,דער מאמענט' איז אן אלוועלטלעכע, אומפארטייאישע צייטונג,
וואס איז פאר דעמאקראטישע פרינציפן פאר אלע פעלקער אין אלע לענדער.
_________________________
ALL YIDDISH ALL the TIME!1
א גאנצע וואך אין גאנצן אויף א גאנץ-יידישלעכן יידיש!
,דער מאמענט' איז די איינציקע אויף דער וועלט צייטשריפט, וואס ווערט פארפאסט
אויף אן אלטמאדיש-שטעטלדיקן יידיש פון היימישע יידיש-ריידנדיקע פון מזרח-אייראפע.

די פשוטסטע פריידן זיינען די גרעסטע!...
און אויך די שווערסטע צו געפינען!
שבתדיקע באגריסונגען
אלגעמיינע באמערקונגען
דער הארבסט הערשט שוין דא אין דער מעטראפאליע ניו-יארק, וואו מ'פאסמאקעוועט מען זיך מיטן מחיהדיק-קילן וועטער. דער אמעריקאנער דאנקבארקייטס-טאג דערנענטערט זיך שנעל און דערמיט קומט שוין באלד חנוכה.
אונזער טיראזש איז דערשטיגן היינטיקן חודש ביז 135,000 לייענער און האלט אין איין שטייגן! יעדע וואך ציט-צו צו זיך ,דער מאמענט' מער לייענער. מיר דאנקען זייער אונדערע לייענער און פריינט, וואס האבן אונז געשאנקען א שיינע פאר קאפקעס מיטן ביישטייערונגס-קנעפל. אייער שטיצע און פריינטשאפט זיינען הויכגעשעצט ביי אונז.
כדי צו מאכן נאך דערפאלגרייכער ,דער מאמענט', בעטן מיר די לייענער באקאנט מאכן און דרוקן ווי צום עפסטן אונזער אינטערנעט-אדרעס yiddishmoment.com אויף וויפל ס'איז מעגלעך אינטערנעט-זייטן אין צוזאמענהאנג מיט יידיש און יידישקייט. מיר דאנקען אייך אלעמען זייער אין פארויס.
לוסטיק, פריילעך און מחיהדיק
חשובע קיך-מייסטערינס: אונזער צייטונג איז געווען געשאפן מיט צוויי יאר צוריק על-רגל-אחת מיט א תפילה מיט כונה, א שמעניע זאלץ און א הייפעלע שמאלץ. ,געשמאק, באטעמט און אפעטיטלעך' איז אונזער לעבנס-באשטעטיקנדיקע לאזונג צום היינטיקן הארבסט און די אלע מתנות, וואס די נאטור שענקט אונז מכוח אט-דעם מחיהדיקן סעזאן.
מאדערן, ניימאדיש און היינטצייטיק
פארוואנדלונג און עוואלוציע! מ'קאן ניט אנטלויפן פון דער עוואלוציע, וואס איז באמת א כסדרדיקע און אייביקע פארוואנדלונג. מיר מארשירן פארויס לויט דער דערקלערונג פון דער צוקונפט. ר' גורל, צו אייער באפעל! פארויס צום זיג, ווייל דאס שיקזאלס-ראד דרייט זיך לטובת אונז. און דער בעסטער אופן ווי אזוי פארויסצוזאגן די צוקונפט איז זי צו שאפן!
ריידנדיק וועגן ניימאדיש און היינטצייטיק... דער חגא האלאווין האט ביי די לעצטע 20 יאר זיך פארוואנדלט אין גאר א גרויסן פייערטאג ביי יונגע דערוואקסענע אין אמעריקע און קאנאדע. האלאווין איז אמאל געווען א חגא ביי די קעלטישע געצן-דינער און איז, א דאנק די קריסטן, געווארן דער אוונט פון אלע הייליקע.
פראווען האלאווין איז עבודה-זרה, וואס מיינט גארניט פאר די מערסטע יידן, ווייל זיי זיינען אויך מחלל שבת. א פרומער ייד טאר ניט פראווען דעם אוונט פון אלע הייליקער. א פרומער ייד אין שטעטל האט ניט געטארט זאגן דעם נאמען פון א חגא. פאר די פרייע יידן, וואס פרעגן, צי זיי זאלן דערלויבן זייערע קינדער צו פייערן האלאווין מיט מאסקעס און קאסטיומען און בעטן זיסקייטן ביי די שכנים איז דאס שוין א טריפהנע שאלה. אויב מ'איז ניט פרום און ניט קיין שומר-שבת, פארוואס שטעלט מען אזא פראגע, וואס האט גארניט ניט קיין טעם?
אלטמאדיש, אלטפרענקיש און אנטיקן
בשעת די דורות ווערן וואס אמאל שוואכער און די צייט פארגייט וואס אמאל שנעלער, ווערט עס איינצייטיק וואס אמאל שווערער צו געפינען שרייבער ווי אויך לייענער, וואס קענען א היימישן יידיש פון דער אלטער היים. ס'איז טרויעריק, אז די קוואליטעט פון לשון איז געוואלדיק שלעכט אבער מיר גיבן זיך נאך ניט אונטער און הערן נאך ניט אויף צו פארשפרייטן אן עלעגאנטן, רייכן יידיש. מיר פארשטייען, אז מיר זיינען מקים א מצוה דורך ארויסגעבן בחנם יעדן חודש אן ערשט-קלאסיקע צייטשריפט, אין וועלכער די שפראך איז היימיש און פאלקסטימלעך. היינט-צו-טאג איז אזא יידיש כמעט ווי אוממעגלעך צו געפינען אבער אט האט מען דאס דא אין ,דער מאמענט'!
,די שפילקע'
ריידנדיק וועגן אלטמאדיש! וואס קאן זיין מער אלטמאדיש ווי א קינא-פילם אויף יידיש? וואונדער איבער וואונדער איז לעצטנס דערשינען אזא קינא-פילם - ,די שפילקע'!
http://www.youtube.com/watch?v=N6lImifpiZM 1

,די שפילקע' דערציילט די מעשה פון א פאר יונגע לייט, וואס באהאלטן און פארליבן זיך בשעתן חורבן אין א שייער און פאראייביקן זייער ליבע מיט א צוזאג ארום א שפילקע.
אין דעם פילם טרעטן-ארויס די אקטיארן מילדע געקייט און גרישע פאסטערנאק, וואס שפילן די צוויי ליבהאבער. נעמי דזשעי איז די ליברעטיסטין און רעזשיסארין פון דעם קינא-ווערק.
מיר זיינען בהלנים צו הערן פון אונזערע לייענער, וואס זיי טראכטן פון דעם פילם.
www.THEPINMOVIE.com 1
אלע ווייסן שוין אונזער מיינונג וועגן דער ניימאדישער יידישער שעפערישקייט. אט-דער פילם זעט אבער אויס פאר א פראפעסיאנעל ווערק מיט פעאיקע אקטיארן פון אן ארטיסטישער רעזשיסארין. אויף דער וועלט איז אלץ יא מעגלעך. מיר ווילן גלויבן, אז ס'איז נאך מעגלעך צו מאכן א יידישן פילם אדער שאפן מיט יידיש א קונסט-ווערק.
ביי אונז אין רעדאקציע טוט מען גארניט האפ-לאפ. דא האט מען א פארמעלן צוגאנג צו אלץ, וואס האט א שייכות מיט יידיש און יידישקייט. דא מוז מען מקפיד זיין אויף פארמעליטעטן! דער הויפט-רעדאקטאר און אונזער פרעזידענט דערלאזן ניט, אז מ'זאל ארבעטן אויף דער גיך. דא נעמט אלץ אפ א סך צייט, ווייל אונזערע שעפן באשטייען דערויף, אז אונזערע שריפטן און ארבעט זאלן פארשטעלן מיט זיך קונסט-ווערק. דאס אלץ טוען מיר אין נאמען פון אויסגעצייכנטקייט, כדי צוצושטעלן אונזערע לייענער דאס אויבערשטע פון שטויסל, די אינהאלטסרייכסטע באריכטן, ארטיקלען און פאלעמיקעס אויף טשיקאווע און אינטערעסאנטע טעמעס.
צייט-גייסט און וועלט-אנשויאונג
דער היינטיקער צייט-גייסט איז ,פעיסבוק' און טעקסטינג. א וועלט מיט נודנע און סופלאזע אנאנסן וועגן גארניט מיט גארניט. כסדרדיקע באקאנטמאכונגען וועגן נודנע ,קאנצערטן' מיט נעבעכדיקע כלי-זמרימלעך אין ליידיקע נאכט-לאקאלן פאר גראבע יונגען, וואו קיינער רעדט ניט קיין יידיש שטעלן ניט פאר מיט זיך קיין יידישע קולטור! אמן.
וועלט-שמערץ און שאדן-פרייד
שטורעם און דראנג איז אן עוואלוציע-מיטל. אזוי מוז אבער ניט זיין! אזעלכע דראמאטישע לעבנס-אספעקטן זיינען פאר די קליינע מענשעלעך, וואס זיינען זיך מחיה מיט אייגענע דראמעס און וואס זייער איינציקע שטרעבונג איז צו פארשאפן אלעמען עגמת-נפש.

אמעריקאנע
דיק טשעיני, דער געוועזענער וויצע-פרעזידענט אונטערן צווייטן פרעזידענט בוש, האט לעצטנס דערקלערט, אז די טיי-פארטיי האט באאיינפלוסט צום גוטן די אמעריקאנער פאליטיק. הער טשעיני האט איינצייטיק פארטיידיקט די אטאקע פון דער נייער פארטיי אויף ,אבאמע-קעיר' און באצייכנט דעם פרעזידענט ווי דער ,ראדיקאלסטער אפעראטאר' אין וואשינגטאן.
די טיי-פארטייער האבן ארויסגעבראכט און באהאנדלט ענינים, מיט וועלכע א סך אמעריקאנער אינטערעסירן זיך, האט דער וויצע-פרעזידענט אונטערגעשטראכן, צוגעבנדיק, אז די טיי-פארטיי פירט א רעכטפארטיקן קאמף קעגן צו-גרויסע פעדעראלע רעגירונגס-אויסגאבן. ,שרעקלעך איז אונזער רעקארד בנוגע מלוכה-אויסגאבן', האט טשעיני דערקלערט.
דער געוועזענער וויצע-פרעזידענט האט גרויס רעספעקט פאר די טיי-פארטיי-מיטגלידער און זייער סדר-היום. ער האט געזאגט, אז זיי האבן גוטע אידייען און ער גלויבט אין זייער קאמף. טשעיני האט פארטיידיקט די אויפפירונג פון טעקסאסער סענאטאר טעד קרוז און האט באמערקט, אז ער פארטרעט א סך אמעריקאנער, וואס ס'זיינען זיי נאמס געווארן די שיקאנעס און פארשווענדונגען פון דער אמעריקאנער רעגירונג. ,דאס זיינען געטרייע און פאטריאטישע שטייער-צאלער', האט דער וויצע-פרעזידענט דערקלערט.

פאטשטאנע און אפיציעל
אונזערע לייענער האבן געלאכט ווי דער נאר שטופט זיי, אז זיי האבן געלעזן דעם ארטיקל וועגן דעם סטאטוס פון יידיש אלס אפיציעלע שפראך אין ביראבידזשאן. ס'איז זיי זייער געפעלן דער אופן ווי מיר האבן געמאכט חוכא-וטלולא פון דעם ,עקספערט', וואס האט געשריבן אין ,יידיש-פארש' אין ,פעיסבוק', אז אין אט-דער פארווארפענער פראווינץ האט מען רעספעקט פאר יידיש און דארט לערנען זיך די גויים יידיש.
דערצו און דעריבער האבן מיר אפגעדרוקט אונטערן ארטיקל א פאסקוויל בנוגע זיין טעזע, אין וועלכן די יונגע זשערעבעצן און נקבות אין די דארטיקע מיטלשולן האבן געשלעכטלעכע באציאונגען מיט יידיש. מיר פרייען זיך, וואס יידיש איז ניט בלויז דאס אפיציעלע לשון פון בית-עולם און וואס זי איז אויך די אפיצעלע שפראך פון א יידנריינער העק-פראווינץ אין רוסלאנד, וואו פאטשאטנע, פראוואסלאוונע פויערים רעדן יידיש ווי אבראמאוויטש, ראבינאוויטש און פרץ, און בשעת אינטימע באציאונגען אין בעט נאך!
פאר די לייענער, וואס האבן פארפעלט דעם פאסקוויל, דא דרוקן מיר אים איבער.

