חזיר-פעטס, מאכן די עסקימאס העכסט-ווארשיינלעך אזא סארט שמאלץ פון וואלפיש-פעטס. 1יעדעס לשון האט ספעציפישע, אייגענע ווערטער צום באשרייבן די סביבה, אין וועלכער זיין פאלק לעבט. אין די מאדערנע לענדער ווייסן מיר פון שפילן זיך מיטן און אינעם שניי; מיר ווייסן, ווי צו ווארפן שניי-באלן און ווי צו מאכן סקולפטורן מיטן שניי און מיטן אייז. אין די נייעס-באריכטן הערן מיר ווען-ניט-ווען פון א שניי-לאווינע אין א פארווארפן ווינקל פון גאר א ווייטן און פארפרוירענעם ראיאן ווי אויך פון עקספעדיציעס אין די שנייווייסע אייז-סטעפעס. דא אין די ווארעמע מדינות קענען מיר גארניט דעם שניי אזוי ווי די עסקימאס. 1 דאס עסקימא-היימלאנד איז די טונדרע, די פארפרוירענע פלאכלענדער, וואו יעדע זעקס חדשים איז שטענדיק פינצטער און די אנדערע זעקס מאנאטן איז תמיד ליכטיק. די עקימאס לעבן אין א ווינטער-לאנד מיט ים-הינט, ים-לייבן, וואלפיש, שליטן-הינט, פאלאר-הירשן און אייז-בערן, וואס שפילן זיך אויף די אייז-פלעכן אינעם פאראייזטן צפון-אייז-ים. ס'איז גאר אן אנדערער לעבנס-שטייגער, וואו כמעט אלץ, וואס מ'עסט קומט פונעם ים. די אינואיטישע שפראך**** האט דעריבער א וועלט מיט אייגענע ווערטער צום באשרייבן די אלע מאדנע זאכן אינעם פרעמדלאנד, וואו די עסקימאס לעבן. 1 *אבאריגענען, אוראיינוואוינער **וואלפיש-פעטס ***ים-הונט = פאקע ****עסקימא-לשון די שפאנישע און פראנצויזישע שפראכן האבן א סך ווערטער צום באשרייבן די ליבע און סעקס. דאס דייטשע לשון האט פיל ספעציפישע ווערטער צום באשרייבן די מערדעריי ווי, לשמל, טויטשלאגן, אומברענגען אא"וו און פיל טערמינען פאר צרות ווי, למשל, שמערץ, שאדן-פרייד, לייד וכדומה. 1 און אחרון אחרון חביב, האט דאס יידישע לשון פילערליי ווערטער פארן צארן און דער פאריקטקייט ווי אויך א שלל מיט צייט-ווערטער און אויסדרוקן ווי אזוי צו פאטשן א מענש ווי, צום ביישפיל, געבן א זעץ אדער דערלאנגען א קלאפ1 קיין שום פאלק קאן זיך, אודאי, ניט פארגלייכן און פארמעסטן מיט די יידן, באזונדערש די פון מזרח-אייראפע, ווען ס'האט צו טאן מיט משוגעתן און זינלאזיקייט. מיר יידן האבן א געשמאק, קליין וועלטל מיט ווערטער פאר די, וואס זיינען ניט ביי די קלארע געדאנקען, פאר גערירטע מענשן. דער, וואס איז קראנק אין קאפ איז חולה-בראש; דאס איז אזא מענש, וואס איז אראפ פון זין. א מטורף ליידט פון א גייסט-קראנקהייט. אויף טשיקאוועשטש שטעלן מיר צו אט-דא און אט-איצט די אלע שטופעס פון דער זינלאזיקייט: משוגע; שטארק משוגע; גאנץ משוגע; (גאר) אין גאנצן משוגע; איבערמשוגע, און משוגע אויף טויט. 1 פאראן זיינען אויך משוגעתן ביי חיות ווי, צום ביישפיל, די משוגענע הינט, וואס ליידן פון הידראפאביע, דאס ווילדע הונט-משוגעת. ס'זיינען דא קי, וואס זיינען אויס מענש; אזוינע נעבעכדיקע חיות קרענקן אויפן ווילדן קו-משוגעת, א מגפה, וואס מאכט משוגע די בהמות אין אייראפע. 1 קיין שום אנדער שפראך האט אויך ניט אזוי פיל ווערטער פארן כעס ווי אונזער טייער מאמע-לשון. א מענש, וואס איז בייז איז ברוגז אדער אין כעס. אזא פארשוין איז באקאנט ווי א כעסן אדער א היץ-קאפ. א לייט, וואס איז מלא-רציחה איז פול מיט גרימצארן. רוגז (רוגזה), בייזקייט, צארן, כעס און רציחה האבן כמעט ווי די זעלבע באדייטונג. דער, וואס ברענגט א לייט ארויס פון די כלים, צעבייזערט, דערצארנט, ברוגזט-אן אדער פארכעסט זיין קרבן. 1 ריידנדיק וועגן שלאגן און הרגענען! יידיש האט א געוואלדיקן ווערטער-אוצר מיט כלערליי געשמאקע טערמינען: געבן/דערלאנגען א (געזונטן/געוואלדיקן) פאטש, קלאפ, זעץ, שמיץ, פראסק, כמאליע, באכע אא"וו. פאטשן, קלאפן, פראסקען, כמאליען, באכען זיינען צייט-ווערטער צו באשרייבן פארשידענערליי אופנים ווי אזוי צו שלאגן א קרבן. דער כעסן, וואס דערלאנגט א קרבן א טויט-קלאפ, שלאגט-טויט, רצחנט, דערשלאגט, דערמארדעט, (דער)הרגעט אדער (דער)טויט דעם שליממזל. 1 דרך-ארץ, איידלקייט און העפלעקייט די פאסיקע צייט צום דוצן און אירצן א מענש א. מייווען (ספעציעלער קארעספאנדענט)1 דא רעכנט מען אריין אין ד"ר זיסקינדס וויקל אט-דעם קורצן ארטיקל וועגן עטיקעט, ווי אזוי מ'פירט זיך אויף איידל און העפלעך ביי א געוויסער סיטואציע. די פיטשעווקעס אין דעם ארטיקל וועלן האבן א גרעסערע באדייטונג פאר די, וואס לעבן אין א מדינה, וואו ענגליש איז ניט די לאנד-שפראך און פאר די, וואס רעדן א לשון, אויף וועלכן מ'דוצט זיך מיט א פריינט און מ'אירט זיך מיט א פרעמדן. 1 ס'איז טשיקאווע, אז אין אמעריקע אין די חסידישע קהילות, וואו א גאנצן מעת-לעת רעדט מען מאמע-לשון, איז שוין מער ניט דא קיין ,איר' און אלע זיינען אויף ,דו'. 1 אין דער אלטער היים, אז מ'זאל געווען דוצן א מענש, וואס מ'קען ניט, וואלט דער פרעמדער געענטפערט: ,מיט אייך אין איינעם חזירים געפאשעט!' מיר האבן אויך געהערט פאלגנדיקע צוויי ענטפער, וואס זיינען ניט אזוי שארף: ,מיר האבן זיך קיינמאל ניט געשפילט אין זעלבן זאמדער'; ,אין זעלבן פאלק האבן מיר קיינמאל ניט געדינט'. 1 אין מזרח-אייראפע וואלט מען טאקע געהאלטן פאר א גראביאנסקען חוצפהניק א פערזאן, וואס דוצט א פרעמדן אן זיין דערלויבענש. מ'וואלט אויך געמוזט ווארטן א לאנגע צייט, ביז מ'וואלט געקאנט זאגן ,לאמיר זיין אויף ,דו'?' אדער פרעגן ,צי קאנען מיר זיך דוצן?' 2 דער העפלעכער און ריכטיקער אופן ווי אזוי צו ווערן דוץ-פריינט איז צו ווארטן, ביז מ'זאל קענען דעם מענש שוין לענגער פון עטלעכע וואכן און פרעגן ביי אים: ,(צי) מעג איך אייך דוצן?'; ,(צי) מעג איך זיך דוצן מיט אייך?'; ,(צי) מעג איך אייך רופן ,דו'?'; ,(צי) מעג איך זיין אויף ,דו' מיט אייך?' 1 * * * אן אינטערעסאנטער און קאמישער אנעקדאט וועגן דוצן און אירצן איז, אז א יידענע האט זיך אפגעגט מיט איר מאן, מחמת זי האט געוואלט, אז ווען זיי האבן געשלעכטלעכע באציאונגען, זאל ער זי אירצן מיט דרך-ארץ און איידלקייט! 1 אלע האבן זיך צעגעלאכט מיט א פערדיש געלעכטער. 1 * * * ריידנדיק וועגן עטיקעט און העפלעכקייט: ווען צוויי פערזאנען פארפירן א פריינטשאפט, וואס זאגט מען? ווען מ'באקענט זיך צום ערשטן מאל מיט א מענש, זאגט מען: ,כ'פריי זיך צו באקענען מיט אייך; ,כ'פריי זיך צו מאכן אייער באקאנטשאפט; ,ס'איז (פאר מיר) א (גרויס) פארגעניגן זיך צו באקענען מיט אייך', און ,כ'פרייך זיך אייך קענען צו לערנען'. 1 נאכדעם ווי די ערשטע פערזאן זאגט: ,כ'פריי זיך צו באקענען מיט אייך', קאן מען זאגן: ,זייער איינגענעם'; ,דאס גלייכן'; 'מיט גרויס פארגעניגן', אדער, פראסט, פשוט און בקיצור, ,איך אויך'. 1 *,קענען לערנען' איז א דייטשמעריזם, וואס מ'נוצט אין מערב-פוילן. מיר האבן זיך שוין קענען געלערנט = מיר האבן זיך שוין באקענט. 1 איין געוואלדיקער פארשוין דא אין רעדאקציע האט געפרעגט מיט ביר-ערנסטקייט: ,ווי אזוי האט מען באציאונגען אויף ,איר' מיט דרך-ארץ, ווען דער סעקס איז אזא שנעלער, ניט-איידעלער אקט?' 1 |
און אחרון אחרון חביב

