אן אלטמאדיש ווינקל
אלטפרענקישע אידייען מיט אן אנטיקענער איידלקייט
לאווע גאווארטשיק (רעדאקציע-מיטארבעטער)
דא שרייבט מען וועגן אלטמאדישע ווינקלען און אלטפרענדישע פארגעניגנס, איידלקייט און עלעגאנץ.
דאס איז געווען די גאז-ליכט-עפאכע, ווען מ'האט געלעבט הויך און וואויל
און די וועלט האט געשימערט און געגלימערט מיט א ראמאנטישער אלטמאדישקייט.

אוי, די אלטמאדישע וועלט! און וואס פאר א וועלט איז דאס געווען! אונטן שטעלן מיר אייך צו א ריי פאטאס פונעם פארמלחמהדיקן ווארשע.
דא פאסמאקעוועט מען זיך מיט די אלע מאדעס בפרט און מ'אטכאיעט זיך מיט דער אלטפרענקישקייט בכלל. די היינטיקע וועלט איז ווייט פון דער אמאליקער אזוי ווי הודו איז ווייט פון כוש און טרייף איז פון כשר. די היינטיקע דורות, די יונגע גענעראציעס נעמלעך, קאנען זיך ניט פארשטעלן די עלעגאנץ און איידלקייט פון דער וועלט, וואס איז אמאל געווען. פארן צווייטן וועלט-קריג האבן פאריז און בערלין געשמט און זיך געגרויסט מיט זיין ניימאדישע שטעט, וואו ס'זיינען אויפגעקומען די לעצטע מאדעס. דאס זיינען געווען שטעט, וואס האבן באזונגען און געפייערט די ניימאדישקייט.
הארט אין קעגנזאץ צו פאריז און בערלין (ביז די נאציס זיינען געקומען צו דער מאכט אין 1933) זיינען געווען די אייראפעאישע הויפטשטאט ווארשע, פראג, בודאפעשט, בוקארעשט, ווילנע אא"וו, וואו מ'האט באזונגען און געפראוועט די אלטמאדישע שטעט. אזעלכע שטעט האבן זיך בארימט מיט זייער אלטמאדישקייט און זיך אויסגעפיינט מיט זייער אלטפרענקישער איידלקייט און עלעגאנץ.

דא שרייבן מיר איצט וועגן דעם פארמלחמהדיקן ווארשע בכלל און וועגן איר שיינקייט און עלעגאנץ בפרט. אויף דער אויבערשטער פאטאגראפיע זעט מען דעם ראג אלייע אויאזשדאווסקע און מאטעיקי גאס ביים אלטן פארק. מאטעיקי און איאזשדאווסקע זיינען געווען פארן קריג די רייכסטע גאסן אין דער פוילישער הויפטשטאט. אויף אט-די גאסן זיינען געשטאנען די עלעגאנטסטע און גרעסטע הייזער אין ווארשע, וואו די אינדוסטריאליסטן און אריסטאקראטן האבן געוואוינט.
אונטן זעט מען די אלייע אויאזשדאווסקע אין די 20ער יארן. די גאס איז געווען א ברייט און עלעגאנט.