אן אפיציעל לשון מיט אפיציעלן סעקס
מאמע-לשון איז אזוי חשוב און אפיציעל אין יידנריינעם ביראבידזשאן, אז ווען די פראוואסלאוונע, ווילדע זשערעבעצן האבן סעקס מיט די יונגע נקבות אין אט-דער פראווינץ אויף מזרח פון בויבעריק, טוען זיי דאס מיט יידיש! ווען די יונגע שקצים און שיקסעס דערשלאגן זיך ביזן נול-פונקט, רופן זיי אויס מיט עקסטאז אויף יידיש: ,משיח איז שוין דא!'
אונטן אין דער אפטיילונג ,פאראדיע אן פאסקוויל' לייענט יידישער ,ראפ' אין ביראבידזשאן און לאכט ווי דער נאר שטופט אייך!
יונג און חסידיש
דער יונגער ,מאמענט' איז א חסידישע צייטונג, בפרט פאר יונגע חסידים, וואס ווילן בארייכערן זייער שפראך און לייענען וועלטלעכע נייעס-באריכטן און ארטיקלען. אונזער צייטונג איז די איינציקע וועלטלעכע צייטשריפט, וואס איז אמאל אריינגעדרונגען אין די חסידישע קהילות, וואו מ'לייענט זי מאסנווייז.
ביני-לביני נאך עלינו זאגט דער רבי ביים קידוש: ,די וועלט איז יונג און חסידיש!'
ריידנדיק וועגן משיח
אונזער הייליקער מקובל אין צפת, אן אמתער תלמיד-חכם, האט אונז איבערגעגעבן לעצטנס, אז דער איבערשנעלער, טעגלעכער לעבנס-טעמפא צוזאמען מיטן שטורעם און דראנג פון היינטיקן לעבנס-שטייגער מאכט אנגסטפול און פארסאפעט דאס רוב מענשן. דער בעל-קבלה האט אונז מיטגעטיילט, אז די גייסטיקע אטמאספערע פון דעם ערד-קוגל איז שוין פארסמט און ווערט נאך כסדר און ווייטער באמבארדירט מיט נעגאטיווע מחשבות פון דער מערהייט פערזאנען. דער ערג-קוגל ליידט פון אסטאספערע-פארגיפטונג אזוי ווי א א חולה-מסוכן ליידט פון בלוט-פארסמונג.
וואס מ'טראכט איז טאקע יא וויכטיק, ווייל אזוי ווי אויפן עולם-האמת, אויפן עולם-השקר איז א געדאנק אויך אן אקציע! פארשטייט זשע און געדענקט זשע נאר אין דעם! איין מחשבה קאן יא בייטן דעם עולם.
קוקאראטשקעס און לאטרינען
בשעת די קליינע מענשעלעך אומעטום פארנעמען זיך מיט אייגענע צורות, נעמלעך זאבאבאנעס, זיצנדיק אויף דער סאפע פאר דער טעלעוויזיע און שפילנדיק אין קינדער-דאמקעס, שפילן די העכסטראנגיקע, כיטרע פאליטיקער אין וואשינגטאן אין מייסטער-שאך! נו, פרובירט אונז זאגן, אז דער עולם איז ניט קיין גולם!
א קינצלעכער אינטעלעקט איז טאקע אן אמתע אומוויסנקייט!
דער זיידע שרייבט אין ,דעם זיידנס עצה' אין היינטיקן נומער, אז יעדן אינדערפרי, ווען מ'כאפט זיך אויף, קאן מען באשליסן צו זיין אדער צופרידן אדער אומצופרידן... אדער לוסטיק אדער טרויעריק. ער דערקלערט, אז יעדן אינדערפרי האט מען צוויי ברירות. דער זיידע איז האלב-גערעכט; פאראן אויך אזוינע, וואס נוצן-אויס א דריטן אויסוואל: זיי פרייען זיך, ווען זיי מאכן משוגע און טרויעריק אלעמען ארום זיי!
ס'איז א קורווישע וועלט
דער וועלט-בארימטער פארוועניו מארק צוקערבערג וויל די איינציקע זאך, וואס ס'קומט אלעמען אוממעגלעך אן צו האבן ביי אים אין ,פעיסבוק'. דער יונגער ביליאנער וויל היימלעכקייט! הער צוקערבערג האט לעצטנס איינגעקויפט פאר מער ווי $30 מיליאן די שכנותדיקע פיר הייזער נעבן זיין אימעניע אין פאולא-אלטא, קאליפארניע, כדי צו האלטן זיין פריוואטקייט אין שטאנד און אין ארדענונג. דער גרינדער פון ,פעיסבוק' האט אנגענומען אזא שריט, נאכדעם ווי ער האט זיך געהאט דערוואוסט, אז א לאנד-באראן האט בדעה איינצוהאנדלען די הייזער און זיי אויסנוצן אלס רעקלאמיר-מיטל.
ס'איז איראניש, אז דער שעפער פון ,פעיסבוק', וואו ס'איז כמעט ווי אוממעגלעך צו האבן א קאפעטשקע געהיימלעכקייט, וויל האבן פאר זיך א גאנצע פריוואטקייט!
אונז דאכט זיך, אז וואס ס'איז גוט פארן ווייב איז ניט גוט פארן מאנסביל, ווען מ'איז רייך ווי קורח. ס'איז טאקע א קורווישע וועלט!
א לויב-פאטש אין דער פלייצע
אונזער צייטשריפט איז טאקע א מקור-טובה, וואס פארטרעט די יידישע וועלט-קולטור און פרעסע, ווייל ער האט חודשלעך העכער 130,000 לייענער אין אלע טיילן וועלט. מיר באלעבן ווידער די גאנציע קולטור און פרעסע על-רגל-אחת מיט א כונה מיט תפילה, א הייפעלע זאלץ און א זשמעניע שמאלץ!
דאס גאנץ-קליינע קרעמעלע יידישע זשורנאליסטן און רעדאקטארן, וואס עקזיסירטן אלץ, לייענט אונזער צייטשריפט, כדי צו בארייכערן זייער שפראך. זיי האלטן ,דער מאמענט' פאר דער אמתער סחורה און באטראכטן אים פארן סאמע לעצטן קוואל פון אן אויטענטישן יידיש פון דער אלטער היים. ,אויב מ'זעט עס אין ,דער מאמענט', אזוי איז דאס!' שרייבט איין פראפעסאר פון ישראל.
אונזער פרעזידענט ד"ר אוצר נאמאסט און הויפט-רעדאקטאר יעקב קארנפעלד לייענען טעגלעך ,דער רוסיש-יידישער ווערטערבוך'* פון ראטן-פארבאנד, כדי צו בארייכערן זייער שפראך. דאס דאזיקע בוך איז א מייסטער- און קונסט-ווערק. דאס פארשונגס-ווערק פון די פעאיקע רעדאקטארן און געוואלדיקע פארשער איז געווען צוזאמענגעשטעלט, כדי צו פרעזערווירן די דיאלעקטן, וואס מ'האט אמאל גערעדט אין רוסלאנד.
*שאפירא, ספיאוואק, שולמאן; 1984, מאסקווע.
ד"ר פישביינס נקמה
רבותי, תכלית! געדענקט אין תרבות! די פארשוינען, וואס ווילן וויסן, וואס דאס אדער יענץ מיינט אין אונזערע באקאנטמאכונגען, דארפן זיך ניט פוילן און אויסזוכן אליין די ווערטער אין ווערטערבוך אדער אויסנוצן ,גוגל'. בעט אונז ניט צו מאכן אייערע לעקציעס אדער צוגרייטן אייערע לימודים.
חשובע נודניקעס, מ'בעט ניט ,די ניו-יארק טיימס' איבערצוזעצן אירע ארטיקלען אויף אלע אנדערע שפראכן און מ'בעט ניט, אז ,הארץ' זאל שרייבן זייערע ארטיקלען מיט לאטיינישע בוכשטאבן און זיי איבערזעצן אויף ענגליש. לערנט זיך אויס דעם אלף-בית. מיר זיינען גארניט שולדיק אין דעם, וואס איר קענט ניט קיין שייטל עברי!
מיר שענקען אייך דאס טעלערל פון הימל דורך צושטעלן אייך די אמתע סחורה און דאס אויבערשטע פון שטויסל. זייט ניט קיין גראביאנעס מיט א קליינשטעטלדיקן שטרייסטלוסט און מענטאליטעט. דערצו זאגט אן איידעלער מענש בלויז נאר ,א דאנק', ווען מ'שענקט אים א געשאנק.
קיין תרבות דארפן מיר אייך ניט לערנען!
פון הוילן פאס
ס'שניידט אונז ביים הארצן און רייסט אונז אין די קישקעס, ווען מ'הערט דעם געוואלדיקן למדן שמואל פערלין ריידן וועגן דער יידישער שפראך און ווי אזוי זי ,אויפצולעבן'. ווער דארף און וויל זיך צוהערן צו אזא ,עקספערט', ווען ער קאן ניט צוזאמענשטעלן קיין ריכטיקן זאץ אויף יידיש און איז אזא אומפעאיקער פארשער, אז ער איז צו פויל זיך אנצופרעגן ביי אקענער וועגן דעם ריכטיקן צייטווארט און ווי אזוי צו נוצן ריכטיק אזא ווערב? ער בארימט זיך מיט זיין פעאיקייט צו כינעזיש. מיר האפן, אז זיין קענטעניש אין כינעזיש איז בעסער פון זיין פעאיקייט צו יידיש! ווינד און וויי!
די, וואס זיינען נאענט באפריינדעט מיט דעם יודע, ווייזט אים דעם פאראגראף, בכדי ער זאל פארגעדענקען דעם ריכטיקן ווערב ,ווידער באלעבן' (א קרבן, א לשון וכדומה) און זיך ניט נאריש מאכן פאר דער וועלט. מיר ווייסן שוין, אז ער האט ניט קיין בושה אבער ס'איז נאך כדאי און נויטווענדיק, בכדי ער זאל ניט אנטאן נאך מער שאדן!
דערצו איז דאס צו פיל צו פארטראגן, אז אזא ,זשורנאליסט' זאל באצייכנט ווערן ווי א פאראנטווארטלעכער קוואל אדער מקור-טובה, ווען ער ווייסט אפילו ניט דעם ריכטיקן אויסדרוק. די גרויסע קענער אין ,דער פארווערט'ס ווי דער הויפט-רעדאקטאר און הילפס-רעדאקטאר האבן ניט אויסגעבעסערט דעם געוואלדיקן טעות אין קאפ פון דעם ארטיקל, ווייל זיי אליין קענען ניט גוט גענוג די שפראך. סאנדלער און גאטעסמאן ווייסן ניט, אז א שפראך לעבט ווידער אויף (ווידער אויפלעבן איז די גאנצע פראזע) און מ'באלעבט ווידער א לשון (ווידער באלעבן איז דער ריכטיקער אויסדרוק). מיר זיינען דערשטוינט און איינצייטיק אנטוישט אין פערלינס אומגעלומפערטער געלערזאמקייט.
ס'טוט זיך תוהו-ובוהו! וואס האט יידיש דערלעבט! מיט וואס האט דאס יידישע לשון געזינדיקט, אז ס'זאל זיך פארדינען אזעלכע מבינים און פארטיידיקער?
תכלית
רבותי, לאמיר ריידן תכלית! מיר דאנקען די לייענער און אונזערע פריינט, וואס האבן אונז געשאנקען מתנות מיטן ביישטייערונגס-קנעפל דא אויף דער ערשטער זייט. פאר אזא ברייטהארציקייט זיינען מיר באמת דאנקבאר.
יעדן חודש דערהאלטן מיר א מבול מיט עצות, א ים מיט פארשלאגן און א וועלט מיט אידייען, וואס זיינען אלע פיין און גוט אבער מיר דערמאנען אייך, חשובע לייענער, אז קיינער פארט ניט אומזיסט מיט דער באן. א סך לייענער ווילן, אז מיר זאלן מאכן נייעס-ווידעאס, לעקציעס און רעציטאציעס אויף יידיש מיט איינצייטיקע עקראן-איבערזעצונגען. מיר ווילן דאס אויך מאכן און זען! דאס אלץ פאדערט א סך מי און נעמט-אפ פיל צייט. כדי אונטערצונעמען אזוינע וואונדערבארע פראיעקטן, נויטיקט זיך ,דער מאמענט' אין אייערע ביישטייערונגען. געדענקט זשע און פארשטייט זשע נאר, אז דאס איז אייער ,מאמענט' און דער מאמענט, וואס עקזיסטירט ווענדט זיך אין אייער ברייטהארציקייט!
בלייבן אן א באבען
די באבע בלייבט אן א באבע. ניט געדאגהט! זי האט ניט ווען צו טראכטן פון קיין נעגאטיווע זאכן, ווייל די באבע לעבט א גוטן טאג אין דער מעטראפאליע; אין ניו-יארק לעבט זי ווי גראף פאטאצקי אין פאריז א דאנק דער חשובער פריינטשאפט, וואס זי האט פארפירט מיט א פאר יארן צוריק מיט דער משיחטע, וואס לעבט שטענדיק ווי הוה אין גן-עדן!
צי האט דער בורא-עולם א באבע? צי האט ער אמאל געהאט א באבע? ער האט ניט געקאנט באשאפן די וועלט אן א סטעליע, און אפשר אויך ניט אן א באבען? אויב דער אויבערשטער בלייבט אן א באבען, ווער זיינען מיר, אז מיר זאלן זיך קלאגן, אז מיר האבן ניט קיין באבע און מיר דארפן בלייבן אן א באבען? דערווייל בלייבן מיר, ווי שטענדיק, אן א באבען!
_________________________________________________________

ווינץ דזשיארדאנא מיט זיין ארקעסטער
,די נייטהאקס'
שפילט די מוזיק פון די 20ער און 30ער יארן

יעדן מאנטיק און דינסטיק 8-11 אין אוונט
,איגואנא רעסטאראן און טאנץ-קאפע'
240 וועסט 54סטע גאס, מאנהאטן, נ"י
765-5454 (212)
$15 אריינגאנג און $15 מינימום
רעזערוואציעס: 212.719.5799 - אפן פון 7-12 אזייגער
Iguana Restaurant & Dance Lounge
(Between 8th and Broadway)