נידער מיט דייטשמעריזמען!
שרייבט ניט ,פארשפרעכן'! שרייבט ,צוזאגן'.
אנשטאט ,צייגן', זאגט ,ווייזן'
ראטא-גראוויאר
זשוואווע און שמאגלע
ראנדקעס, וועטשערינקעס און הוליאנקעס
אין און ארום דער מעטראפאליע
לאווע גאווארטשיק, רעדאקציע-מיטארבעטער
זשוואווע און שמאגלע
ראנדקעס, וועטשערינקעס און הוליאנקעס
אין און ארום דער מעטראפאליע
לאווע גאווארטשיק, רעדאקציע-מיטארבעטער
עקסטרע! ספעציעל!
נייע אקטועליזירונגען!
אין דער קומענדיקער פאר טעג וועלן דערשיינען
א העכסט-אינטערעסאנטער באריכט און פעליעטאן מיט פאטאס
וועגן אונזער גראנדיעזער רייזע אין סאנקט-טאמאס
פון אונזערע קארעספאנדענטן די ברידער שענקמאן, מנחם און נחום,
וואס לעבן צוזאמען מיט זייערע פרויען אויף דעם טראפישן, עקזאטישן אינזל

אויף דער פאטא אויף לינקס זעט מען די פריצה ביי אן ערב-שבתדיקער מיטאג-סעודה אין יוני.
אונזער פרעזידענט ד"ר אוצר נאמאסט האט געמאכט א וואונדערלעכע שמחה, וואו די גראפיניע איז געווען דער ערן-גאסט. אויף דער געמיטלעכער אויפנאמע זיינען זיך צוזאמענגעקומען העכער 50 געסט. די פארבעטענע זיינען געפיעשטעט געווארן מיט כלערליי מאכלים: פראזשעניצעס; פאמפושקעס מיט פאווידלע; א קאלטער קאמפאט מיט קלובניקעס, מאסלינעס און אזשעניצעס; דארע קישקעס; א ברייטע טאץ איבערפול מיט פלעצלעך, זעמלעך, בולקעס, סוכארעס, בייגל און הארבאטניקעס. די אלע געסט האבן זיך מחיה געווען מיט די פאסמאקצעס.
ס'איז ממש געווען א טעם גן-עדן, א פאלנער און זשוואווער נאכמיטאג לכבוד און לשבח דער גרעפין. אונזער מאקארענע (מינע הייסט זי אויף יידיש) רעדט א געשמאקן, אלטמאדישן מאמע-לשון פון גאליציע. די איידעלע הויכלעבערין איז א הייסע פאטריאטקע פאר דער יידישער קולטור. אויף דער סעודה האט זי אמוזירט און אנטציקט דעם עולם מיט איר וואונדערשיינער שטימע, זינגענדיקערהייט ,מוזעטעס וואלץ' פון דער אפערע ,לא באעים' און ,שיר-השירים' פון גאלדפאדנס אפערעטע ,שולמית'.
הוליען, האפקען און האצקען
אויפן אינזל סאנקט-טאמאס
אויפן אינזל סאנקט-טאמאס

אונזער גרינדער און פרעזידענט ווארט, אז זיינע געסט זאלן אנקומען. די פאטא איז גענומען געווארן ניט לאנג איידער די אלע רעדאקטארן און מיטארבעטער זיינען ארויפגעשטיגן אויף זיין יאכט ביים ניו-דזשערזיער ברעג פון טייך האדסאן. די אלע אורחים האבן זיך געגרייט צו א לאנגער וואקאציע אויפן קאריבישן אינזל סאנקט-טאמאס. דער קלענערער יאכט פון ד"ר פישביין איז אפגעשוואומען מיט א טאג פריער אויך מיט א גרופע מיטארבעטער און קארעספאנדענטן.
,דער גראף באבי', דער יאכט פון אונזער פרעזידענט ד"ר נאמאסט, אנקערט זיך אין סאנקט-טאמאסער האפן. אלס געסט אויף דער שיף זיינען געווען: הויפטרעדאקטאר יעקב קארנפעלד מיט זיין פרוי פייגע; הילפס-רעדאקטאר שמחה עקלשטיין מיט זיין ווייב מארגאריטע; סעקרעטאר בנימין עקלשטיין; געוו. סעקרעטאר משה מילנער-לעווין; רעדאקציע-מיטארבעטער לאווע גאווארטשיק מיט זיין פרוי מינע; קארעספאנדענטין לאה פערגאמענט; גראפיניע מאקארענע דע גאלוועז און מאדריד.
ד"ר נאמאסט ווארט צו פארן צו דער פלאזשע. אין הינטערגרונט זעט מען אונזער קארעספאנדענטין פון ישראל, לאה פערגאמענט, וואס ברענגט א טעפל קאווע צו דערפרישן דעם פרעזידענט. 1 ד"ר נאמאסט צוזאמען מיט זיין סעקרעטאר מיכאל וועלוול בייין. די אויפנאמע לכבודן באזוך פון ,דער מאמענט' אין רעסטארן ,אלד-סטאן פארם-הויז' איז געווען א גראנדיעזע און פייערלעכע, וואו ס'האט זיך געטאן אויף טישן און אויף בענק! 1 | די אויסזיכט פון דער גרויסער, נייער זומער-שטוב פון ד"ר נאמאסט. אין האפן זעט מען דעם קלענערן יאכט פון אונזער ספעציעלן קארעספאנדענט ד"ר רחמיאל פישביין, וואס אנקערט זיך אין איינגוס ,מעיגאן'. 1 דאס וואוינצימער פון דער נייער ווילע, וואס דער דאקטאר האט זיך ניט לאנג צוריק געלאזן אויפבויען אויפן פעטערבורגער האלב-אינזל. 1 |
נעקראלאג
דזשא פראנקלינס זכרונות-געסל
דזשא פראנקלינס זכרונות-געסל