אויאזשדאווסקע און מאטעיקי זיינען געווען גאסן מיט גרויסע הייזער און דירות. אויף די דאזיקע גאסן זיינען ניט געווען קיין געשעפטן און געוועלבער. דאס זיינען געווען רואיקע שטראזן מיט אן איידעלער אטמאספערע. דא האט ניט געבושעוועט קיין גאסן-געפילדער ווי אויף מארשאלקאווסקע און די אנדערע אלייעס אינעם געשעפטס-באצירק.
אונזער זייער געערטער מיטארבעטער לאווע גאווארטשיק איז א ווארשעווער, וואס קען די גאנצע שטאט, יעדן בולוואר, אליי, גאס און ליקל; ער איז א ספעציאליסט מיטן פארמלחמהדיקן ווארשע, די גאנצע געאגראפיע, געשיכטע, קולטור אא"וו. פריינט גאווארטשיק פארמאגט אן אייזערנעם זכרון, באזונדערש מכוח זיין געבורטס-פלאץ ווארשע! אונזער טייערער לאווע (לייזער אויף יידיש) איז ניט בלויז א קענער אין דער ווארשעווער געגאראפיע, נאר ער איז אויך א בקי אין פויליש. ער רעדט פויליש כמעט אזוי פליסיק ווי ער רעדט יידיש און ענגליש. ער זאגט, אז ער קאן און וועט קיינמאל ניט פארגעסן ווי צו ריידן פויליש. ווען מיר דארפן עפעס איבערזעצן פון פויליש אויף יידיש אדער ענגליש, בעטן מיר ר' לייזער לייענען און איבערזעצן דעם דאקומענט. זיין פוילישע גראמאטיק איז אויסגעצייכנט און ער האט א גלענצנדיקן חוש פאר דעם לשון.
לאווע איז געבוירן געווארן אויף כלאדנע גאס, ניט ווייט פון וואנען די רעדאקציע ,היינט' האט זיך געפונען. ביידע עלטערן זיינע ע"ה האבן געשטאמט פון קאזמיר** אין א שיינעם טאל ביים טייך ווייסל אין לובלינער גובערניע. דארט האט ער פארבראכט יעדן זומער צווישן זיינע קרובים פון ביידע צדדים. דער באצירק אין ווארשע, וואו לאווע האט געוואוינט פארן חורבן האט שוין דעמאלט געהאט עלעקטריציטעט. קאזמיר האט פון דער אנדערער זייט ניט פארמאגט קיין שטראם און נאר וועגענער און דראשקעס אין סתירה צו דער פוילישער הויפטשטאט, וואו מ'האט אפט געזען אן אויטא.
דער טאטע פון ר' לייזער איז געווען א פארמעגלעכער סוחר; אלזא האט ער זיך געקאנט פארגינען סחורות און שפייזן, וואס א סך אנדערע יידן האבן זיך ניט געקאנט צו געניסן. דערצו איז ער אויסגעוואקסן אויף א גויאישער ,אוליצע'** און האט געלערנט אין א מלוכה-גרונט-שולע, וואו די אונטערריכטונג-שפראך איז געווען פויליש. סיי לאוועס מוטער סיי זיין פאטער האבן גערעדט א שלעכטן פויליש; פאקטיש האבן זיי ניט געקענט די שפראך. ביי די עלטערן אין שטוב האט לייזער גערעדט נאר יידיש.
Kazimierz (Dolny)*1= קאזמיר (אין טאל)
**,אוליצע' איז דאס פוילישע ווארט פאר גאס.

דאס זיינען ניט קיין שרייענדיקע נייעס, אז פאן* גאווארטשיק איז ניט קיין פארערער פון דער היינטיקער וועלט. ,די מאדערנע, היינטיקע וועלט, פע! פטו! מ'קאן און מעג דאס האבן! ברוך שפטרני דעם נייעם עולם! זאל ער ברענען ווי די שרפות אין גיהנום!' זאגט ער אפט.
*פאן (אויף פויליש) מיינט ,הער' (אויף יידיש).

אויף די פאטאס הארט אויבן און הארט אונטן זעט מען די אלייע מארשאלקאווסע מיט אירע עלעגאנטע קראמען. אויף די שווארץ-ווייסע צוויי בילדער זעט מען די אלייע פון ביידע ריכטונגען.
אונטן זעט מען די אלייע אזוי ווי זי וואלט אויסגעזען מיט פארבן. דאס פארבנרייכע, בונטע בילד איז א רעפליקע פון א שווארץ-ווייסער פאטאגראפיע, וואס איז גענומען געווארן ארום 1930.
מיר זיינען פעסט איבערצייגט, אז אונזערע לייענער וועלן ווערן נתפעל און נשתומם פון דער שיינקייט פון דער פוילישער הויפטשטאט. מיר האבן אייך געשאנקען אן אריינבליק אין דער שטאט, וואס האט געהאט פארן חורבן די גרעסטע יידישע באפעלקערונג אין אייראפע, העכער 500,000 יידן.