די געשמאקסטע פראנצויזישע מאכלים
אין א געמיטלעכער אטמאספערע
M309 MILLBURN AVE, Millburn, New Jersey 973 376-8555 * cafemonet@gmail.com
www.cafemonet.info
________________________________________________________________

לייט-ארטיקל
א יידישער סאלדאט דערציילט
א יונגער ישראלדיקער זעלנער איז לעצטנס געפארן קיין אמעריקע, וואו ער האט פארבראכט א שיינע פאר חדשים אין וואשינגטאן, ארעגאן און צפון-קאליפארניע, האלטנדיק רעדעס און געבנדיק לעקציעס ווי אזא מין ,דיפלאמאט' אין נאמען פון דער ישראל-רעגירונג. דער יונגער ישראלי איז ווידער און אבער דערשיטערט געווארן פון דעם אנטיסעמיטיזם און נעגאטיווער איינשטעלונג וועגן דער יידישער מדינה, מיט וועלכער ער איז געקומען אין קאנטאקט אין די דאזיקע שטאטן. ביז דעמאלט איז דער סאלדאט געווען א לינק-געשטימטער ליבעראל. די שנאה-ישראל, וואס האט אים געטראפן ווי דונער אין מיטל העלן טאג האט אים געבראכט צום בייטן זיין פאליטיק און לעבנס-פערספעקטיוו.
בשעת זיינע לעקציעס האט ער ארומגערעדט פיל אספעקטן פון דער ישראל-געזעלשאפט מיט מיטלשול-שילער, סטודענטן, פראפעסארן, קריסטן אין קירכעס וכדומה. דער סאלדאט האט זיך אנגעטראפן אויף פיל יידן-פריינט און אוהבי-ישראל און האט זיך איינצייטיק אנגעשלאגן אויף גאר א סך אנטיסעמיטן און שונאי-ישראל. דער יונגער לעקטאר איז ניט געווען צוגעגרייט צו הערן און אויסשטיין דעם קישקע-רייסנדיקן האס צו ישראל, וואס א סך פראפעסארן און סטודענטן ווי אויך גלויביקע קריסטן האבן ארויסגעוויזן.
דער יונגער מאן איז שאקירט געווארן אויך פון דער אפאטיע און גלייכגליט צו אזא געפערלעכער סיטואציע מצד דער אמעריקאנער קהילה בכלל און די יידישע ארגאניזאציעס בפרט. זיינע איבערלעבענישן אין די צפון-מערב-שטאטן ביים פאציפישן אקעאן האט אים באוואויגן צו פארפאסן אן ארטיקל אין ,די טיימס אוו איזראעל'
http://blogs.timesofisrael.com/an-israeli-soldiers-call-to-american-jews/
מיר האבן ווידער און אבער געווארנט און געפייקלט, אז די פאליטישע נאטור פונעם אמעריקאנער פאלק האלט זיך אין ענדערן און די נייע אנשויאונגען פון דער באפעלקערונג, באזונדערש אין אן אמעריקע מיט א גרויסער שפאנישער באפעלקערונג, וועלן פאראורזאכן אנטיסעמיטיזם און, אין בעסטן פאל, גלייכגליט צו דער יידישער מדינה, און, אין ערגסטן פאל, שנאה-ישראל! חברה, זעט זשע און פארשטייט זשע נאר, וואס דער ליבעראליזם האט אייך געשאנקען.
רבותי, פארזיכט! לאנגזאם ווי איר גייט. די יידישע גאס זאל בעסער באטראכטן און איבערטראכטן איר פאליטיק, ווייל דאס איז שוין מער ניט דעם טאטנס אמעריקע. און דאס אמעריקע, וואס די יונגע דורות וועלן שוין באלד ירשענען וועט זיין אן אנדער מדינה מיט גאנץ-אנדערע ווערטן און אינטערעסן, וואס וועלן ניט אריינרעכענען קיין פריינטשאפט מיט יידן און ישראל.
די יידישע קהילה און די יידישע ארגאניזאציעס מארשירן אין שטעך-שריט לויט די באפעלן פון דער דעמאקראטישער פארטיי. ס'איז דעריבער ניט קיין וואונדער, אז די יידישע גאס אין אמעריקע איז ניט דערשיטערט פון די אלע געשעענישן מכוחן שטייגנדיקן אנטיסעמיטיזם, ווייל די דעמאקראטישע פארטיי רוימט איר איין זיסע ליגנס אין אויער און זאגט-צו צו שענקען ווייטער די אלע ממתקים פון דער מלוכה-קאסע, בשעת זי שטעכט ישראל אין דער פלייצע מיט א זשילעט! יידן, נעמט ביים קאפא דאס שטיקל ברויט מיט מארמעלאדע און שטייגט-איין אין וואגאן; די באן פארט שוין באלד אוועק!
_________________________________________________________________

פונעם שרייבטיש פון
ד"ר נאמאסט
אלס פרעזידענט און גרינדער פון ,דער מאמענט' מוז איך אלעמען מיטטיילן און באטאנען, אז רעדע- און פרעסע-פרייהייט איז גאנץ וויכטיק.
ווייל מ'דרוקט אן ארטיקל אין ,דער מאמענט' מיינט נאך ניט, אז איך, די אנדערע שרייבער אדער דאס גאנצע-רעדאקציע-קאלעגיום איז מסכים מיט אזא מיינונג. ס'איז אבער וויכטיק, אז א שרייבער זאל קאנען אויסדרוקן פראנק און פריי זיין מיינונג, וויפל אזא מיינונג זאל ניט אויפקאכן און צערודערן דעם עולם. ערלעך און הערלעך מוזן מיר ארומריידן א טעמע, בכדי זיך צו דערגרונטעווען צום סאמע תמצית און זי אין גאנצן פארשטיין. א דעבאטע פירט זיך און שטיצט זיך אויף פאקטן און ניט אויף קיין עמאציעס און צארן. ס'איז שאד, אויב ס'געפעלט אייך ניט אונזער רעדאקציע-פאליטיק.
דא האנדלט זיך עס אין אקאדעמישער פרייהייט, פרעסע-פרייהייט און רעדע-פרייהייט. אויב דער אמת מיינט גארניט מיט גארניט, דאן הערשט נאר דער תוהו-ובוהו און מיר בלאנדזשען אלע צווישן די בלאנדזשענדיע שטערן אין אן ביטערקאלטן קאסמאס. מיר באהאנדלען דעם ענין מיט גרויס עמפינדלעכקייט און ערנסטקייט, ווייל מיר האבן איבערגעלעבט סיי נאציזם סיי קאמוניזם, אין באזונדערע צוויי מלוכות, וואו מ'האט מורא געהאט צו ריידן, וואו ס'האט געבושעוועט א טויט-שרעק און ביי יעדן מאמענט געדראט יעדערן תפיסה און טויט-שטראף.
מיט 100 יאר צוריק האט געבושעוועט דער פראצעס בייליס אין א בלבולים-געריכט אין רוסלאנד. דער צאר אליין האט זיך געמוזט אריינשטעקן די נאז און א האנט אין דעם ענין, ווייל געוואלדיק זיינען געווען דער פראטעסט-אויפברויז און דער דרוק, וואס איז אויסגעאיבט געווארן פון אויסלאנד אויף זיין רעזשים. אין 2013 זעען מיר, ווי די אמעריקאנער רעגירונג שעצט-גרינג די קאנסטיטוציע און פארלעצט פיל געזעצן אין נאמען פון ,מלוכה-זיכערהייט' און כדי צו פארמאכן דאס מויל די, וואס רעדן קעגן איר.
אויב די יידישע קולטור און פרעסע וועלן זיך ראטעווען, וועט מוזן עקזיסטירן א פרייע ארענע צום ארומריידן און דעבאטירן וועגן כלערליי אידייען און באגריפן, ספעציעל די מחשבות און פארשלאגן ווי אזוי צו פרעזערווירן און פאראייביקן דעם יידישן קולטור-אוצר. קיין שום ארגאניזאציע האט ניט קיין מאנאפאל איבער דער יידישער שפראך און קולטור. פאראן אבער אזעלכע, וואס מיינען, אז זיי פארמאגן אזא מאנאפאל און זיי און בלויז נאר זיי זיינען די טויער-וועכטער! זייערע נעמען דארף איך ניט אנגעבן דא, מחמת אלע ווייסן שוין, ווער זיי זיינען.
פריער האב איך זיך קיינמאל ניט געמישט אין אזעלכע דיסקוסיעס און שטרייטן אבער ס'איז הויך וויכטיק ארומצוריידן די טעמע און דערקלערן, אז אזעלכע פערזאנען צוזאמען מיט זייערע ארגאניזאציעס האבן זיך קיינמאל ניט באוויזן ביי מיר אויפן ראדאר-עקראן. ביז מיר האבן געשאפן מיט דריי יאר צוריק ,דער מאמענט', האב איך קיינמאל ביז דעמאלט ניט געהערט פון די אלע שישקעס און קנאקער און זייערע ,אנשטאלטן', וואס איז פיל-זאגנדיק און זאגט אייך אלעמען, ווי וויכטיק זיי זיינען. ס'איז אונז גארניט וויכטיק, וואס מ'זאגט און וואס מ'שרייבט, באזונדערש אין די יידישיסטישע קרייזן, ווייל אזעלכע פערזאנען זיינען ניט קיין דעה- און ניט קיין מאכט-האבער. אזעלכע ,יאטעביעדאמען' וועלן אונז ניט פארמאכן דאס מויל און וועלן ניט פארמאכן ד"ר פישביין דעם פיסק, ניט כל-זמן ,דער מאמענט' עקזיסטירט און בליט. אמעריקע איז נאך אלץ א פרייע מדינה!
די אלע יידישיסטישע ארגאניזאציעס האבן שוין געטאן אזוי ווי זיי האבן זיך געקליבן מיט אייגענע מיטלען און מעטאדן און האבן קיינמאל ביז אהער ניט געהאט קיין שום דערפאלג. מיר דארפן ניט מארשירן אין שטעך-שריט מיט די אלע פארשוינען, וואס האבן בשעת זייער הערשאפט צעמזיקט די יידישע קולטור און פרעסע. ווען מיר וועלן זיך האלטן ביי זייערע מיטלען, וועלן מיר אויך ניט האבן קיין לייענער און באנקראטירן. מיר וועלן אויסטראכטן נייע פארמולעס, בכדי צו פארזיכערן, אז די יידישע פרעסע און קולטור זאלן אויפשטיין תחית-המתים. רבותי, געדענקט זשע, אז די דעפיניציע פון ,משוגע' איז, אז מ'נוצט שטענדיק אויס די זעלבע מעטאדן און דערווארט, אז פון זעלבן מצב וועלן ארויסקומען אנדערע רעזולטאטן! רבותי, ברוכים הבאים אין משוגעים-הויז! ברוכים הבאים אים יידישלאנד!

ר' יעקב שרייבט...
א פאר באמערקונגען פון הויפט-רעדאקטאר קארנפעלד בנוגע דעם היינטיקן עקספאסיי וועגן מאקס וויינרייך
דער אויבערשטער ארטיקל שטעלט-פאר מיט זיך די מיינונג פון אונזער חשובן קאלעגע ד"ר רחמיאל פישביין. מיר האבן אפגעדרוקט דעם ארטיקל אויפן סמך פון דער גלענצנדיקער זשורנאליסטישער און אקאדעמישער רעפוטאציע פון דעם זייער געערטן דאקטאר און אויך אויפן סמך פון די פעסטע פאקטן.
דער רעדאקטארן-ראט דערקלערט די אלע ,עקספערטן', וואס וועלן ארויסגיין פון די כלים צוליב דעם אונטערשטן ארטיקל, אז אין ,דער מאמענט' זיינען ניט דא קיין פארבאטענע טעמעס, אז אין אונזער צייטונג איז ניט דא אזא זאך ווי א טאבו!