מיר דערמאנען מיט טרויער, געדענקען מיט נאסטאלגיע און באערן מיט אפשיי דזשא פראנקלין ע"ה (1926-2015), דער בארימטער טעלעוויזיע-פראגראם-קאנפערענסיע, אינטערוויו-מייסטער און דיסק-זשאקיי, וואס איז מיט א האלב יאר צוריק געשטארבן צו 89 יאר. פראנקלין איז געווען ,דער נאסטאלגיע-קעניג', דער גרעסטער קענער אין וויסנסווערטע קלייניקייטן און פיטשעווקעס פון די ראדיא-, טעלעוויזיע-, קינא- און טעאטער-געשיכטעס.
פראנקלין איז געווען דער קאנפערענסיע פון א לאנגיאריקער טעלעוויזיע-פראגראם אין ניו-יארק ווי אויך פון דער לאנגיאריקער ראדיא-פראגראם ,דאס זכרונות-געסל', אין וועלכער ער האט געשפילט פיר שעה יעדן שבת ביי נאכט אלטע פלאטעס, ארומגערעדט די אלטמאדישע מוזיק און דערציילט אינטערעסאנטע, פרטימרייכע מעשהלעך.
פראנקלין איז געווען א ברייטהארציקער, איידעלער מענש, וואס האט געהאלפן א וועלט מיט מענשן, וואס האבן זיך געוואונשן צו זיין בארימטע זינגער און קינא- און טעאטער-שטערן. א דאנק זיין טעלעוויזיע-אינטערוויו-פראגראם זיינען באקאנט געווארן פיל שוישפילער, אריינגערעכנט דזשערי סיינפעלד.
פראנקלין איז געבוירן געווארן מיטן נאמען יוסף פארגאנג אין ניו-יארק. ער איז געווען דער פלאטע-אויסוויילער פון מארטין בלאק, דער ערשטער ראדיא-דיסק-זשאקיי אויף דער וועלט, און דער וויצן- און סקיצן-שרייבער פאר דער ראדיא-פראגראם פון עדי קאנטאר. אין משך פון דער פארגאנגענער פאר יארן האט ער געהאט אין ,ראדיא בלומבערג' א פינף-מינוטיקע ראדיא-פראגראם מיט קורצע באריכטן און אנעקדאטן וועגן דער אונטערהאלטונגס-אינדוסטריע.
הער פראנקלין האט זיך אפט בארימט מיט דעם, וואס ער האט געהאט אינטערוויואירט אומגעפער 30,000 פערזענלעכקייטן, איינשליסנדיק: ראנאלד רעיגאן; בינג קראסבי; רודי וואלי; דעבי רענאלדס אא"וו. דער זינגער בינג קראסבי איז געווען ביי פראנקלינ'ען דער באליבסטער גאסט.