אונזערע רעדאקטארן און מיטארבעטער, א סך פון זיי שטאמען פון פוילן בכלל און פון ווארשע בפרט, האבן אייך געשאנקען מיט גרויס פארגעניגן אט-דעם וואונדערבארן שפאציר אין דער פארגאנגענהייט. ס'איז געווען פאר אונז א גן-עדנדיקע מחיה צו כאפן ווידער א מאל א שפאציר איבער די גאסן, אלייעס און בולווארן פון דער פוילישער הויפטשטאט, וואו א סך קאלעגן אונזערע האבן פארבראכט זייער יוגנט. מיר האפן, אז איר, אונזערע זייער געערטע לייענער, האבן זיך אויך געפאסמאקעוועט מיט דער אלטמאדישער שיינקייט, איידלקייט און עלעגאנץ.
* * *
ס'איז כדאי צו דערמאנען, אז ווארשע איז ניט בלויז געווען פארן קריג א שטאט, וואס האט געבלישטשעט מיט אן אלטפרענקישער עלעגאנץ און איידלקייט, נאר ס'איז אויך געווען א שטאט, וואס איז איבערגעפלאסן אין געוויסע קווארטאלן מיט אריסטאקראטן. פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה האט די שליאכטע באטראפן 10% פון דער פוילישער באפעלקערונג, דער גרעסטער פראצענט אין אייראפע.
אז מ'איז זיך געגאנגען שפאצירן אין די עלעגאנטע געגנטן, האט מען שטענדיק דערזען און זיך אנגעגעגנט מיט באקאנטע באראנען, גראפן און פרינצן, וואס זייערע פאמיליעס האבן פארמאגט גרויסע גיטער אין די פראווינצן. ווי בודאפעשט, פראג און בוקארעשט איז די פוילישע הויפטשטאט געווען א געמיש פון דער אנטיקענער און מאדערנער וועלט, א שיידוועג, וואס האט צוזאמענגעבראכט כלערליי פערזאנען.

געדענקט זשע און פארשטייט זשע נאר, אז
די וועלט זעט-אויס בעסער מיט דער שיין פון שטאלקארצן און גאז-ליכט!

די ווידער-אויפלעבונג
פונעם עלעטרישן אויטאמאביל
פונעם עלעטרישן אויטאמאביל
מיט 100 יאר צוריק און שפעטער מיט 100 יאר
וואס ס'ווערט אלטמאדיש ווערט ענדלעך ווידער ניימאדיש!
י דער עולם האט שוין לאנג צוריק פארגעסן אינעם עלעקטרישן אויטאמאביל, וואס האט גענאסן פון א גרעסערער פאפולאריטעט פון דער בענזין-מאשין. פארן ערשטן-קריג זיינען געפארן מער עלעקטרישע מאשינען ווי בענזין-אויטאס אויף די אמעריקאנער גאסן וועגן. אלע ווייסן, אז דער גאז-אויטא האט ענדלעך געזיגט איבער דער עלעקטרישער מאשין. אין 1920 איז דער גורל פונעם ,עלעקטריק' שוין געווען אנטשיידט; ס'איז דעמאלט געווארן גרינגער צו פארן מיט אן אויטא מיט א בענזין-מאטאר. 1 י אין 1930 האט מען שוין מער ניט געזען אויף די וועגן קיינע עלעטקישע אויטאמאבילן. די וועלט האט געהאט צו פיל הנאה פון די שנעל-פארנדיקע אויטאס מיט א בענזין-טאנק און האט אין גאנצן פארגעסן אינעם ,עלעקטריק'. 1 י נאר אין די 1970ער, ווען בענזין איז געווארן וואס אמאל טייערער, האט מען אנגעהויבן אנטוויקלען א נייעם סארט ,עלעקטריק', וואס וועט ניט פרעסן קיין בענזין. 1 |

י די וועלט איז איצט פארקאכט אינעם באגריף פון אן אלעקטרישן אויטא. די נייע אויטא-קארפאראציע ,טעסלא' האט היי-יאר פאבריצירט דעם ערשטן עלעקריק, וואס זי פארקויפט פאר $35,000. מיט 100 יאר בשעת דער עלעקטריק האט געהאלטן אין פארלירן זיין פאפולאריטעט, וואלט קיינמאל קיינעם ניט געקומען צו חלום, אז שפעטער מיט 100 יאר וועט דער עלעקטרישער אויטא ווידער אויפלעבן!
די וועלט-ליטעראטור (אויף יידיש!)