רעדע-פרייהייט איז נאך אלץ דאס הערשנדיקע געזעץ אין די פש"א, וויפל דאס זאל ניט עקלען געוויסע פארשוינען און טראץ דעם, וואס מיר לעבן אין א צייט, ווען אונזער רעגירונג שעצט-גרינג די קאנסטיטוציע און שפיאנירט-נאך אירע בירגער! ד"ר פישביינס ארטיקל ווערט אט-איצט געלעזן פון יידן און ניט-יידן אין לענדער, וואו קיין רעדע- און אויך קיין פרעסע-פרייהייט עקזיסטירן ניט. אויב מ'טאר ניט ארומריידן געוויסע טעמעס און באקאנט מאכן געוויסע מיינונגען און קעגנמיינונגען, קאן מען זיך קיינמאל ניט דערקלייבן ביזן אמת.
אין נאמען פונעם אמת און לשבח אמתע פארשער און ווארהייטס-ליבנדיקע פראפעסארן, האבן מיר אפגעדרוקט דעם קאנטראווערסאלן ארטיקל פון ד"ר פישביין און האפט, אז מחמת דער דערשיינונג פון אזא ארטיקל וועט זיך פירן אן אמתע פאלעמיק וועגן אט-דער טעמע. וויפל געוויסע פארשוינען זאלן אונז ניט פארשעלטן דאס געביין און וויפל זיי זאלן זיך ניט באמיען, בכדי אונז צו דערגיין דעם עק, איז כלל-יידיש א ריינער טערקיש און די, וואס זיינען אומצופרידן פון אזא פעסטן פאקט בפרט און פונעם אמת בכלל קאנען לייענען ,פראוודא' אדער ,דער שטירעמער'!
_________________________________________________________________
אין נאמען פונעם אמת און לשבח אמתע פארשער און ווארהייטס-ליבנדיקע פראפעסארן, האבן מיר אפגעדרוקט דעם קאנטראווערסאלן ארטיקל פון ד"ר פישביין און האפט, אז מחמת דער דערשיינונג פון אזא ארטיקל וועט זיך פירן אן אמתע פאלעמיק וועגן אט-דער טעמע. וויפל געוויסע פארשוינען זאלן אונז ניט פארשעלטן דאס געביין און וויפל זיי זאלן זיך ניט באמיען, בכדי אונז צו דערגיין דעם עק, איז כלל-יידיש א ריינער טערקיש און די, וואס זיינען אומצופרידן פון אזא פעסטן פאקט בפרט און פונעם אמת בכלל קאנען לייענען ,פראוודא' אדער ,דער שטירעמער'!
_________________________________________________________________
מיט 75 יאר צוריק
קרישטאלנאכט
דינה דימענט (קארעספאנדענטין, וואשינגטאן)

ס'דאכט זיך, אז די וועלט איז זיך אומפעאיק צו ענדערן. ס'שיינט אויך, אז דער עולם לערנט זיך גארניט אפ פון דער פארגאנגענהייט און די מענשהייט ווערט קיינמאל ניט קליגער. דעם 9טן נאוועמבער איז דער 75סטער יארצייט פון קרישטאלנאכט, דער נאצישער מלוכה-פאגראם. דאס איז געווען די נאכט, ווען די וועלט האט זיך דערוואוסט פון די פינצטערע צילן פון דייטשלאנד בנוגע זיינע יידישע בירגער. דעם 15טן נאוועמבער 1938 זיינען יידישע קינדער פארבאטן געווארן צו לערנען אין די מלוכה-שולעס ווי אויך די פריוואטע שולעס, וואו קריסטלעכע קינדער זיינען געווען שילער. דער נאצישער רעזשים האט דערקלערט זיינע יידישע בירגער פאר שטאטס-פיינט און האט זיי אויך געשטערט צו האבן פרנסה.
די וועלט האט פארדאמט דייטשלאנד און האט שטארק פראטעסטירט קעגן זיין אנטיסעמיטישער פאליטיק און האט איינצייטיק ניט גענומען קיינע שריט צו שטראפן דעם נאצישן רעזשים. וואס איז איצט גאר שטארק ענלעך צו דעם, וואס איז פארגעקומען מיט 75 יאר צוריק אין דייטשלאנד? צי האט איר געהערט די אראבישע פראפאגאנדע קעגן ישראל? די וועלט דערלויבט איראן צו אנטוויקלען קערן-וואפן צום באמבארדירן די יידישע מדינה און באדראען זיינע שכנים אין מיטל-מזרח. דערווייל טוען אמעריקע און אייראפע גארניט מיט גארניט. צי גלויבן די ,ציוויליזירטע' לענדער, אז זיי קאנען פירן דיסקוסיעס מיט איראן? וואס האבן אזוינע דיסקוסיעס און פארשטענדיקונגען מיט נאצי-דייטשלאנד דערגרייכט? וואס מער סיטואציעס און אומשטענדן ענדערן זיך, אלץ מער בייטן זיי זיך ניט. וואס מער דער עולם בייט זיך, דאס אלץ מער בלייבט ער דאס זעלבע. די זעלבע שווארצע כמארעס, וואס האבן געשוועבט איבער דייטשלאנד און ענדלעך איבער גאנץ אייראפע פארכמארען איצט דעם הימל איבער איראן און די וועלט ציטערט און וואקלט זיך צו זאגן א ווארט. וואס ס'איז איצט אנדערש ווי דאן?
_________________________________________________________________
מיט 100 יאר צוריק
דער פראצעס בייליס
בנימין עקלשטיין (רעדאקציע-סעקרעטאר)

מיט 100 יאר צוריק, אין דעם סאמע טאג, האט זיך געהאלטן אין אויסשפילן אין רוסלאנד דער בייליס-פראצעס, אין וועלכן א פשוטער ייד איז באשולדיקט געווארן אין א בלוט-בלבול, אין דערהרגענען א פראוואסלאוונעם בחור, כדי צו נוצן זיין בלוט צום באקן מצות אויף פסח. ווער טראכט היינט פון דעם, וואס איז פארגעקומען אין דעם סאמע טאג מיט 100 יאר צוריק? וויפל יידן גיבן זיך אפ א חשבון, אז אין נאוועמבער 1913 זיינען די אויגן פון דער וועלט פארגליווערט געווארן אויפן בייליס-פראצעס און אויף דער אנטיסעמיטישער פאליטיק פונעם צארישן רעזשים.
אין נאוועמבער 1913 האט זיך קיינער ניט פארגעשטעלט, אז נאר מיט ניין מאנאטן שפעטער וועט אויסברעכן א קריג, וואס וועט ענדערן די גאנצע וועלט, צי צום גוטן צי צום שלעכטן איז נאך אלץ צום דעבאטירן. ביים אנהייב פון דעם פראצעס וואלט קיינעם אויך ניט געקומען צו חולם, אז צוליב דעם פראצעס וועט אויפקומען און בושעווען איבער דער וועלט א געוואלדיקער פראטעסט-אויפברויז און אז דער באשולדיקטער איז, נאך אלעמען, דערקלערט געווארן פאר ניט שולדיק!
צוליבן שווערן דרוק פון אויסלאנד האט צאר ניקאליי באפוילן א גרופע געשוואוירענע באטראכטן די באווייזן און אפגעבן דעם אורטייל, כדי צו פארזיכערן, אז דער פראצעס זאל זיין א יושרדיקער. ס'איז כדאי צו באמערקן, אז אין יענעם טייל וועלט און אין יענער צייט איז א זשורי געווען א פרעמדלענדישער באגריף און אזא דעקלערונג מצד דעם צאר איז אויך געווען אומדערהערט.

דער מאמענט, 31 אקטאבער 1913
לעצטע דעפעשן פון בייליס-פראצעס
(ספעציעלע דרינגענדע טעלעגראמען צון ,מאמענט').

דער באשלוס פון געריכט וועגן דער פאטאגראפיע פון יושטשינסקי'ס וואונדן
די פראגע וועגן באטראכטן די פאטאגראפיע רופט נאך א לאנגע צייט ארויס הייסע וכוחים צווישן דער באשולדיקונג מיט די פארטיידיקער. אויף דער טענה פון זאמיסלאווסקי'ן, אז די פארטיידיקער ווילן כלומרשט פארדעקן דעם אמת (זע ענדע באריכט פון דער 2טער זייט) שרייט-אויס דער אדוואקאט קאראבטשעווסקי: ,מיר פראטעסטירן קעגן דער פאטאגראפיע בלויז, דערפאר וואס מיר האלטן איר פאר ניט קיין ריכטיקן'.
,איר הערן, עקספערטן', ווענדט זיך דער פארזיצנדער מיט א פראגע צו די עקספערטן, ,איז די פאטאגראפיע ענלעך צו דער פרעפארירטער הויט?' (ד"ה צו דער הויט, וועלכע מען האט אראפגענומען פונעם קערפער און צורעכט געמאכט איר, אז זי זאל נישט קאליע ווערן.)
אויף דער דאזיקער פראגע ענטפערן קאסאראטאוו און טופאנאוו, אז זי איז יא ענלעך. פראפעסאר פאוולאוו דערקעגן דערקלערט אזוי: ,די אמתע הויט אויפן שארבן האט, נאטירלעך, געקאנט געבן אן אנדער בילד פון דער לאגער פון די וואונדן. א פרעפארירטע הויט איז נישט דאס וואס א קערפער, און אויף דער פאטאגראפיע האט זיך אוודאי אלץ געענדערט'.
דער פראפעסאר קאדיאן דערקלערט, אז אויף דער פאטאגראפיע איז גאר נישטא מער ווי 12 שטאכן.

פאלגנדיקע שורות זיינען די קעפ פון די באזונדערע פאראגראפן וועגן דעם פראצעס:
מ'פרעגט ווידער אויס פאוולאוו'ן - מ'פרעגט ווידער אויס פראפעסאר קאדיאן - געענדיקט די מעדיציניש-געריכטלעכע עקספערטיזע - פארבארייטונג צו דער פסיכיאטרישער עקספערטיזע - די באראטונג פון די פסיכיאטרען -
ווער נעמט-אנטייל אין דער פסיכיאטרישער עקספערטיזע? -
אויספרעגונגען וועגן דער סיבה פונעם טויט פון זשעניע טשעבעריאק -
אנגעקומען דאקומענטן וועגן אלטע ריטועלע פראצעסן - דער סך-הכל -
די נאציאנאליסטן וועגן בייליס'ן - שיער א נייער בלוט-בלבול

דער סך-הכל
בכלל קאן מען זאגן, אז די געריכטלעך-מעדיצינישע עקספערטיזע האט דערוויזן, דאס די מערדער האבן קושטשינסקי'ן געמאכט די וואונדן אן קיין שום פלאן, און געהאט האבן זיי נאר קודם-כל איין איינציקן צוועק - צו דערהרגענען אים.
דעם בעסטן און גינסטיקן איינדרוק האט געמאכט דער פראפעסאר קאדיאן דורך דעם, וואס ער איז געווען קארעקט, זאכלעך און וויסנשאפטלעך. א שטארקן איינדרוק האבן געמאכט זיינע דערקלערונגען וועגן דער יידישער שחיטה - אז יידן דארפן לויט זייער רעליגיע שעכטן עופות און חיות דערדורך, וואס זיי שניידן ביי זיי איבער די אדערן אין האלז, ווערענד די רוסן שעכטן דורך דעם האלז.
די באשולדיקונג האט דערשפירט, אז דער איינדרוק איז פאר אים געווען היינט א שלעכטער, דעריבער האט זי זיך לסוף געהאפט דערמאנען די פאנטאסטישע השערות וועגן דעם, אז מען האט אויף א קינצלעכן אופן שטייגער אנגעשטעקט מיט דיזינטעריע טשעבעריאקאוו'ס קינדער. אבער אט-די פאנטאסטישע המצאות האבן דוקא געמאכט ניט קיין גינסטיקן איינדרוק אויף די געשוואוירענע ריכטער.

דער מאמענט, 1טן נאוועמבער 1913
די מיינונגס-פארשידנהייט צווישן סיקארסקי'ן די איבעריקע עקספערטן. - סיקארסקיס באשולדיקונגס-רעדע קעגן יידישן פאלק. - דער פארזיצנדער שטעלט אים אפ צוויי מאל און הייסט אים רעדן צו דער זאך. - א שארפער אינצידענט מיט זארודני'ן. - בעכטעריעווס רעדע קעגן סיקארסקי'ן. - דער איינדרוק פון בעכטעריעווס רעדע.
(ספעציעלע דרינגענדיקע טעלעגראמען צום ,מאמענט').
_________________________________________________________________
די מיינונגס-פארשידנהייט צווישן סיקארסקי'ן די איבעריקע עקספערטן. - סיקארסקיס באשולדיקונגס-רעדע קעגן יידישן פאלק. - דער פארזיצנדער שטעלט אים אפ צוויי מאל און הייסט אים רעדן צו דער זאך. - א שארפער אינצידענט מיט זארודני'ן. - בעכטעריעווס רעדע קעגן סיקארסקי'ן. - דער איינדרוק פון בעכטעריעווס רעדע.
(ספעציעלע דרינגענדיקע טעלעגראמען צום ,מאמענט').
_________________________________________________________________
ראטא-גראוויאר
זשוואווע און שמאגלע
ראנדקעס, וועטשערינקעס און הוליאנקעס
____________________________________________
דער גר-צדק
פון רות מערפי (קארעספאנדענטין, טעקסאס)
אלס צוגאבע צו דער רובריק ,די שפראך-אקאדעמיע' אין ,שבתדיקע באגריסונגען' האט פרוי מערפי אויסגעוויילט אט-דעם שיינעם פאראגראף פון דער הקדמה פון ,דער דוכוס' פון אלטער קאציזנע:
די לעגענדע מיטן װילנער גר־צדק האב איך אױסגענוצט, נישט װי א טעמע פאר א דראמע, נאר װי א קאנװע אױף װעלכער איך האב אױסגענײט מײן אײגענעם קװײט. און דערמיט האב איך זיכער געזינדיקט קעגן דעם פּיעטיזם צו א פאלקס־מעשה, װאָס דער װילנער ייד, למשל, איז אײפערדיק אױף יעדן קנײטש פון איר. פון דער מעשה גופא, אזױ װי זי װערט דערצײלט און איבערדערצײלט, װאלט מען געקאנט אײגנטליך מאכן נישט מער, װי א האַרץ-רײסנדיקע מעלאדראמע. װאו מיר, יידן, זאלן ארױסטרעטן, װי די טרעגער פון דער הײליקער תורה און פון אלע מדות־טובות, באשר װאָס? דער שררה אלײן האט זיך מגייר געװען. און זײ, די נישט־יידן, האבן טאקע באװיזן װאס זײ זענען, װײל זײ האבן דעם געיידישטן שׂררה, נעבעך, פארברענט.
אין דעם אויבערשטן פאראגראף שרייבט דער מחבר וועגן דעם גר-צדק גראף וואלענטין פאטאצקי, וואס זאל זיך האבן מגייר געווען און איז דערפאר פארברענט געווארן לעבעדיקערהייט ביים שאנד-סלופ. דער נאמען וואלענטין פאטאצקי עקזיסטירט ניט אין דער גענעאלאגיע פון דער משפחה פאטאצקי און די פאמיליע-שעפן און גענעאלאגן צווייפלען אין דער עקזיסטענץ פון דער לעגענדארער און נעבעכדיקער פערזענלעכקייט באקאנט ווי ,אברים בן אברהם'. דער פיקטיווער גראף זאל זיין פארברענט געווארן אין 1749. ס'איז טשיקאווע און כדאי צו דערמאנען, אז אין 1753 אין אן ארטיקל אין א לאנדאנער זשורנאל דערציילט זיך, אז אברהם איסאקאוויטש, א מאנאך פון קראאטיע, איז געווען פארברענט לעבעדיקערהייט פון דער קאטוילישער קירכע אין ווילנע. וועגן דער פאקטישער אידענטיטעט און לעגיטימאציע פון דעם קרבן זיינען ניט פאראן קיינע פרטים.
די פאטאצקיס האבן פארמאגט א סך גיטער מיט אימעניעס און פאלאצן אין פוילן. אט-די פאמיליע איז געווען די רייכסטע און פרעסטיזשפולסטע משפחה אין פוילן און איינע פון די רייכסטע און פיינסטע פאמיליעס אין אייראפע. פאר דער ערשטער וועלט-מלחמה זאל גראף אלפרעד פאטאצקי האבן געווען דער גרעסטער גביר אין אייראפע.