נאר אין ניו-יארק
א הייזקע אויפן דאך פון א בנין
א הייזקע אויפן דאך פון א בנין

ס'א טאקע א לעבעדיקע וועלט, וואס פליסט-איבער מיט געשמאקע, טשיקאווע סיטואציעס און מעשהלעך. אין מיטן דער קאכיקער, טומלדיקער מעטראפאליע האט א פאר מענשן אויפגעבויט א פארשטאטישע הייזקע אויפן דאך פון א געביידע מיט דירות. אט-די צוויי לייטן האבן זיך ניט געקאנט אנטשליסן, צי זיי ווילן לעבן אין א שטאט צי אין א פארשטאט. זיי האבן ענדלעך באשלאסן, אז זיי ווילן טאנצן מיט איין מאל אויף צוויי חתונות און אויפגעבויט א הייזקע מיט א גאניק אויפן דאך פון בנין, אין וועלכן ס'געפינט זיך זייער דירה!
* * *
אויף לינקס זעט מען נאך אן אינטערעסאנט הויז אין מיטן שטאט. דער קינסטלער האט, ווייזט-אויס, געוואלט פארשענערן מיט אט-דער מאלעריי דאס הויז ווי אויך די געגנט.
רייזע-בילדער
משה לעווין, קארעספאנדענט, לאס-אנזשעלעס
משה לעווין, קארעספאנדענט, לאס-אנזשעלעס
אוניקאלע וואקאציע-ערטער די מדינות מיט די גליקלעכסטע אויף דער וועלט באפעלקערונגען זיינען געשעפטס-פריינטלעכע דעמאקראטיעס מיט א שטארקער מלוכה-צדקה-פראגראם. די גליקלעכסטע פינף מדינות זיינען: נארוועגיע; דענעמארק; פינלאנד; אויסטראליע, און ניי-זעעלאנד. 1 וואס איז אייער דעפיניציע פון ,גליקלעכקייט'? 1 פאר דער מערהייט האט ,גלעקלעכקייט' צו טאן מיט האבן גענוג געלט צו טאן און קויפן וואס מ'וויל: א הויז; שפייז; קליידער; אן אויטא וכדומה. גליקלעכקייט האט אבער איז ענג פארפונדן און קומט אויך פון אנדערע זאכן. גליקלעכקייט קאן קומען אויך פון: געזונט (א לעבן אן שום ווייטיק און אן קיין פיין) און פון דער פעאיקייט צו געבן אויף זיך אליין אכטונג. גליקלעכקייט קאן פראסט און פשוט זיין געניסן די געזעלשאפט פון חברים און קרובים. גליקלעכקייט מיינט אויך רעדע- און רעליגיע-פרייהייט, די פרייהייט צו זאגן פראנק און פריי וואס מ'טראכט און צו געהערן צו וועלכער ניט איז רעליגיע. 1 גליקלעכקייט מיינט אויך האבן געלעגנהייט צו באקומען א בילדונג, די פרייהייט צו פירן געשעפטן אן שום מלוכה-שטערונגען אדער האבן אן אייגן געשעפט. מ'קאן זיך גליקלעך מאכן אויך פון האבן א וואונדערבארע אידייע און זי פארוואנדלען מיט דערפאלג אין א געשעפט, וויסנדיק, אז וואס שווערער מ'וועט ארבעטן, אלץ גרעסער וועט ווערן דער לוין. 1 מיט דעם באגריף האבן די פארשער אין ,לעגאטום', א פארשונגס-אינסטיטוט אין לאנדאן, אונטערגענומען א פראיעקט צו באשטימען, וועלכע מדינות זיינען די גליקלעכסטע אויף דער וועלט. זיי האבן באנוצט די טערמינען דערפאלג און וואוילזיין, ווייל ,גליקלעך' האט א ניט-ערנסטע באדייטונג. ,לעגאטום' האט פארענדיקט אין 2010 זיין ,פראספעריטעטס-אינדקעס', וואס אנאליזירט 110 לענדער און נעמט-אריין 90% פון דער וועלט-באפעלקערונג. כדי צו שאפן דעם אינדעקס האט ,לעגאטום' צונויפגעזאמלט העכער א טוץ אינטערנאציאנאלע אנקעטעס פון פארשידענע אויספרעג-ארגאניזאציעס ווי ,גאלאפ', די פונדאציע ,העריטעדזש' (יחוס) און ,דער וועלט-עקאנאמיק-פארום'. יעדעס לאנד האט באקומען האט מען באזונדערע צייכנס אין די 89 קאטעגאריעס מיט 8 אונטער-קאטעגאריעס: עקאנאמיע; פרייהייט; געשעפטס-פרייהייט; רעגירונג; בילדונג; געזונט; זיכערהייט, און סאציאלע מלוכה-פראגאמען. 1 די טעזע ,פראספעריטעט' איז קאמפליצירט. ווי אזוי מ'דערגרייכט פראספעריטעט הענגט-אפ פון פיל פאקטארן, וואס זיינען אפט ענג-פארבונדן איינער מיטן צווייטן ווי אויך מיט א צאל אנדערע פאקטארן. 1 די גליכלעכקייט פון א מענש אין דער קעגנווארט ווענדט זיך איבערהויפט ווי גליקלעך דער מענש איז געווען אין דער פארגאנגענהייט. אויב מ'איז שוין רייך ווי אין סקאנדינאוויע, וואלט זיך די גליקלעכקייט פארגרעסערט ביי אים צוליב א גרעסערער פרייהייט, געזונט און זיכערהייט. אין כינע און אינדיע קומט גליקלעכקייט צום מערסטן פון האבן גאנץ פיין פרנסה. גליקלעכקייט ווענדט זיך הויפטזעכלעך אין די ווערטן פון דער קולטור, דערקלערן די פארשער. 1 | דזשונגל-טייך פארכאפט וועלן-רייטער וואס שייך היימלעכע ערטער מיט צויבער-כוואליעס פאר וועלן-רייטער האט גארניט קיין גלייכן די לעצטע אנדעקונג בעת א סערפינג-עקספעדיציע אין אן אינדאנעזישן דזשונגל. די פארכאפנדיקע אנטדעקונג פון א פלאץ מיט וואונדער-כוואליעס פאר וועלן-רייטער איז ניט פארגעקומען נעבן קיין פלאזשע אדער ים-ברעג נאר אין א פארווארפענעם דזשונגל-טייך, וואס ווערט כסדר באמבארדירט פון א שטארקן קעגנפלוס פון ים. 1 אין קעגנזאנץ צו די מערסטע צופלוסן, איז אט-דער קעגנשטראם פונעם אקעאן אין גאנצן אנדערש פון די וואס פליסן טייך-ארויף און ברענגען קליינע, שוואכע כוואליעס. אנמערקבאר איז דער דאזיקער פענאמען, וואס שטופט דעם צופלוס טייך-ארויף און שאפט צויבער-כוואליס פון 8 ביז 10 פוס. 1 פאר וועלן-רייטער איז דער דאזיקער טייך די גרעסטע אנטדעקונג אין פארלויף פון די פארגאנגענע 20 יאר. דער פענאמען פארכאפט און פארכשופט יעדערן, וואס זעט אים. ,דאס איז דאס גרעסטע געווינס ביי די פאריקע 20 יאר!' האט געזאגט טאם קורען, א דריי-מאליקער וועלט-מייסטער, וואס באזוכט כסדר ים-ברעגן איבער דער וועלט, בכדי צו געפינען די ,פולקומע וועלע'. אין 1990 האט ער געוואונען זיין לעצטן וועלט-מייסטערשאפטס-מעדאל. 1 הער קורען איז א שטילער און עניוותדיקער יאט, וואס גרויס זיך קיינמאל ניט מיט זיינע גאלדענע מעדאלן און מייסטערשאפט. די אנטדעקונג זיינע האט אבער צוגעצויגן פיל לויב און רום. דעם ארט האט ער נאכן נעענסטן דערפל אין דעם דזשונגל א נאמען געגעבן ,די זיבן גייסטער'. גאר גרויס איז דער אינטערעס מיט זיין אנטדעקונג ביי די, וואס זיינען פארקאכט אין דער וועלן-רייטעריי.1 די דאזיקע טרוים-כוואליעס רופן-ארויס דערשטוינונג ביי וועלן-רייטער אומעטום, ווייל די ברוינע כוואליע-וואנט ברעכט זיך פון אויבן ביז אונטן, וואס איז ענלעך צו די דינע, מעכטיקע וועלן, וואס גנבהנען-אריבער די קאראלן-ריפן. דער טייך-ברעג שפילט אויך א ראלע אין שאפן די פאנטאזיע-כוואליעס דורך אריינשיקן די קלענערע קעגנפלוסן אינעם הויפט-שטראם אין מיטן טייך. אזעלכע גלענצנדיקע כוואליעס פאר וועלן-רייטער זיינען קיינמאל ביז אהער ניט געפונען געווארן אין די אקעאנען. 1 שמשון בעקער איז א קארעספאדענט פון ,דער מאמענט', וואס לעבט אין ריא-דע-זשאנערא. אין די 40ער יארן, קורץ נאכדעם ווי ער איז אנגעקומען קיין בראזיל, איז ער בחורווייז געווארן א וועלן-רייטער. דער יונגער ייד איז ענדלעך געווארן א מייסטער אין דעם ספארט. 1 |
די גליקלעכסטע לענדער אויף דער וועלט
איין סיבה פארוואס מ'גייט אויף וואקאציע איז צו טאן מיט אויפהייטערונג עפעס נייעס. א סך אורלויב-ערטער באטן-אן ספעציעלע באדינונגען. פאראן זיינען אויך עטלעכע פלעצער, וואס שטעלן-צו די געסט אן איינציקע, גרויסארטיקע איבערלעבונג; דערצו זיינען דא נאך א צאל אנדערע קור-ערטער, וואו די באזוכער זעען אטעם-פארכאפנדיקע לאנדשאפטס-רוימען און נאטור-וואונדער-לענדער, וואו ס'וואקסן עקזסאטישע ביימער און פלאנצן, וואס עקזיסטירן בלויז נאר אויף אן איינציקן ארט אדער וואו די בערג נעמען-אן א וואונדערשיינעם, איינציקארטיקן כאראקטער. נאך אנדערע מקומות זיינען אוניקאל צוליב די ארטיקע קינצלעך-געשאפענע אזערעס, וועלדער אדער בערגלעך ווי, למשל, גאנצע אינזלען געבויט בלויז נאר מיט זאמד אדער א האטעל געמאכט פון אייז-סקולפטארן.
די בלויע לאגונע
די בלויע לאגונע אין איסלאנד פארמאגט אן אומפארגלייכבארע שיינקייט, וואס איז איין סיבה פארוואס איסלאנד איז באקאנט ווי ,דאס פייער-און-אייז-לאנד', זאגט אנע באנאס, די הויפט-ראדאקטארין פון ,סמארט-טראוועל.קאם'. ,דאס איז אן ארט, וואס מ'מוז זען בלויז איין מאל אין לעבן. דא שווימט מען אפט אין בלאטע-וואסער, בשעת ס'שיט זיך א שניי', האט באנאס צוגעגעבן. ס'איז כדאי איינצושטיין אינעם האטעל ,בלו לאגון ספא', וואו מ'קאן זיצן אין א שוויץ-באד אדער שווימען אין דער לאגונע און טרינקן איינצייטיק געשמאקע מיש-געטראנקען.
בוטאן
הויך אין די הימאלאיען ליגט בוטאן, די יינגסטע דעמאקראטיע אויף דער וועלט. דער 30-יעריקער קעניג האט געשפילט די הויפט-ראלע אין שאפן א דעמאקראטישע רעגירונג מיט א פארלאמענט. דער אויסדרוק ,ברוטא-סאציאל-גליקלעכקייט' (א ווערטערשפיל וועגן ברוטא-סאציאל-פראדוקט) איז אויסגעטראכט געווארן פונעם געוועזענעם מלך, וואס האט אונטערגענומען א פראיעקט צו מאדערניזירן די מדינה. בוטאן שטייט איצט מיט איין פוס אין דער אלטער וועלט און מיטן צווייטן אין דער נייער. דער צונאמען פון אט-דעם בארג-קעניגרייך איז ,דער לעצטער גן-עדן'.

נאטור און וויסנשאפט
ד"ר רחמיאל פישביין, ספעציעלער קארעספאנדענט
ד"ר רחמיאל פישביין, ספעציעלער קארעספאנדענט
בייזע מעוועס אטאקירן ענגלענדער | א קריכנדיקער פיש אטאקירט דרום-מזרח-אזיע |
וויסנשאפט
די פיש האבן אלץ איבערגעלעבט!
די פיש האבן אלץ איבערגעלעבט!