דאן קיכאט
הארט אונטן זיינען דא א צאל איבערזעצונגען פון ערשטן זאץ פון שפאנישן ראמאן ,דאן קיכאט' פון מיגעל דע צערוואנטעס. זעט זשע נאר ווי אנדערש יעדע איבערזעצונג איז פון דער אנדערער!
אין א דערפל אין לא מאנטשע, וואס אין זיין נאמען וויל איך מיך ניט דערמאנען, ניט לאנג צוריק האט געלעבט א פריץ מיט א לאנצעט און אנטיקענעם ריטער-שילד אין ארסענאל און מיט א מאגערן לאשיק און א כארט*. ני"י, 2012 (א. מ. נאמאסט)
*א כארט איז א ווינט-הונט. אינעם שפאנישן אריגינאל שטייט געשריבן ,א כארט' און ניט קיין יאגד-הונט.
,אין איינעם א ישוב אין דער געגנט לא מאנטשע, וואס איך וויל מיך נישט דערמאנען ווי אזוי מען האט אים גערופן, האט געלעבט נישט לאנג דעראין אן אדעליקער, פון די וואס האבן זייער אייגנס א שפיז אינעם זאטל-הארן, א פארצייטיקן שילד, א מאגערן פערד און א יאגד-הונט.' בוענאס-איירעס, 1950 (פ. קאץ)
,ערגעץ אין א קליין דערפל פון דער פראווינץ לא מאנטשע, איינער פון די אומפרוכטבארע גענענדן, וועלכע עס געפינען זיך נאר אין דער שיינער שפאניע, האט געלעבט צוריק מיט עטלעכע יאר א פריץ, דאס גאנצע פארמעגן פון וועלכן איז באשטאנען פון אן אלטער שפיז און א פארשזאווערטן פאנצער, א דאר, מאגער פעדרל און א שלימזלדיקן, פארחושכטן יאג-הונט.' ווארשע, 1911 (ש. ז. זעצער)
,אין דער פראווינץ לא מאנטשע, ערגעץ אין א דארף, וואס איך וויל ניט געדענקען זיין נאמען, האט ניט זייער לאנג צוריק געלעבט איינער פון די דאזיקע פריצים, וועלכע האבן ביי זיך געוויינלעך א שפיז אין א סטאיקע, אן אלטן פאנצער, א מאגערן פערד און א יאגד-הונט.' ניו-יארק 1910 (א. הארקאווי)
אליווער טוויסט
אט האט מען א וואונדערשיינעם ביישפיל פון א מייסטערהאפט-לאנגן זאץ פון טשארלס דיקענס, די ערשטע פראזעס פון ראמאן ,אליווער טוויסט':
די פיטשעווקעס וועגן דעם פלאץ, וואו אליווער טוויסט איז געבוירן געווארן און די אומשטענדן מכוח זיין געבורט
צווישן די פיל געביידעס אין איינעם א שטעטל, וואס כ'וועל, מחמת א סך סיבות און אויס קלוגשאפט, ניט באקאנט מאכן, און פאר וועלכן כ'וועל ניט אויסטראכטן קיין פיקטיוון נאמען, עקזיסטירט, אזוי ווי אין די מערסטע שטעטלעך, גרויס און קליין, א טרויעריק-בארימטער הקדש; און אין אט-דעם הקדש איז געבוירן געווארן, אין א טאג און דאטע, וואס כ'וועל אויך ניט אנגעבן, דערפאר ווייל אין דער צייט איז דאס גארניט וויכטיק פארן לייענער, דער שטערבלעכער נפש, וואס זיין נאמען שטייט אין שפיץ פון דעם דאזיקן קאפיטל.'