יאן-ראמאן, איינער פון די היינטיקע גראפן פאטאצקי, איז דער אייגנטימער פון דער פירמע ,וואדקע פאטאצקי' אין פוילן. נאכן פונדערפאל פונעם קאמוניזם אין מזרח-אייראפע האט די משפחה צוריקבאקומען א סך פון אירע מאיאנטקעס אין פוילן.
קוקט-אן און פארגלייכט די נעז און געזיכטס-אייגנשאפטן פון יאן-ראמאנ'ען און אלפרעד'ן און באמערקט ווי ענלעך זיי זיינען! ס'איז קלאר, אז יאן-ראמאן איז אן אפשטאמיקער פון גראף אלפרעד.
קוקט-אן און פארגלייכט די נעז און געזיכטס-אייגנשאפטן פון יאן-ראמאנ'ען און אלפרעד'ן און באמערקט ווי ענלעך זיי זיינען! ס'איז קלאר, אז יאן-ראמאן איז אן אפשטאמיקער פון גראף אלפרעד.

_________________________________________________________________
וויץ-בילדער

דאס לעבן איז צו קורץ...
כדי מ'זאל שטענדיק זען
די וועלט מיט ערנסטע אויגן.
דערצו און דעריבער...
אויב איר קאנט ניט לאכן פון זיך אליין,
קלינגט צו מיר און כ'וועל לאכן פון אייך!

א פיעסע,
וואס אנאליזירט און באהאנדלט
אלערליי משוגעתן!
זעט פארשוינען, וואס זיינען:
משוגע; שטארק משוגע;
אין גאנצן משוגע; איבערמשוגע,
און משוגע אויף טויט.
זעט
,דער משוגענער'
און לאכט ווי א משוגענער!
שטיף און לאך; היט-אפ די זאך!

די נקבה פיינט זיך אויס די סחורה,
די אמתע סחורה
און גאר א טייערע סחורה,
דאס אויבערשטע פון שטויסל!
(דא שרייבט מען, פארשטייט-זיך,
וועגן אירע שיינע פיסלעך!)

די געוואלדיקע צרה איז ניט, אז
די צוואנגס-פארוואלטונג פארלאנגזאמט און שטעלט-אפ
א סך רעגירונגס-אקטיוויטעטן און פונקציעס!
דאס פובליקום האט גאר גרויסע צרות און טענות,
נאר ווען די רעגירונג איז טעטיק!
______________________________________

וואס ס'טוט זיך אין עזרת-נשים...

צוויי פריצות אין דער ווייבער-שול
__________________________________________________

א קבלת-פנים ביי דער רביצין אין שטוב...

אנשטענדיקע יענטעס הערן די לעצטע נייעס
פון א גענעדיקער יאכנע
____________________________
מיט א געוואלדיקן דונער-קלאפ
האט זיך גענומען גיסן א שלאקס-רעגן...
האט זיך גענומען גיסן א שלאקס-רעגן...
א קרעמל קרובים:
אנקל סאם; פעטער שמחה; קוזין בן-ציון
און די אייביקע טאכטער בת-ציון אא"וו.
אנקל סאם; פעטער שמחה; קוזין בן-ציון
און די אייביקע טאכטער בת-ציון אא"וו.

מאמע-לשון
באגריסט מען שטענדיק דא
די כשרע מערצאל פאר ,יענטע'

ר' בעל-דקדוק, וואס איז לשון-רבים פאר יענטע?
די ארגאניזאציע ,הדסה' איז, פארשטייט-זיך,
די ריכטיקע מערצאל פאר יענטע!
_________________________________________________________________
די ארגאניזאציע ,הדסה' איז, פארשטייט-זיך,
די ריכטיקע מערצאל פאר יענטע!
_________________________________________________________________
פאראדיע און פאסקוויל
יידישער ,ראפ' אין ביראבידזשאן
א. כל-בוניק (קארעספאנדענט, בויבעריק)
דער חוצפהניק, וואס האט פארפאסט דעם דאזיקן פאסקוויל האט געטאן אזוינס, בכדי אפצוחוזקן פון די געוואלדיקע למדנים אין ,פעיסבוק' און אין דעם שייגעצדיקן ,קאפ-שמערץ', וואס באזינגען ביראבידזשאן ווי אזא מין גן-עדן פאר יידיש.

ריידנדיק וועגן פאטשאטנע און אפיציעל און ריידנדיק וועגן מאכן שבת פאר זיך! אין דער העק-פראווינץ ביראבידזשאן, וואו ס'זיינען שוין מער ניט דא קיינע יידן און די גויאישע לערער לערנען נאך אלץ יידיש מיט די שילער אין די שולעס, זיינען לעצטנס אנטשטאנען עטלעכע כאליאסטרעס יונגאטשן, וואס ,ראפן' בלויז נאר אויף יידיש. א שפאס? פון לעכערלעכקייט ביז פאנטאזיע: הארט אויבן, א פאטא פון איינער אזא כאליאסטרע פראוואסלאוונע זשערעבעצן, וואס זינגען-פאר יידישע לידער אויף ביראבידזשאנער ראגן. די דריי ,גאסן-טרובאדארן' זיינען טאלאנטפולע ,ראפער', וואס זינגען מיט א געוואלדיקן ראפ-פולס ,ליבעס-שמערצן' און ,וואו איז דאס געסעלע?'.
בשעת א טעלעפאנישן אינטערוויו מיט ,די כאליאסטרע' האבן מיר געבעטן אירע מיטגלידער איבערגעבן אונזערע לייענער א ווארעמען גרוס. די יונגאטשן באגריסן אייך אלעמען מיט אט-דער ווארעמהארציקער באמערקונג: ,וואס איז, יאט?'*
פראפעסאר שוטה שישקע שנארערמאן איז געווען גערעכט מיט 100%: אין ביראבידזשאן האט מען גרויס דרך-ארץ פאר יידיש און דארט האלט מען עס פאר א בכבודיקער שפראך. די דריי יוגנטלעכע האבן אונז דערציילט, אז יידיש איז זיי אזוי טייער און ליב, אז זיי רעדן שטענדיק צווישן זיך יידיש, אפילו אין דער קירכע, ווען זיי בעטן יאשקע'ן און קושן דעם צלם. ביי זיך אין שטוב ריידן זיי יידיש אויך צו דער מאמען: ,שיקסעלע, פאזשאלעסטע, נעם-ארויס פון כאלאדילניק אין דער קלאדאווקע די פאווידלע מיט די קלובניקעס און מאראזשענע'.
,די כאליאסטרע' האט שוין קאמפאנירט אייגענע צוויי לידער: ,מיין מעשה איז א לאנגע!' און ,געוואלד! געשריגן!'. די ערשטע שורה פון דעם לידל זינגט זיך אזוי: ,אוי, געוואלד, אוי, געשריגן, מיט א שיקסע מעג מען ליגן!'
א צווייטע ראפ-כאליאסטרע ,די פאסקודניקעס' זינגט אויף יידיש ,גאנגסטער-ראפ' מיט א גנבישן פולס! זייער ראפ-ניגון, ,נאכאלניק, טויט די נאטשאלסטווע און שענד די נאכליע' האט א גנבישן טעם און חן און איז א געוואלדיקער שלאגער ביי די גראבע יונגען אין די טרושאבעס** אין ביראבידזשאן.
ר' מתתיהו, היט זיך!
*,וואס איז, יאט?' איז די יידישע איבערזעצונג פון דער ענגלישער פראזע '?Sup, dude'.
**טרושאבע = דלות-קווארטאל

אין דער וועלט פון טשייניק-האקעריי

ריידנדיק וועגן טענות-ומענות און אין דער וועלט פון טשייניק-האקעריי האבן מיר זיך אנגעשלאגן ניט לאנג צוריק אויף דער דאזיקער פאראדיע אין ווארשעווער ,היינט' פון 19טן דעצעמבער 1924. דער אינהאלט איז ניט בלויז קאמיש, נאר ער איז אויך אזוי גילטיק היינט-צו-טאג ווי אין 1924, ווען די פאראדיע איז דערשינען!
דבר בעתו
אנשטענדיקע לייענער:
דערמיט זיינען מיר מודיע, אז מיר נעמען-אן באשטעלונגען צו שרייבן פראטעסטן קעגן ,אקלא', קעגן ,בונד' און קעגן וועמען מ'וויל. אונזער ביורא האט אויך א שלאג-אפטיילונג, וואס באזארגט מיט שלעגער אלע פראטסעט-מיטינגען, סקאנדאל-פארזאמלונגען, ,אינטימע שמועסן' און סתם מהומות.
ביי אונז אויפן סקלאד געפינט זיך אויך א גרויסער אויסוואל פון ,פאלקס-צארן' פאר אלע פארטייען. ,פראטעסט- און שלאג- און פאלקס-צארן'-ביורא פון ויצעקו ויתרוצצו עט קאמפ.
נעכטן און היינט
ס'איז אמת, אז קיינער קאן ניט שרייבן קיין בעסערן אנאנס ווי דער, וואס שטייט הארט איבער דעם פאראגראף. מיר נעמען זיך אראפ א מוסר פונעם פארפאסער פון דעם אויבערשטן אנאנס. מיר לאכן, ניט ווייל אזוי איז די וועלט, נאר מחמת אזוי איז שטענדיק געווען די וועלט און אז א צייטונג איז שוין תמיד געווען א בליץ-אפפירער פאר צארן און אויפגעבראכטקייט.
די קלאג- און יאמער-באנק
פאר די אלע קלאגער, מקוננים, פראפעסיאנעלע קרבנות און ספאדעק-דרייער מיט טענות-ומענות פון גן-עדן ביזן היינטיקן טאג, איז איצט פאראן א טאנבאנק, ביי וועלכער מ'מאכט באקאנט אלע קריוודעס און די אלע צרות, וואס מ'מאכט אייך אן!
דעם אנגעשטעלטן ביי דער ליאדע מעג מען האקן עד-סוף-כל-הדורות א טשייניק מיט יעדן אומכבוד, וואס מ'טוט אייך אן. דאס קלאגע-ביורא איז אפן א גאנצער מעת-לעת! שאקלט זיך אריין און שלעפט זיך צו צו דער טאנבאנק, וואו דער אנגעשטעלטער רופט-אויס ,עמוד, יעלה!'
חשובע מקוננים, ווירדיקע קלאגער און זייער געערטע קרבנות און געקריוודעטע פון אלע קלאסן, מאכט א יעלה, אדער א סך יעלות, און שרייט חי-וקים אויף קול-קולות, וואס נאר דאס הארץ גלוסט אייך! רבותי, רעדט זיך אפ פון הארצן! דער אנגעשטעלטער איז אן אלטער הינער-פרעסער, וואס האט צו אלעמען כוח און געדולד!