דער ריזיקער מעטעאר-קראך, וואס האט געמאכט א סוף מיט דער דינאזויערן-עפאכע און האט אומגעבראכט א וועלט מיט באשעפענישן סיי אויפן לאנד סיי אין די אקעאנען האט ניט געפגרט צו פיל באשעפענישן אין טייכן און אזערעס מיט זיסוואסער. דער קראך האט אונטערגעצונדן די אויבערפלאך פונעם גלאבוס און פארפאראשעט און פארטונקלט דעם הימל מיט שטויב, וואס האט ענדלעך אראפגענידערט די לופט-טעמפעראטור און פארקילט דעם גאנצן פלאנעט. די היינטיקע פארשונגען ווייזן, אז די קריכער און ערד-וואסער-בריאות אינעם זיסוואסער האבן איבערגעלעבט אזא ריזיקע קאטאסטראפע, ווייל זיי האבן פארמאגט א בעסערע אנפאסונגס-פעאיקייט צו די גיכע ענדערונגען אין דער נאטור-אומגעבונג.
דאס מאסן-אויסשטארבן (דאס לעצטע און דאס באקאנטסטע אין דער וועלט-געשיכטע), וואס איז פארגעקומען מיט 65 מיליאן יאר צוריק, האט אפגעפגרט 75% פון אלע זגאלן אויפן ערד-קוגל. א ריזיקער מעטעאר-קראך אין דעם היינטיקן מעקסיקע האט פאראורזאכט דאס אומגליק. אחוץ די פייגל זיינען די אלע דינאזויערן אומגעקומען אין גאר א קורצער צייט. טראץ דעם, וואס די ארגאניזמען אין די אקעאנען זיינען מאסנווייז אויסגעשטארבן, האבן די באשעפענישן אין די טייכן און אזערעס ניט געהאט דעם זעלבן גורל.
די לעצטע פארשונגען ווייזן, אז די פיש צוזאמען מיט א סך אנדערע באשעפענישן אין די טייכן און אזערעס האבן איבערגעלעבט די קאטאספראפע אן קיין זונשיין, ווייל אזוי ווי איצט זיינען זיי דעמאלט געווען געוואוינט צו א קאלטער וואסער-טעמפעראטור און חושכדיקע ווינטערן, ווען די וואסער-אויבערפלאך איז פארפרוירן. די ים-בעלי-חיים האבן קיינמאל ביז דעמאלט ניט געמוזט בלייבן לעבן אין אייזקאלטע, שטאק-פינצטערע וואסערן, וואס האט געבראכט צום אומקומען אויך דעם פלאנקטאן.

קונסט
,די פרוי אין גאלד'
בונים לעדערער, קארעספאנדענט, לאס-אנזשעלעס
,די פרוי אין גאלד'
בונים לעדערער, קארעספאנדענט, לאס-אנזשעלעס

דער פילם שטיצט זיך אויפן קאמף פון מאריע אלטמאן, וואס האט געזוכט אין די 1990ער צוריקצוגעווינען די פיר מאלערייען, וואס די נאציס האבן צוגעגנבעט ביי איר משפחה. עסטרייך האט באהינדערט יעדן פארזוך פון פרוי אלטמאן, זיך אפגעזאגט אונטערצוהאנדלען מיט איר, דערקלערט דאס בילד פאר א מתנה פון איר מומע און פארשלעפט דעם גאנצן קאמף אין די אמעריקאנער געריכטן מיט דער האפענונג, אז די אלטע פרוי וועט באלד שטארבן און דער ענין אין גאנצן בטל ווערן. ענדלעך אין 2006 האט זי געזיגט אין אן עסטרייכיש געריכט, וואו די ריכטער האבן איינשטימיק דערקלערט, אז עסטרייך מוז אפגעבן פרוי אלטמאן די פיר קונסט-ווערק. ,די פרוי אין גאלד' איז פארקויפט געווארן אין 2007 פאר $135,000,000 אויף א לעציטאציע אין ניו-יארק און הענגט איצט אין ,די נייע גאלעריע' אין מאנהאטן. בסך-הכל האט פרוי אלטמאן באקומען אן ערך $300,000,000 פאר די פיר געמעלן.

מאדאם מירען איז אן אויסערגעוויינלעכע אקטריסע, וואס שפילט ווי א מייסטערין די ראלע פון מאריע אלטמאן .פרעכטיק זיינען די סצענעס פון ווין אין די 30ער יארן איידער עסטרייך האט זיך אנגעשלאסן אין דייטשלאנד. דער פילם מאלט מיט בילד-שיינקייט דאס אמאליקע ווין, ,די וואלצן-שטאט', און שילדערט רעאליסטיש די פארמעגלעכע יידישע פאמיליע, פאר וועלכער קלימט האט געשאפן דעם פארטרעט. הארץ-רייסנדיק זיינען די סצענעס פון די אנטיסעמיטישע העצעס און דיסקרימינאציע-אקטן אויף די ווינער גאסן. דער פילם האט אבער א הארץ-רירנדיקע, גליקלעכע ענדע, וואס האט געבראכט צום וויינען א סך צושויער אינעם קינא. דאס לעצטע מאל, וואס מיר האבן געזען, אז א היפשע צאל צושויער זאל וויינען איז געווען מיט א סך יארן צוריק. ס'איז כדאי צו זען ,די פרוי אין גאלד'. בראווא!
* * *
,די פרוי אין גאלד' האט אונז אויפגעפרישט דעם זכרון און צוריקגעבראכט א סך זכרונות פון די אמאליקע יארן אין דער אלטער היים. מיר זיינען מזרח-אייראפעאישע יידן און ניט קיין ,איידעלע, פרייע יידן' ווי די פון צענטראל-אייראפע, וואס האבן גערעדט נאר לשון-אשכנז. דאס אייראפעאישע יידנטום האט א סך דורות געהאלטן די דייטשע און עסטרייכישע יידן פאר די איידלסטע יהודים אין אייראפע, און אפשר די איידלסטע בני-ישראל אויף דער דער וועלט. נאך איידעלער ווי די יידן אין דייטשלאנד זיינען געווען די יידן פון עסטרייך בכלל און די ווינער יידן בפרט. בערלין איז געווען א שטיקל מעטראפאליע מיט כלערליי קולטור-טעטיקייטן אבער ווין איז געווען די וואלצן-שטאט, אן עלעגאנטע שטאט מיט גאר איידעלע מענשן. ביזן היינטיקן טאג רעכענען זיך די ווינער פארן אויבערשטן פון שטויסל און האלטן, אז קיין שום אנדער שטאט אין דער דייטש-ריידנדיקער וועלט קאן זיך ניט פארגלייכן מיט איר. ס'איז דעריבער גארניט קיין וואונדער, אז איינע פון די טייערסטע אויף דער וועלט מאלערייען, קלימטס ,די פרוי אין גאלד', איז געשאפן געווארן אין ווין.
די משפחה פון מאריע אלטמען איז געווען א קליינבירגערלעכע און גאר א פארמעגלעכע. אין דער וואלצן-שטאט האט מאריעס פאמיליע געלעבט הויך און וואויל.
ווין, ווין, נאר דו אליין, זאלסט שטעץ די שטאט מיינע טרוימען זיין!
דארט וואו די אלטע הייזער שטייען, דארט וואו די ליבלעכע מיידלעך גייען!
ווין, ווין, נאר דו אליין, זאלסט שטעץ די שטאט פון טרוימען זיין!
דארט וואו איך גליקלעך און זעליג בין, איז ווין, ווין, מיין ווין!
ווין, ווין נאר דו אליין, לאכן און טאנצן און פריילעך זיין.
אלעס איז גוט און אלעס איז פיין אין ווין, ווין, מיין ווין.