שעיקספירס 18טער סאנעט
בארימטע ערשטע פראזעס

די פאלגנדיקע פראזעס זיינען די ערשטע שורות פון בארימטע ראמאנען און דערציילונגען פון דער וועלט-ליטאראטור. אפשר ווייסט איר די נעמען פון אט-די ליטערארישע ווערק?
1. ,רופט מיך ישמעאל.'
2. ,אלע גליקלעכע פאמיליעס זיינען ענלעך. יעדע אומגליקלעכע פאמיליע איז אומגליקלעך אויף אן אייגענעם אופן.'
3. ,אז גרעגאר סאמסע האט זיך אויפגעוועקט איין אינדערפרי פון אומרואיקע חלומות, האט ער זיך געפונען אין בעט פאר א פארוואנדלטן אין אן אומגעהויערן אינסעקט.'
4. ,אין משך פון א טייל פון דער ערשטער העלפט פון דעם איצטיקן יארהונדערט, און בפרט בשעתן שפעטערדיקן טייל דערפון, האט אין דער שטאט ניו-יארק געבליט און פראקטיצירט א דאקטאר, וואס האט הנאה געהאט פון אן אנגעזעענעם דרך-ארץ, וואס, אין די פאראייניקטע שטאטן האט מען ארויסגעוויזן פאר די אנשטענדיקע מיטגלידער פון דער מעדיצינישער פראפעסיע.'
5. ,דאס זיינען געווען די בעסטע צייטן, דאס זיינען געווען די ערגסטע צייטן.'
6. ,דאס קינד האט געוויינט הויך. אז ער זאל געווען וויסן, אז ער איז א יתום, איבערגעלאזט אין צארטן רחמנות פונעם קירכע-דינער און דער הויז-פרוי, וואלט ער געוויינט נאך העכער.'
7. ,אין מיינע יינגערע און מער אנגרייפבארע יארן, האט מיר מיין טאטע געגעבן אן עצה, וואס איך האב דאס שוין גאר אפט איבערגעטראכט זינט דעמאלט. "ווען ס'ווילט זיך דיר קריטירן א מענש", האט ער מיר געזאגט, "געדענק זשע נאר, אז ניט אלע מענשן אויף דער וועלט האבן די זעלביקע מעלות וואס דו האסט..."'
8. ,דערפאר ווייל דער פאמיליען-נאמען פון מיין פאטער איז געווען פיריפ, און מיין קריסטלעכער נאמען פיליפ, האט מיין עופהלעדיק צינגעלע ניט געקאנט אויסריידן קיין שום לענגערס אדער פארשטענדלעכערס ווי פיפ.'
9. ,נו, פרינץ, גענאע און לוקע זיינען איצט די משפחה-גיטער פון די באנאפארטס.'
10. ,ער איז געווען א זקן, וואס האט געכאפט פיש אליין אין א לאטקעלע אין איינגוס-שטראם און האט שוין פארבראכט 84 טעג אן צו כאפן איין פיש.'
11. ,ראבערט קאהן איז אמאל געווען דער מיטל-וואגיקער באקס-מייסטער אין פרינצטאן.'
12. ,קיינער וואלט ניט געגלויבט בשעת די לעצטע יארן פון ניינצענטן יארהונדערט, אז די דאזיקע וועלט איז אנגעקוקט געווארן מיט גרויס אויפמערקזאמקייט און אינטערעס פון אינטעלעקטן נאך גרעסער ווי די פון א מענש. בשעת מ'האט זיך פארנומען מיט פארשידענערליי זארגן, זיינען זיי געווארן באאפאכט און אנאליזירט, אפשר מיט אזא פארזיכט ווי א מענש מיט א פארגרעסערוגס-גלאז אנאליזירט די קורץ-לעביקע בריאות, וואס מערן זיך און ווימלען אין א טראפן וואסער .'
13. ס'איז געווען א העלער, קאלטער טאג אין אפריל און די אלע זייגער האבן געשלאגן דרייצן.
14. ס'איז א באקאנטער אלוועלטלעכער פאקט, אז א פארמעגלעכער בחור מיט א גרויס פארמעגן דארף האבן א ווייב.
15. לאליטע, דאס ליכט פון מיין לעבן און די שרפה אין מייע לענדן!