מיט אזוינע פריינט...
ווער דארף האבן שונאים!
ס'איז טאקע פאסיק, אז אונטער די רובריקעס ,ברוגז' און ,אין דער וועלט פון טשייניק-האקעריי' דרוקן מיר די ציטאטן פון דעם דאזיקן רבי'ן פון מישיגען, וואס מיינט, אז ער איז א מישיגענער רבי! לייענט און לאכט! לייענט און וויינט! דער אויסוואל איז אייערער!
דער געוואלדיקער מנהיג-רוחני רעדט פון היץ ווי א פונדאמענטאליסטישער קריסט אדער אן עקסטרעמיסטישער מאכמעדאנער!
_________________________________________________________________
מיר געדענקען און באערן
פראפעסאר נתן זיסקינד
באגאבטער לערער, פארשער און אויסגערוויינלעכער שפראכן-קענער
(1907-1994)

א ישיבע-בחור פון סלאוואקיי
נתן זיסקינד איז געבוירן געווארן אין 1905 אין סטראפקעוו, סלאוואקיי, וואס איז דעמאלט געווען א טייל פון אונגארן הארט ביי דער גרענעץ מיט גאליציע. נתן איז אויסגעוואקסן אין דעם טייערן שטעטל מיט פשוטע יידן און האט געלערנט אין דער ארטיקער ישיבה, וואו ער איז געווארן א בקי אין לשון-קודש און אן אויסגעוויינלעכער למדן.
אין סטראפקעוו איז יידיש געווען מאמע-לשון. דער יונגער נתן האט אבער גערעדט ווי א מזיק דאס לאנד-שפראך, אונגאריש, און האט זיך אויסגעלערנט טשעכיש נאכן ערשטן וועלט-קריג, ווען דאס אויבערלאנד איז געווארן א טייל פון דער ניי-געבוירענער טשעכאסלאוואקיי.
זיסקינדס אקאדעמישע קאריערע
דער יונגער ר' נתן האט אנגעהויבן אין 1923 זיין אקאדעמישע קאריערע אלס פראפעסאר אין דייטש אין ,סיטי-קאלעדזש' (דער ניו-יארקער שטאט-אוניווערסיטעט), באקאנט ווי די ניו-יארקער יידן ווי ,דער יידישער הארווארד'. די אקאדעמישע סטאנדארדן זיינען אין יענע יארן געווען זייער הויך און יעדער סטודענט האט דארט באקומען בחנם א בילדונג. חבר זיסקינד איז געווען א באגאבטער לערער, וואס האט שטענדיק דערמוטיקט זיינע שילער מיט ליבהארציקייט און געדולד און האט הויכגעשעצט זיין פראפעסיע. די דאקטאר-דיסערטאציע פון נתן זיסקינד, פארדינט אין ,ניו-יארק אוניווערסיטעט', קאנצענטרירט זיך אויף א באקאנטן העלדן-געדיכט פון 16טן יארהונדערט. די דיסערטאציע פון דעם יונגן אקאדעמיקער איז דעמאלט געווען זייער וויכטיק, דערפאר ווייל דאס פארשונגס-ווערק האט צוגעשטעלט פארשער א נייעם פערספעקטיוו וועגן די ליטערארישע ווערק פון יענער עפאכע.
נאכן חורבן האט ר' נתן געהאלפן פארשפרייטן יידישע לימודים און יידיש ווי אן אקאדעמישע שפראך ווי אויך שאפן קורסן וועגן יידישן לשון און ליטעראטור אין ,סיטי-קאלעדזש'. זיסקינד איז געווען איינער פון די פיאנירן אין יידישע שטודיעס בכלל און אין יידיש בפרט. ער איז געווען איינער פון די ערשטע פראפעסארן אין יידיש אין גאנץ אמעריקע און האט פארשפרייט רעספעקט און ליבשאפט צו דער שפראך. אין משך פון זיין קאריערע האט ער פארפאסט און פארעפנטלעכט א סך ארטיקלען און פארשונגס-ווערק וועגן שפראך-פארשונגען און האט געפארשט די געבורט און ווארצלען פון יידישן לשון, אין וועלכן ער איז געווען איינער פון די וועלט-מומחים. דער אויסערגעוויינלעכער פראפעסאר איז געקומען צום אויספיר, אז יידיש שטאמט פון מיטל-הויכדייטש און האט אויף דער טעמע געפירט א סך וויכוחים און פאלעמיקעס מיט אנדערע יידישיסטן.
אין ,סיטי-קאלעדזש' איז ר' נתן געווען איינער פון דירעקטארן פון ,דער יידישער לעקסיקאלאגיע-אינסטיטוט. ד"ר זיסקינד איז געווען א שיינע פאר יארן דער הויפט-רעדאקטאר פון ,דער גרויסער ווערטערבוך פון דער יידישער שפראך'.
א בקי אין לשון-קודש
ר' נתן איז געווען א בעל-לשון-קודש, וואס האט ליב געהאט יעדן אות און געקענט די קליינע פינטעלעך. די שארפזין און אינטעלעקט פון פראפעסטר זיסקינד זיינען געווען מערקווירדיק און אנדענקסווירדיק. ר' נתן איז געווען או ערשט-קלאסיקער אקאדעמיקער, וואס האט זיך אויסגעצייכנט און מחיה געווען מיט ווערטער-פארשונגען. אין משך פון זיין לאנגער קאריערע האט ער פארעפנטלעכט פארשונגס-ווערק וועגן דייטשע, יידישע און העברעאישע ווערטער און אויסדרוקן. ער איז געווען א מוחזק פאר א פארשער און למדן סיי ביי זיינע סטודענטן סיי ביי זיינע קאלעגן, פאקטיש ביי יעדערן, וואס האט אים געקענט.
זיסקינדס געלערזאמקייט איז געווען אזוי געוואלדיק, אז ער האט זיך געגריבלט אין פאלש-איבערגעזעצטע און שלעכט-אויסגעטייטשטע לשון-קודשדיקע דברים און פראזעס און אפגעדרוקט א סך רעפעראטן אויף דער טעמע. איין משל איז געווען זיין רעפעראט וועגן דער פראזע ,טוב שבגויים הרוג' (הרגעט דעם בעסטן גוי) אין תלמוד. דער דאזיקער זאץ האט אין משך פון די לאנגע יארן פארשאפט גרויס עגמת-נפש די יידישע בירגער אין די קריסטלעכע מדינות אין אייראפע. פראפעסאר זיסקינד קלערט-אויף אין זיין פארשונגס-ווערק ,מערפי'ס ווארשיינלעכקייטן-געזעץ אין אקציע אינעם תלמוד'*, אז די פראזע האט זיך ערשט געלייענט ,(ה)כשר שבמצרים הרוג' (דער פרימסטער צווישן די עגיפטער איז געהרגעט געווארן) און איז פארוואנדלט געווארן פון די חכמים אין ,טוב שבגויים הרוג' מחמת א געוויסער סיבה, אויף וועלכן דער פארשער ווייזט-אן אין דעם העכסט-אינטערעסאנטן רעפעראט.
א פריוואט-שטונדע
איין לעקציע, וואס ד"ר זיסקינד האט פערזענלעך געגעבן מיט 30 יאר צוריק דעם בעל-דקדוק ד"ר נאמאסט דינט פאר א גלענצנדיקן ביישפיל פון זיין מייסטערהאפטן טאלאנט אלס לערער. דער אנשטענדיקער, גענעדיקער פראפעסאר האט איבערגעגעבן אונזער פרעזידענט ביי זיך אין קאבינעט, ווי אזוי א לאדן איז געווארן א געוועלב. יא, דער חשובער ווערטער-פארשער האט דערקלערט ווי א פענסטער-לאדן האט זיך פארוואנדלט אין א מארק-געשטעל און איז סוף-כל-סוף מגולגל געווארן אין א געוועלב. אויף די אמאליקע מערק, נאך איידער ס'האבן עקזיסטירט לעגיטימע געוועלבער, האבן די סוחרים, באזונדערש די מוכרי-ספרים, אויסגעשטעלט זייערע סחורות אויף א פענסטער-לאדן. אז ס'זיינען אויפגעקומען געוועלבער מיט פיר ווענט, א דאך און א דיל האט מען פארגעזעצט צו באצייכענען א קראם ווי א לאדן. אין געוויסע גובערניעס אין יידישלאנד ווי, לשמל, פון אויבערלאנד ביז זיבן-בערגן האט א לאדן באדייט ניט בלויז א פעסטנער-לאדן, נאר אויך א טאנבאנק ווי אויך דאס געוועלב אליין. אזוי איז א לאדן געווארן א געוועלב.
א דאנק פאר דער וואונדערשיינער לעקציע, ד"ר זיסקינד.
כבוד מיט אפשיי
מיר גיבן-אפ גרויס כבוד מיט אפשיי אט-דעם מייסטער-פראפעסאר, וואס זיין נאמען האט מען שיעור ניט פארגעסן אין דער יידישיסטישער וועלט. אויף אייביק זאל די וועלט קלינגען מיטן נאמען פראפעסאר נתן זיסקינד ז"ל.
*Murphy's Law in Action in the Talmud, Resulting in the Horrific Directive 'טוב שבגויים הרוג'.

ד"ר זיסקינדס ווינקל
א גאנצע אפטיילונג וועגן שפראך-וויסנשאפט און פארשונגען
לזכרון, לכבוד און לשבח פראפעסאר נתן זיסקינד,
איינער פון די ערשטע פראפעסארן אין יידיש אין אמעריקע
און איינער פון די גרעסטע פארשער און מומחים אין יידיש אויף דער וועלט.

,דער מאמענט' לאדט-איין אלע שרייבער, פארשער און פראפעסארן צו דרוקן דא זייערע פארשונגס-ווערק און ארטיקלען.
טויטאלאגיע
דער נאכט-הימל איז פארפראשעט געווארן מיט א צויבער-שטויב, דער מארגן-הימל איז אנגעפודערט געווארן מיט כשוף-שטויב און דער מיטטאג-הימל איז פארשטויבט געווארן מיט כשוף; דער צויבער-שטויב האט באשאטן די אלע וואלקנס און האט באשפרענקלט די גאנצע שטאט.
דער טויט איז געווען א פלוצלעכער ביים ערשטן קרבן, די מיתה איז געווען א פלוצעמדיקע ביים אנדערן אפפער און די פטירה איז געווען אן אומגעריכטע ביים צדיק.
די רעדע פון דעם קאנדידאט האט ארויסגערופן ביי די פאלקס-מאסן און דערוועקט אויך אין די אריסטאקראטן א האפענונג אויף א בעסערער און פאזיטיווער צוקונפט.
געבראכט שאדן, אנגעטאן שאדן און אנגעמאכט הזק... האט צעשעדיקט דעם גאנצן בוי-פראיעקט.
די קאטאסטראפע איז געשען דורך א צופאל, דער צופאל האט פאסירט צופעליק און דאס אומגליק האט זיך געטראפן על-פי-צופאל.
דער שטעקער אין שטעפסל
וואס איז די נפקא-מינא פון א שוכמאכער, א שוסטער און א סאפאזשניק?
אמאל האט דער שוכמאכער פארמאגט א שוסטער-בענקל אויפן מארק, וואו ער פלעג צורעכט מאכן די שטיוול און שיך מיט נייע פאדעשוועס. היינט-צו-טאג פארמאגט יעדער סאפאזשניק א געוועלב, ווייל ער איז אויך א קאראבעלניק, וואס פארקויפט שירעמס און שוך-פאליטור און וואקס און האט דארט אויך אזא מין טראן פאר די קונדן, כדי זיי צו פוצן די שיך.
א זאגאטאווטשיק פלעג מאכן נאסעקעס און א זוילן-מאכער פאבריצירט פאדעשוועס מיט פארשידענערליי דראטוועס.
אונזער קארעספאנדענט אין ניו-ראשעל, ניו-יארק חיים קאמלמאכער האט אונז צוגעשטעלט א סך ווערטער און טערמינען מכוח דער שוסטעריי, ווייל ער שטאמט פון שוכמאכער.
ס'איז כדאי צו דערמאנען, אז יעדע שטאט אין מזרח-אייראפע האט פארן צווייטן וועלט-קריג פארמאגט א שוסטער-גאס, וואו די שוכמאכער האבן פארמאגט זייערע געוועלבער און ווערק-שטעלן. דערצו, ווען עפעס איז ,אריין אין שוסטער-גאס', איז עס שוין די לעצטע מאדע ביי די פאקלס-מאסן.
מיר גריבלען זיך איצט אין שוכווארג, וואס נעמט-אריין שוסטערשע טשוועקלעך, דראטוועס, שנורן (שנירעלעך) און שוכבענדלעך, אריינגערעכנט שנוראווקעס, שנוראוואדלעס, כאליעוועס וכדומה.
פויער-לשון
אזוי ווי גנבים-לשון איז פויער-לשון כמעט ווי א פארגעסענער זשאגראן ביי יידן. די מוזשיקעס, ד"ה די יונגע זשערעבעצן, אלע פויערים, אקערמענער און ערד-ארבעטער, האבן זיך אוועקגעזעצט ביים לאנגן, גרויסן טיש מיט א געזונטן אפעטיט און אויפגעגעסן די בולקעס מיט פאווידל, לעמישקע, קוליש, אונטערגעשלאגן, כאלאדעץ, האלישקעס, גריבענעס און פרעזשעניצעס פון די קלאדאווקעס אין די כאלופעס. טאקע א פויערישע סעודה!
לשון-קודש
געוויסע בהלנים בכוח, מסוגל און נוטה מקפיד צו זיין אויף אלטפרענקישע מנהגים. מ'קאן לחלוטין מחולק זיין מיט אזעלכע טראדיציעס אבער מ'קאן לגמרי ניט מבטל און מזלזל זיין זייער זכות. מ'מוז זיך משתדל און מודיע זיין, אז דאס זיינען מעשים-טובים און מ'דארף ניט מכלה מאכן אזעלכע מנהגים.
יידיש און יידישלעך
אט-דא און אט-איצט דערציילן מיר אייך א מעשה בנוגע יידישלעכקייט. ס'איז ניט קיין לאנגע מעשה און אויך ניט קיין אלטע מעשה.
וואס איז די מעשה? אזוי איז די מעשה, וואס איז אפשר א קשיא מיט א מעשה. און אויף א מעשה פרעגט מען ניט קיין קשיאות. דער גנב האט פארשטיפט א מעשה, איז געכאפט געווארן אין דער מעשה און האט זיך נאך אלע מעשיות אנגעטאן א מעשה. דאס איז, כלעבן, א שיינע מעשה. אט-דאס איז די מעשה. ווי די מעשה איז, איז דאס דער אמת, דער ריינער אמת און בלויז נאר דער אמת. געהערט א מעשה?
ס'איז כדאי צו באמערקן, אז די מעשה מיינט אויך דעם מענער-אבר און יענע מעשה הייסט דעם הינטן ביי א מענש. איצט ווייסט און פארשטייט איר די גאנצע מעשה!
די שפראך-אקאדעמיע
רבותי, מוסטערהאפט און מייסטערהאפט! דא רעדט מען פון חשובע בקים, וואס זיינען גאר שטארק פעאיק צו באשיטן זיייער לשון מיט כלערליי מליצות; דא שרייבט מען וועגן גלענצנדיקע פען-מייסטער, וואס פון פעדער פערלען זיי אלערליי קליינאדן!
און ריידנדיק וועגן מייסטערשאפט מיט מוסטערהאפטיקייט! אונזער קארעספאנדענטין און סטודענטין אין יידיש פרוי רות מערפי פון טעקסאס איז זיך מחיה מיט לאנגע, אלמטאדישע זאצן, וואס פליסן-איבער מיט געשמאקע מליצות און ווייכע נואנסן; דערצו לייענט און פארשט פרוי מערפי אלטפרענקישע, פארגעסענע ראמאנען, דערציילונגען און בינע-פיעסעס פון 1890-1920.
א גלענצנדיקער ביישפיל פון א מוסטערהאפטן זאץ איז אט-די פראזע פון א. מ. ווייסנבערגס ,א מעשה מיט א ציג':
אין שטאט איז אבער דער פויער אריינגעגאנגען אין שענק אריין שיכורן - און די ציג איז געלעגן אויפן וואגן און געווארט א שעה, צוויי, און דער פויער איז אלץ ניט געקומען. האט זי זיך מישב געווען, איבערגעריסן די שטרויענע פלעכטלעך פון אירע פיס, און אויפשטעלנדיק זיך אויף אירע דינע פיסלעך און א שאקל טוענדיק מיט דער בארד, האט זי א טאנץ אראפ געגעבן פון דעם פור. אראפ איז אראפ.
נאך א פאראגראף, וואס אונזער אנשטענדיקע און גענעדיקע פארשערין האט אויסגעקליבן אלס ביישפיל איז:
פארנאכט... די פורן זענען זיך צעפארן. קופקעלעך געל מיסט זענען איינזאם געלעגן איבערן אפגעליידיקטן מארק, בלייבט די ציג שטיין: וואו גייט מען אצינד? די נאכט פאלט-צו -- און די ציג הייבט אן, א פארביטערטע, צו לויפן ארום דער מויער פון די מארק-געוועלבן מיט אן אויסגעשפרייטן ,מע-מע' -- און איר וויינענדיק קול האט אזוי רחמנותדיק געבלאנדזשעט איבערן שטילן, לערן מארק צווישן טאג און נאכט, אז איין גאט האט זיך געמעגט דערבארעמען.