בריוו אין רעדאקציע
גאנץ כתריאלעווקע רעדט וועגן ,דער מאמענט'
זייער געערטע חברים:
,דער מאמענט' איז א היינטוועלטיקע צייטונג, וואס איז די אמתע סחורה און דאס אויבערשטע פון שטויסל! גאנץ כתריאלעווקע רעדט וועגן דעם אינטערעסאנטן און אינהאלטסרייכן ,מאמענט'. אייער צייטשריפט איז א מאניע ביי די פאטריאטן פאר יידיש, וואס איילן זיך זי צו לייענען, ווען נאר ס'דערשיינט א נייער נומער.
כ'געדענק די גרויסע טאג-בלעטער אין פוילן און אייער זשורנאל איז נאך בעסער און נאך רייכער פון זיי. קיין שום מאל האב איך זיך ניט פארגעשטעלט, אז כ'זאל לייענען א פובליקאציע אויף יידיש מיט אקאדעמישע ארטיקלען מיט פוס-נאטעס. כ'ווייס ניט, ווי ס'איז מעגלעך ארויסצוגעבן אזא געשמאקע צייטונג אין אט-אזא עפאכע, ווען די יידישע פרעסע און קולטור זיינען שוין טויט.
מיט זעקס יאר צוריק איז ,דער מאמענט' ארויסגעטראטן שטילערהייט אין מיטן נאכט פון א צויבער-טומאן. ער איז געשאפן געווארן פון א קרעמל יידן ,על-רגל-אחת מיט א תפלה מיט כונה, א זשמעניע זאלץ און א הייפעלע שמאלץ', אזוי ווי איר שרייבט, ר' רעדאקטאר. אין גאר א קורצער צייט איז אייער צייטשריפט געווארן גאר שטארק פאפולער און איז אריין אין שוסטער-גאס.
ר' יעקב, איר האט דערגרייכט א גאלדענעם רעזולטאט. יעדע פאר חדשים גיט איר ארויס נאך א גרויסן נומער מיט די אינטערעסאנטסטע ארטיקלען אויף א געשמאק און היימיש לשון! דערצו ווערט אייער זשורנאל אלע מאל וואס אמאל גרעסער און אינטערעסאנטער. ס'איז א נס, וואס ס'בליט אזא צייטונג ווי ,דער מאמענט' אין א צייט, ווען ס'זאלן שוין מער ניט עקזיסטירן קיין יידישע צייטשריפטן.
זייט געבענטשט און מצליח! אין גוטברודערשאפט,
לילקע מעקלער, פאריז
ד"ר פישביין יש"ו באשמוצט די לופט!
הער הויפטרעדאקטאר:
כ'שרייב ניט ,חשובער' אדער ,זייער געערטער' הויפטרעדאקטאר, ווייל חשוב און זייער געערט זייט איר אין גאנצן ניט. אייער צייטשריפט איז א סקאנדאל-צייטונג פול מיט אנפאלן, רכילותן, פלאטקעס און אלץ, וואס איז טריף און פסול. ביי אייך אין רעדאקציע איז אבער דא איין פערזאן, וואס איז א וואזשנער פראפעסיאנאל! ד"ר פישביין איז א וואזשנער, פראפעסיאנעלער ימח-שמוניק, וואס מאכט משוגע און ברוגז יעדערן, וואס לעזט, וואס ער שרייבט. איר זייט אליין שולדיק, ר' רעדאקטאר, מחמת איר דערלויבט אים צו טאן אזוינס.
ד"ר פישביין דערמאנט מיך אין דעם גראבן יונג, וואס איז געזעסן צווישן די אלע אנדערע שילער אין קלאסצימער און האט געמוזט מאכן א תל פון דער הערשנדיקער רואיקייט. די אלע קינדער האבן געמאכט שטילערהייט זייערע לעקציעס און דער יונגאטש האט געדארפט מכלה מאכן די שטילקייט דורך ארויסלאזן א לופט פון יענער מעשה מיט א רויש, כדי אלע זאלן וויסן, וואס ער האט געטאן. דער שטונק איז געווען אזוי געוואלדיק, אז די אלע אנדערע שילער זיינען אנטלאפן פון צימער. דער לערער אליין איז ארויסגעשפרונגען פון פענסטער צוליב דעם מוראקידן געשטאנק. דער שטאלצער בעל-דבר איז געבליבן זיצן, לאכנדיק ווי א משוגענער.
דער פארשאלטענער דאקטאר איז אט-אזא חסר-דעהניק ווי די בהמה, וואס האט פארסמט די לופט אין דעם קלאסצימער. און דאס אלץ טוט פישביין מיט אייער הסכמה, הער קארנפעלד... וואס מיינט, אז איר האלט אויך פאר קאמיש פישביינס גראביאנסקע, שענדלעכע אויפפירונג.
ביינוש לעדערמאן, ברוקלין, נ"י
דער ריינער אמת וועגן דעם טרייפן עמעס
חברים אין רעדאקציע! כ'האב זיך מחיה געווען מיט אייער דערלאנגען א טויט-קלאפ די טאווארישן און סאוועטישע לאבוסעס אין ,דער פארווערטס', וואס האלטן פאר א ליטעראטור די סאוועטישע פראפאגאנדע-פאסקוטסווע אויף יידיש. ווען מ'שרייבט אין ,דער מאמענט', אז די גאנצע ליטעראטור איז פארפאסט געווארן אין אן אטכאזשע הינטער דער פלויט אויף א פארטיי-צווינטער אין די טרושאבעס, איז דאס דער אמת, דער ריינער אמת און בלויז נאר דער אמת.
די סאוועטיש-יידישע פראפאגאנדיסטן האבן אנגעשריבן נודנע פאעמעס, דערציילונגען און ראמאנען וועגן זאוואד-ארבעטער, קאלכאזניקעס און דאמבע- און עלעקטראסטאנציע-בויער.
די דערציילונגען, ראמאנען און געדיכטן פון די סאוועטיש-יידישע פען-קראצער האבן דעם זעלבן ווערט, וואס שמוץ און דרעק.
מיט דרך-ארץ, מיכאל קאגאן, טשיקאגע
דער אמת מיט אן אלף
געבענטש זאל זיין ,דער מאמענט' פאר פארעפנטלעכן דעם אמת וועגן דער סאוועטיש-יידישער קולטור! אייער נומער צום 12טן אויגוסט איז געווען פול מיט אינטערעסאנטע ארטיקלען און פאלעמיקעס וועגן דער דרעק-קולטור אין ראטן-פארבאנד, וואס די יידישע אינטעלעקטואלן האבן באצייכנט ווי אזא מין ,יידישע קולטור'.
אייערע שרייבער זייט גאר אין גאנצן גערעכט, אז ,סלאווע סטאלינו'* איז דאס זעלבע וואס ,הייל היטלער'. קיין שום אונטערשיד זע איך ניט אין די צוויי ,באגריסונגען'. אלס קרבן פון רויטן חורבן אין ראטן-פארבאנד ווי אויך אלס חורבן-געליטענע דאנק איך אייך זייער פארן זאגן דעם אמת מיט אן אלף. ס'איז מער ניט דא קיין סאוועטן-רוסלאנד און דער היינטיקער דור ווייסט, צום צער, גארניט פון דעם, וואס ס'איז געשען בשעתן רויטן שרעק-חלום און בעת ,דער קאלטער מלחמה'.
מיט דאנקבארקייט און אין גוטברודערשאפט, נעמי האראוויץ, מיאמי
*הייל סטאלין!
נידער מיטן בריטישן הויפט-רב!
חשובע רעדאקטארן פון ,דער מאמענט':
הרב זאכס איז א ימח-שמוניק פון א גאנץ, טרייף יאר. מיט אזוינע חברים ווער דארף האבן שונאים? וואס האט דאס בריטישע יידנטום געטאן, כדי זי זאל האבן אזא ראבינער ווי יונתן זאכס? דער ראבינער איז ניט בלויז א חוצפהדיקער עם-הארץ, נאר ער איז אויך שמאלצאווניק! ריידנדיק וועגן חוצפה!
איצט איז ניט די צייט צום שווייגן. איצט איז ניט די צייט צום פארשווייגן די אומארנטלעכקייט און די אלע קריוודעס אויף די אייראפעאישע יידן. איצט איז די צייט צו קעמפן. אזוי ווי אין פראנקרייך בושעוועט אין ענגלאנד א קולטור-קאמף. די ענגלישע יידן מוזן ניט און טארן ניט פארשווייגן און אויסשטיין די אומארנטלעכקייט און די אלע מענות און עוולות אויף יידן מצד די אראבער.
מיינע ברידער און שוועסטער אין אייראפע, לאזט זיך ניט שפייען אין דער קאשע!
אין גוטברודערשאפט, מאניע שלאמאוויטש, לאנדאן

דעם זיידנס עצה
געמאכט מיט דער האנט
און צוזאמענגענייט מיט אלטע פעדעמלעך
איז געווען דער ערשטער בריוו אין ,א בינטל בריוו'.
ווען דער הויפט-רעדאקטאר אב קאהאן האט אויפגעריסן דעם קאנווערט,
איז ער באשפריצט געווארן מיט הייסע טרערן.