,דער מאמענט' שענקט סטיפענדיעס לזכרון
ד"ר נתן זיסקינד ז"ל
פראפעסאר אין יידיש און דייטש אין ,סיטי-קאלעדזש'

דאס איז א לערן-פראגראם און סטיפענדיע-פונד צום אנדענק פון דעם חשובן לשון-פארשער און שפראכן-קענער. ד"ר זיסקינד איז געווען בשעתן 20סטן יארהונדערט איינער פון די ערשטע און חשובסטע פארשער און פראפעסארן אין יידיש.
מיר וועלן אט-באלד באלוינען מיט שפראך-שטונדעס די ווירדיקע סטודענטן פון אלע קלאסן-שטופעס. שרייבט אויף יידיש א גאנצן בריוו (איין פאראגראף - אדער נאך לענגער) וועגן זיך אליין און וועגן אייערע טעטיקייטן, פארדינסטן און ליבשאפט צו יידיש צוזאמען מיט די אלע פרטים וועגן אייער בילדונג בכלל און אייער קלאסן-שטופע און קענטעניש אין יידיש בפרט.
שרייבט אונז אויף yiddishmoment@yiddishmoment.com
_________________________________________________________________
מיר וועלן אט-באלד באלוינען מיט שפראך-שטונדעס די ווירדיקע סטודענטן פון אלע קלאסן-שטופעס. שרייבט אויף יידיש א גאנצן בריוו (איין פאראגראף - אדער נאך לענגער) וועגן זיך אליין און וועגן אייערע טעטיקייטן, פארדינסטן און ליבשאפט צו יידיש צוזאמען מיט די אלע פרטים וועגן אייער בילדונג בכלל און אייער קלאסן-שטופע און קענטעניש אין יידיש בפרט.
שרייבט אונז אויף yiddishmoment@yiddishmoment.com
_________________________________________________________________
דער ווערטער-מייסטער
ברוגז אין א צארנדיקער וועלט!
ברוגז אין א צארנדיקער וועלט!

יידיש איז גאר א רייכע שפראך מיט א שלל מיט מליצות, וואס באשרייבן כעס אין יעדער פארמע און מאס. רוגזה, אויפגעבראכטקייט און, נאך שטארקער און ערגער, גרימצארן זיינען נאר עטלעכע סובסטאנטיוון צום באשרייבן צארן. ברוגז, צארנדיק, בייז, אין כעס, מלא-רציחה זיינען עטלעכע אדיעקטיוון צום באשרייבן רוגזה.
א כעסן איז אן אנגעברוזטער מענש, וואס ווערט אפט דערצארנט. ס'איז לייכט אנצוברוגזן און צעבייזערן אזעלכע טיפן.
אז איר'ט אים ווייטער שטעכן מיטן פינגער, וועט זיין צארן גרימען. איר ווילט טאקע ניט זען, ווי דער ייד צעהיצט זיך, ווייל זיין רוגזה איז געוואלדיק און געפערלעך. פארזיכט! ס'איז אים גרינג צו פאריושען!
דער פירער פון דער פראטעסט-מאניפעסטאציע האט אויפגערודערט און פארווילדעוועט דעם עולם, וואס האט אנגעמאכט א מהומה. די סומאטאכע האט צעבייזערט און צעקאכט די פאליציאנטן, אז זיי האבן צעשלאגן די דעמאנסטראנטן מיט רציחה.
דער ייד איז געווען אזוי צערודערט, אז ער איז געווען אויפגערעגט, אויפגעבראכט און אויפגעקאכט!
א געוואלדיקער ניט-פארגינער האט ארויסגעבראכט פון די כלים און צעווילדעוועט דעם כעסן, וואס האט געמאכט א גראטשקע, טופענדיק מיט די פיס און קריצנדיק מיט די ציין.
אויף דער וועלט זיינען פאראן אויך צדיקים, וואס ביי זיי אין הארצן פלאמט זיך קיינמאל ניט אויף קיין צארן און שרפען זיך קיינמאל ניט. ביי אזעלכע הייליקע פלאמט דער גייסט נאר מיט ליבע און ליבשאפט און קיינמאל ניט מיט קיין צארן. פאראן אבער אנדערע פארשוינען, וואס מ'קאן זיי אויפפלאמען ביי יעדן מאמענט דעם כעס, ווייל ביי זיי אין הארצן ברענט שטענדיק א בייזע שרפה.
ווען ס'שוויבלען און גריבלען א סך כעסנים אויף איין ארט, מוז מען פארזאגן א צענטן און קיינעם ניט צעקאכן, ווייל אזא כעסנים-שווארעם איז אזוי ווי א בין-שטאק; אז מ'צעקאכט איינעם פון די היץ-קעפ, ווערט איינער נאכן אנדערן גאר אין גיכן צעקאלאטשעט און צעיאכמערט אין א געוואלדיקער קייטן-רעאקציע, אין וועלכער ס'איז כמעט ווי אוממעגלעך אויסצולעשן די בושעווענדיקע צעפלאמטקייט און צעפלאקערטקייט ביי דעם געווימל מיט מלא-רציחדיקע פארשוינען.
דער לערער מיט א פלאם-פייערדיקן טעמפעראמענט, וואס האט פארפאסט דעם ארטיקל וועט ארויסגיין פון די כלים און פארנאכליעט ווערן, אויב זיינע סטודענטן וועלן ניט פארגעדענקען די אלע ווערטער צוזאמען מיט זייערע דעפיניציעס!
די אלע לייענער, וואס זיינען הייסע כעסנים, זיינען תמיד ברוגז און ווייסן פון אנדערע ווערטער בנוגע דעם כעס, צארן און רוגזה, וואס מיר האבן פארפעלט אריינצורעכענען אין דעם ארטיקל, ביטע, שיקט אונז פראנק און פריי אייערע טענות-ומענות מיט פלאם-פייערדיקייט!

מאקס וויינרייך: שרייבן מיט גרייזן
ד"ר רחמיאל פישביין (רעדאקציע-מיטארבעטער)

באמערקונג פון רעדאקציע: אויבן אין ,ר' יעקב שרייבט' רעדט אונזער הויפט-רעדאקטאר ארום רעדע- און פרעסע-פרייהייט אין צוזאמענהאנג מיט אט-דעם ארטיקל.
דא ליגט דער הונט באגראבן און דערויף קלאגט דאך דער מקונן!
אויף יידיש איז ניט דא קיין צייטווארט פארן זאכווארט ,אויסלייג'. ,וואס איז דער ריכטיקער אויסלייג?' אדער ,ווי שרייבט מען דאס?' זיינען ריכטיק. אויף יידיש לייגט מען ניט אויס קיין ווארט, נאר א טעפעך. ,ווי לייגט מען דאס אויס?' איז א ריינער טערקיש און עקזיסטירט ניט אויף יידיש. דער געוואלדיקער טעות ווייזט אונז, אז פראפעסאר מאקס וויינרייך האט קיינמאל ניט באהערשט די שפראך, אין וועלכער ער איז געווען א פראפעסאר און פארשער.
ס'איז אויך טשיקאווע און אינטערעסאנט, אז דער טיטל אליין וואלט זיך געלייענט בעסער אזוי: ,שרייבן אן (קיין/שום) גרייזן' אדער "ווי אזוי צו שרייבן אן (קיין/שום) גרייזן' אונטערן טיטל שטייט געשריבן: ,א האנטביכל פאר אלע, וואס ווילן ריכטיק אויסלייגן יידיש...' ווינד און וויי איז אונז! א גוטער יידיש וואלט געווען: ,פאר יעדערן, וואס וויל שרייבן ריכטיק אויף יידיש' אדער ,פאר יעדערן, וואס וויל שרייבן ריכטיק יידישע ווערטער'. טאטשקע!
אזוי ווי מיר האבן שוין וויפל מאל אנגעוויזן: ,ווי אויפצולעבן א שפראך' איז א ריינער טערקיש, ווייל א לשון לעבט ווידער אויף. אויב מ'זוכט א טראנסיטיוון ווערב, איז דאס ריכטיקע צייטווארט ,(ווידער) באלעבן', וואס מ'נוצט צוזאמען מיט אן אקוזאטיוו-אביעקט! א דאקטאר באלעבט ווידער א קרבן און א שפראך-וויסנשאפטלער באלעבט ווידער א לשון. דער חשובער פראפעסאר וויינרייך שרייבט אבער ,באלעבן צוריק א שפראך'. אויב דער געוואלדיקער למדן איז געווען אזוי געוואלדיק, ווי אזוי און פארוואס האט ער פארפעלט צו כאפן אזוינע געוואלדיקע גרייזן אין די אייגענע שריפטן? דעם עיקר האבן מיר געכאפט לאנג צוריק!
וויינרייכס מוטער-שפראכן זיינען געווען רוסיש און דייטש. יידיש האט ער זיך אלס יונגער מאן אויסגעלערנט אין אייראפע. געוויסע פארשער ווי פראפעסאר רחמיאל צוקערמאן און פראפעסאר נתן זיסקינד ע"ה האבן דערציילט מיט א סך יארן צוריק א צאל רעדאקציע-מיטארבעטער אונזערע, אז ד"ר וויינרייך האט גערעדט יידיש אזוי ווי א גר, גלייך ווי ער זאל זיך געווען אויסלערנען דאס לשון אין א מיטלשול אדער הויכשול, אז דאס וואס ער האט גערעדט איז געווען א שול-שפראך און ניט קיין היימיש, פאלקסטימלעך לשון. דערין זעען מיר ניט קיין שלעכטס און דאס איז ניט פאר זיך קיין שום פארברעכן. מיר האבן א פליג אין נאז מחמת א פראפעסאר, וואס האט אויסגעטראכט און פארשפרייט א קינצלעך לשון מיט גרייזן.
א שטיקל נייעס פאר די אלע ווייסער: דערפאר ווייל מאקס מיינרייך האט עפעס געזאגט מיינט ניט, אז מ'מוז מסכים זיין מיט אים און האלטן זיין מיינונג פארן ריינעם אמת. פראפעסאר וויינרייך איז געווען א פארשער און א פראפעסאר מיט גלענצנדיקע פארדינסטן און דערגרייכונגען. פון דער אנדערער זייט מוז מען ניט האלטן פון יעדער נקודה אין דער תורה וויינרייך.
ס'איז גארניט וויכטיק און מאכט אונז גארניט אויס, ווי לאנג מ'פלפולט זיך וועגן דעם ענין און וויפל הערעלעך מ'שפאלט אבער ,כלל-יידיש' איז ניט קיין יידיש און האט דער באבעס טעם! קיין שום ווערט האבן די אלע אנדערע אויסטערלישע, לעכערלעכע ווערטער און אויסדרוקן, וואס די וויינרייכס האבן צוזאמען מיט יודל מארק און מרדכי שעכטער אויסגעטראכט!
דא האנדלט זיך עס ניט אין וויינרייכס פארדינסטן מכוחן שאפן אנשטאלטן און פארשפרייטן די יידישע שפראך-וויסנשאפט; פעסטגעשטעלט איז אזא דערגרייכונג, וואס איז צום לויבן און דאס קאן קיינער ביי אים ניט צונעמען! מיר שטעלן אבער אונטער א פראגע-צייכן זיינע אויפטוען אלס מומחה און פארשער, באזונדערש ווען מיר זעען, אז דער פראפעסאר האט ניט אויסגענוצט די ריכטיקע ווערטער ביים שרייבן אויף יידיש און לערנען אלס פראפעסאר דאס לשון.

דעם אנאנס האבן מיר איינגעשלאסן אין דעם היינטיקן פאטא-מאנטאזש, בכדי צו ווייזן, ווי גרויס און שטארק דער יידישער בונד איז געווען אין אייראפע. דער פלאקאט מאכט באקאנט א צוזאמענפלי פאר יונגע בונדיסטן פון 15-16טן אויגוסט 1931 אין דינעבורג, לעטלאנד.
טראץ דעם, וואס די יידישע באפעלקערונג פון לעטלאנד איז געווען קלענער פון דער אין ליטע, האבן די יידישע געמיינדעס אין לעטלאנד, באזונדערש ריגע, ליבוי און דינעבורג (דווינסק), געקאכט און געברענט פאר דער שואה מיט שעפערישקייט און אקטיוויזם.
די יידישע באפעלקערונג פון עסטלאנד, באקאנט ווי ,עסטי' ביי די ארטיקע יידן און נאך קלענער פון דער אין לעטלאנד, איז אויך געווען פאליטיש-טעטיק אין נאמען פון יידישן אקטיוויזם. די מערהייט עסטנישע יידן, וואס האבן געלעבט אין רעוול* און דארפאט**, זיינען געווען יידיש-ריידנדיקע און האבן זיך געהאלטן, ניט פאר קיין ליטוואקעס נאר פאר ,באלטישע' (יידן).
*רעוול איז דער יידישער נאמען פון טאלין.
**טארטו הייסט דארפאט אויף יידיש.

קאך-קונסט
קאבאק-זופ

עלעגאנט קאבאק-זופ
קאך־באשטאנדטײלן
2 לעפל פוטער
1 לעפל בױמל
2 טעפּלעך צעהאקטע געלע ציבעלעך (2 ציבעלעס)
1 פושקע קירבעס-צימעס (15 אונץ)
2 פּושקעס קאבאק־צימעס
3 טעפלעך קוליש
2 לעפעלעך זאלץ (װי נױטיק איז)
1 לעפעלע שװארצער פעפער (פריש-צעמאלט)
1 טעפל קרעם-מילך (1/2 טעפל קרעם מיט 1/2 טעפל מילך)
1 לעפל פרישער טימיאן
1 לעפעלע סמעטענע אלס דעקאראציע מיט צעברעקלטע, געברוינטע שטיקעלעך
ברויט
אונטערריכטונגען
װארעמט-אן די פּוטער צוזאמען מיטן בױמל אין א גרױסן טאפּ.
שיט-צו די צעהאקטע ציבעלעך צום בױמל און פוטער.
קאכט אויף 10 מינוט דעם קוליש איבער א מיטלמעסיקן פלאם.
מישט-צו צום קוליש דעם קירבעס, קאבאק, זאלץ און פעפער.
קאכט דאס אלץ אויף 20 מינוט אין א צוגעדעקטן טאפ איבער א קליינעם פלאם. נעמט דאס אראפ פון אױװן און גיסט דאס זופ ארײן אין מיש-אפאראט, ביז ס'װערט פליסיק. גיסט װידער ארײן דאס זופ אין טאפ, צוגיסנדיק מילך מיט קרעם און װארעמט עס אן לאנגזאם. שיט-צו זאלץ, פעפער און טימיאן ווי ס'איז נויטיק/ווי ס'איז אייך באליבט. פארצירט דאס זופ מיט א לעפעלע סמעטענע און צעברעקלטע פארברוינטע ווערפלעך ברויט.
כדי צו מאכן פרישע ,קרוטאנעס', שניידט-אפ די סקארע פונעם ברויט און שניידט דאס ברויט אויף ווערפלעך. באקט שנעל די שטיקלעך (מיט א לעפל פוטער, א הייפעלע זאלץ צוזאמען מיט א זשמעניע פעפער), ביז זיי ווערן ברוין און הארט. פארפוצט דאס זופּ מיט א לעפל סמעטענע* (אדער װי ביי אייך איז דער שטייגער).
סמעטענע-דעקאראציע: מישט-צו צו דער סמעטענע 1 לעפל טרוקענער טימיאן, 1 לעפעלע זאלץ און איין לעפעלע פעפער (פריש-צעמאלט).

טשיקאווע פיטשעווקעס פון דער מעטראפאליע
זי לעבט ווי גאט אין אדעס...
אין זייער א קליינער דירה אין ניו-יארק!
קיינער זאגט ניט, אז דאס איז די קלענסטע דירה אין דער מעטראפאליע אבער וואס מאכט זי אזוי מערווירדיק און וואונדערפול איז, וואס די בעל-הביתסטע האט געטאן מיט איר!

בריוו אין רעדאקציע
ד"ר פישביין איז אן אונטערוועלט-מענש!
זייער געערטער הער הויפט-רעדאקטאר:
ד"ר רחמיאל פישביין איז א כיטרער אונטערוועלט-מענש און איר זייט א יאקאל, ווייל איר דערלויבט אים צו האנדלען אזוי און דרוקן אזא שמוץ און דרוק אין אייער צייטונג. אין לעבן האב איך קיינמאל ביז איצט ניט געזען אזא פאסקוטסטווע פון אזא חוצפהדיקן פאסקודניאק אבער אז מ'לעבט, דערלעבט מען. ד"ר פישביין יש"ו איז א ממזרשער ניט-פארגינער, וואס פארמאגט ניט קיין שום גוטס און האט גארניט קיין מעלות! דאס איז די סיבה, פארוואס ער פארטשעפעט זיך און רייצט זיך אן אויף אלעמען!
ר' יעקב, צו אייך האב איך גאר גרויסע טענות! אן שום רעספעקט צום מעלדן, דארפט איר זיך שעמען, אז איר דערלויבט אזא מיסט צו דערשיינען אין אייער פיינער צייטונג. פע און פטו! כ'האב געמיינט, אז איר זייט א קלוגער און איידעלער מענש אבער אפינם האב איך א טעות.
יוסף גימפל, ברוקלין, נ"י
א חשובער קאמפס-הונט...
חשובער רעדאקטאר:
ד"ר פישביין איז טאקע א קאמפס-הונט אבער די וועלט נויטיקט זיך היינט-צו-טאג אין אזעלכע דרייסטע זשורנאליסטן און אלטע הינער-פרעסער. ער איז א געוואלדיקער חוצפהניק, וואס נעמט זיך אן די קריוודע פאר די הילפלאזע, אונטערגעדרוקטע און צעטאפטשעטע. כ'פריי זיך ביז די זיבן הימלען, וואס איר האט ביי אייך אין פערסאנאל אזא שטרייסטלוסטיקן, פראפעסיאנעלן צייטונגסמאן, וואס שרעקט און וואקלט זיך ניט צו זאגן דעם אמת און דערלאנגען א קלאפ די, וואס פארדינען זיך אזא שטראף.
מיט דרך-ארץ, מרים לעפקאוויץ, מיאמי, פלארידע

דעם זיידנס עצה
געמאכט מיט דער האנט
און צוזאמענגענייט מיט אלטע פעדעמלעך
איז געווען דער ערשטער בריוו
מכוח ,א בינטל בריוו',
וואס אב קאהאן האט דערהאלטן.
ווען דער הויפט-רעדאקטאר
האט אויפגעריסן דעם קאנווערט, איז קאהאן באשפריצט געווארן מיט הייסע טרערן.
טייערער זיידע:
יעדן אינדערפרי וועק איך זיך אויף דער לינדער זייט. דער היינטיקער לעבנס-שטייגער און טעמפא מאכן מיך טרויעריק און צערודערט. כ'בין אויסער זיך און כ'ווייס ניט, וואס כ'זאל טאן. צי האט איר אן עצה?
סענדער ליבערמאן, מאנהאטן, נ"י
ר' סענדער:
יעדערער האט עטלעכע אויסוואלן ביי יעדער געלעגנהייט און אין יעדער סיטואציע.
ווען מ'כאפט זיך אויף יעדן פרי, האט מען צוויי ברירות - זיין צופרידן אדער זיין אומצופרידן, זיין אדער לוסטיק אדער אומעטיק. כ'בין נישט מבטל אייערע אנגסטן אבער איר דארפט זען די וועלט פון א פרישן שטאנדפונקט. ס'שיינט מיר, אז איר האלט אייך פאר א קרבן און לאזט אייך שפייען אין דער קאשע.
די היינטיקע וועלט איז א מאדנע און א שווערע. כדי צו לעבן אין דער היינטיקער וועלט דארף מען האבן א געדיכט פעל צום גרינגשעצן די נעגאטיוויטעט. פארגליווערט אייך דעם מוח אויף פאזיטיווע זאכן... אויף די זאכן, וואס מאכן אייך גליקלעך, צופרידן און לוסטיק.

רעדט יידיש ווי שלום עליכם
און פוצט זיך אויס ווי גראף פאטאצקי אין עסיק און האניק!
______________________
אלץ, וואס מ'זאגט אויף אלע אנדערע שפראכן,
זאגט מען נאך רייכער און נאך שענער אויף יידיש!

שרייבט אונז מיט אייערע באמערקונגען:
yiddishmoment@yiddishmoment.com
דרוקט אייער רעקלאמע דא אין אונזער צייטונג!
וועגן אינפארמאציע בנוגע רעקלאמעס:
yiddishmoment@yiddishmoment.com
אכטונג: בנימין עקלשטיין, רעדאקציע-סעקרעטאר
שענקט ,דער מאמענט' א מתנה!
צום פאראייביקן די יידישע פרעסע און קולטור
,דער מאמענט' שענקט אייך יעדע וואך א מתנה: מ'לייענט בחנם אונזער זשורנאל. מ'דארף אים ניט אויסשרייבן, זיך ניט איינשרייבן, ניט אנשליסן און ניט פארשרייבן. פאראייביקט די יידישע פרעסע און קולטור דורך שענקען ,דער מאמענט' א מתנה מיטן ביישטייערונגס-קנעפל. דאס איז אייער ,מאמענט'!
_________________________________________________________________
א זע-קראפט-פראבע

זעט די וועלט
מיט יידישע אותיות;
זעט די וועלט
מיט די אויגן פון
דער מאמענט

חשובע פיינשמעקער, פאטשאטנע יאטעביעדאמען
און פריצים מיט א גרויסן יחוס
פאסמאקעווען זיך מיט
,דער מאמענט'.
_________________________________________________________________
וואס לויפט איר שוועק?
קוקט-אריין אין די סעקציעס:
פון דער מאמענס מילך

ביני-לביני נאך עלינו זאגט דער רבי ביים קידוש:
,די וועלט איז יונג און חסידיש!'
,דער מאמענט' ווינשט אייך אלעמען א גוטן שבת
און א שבתדיקע וואך!
__________________________________
די פיינסטע מעבל אין ניוארק
,אין-סטאיל פוירניטשור'
די פיינסטע מעבל אין ניוארק
,אין-סטאיל פוירניטשור'

In Style Furniture
233 וואשינגטאן גאס, ניוארק, ניו-דזשערזי 07102
973.792.0671
א חשובער לאנדסמאן, וואס פארקויפט די פיינסטע מעבל צו גאנץ-פיינע פרייזן
233 וואשינגטאן גאס, ניוארק, ניו-דזשערזי 07102
973.792.0671
א חשובער לאנדסמאן, וואס פארקויפט די פיינסטע מעבל צו גאנץ-פיינע פרייזן
_________________________________________________________________
כיראפראקטאר
ד"ר סטעפאן פרעס
546 Broad Ave., Englewood, NJ 07631, USA - Tel: (201) 569-1444
www.sport-dc.com
<a href="http://www.sport-dc.com">www.sport-dc.com</a>
דער דאקטאר וואס באהאלנדט די מיטארבעטער פון ,דער מאמענט'

רעסטאראן
אקאפעלא

די פיינסטע איטאליענישע מאכלים
אין סאמע הארצן פון פינאנץ-דיסטריקט
1 האדסאן גאס, מאנהאטן, נ"י 10013 * 212.240.0163

,סטאר סטראק'
אנטיקענע קליידער
דאס אויבערשטע פון שטויסל מכוח
נעכטיקע מאדעס פון אמאליקע תקופות.
47 גרעניטש אוועניו, ניו-יארק 10014
212.691.5357
,דער מאמענט' איז די איינציקע אויף דער וועלט צייטונג,
וואס ווערט פארפאסט אויף א פאלקסטימלעכן יידיש פון היימישע יידיש-ריידנדיקע פון מזרח-אייראפע.
____________________________________
ווי טיף מ'זאל ניט גראבן אין ,דער מאמענט', קאן מען תמיד גיין נאך ווייטער!