זייער געערטע לעזער:
אייער זיידע ווינשט אייך א גוט, געזונט און כשר ניי-יאר.
ס'איז געווען פאר מיר גאר א גרויסע מחיה און כבוד צו פארפאסן אט-די אפטיילונג אין משך פון די פארגאנגענע דריי יאר. כ'האב ליב ענטפערן אויף אייערע פראגעס און העלפן אייך ארויס פון זומפ מיט מיינע עצות.
אלע עצה-רובריקעס אויף יידיש שטיצן זיך אויף ,א בינטל בריוו' פון ,דער פארווערטס'. די דאזיקע אפטיילונג איז געווען א וועגווייזער פאר אזוי פיל אימיגראנטן אין אמעריקע, וואס האבן זיך געפונען אין א נייער, פרעמדער וועלט. ,א בינטל בריוו' האט געהאלפן א גאנצן דור זיך צואייגענען די אמעריקאנער קולטור און אירע מנהגים און טראדיציעס. ,א בינטל בריוו' האט פארלינדערט די אנגסט און צרות פון אימיגראנטן אן א שיעור און זיי געטרייסט מיט הארציקע עצות און געזונטע ענטפער אויף די לעבנס-פראגן אין דער נייער היים.
מיט גרויס חשק ווארט איך אויפן נייעם יאר, בשעת וועלכן כ'וועל ווייטער געניסן צו געבן די לעזער פון ,דער מאמענט' עצות און זיי טרייסטן מיט ליבהארציקע און צארטע ווערטער.

אן עלעגאנטער קאבאק-זופ

קאך־באשטאנדטײלן
2 לעפל פוטער
1 לעפל בױמל
2 טעפּלעך צעהאקטע געלע ציבעלעך (2 ציבעלעס)
1 פושקע קירבעס-צימעס (15 אונץ)
2 פּושקעס קאבאק־צימעס
3 טעפלעך קוליש
2 לעפעלעך זאלץ (װי נױטיק איז)
1 לעפעלע שװארצער פעפער (פריש-צעמאלט)
1 טעפל קרעם-מילך (1/2 טעפל קרעם מיט 1/2 טעפל מילך)
1 לעפל פרישער טימיאן
1 לעפעלע סמעטענע אלס דעקאראציע מיט צעברעקלטע, געברוינטע שטיקעלעך ברויט
אונטערריכטונגען
װארעמט-אן די פּוטער צוזאמען מיטן בױמל אין א גרױסן טאפּ.
שיט-צו די צעהאקטע ציבעלעך צום בױמל און פוטער.
קאכט אויף 10 מינוט דעם קוליש איבער א מיטלמעסיקן פלאם.
מישט-צו צום קוליש דעם קירבעס, קאבאק, זאלץ און פעפער.
קאכט דאס אלץ אויף 20 מינוט אין א צוגעדעקטן טאפ איבער א קליינעם פלאם. נעמט דאס אראפ פון אױװן און גיסט דאס זופ ארײן אין מיש-אפאראט, ביז ס'װערט פליסיק. גיסט װידער ארײן דאס זופ אין טאפ, צוגיסנדיק מילך מיט קרעם און װארעמט עס אן לאנגזאם. שיט-צו זאלץ, פעפער און טימיאן ווי ס'איז נויטיק/ווי ס'איז אייך באליבט. פארצירט דאס זופ מיט א לעפעלע סמעטענע און צעברעקלטע פארברוינטע ווערפלעך ברויט.
כדי צו מאכן פרישע ,קרוטאנעס', שניידט-אפ די סקארע פונעם ברויט און שניידט דאס ברויט אויף ווערפלעך. באקט שנעל די שטיקלעך (מיט א לעפל פוטער, א הייפעלע זאלץ צוזאמען מיט א זשמעניע פעפער), ביז זיי ווערן ברוין און הארט. פארפוצט דאס זופּ מיט א לעפל סמעטענע* (אדער װי ביי אייך איז דער שטייגער).
סמעטענע-דעקאראציע: מישט-צו צו דער סמעטענע 1 לעפל טרוקענער טימיאן, 1 לעפעלע זאלץ און איין לעפעלע (פריש-צעמאלטער) פעפער.

די וואונדערשיינע און פארבנרייכע וועלט
פון טאבי גאטעסמאן-שניאור
פון טאבי גאטעסמאן-שניאור

א וואונדערבארע מאלערין
ס'האט אונז געטראפן א גאלדן גליק, אז מיר האבן זיך אנגעשלאגן לעצטנס אין אינטערנעט אויף די קונסט-ווערק פון טאבי גאטעסמאן-שניאור, א וואונדערבארע ארטיסטין. פרוי שניאור שאפט פארבנרייכע מאלערייען וועגן דעם חורבן ווי אויך וועגן היינטיקן לעבן.
בונטע חלומות
אונזער נייע פריינדין איז די טאכטער פון חורבן-געליטענע פון אונגארן, דער טאטע פון די קארפאטן און די מאמע פון טראנסילוואניע. טאבי זעט און מאלט די וועלט מיט פארבנרייכקייט. זי שענקט דעם עולם וואונדערשיינע געמעלן, וואס זייערע פארבן זיינען טיף, רייך און פול מיט פאטאס. יעדע מאלעריי אירע רופט-ארויס ביים אנקוקער א וועלט מיט עמאציעס, סיי גליקלעך סיי טרויעריק.
פארבנרייכע קאשמארן
פרוי גאטעסמאן-שניאור זעט די וועלט פון אן איינציקארטיקן און גרויסארטיקן פערספעקטיוו. זי דערקלערט אפט, אז א שרעק-חלום איז אויך פארבנרייך. אירע געמעלן, וואס שילדערן סצענעס פון דער שואה זיינען בונטע מייסטער-ווערק. יעדע מאלעריי אירע פארמאגט א ספעציפישן אנזאג, וואס זי באטאנט אויף א בולטן אופן מיט טיפע טון רייכע פארבן. ס'איז א מחיה צו זען און אנאליזירן אירע מאלערייען, וואס זיינען ערשטקלאסיק. אויף דער וועלט זיינען ניט פאראן קיין סך ארטיסטן ווי טאבי!

כדי צו זען און קויפן די קונסט-ווערק פון פרוי גאטעסמאן-שניאור
באזוכט איר אינטערנעט-זייט אויף
www.tobygotesmanschneier.com
באזוכט איר אינטערנעט-זייט אויף
www.tobygotesmanschneier.com
ווען אלץ ווערט טונקל, געדענקט זשע,
נאר אין דער שטאק-פינצטערניש זעט מען די שטערן!
נאר אין דער שטאק-פינצטערניש זעט מען די שטערן!
צווישן די בלאנדזשענדיקע שטערן

פוצט זיך אויס ווי א פריץ,
נאר רעדט יידיש ווי פרץ!

שרייבט אונז מיט אייערע באמערקונגען:
yiddishmoment@yiddishmoment.com
דרוקט אייער רעקלאמע דא אין אונזער צייטונג!
וועגן אינפארמאציע בנוגע רעקלאמעס:
yiddishmoment@yiddishmoment.com
אכטונג: בנימין עקלשטיין, רעדאקציע-סעקרעטאר
שענקט ,דער מאמענט' א מתנה
צום פאראייביקן די יידישע פרעסע און קולטור!
,דער מאמענט' שענקט אייך יעדע וואך א מתנה: מ'לייענט בחנם אונזער זשורנאל.
מ'דארף אים ניט אויסשרייבן, זיך ניט איינשרייבן, ניט אנשליסן און ניט פארשרייבן.
פאראייביקט די יידישע פרעסע און קולטור
דורך שענקען ,דער מאמענט' א מתנה מיטן ביישטייערונגס-קנעפל.
דאס איז אייער ,מאמענט'!

פון ליובאוויטש (קורצע פאות)
ביז סאטמאר (לאנגע פאות)...
פון סאנז ביז סאדיגור...
און פון בני-ברק ביז בארא-פארק...
ביני-לביני נאך עלינו זאגט דער רבי ביים קידוש:
,די וועלט איז יונג און חסידיש!'
* * *
,דער מאמענט' ווינשט אייך יעדע וואך
א גן-עדנדיקן שבת און א שבתדיקע וואך!

,דאס סעפטעמבער-ליד'
אין ,נאציאנאלן קונסט-קלוב'* אין ניו-יארק האט אונזער פרעזידענט איינגעלאדן אין יאנואר 1994 א גרופע יאטעביעדאמען אויף א וועטשערינקע. איין גאסע איז געווען אן באקאנטער געשעפטסמאן, אן אנדער אורחטע איז געווען רוט וואריק, די בארימטע אקטריסע פון פילם ,בירגער קעין'** און דער שטערן פון דער טעלעוויזיע-פראגראם ,אלע מיינע קינדער'***. צווישן די אנדערע אורחים זיינען אויך געקומען צו גאסט אן עסטרייכישע באראנעסע און א פירשטין פון האלאנד.
דאס גאנצע עס-זאל אין דעם עלעגאנטן קלוב איז געווען אנגעפאקט. די געסט ארום דעם טיש פון ד"ר נאמאסט האבן געבעטן די אקטריסע פארזינגען א ליד. מאדאם וואריק האט אויסגעוויילט ,דאס סעפטעמבער ליד'. זי האט אנגעהויבן זינגען ניט זייער הויך און די פארבעטענע אויף דער וועטשערינקע זיינען אנטציקט געווארן פון דער ווייכער שטימע פון דער וואונדערבארער סאפראנין. נאר די אכט געסט ביי דעם טיש אין א געמיטלעך ווינקעלע האבן זי צוערשט געהערט זינגען: ,אז כ'בין געווען א יונגער מאן אויף א ראנדעוואו מיט א יונגער פרוי מיט גאלדענע לאקן...'.****
די געסט ביי די אנדערע טישן האבן איבערגעריסן זייערע שמועסן, אויפגעהערט ריידן און זיך צוגעהערט און צוגעקוקט צו דער שוישפילערין, כדי זיך צו פאסמאקעווען מיט אט-דעם טעם גן-עדן. דער גאנצער עס-זאל איז געווארן שטיל און רואיק אזוי ווי א בית-עולם. מאדאם וואריק האט געזונגען העכער, כדי אלע זאלן זי הערן: ,סעפטעמבער! נאוועמבער! מיט אט-די גאלדענע יארן וועל איך זיך טיילן מיט דיר...'
נאך איידער די מאדאם האט געקאנט איינאטעמען און זיך גרייטן צו די ליריק פון צווייטן פערז, אין מיטן דערינען זיינען די אלע אנדערע געסט אין זאל אריינגעשפרונגען ווי א כיטרער אקטיאר אין דעם אקט און האבן געזונגען אין איינעם: ,אז כ'בין געווען א יונגער מאן אויף א ראנדעוואו...'. דער עולם האט געזונגען דעם גאנצן צווייטן פערז.
גלייך פארן אנהייב פונעם צווייטן רעפריין און פארדעם ווי איין פערזאן האט געקאנט זינגען איין ווארט, האט זיך די דיווא אויפגעשטעלט און פארגעזונגען הויך: ,א, ס'א לאנגע צייט פון מאי ביז סעפטעמבער; און די טעג זיינען קורץ אין נאוועמבער...' די עלעגאנטע אקטריסע איז געווען אנטשלאסן ניט צו דערלאזן, אז דער עולם זאל צוכאפן די אויפמערזאמקייט און זי איבערטרעפן. מאדאם וואריק האט פארזיכערט, אז זי זאל שטיין אין מיטן בינע און פארזינגען אליין דעם ענדגילטיקן רעפריין פון דעם שיינעם, באקאנטן ליד.
*The National Arts Club
**Citizen Kane
*** All My Children
****...When I was a young man courting the girls, I played me a waiting game

וואס לויפט איר אוועק?
קוקט-אריין אין פאלגנדיקע סעקציעס:
קוקט-אריין אין פאלגנדיקע סעקציעס:
פילאסאפיע | הומאר |

צום נייעם יאר
בלאזט זי שופר
דער זומער האט איבערגעלאזט נאר א פארוועלקטע רויז

איז איצט פארט
די בעסטע צייט
פליט-אוועק אויף א צויבער-בעזעם צוזאמען מיט
,דער מאמענט'
,דער מאמענט'
אקאפעלא
די פיינסטע איטאליענישע מאכלים
אין סאמע הארצן פון פינאנץ-דיסטריקט
1 האדסאן גאס, מאנהאטן, נ"י 10013 * 212.240.0163
די פיינסטע איטאליענישע מאכלים
אין סאמע הארצן פון פינאנץ-דיסטריקט
1 האדסאן גאס, מאנהאטן, נ"י 10013 * 212.240.0163
די פיינסטע אנטיקענע קליידער
פאר די בעסטע פרייזן!
237 צענטער סטריט, מאנהאטן, ניו-יארק 10013
CENTRE STREET | NEW YORK NY 10013 | T 212.724.7445
www.allanandsuzi.com
דא רעדט מען יידיש; סוזי רעדט יידיש!
_______________________
פאר די בעסטע פרייזן!
237 צענטער סטריט, מאנהאטן, ניו-יארק 10013
CENTRE STREET | NEW YORK NY 10013 | T 212.724.7445
www.allanandsuzi.com
דא רעדט מען יידיש; סוזי רעדט יידיש!
_______________________

,סטאר סטראק'
אנטיקענע קליידער
דאס אויבערשטע פון שטויסל מכוח
נעכטיקע מאדעס פון אמאליקע תקופות.
47 גרעניטש אוועניו, ניו-יארק 10014
212.691.535747
פערסאנאל
ד"ר אוצר א. מ. נאמאסט - פרעזידענט און גרינדער (ניו-יארק)
יעקב קארנפעלד - הויפטרעדאקטאר (ניו-יארק)
ד"ר שמחה עקלשטיין - הילפס-רעדאקטאר (ניו-יארק)
בנימין עקלשטיין - רעדאקציע-סעקרעטאר (ניו-יארק)
ד"ר רחמיאל פישביין - ספעציעלער ראטגעבער (ניו-יארק)

לאה פערגאמענט קארעספאנדענטין - תל-אביב מתן שטיין קארעספאנדענט - ישראל משה קאץ קארעספאנדענט - פאריז ד"ר אהרון קארפארטי קארעספאנדענט - בודאפעשט בן-ציון צייטלין קארעספאנדענט - מאסקווע ד"ר ישראל פארגעס קארעספאנדענט - פראג לייזער לייזעראוויטש קארעספאנדענט - מאדריד | לאווע גאווארטשיק רעדאקציע-מיטארבעטער - ניו-יארק ד"ר שמעון סיימאנס קארעספאנדענט - מעין משה לעווין קארעספאנדענט - לאס אנזשעלעס זעליג גינגאלד קארעספאנדענט - בערלין * * * איר עקצעלענץ גראפיניע מאקארענע דע גאלוועז קארעספאנדענטין און פאטראנין מעקסיקע-שטאט/מאדריד |