גראפיטי
פאליטיק און פראטעסט
פאליטיק און פראטעסט

לאזט זיך ניט שפייען
אין דער קאשע!
מ'קאן לעבן אבער מ'לאזט אייך ניט!
טראץ דעם, וואס א בירגער אינטערעסירט זיך גארניט מיט דער פאליטיק
מיינט ניט, אז די פאליטיק וועט זיך ניט אינטערעסירן מיט אים.
פעריקלעס, אלט-גריכישער מלוכה-מענש, גענעראל און פאלקס-העלד

קוקאראטשקעס און לאטרינען
משוגענע מצבים מיט פארריקטע פארשוינען
משוגענע מצבים מיט פארריקטע פארשוינען

ס'איז קאמיש און לעכערלעך, אז
די גרעסטע און מעכטיקסטע פאליטיקער אין וואשינגטאן
קאנען ניט פארליידן און פארטראגן די באליידיקונגען
פון א משוגענעם עושר פון ניו-יארק!

א פאליטיש ווינקל
אויב א מענש קאן ניט שרייבן גוט,
קאן ער אויך ניט טראכטן ארדנטלעך;
און ווען א לייט דענקט ניט ארדנטלעך,
טראכטן אנדערע פערזאנען פאר אים.
געארג ארוועל, בריטישער שריפטשטעלער
חברים, געדענקט זשע און פארשטייט זשע נאר:
ווען מ'הערט-אויף זיין ברוגז, זיגט דער אנדערער צד!
אויב איר ווילט זען א בילד פון דער צוקונפט,
שטעלט זיך פאר, אז
א שטיוול זאל אומאויפהערבאר צעטאפטשען א מענש דאס פנים.

נאך מער מאכט פאר די מאכט-האבער!
אייער אנקל איז ניט קיין פעטער, נאר א גרויסער ברודער!

היימלאנד-זיכערהייט
קלינגט זייער ערנסט און געפערלעך,
אויב מ'זאגט דאס אויף יידיש אדער אויף דייטש.
דערצו, ווען מ'זאגט דאס אויף יידיש אדער דייטש,
קלינגט דאס היימלאנד ווי דאס פאטערלאנד
און די היימלאנד-זיכערהייטס-פאליציי ווי די געהיים-שטאטס-פאליציי (געשטאפא)!
שאט! לאמיר זיך אלע מאכן כלומרשט ניט וויסנדיק! מסכים?
אוי, וויי! גענוג?
ס'איז שוין גענוג און איבערגענוג!
ס'איז שוין גענוג און איבערגענוג!
א כינעזישע כללה
זאלט איר לעבן אין אן אינטערעסאנטער צייט!
* * *
ס'איז טאקע דער אמת!
די געטער מאכן משוגע
די, וואס זיי האבן בדעה צו צעשטערן!
* * *
ריידנדיק וועגן אינטערעסאנטע צייטן מיט משוגענע פארשוינען!
די פרוי האט פארלוירן איר הארץ אויף א פאליטישער פארזאמלונג פאר
מארקא רוביא
דער מאן האט פארלוירן זיין עטיק און מאראל אויף א פאליטישער פארזאמלונג פאר
הילארי קלינטאן
די פרוי האט פארלוירן איר שכל אויף א פאליטישער פארזאמלונג פאר
בערני סאנדערס
דער מענש אין געווארן גאר אין גאנצן משוגע אויף א פאליטישער פארזאמלונג פאר
דאמאלד טראמפ

תכלית מיט חוצפה!
קייסערלעכע חכמות
פאר די פני מיט די הויכע פענסטער
געשמאקע עצות פאר עושרים, גבירים און נגידים,
וואס זיינען רייך ווי קורח און ווילן ווערן נאך רייכער!

דער גרויסער קנאקער
איז קלוג ווי די וועלט!
ער כאפט-צו דאס געלט
און מאכט פליטה!
דער עושר איז אזוי רייך און ווינשט, אז...
ער זאל האבן איין דאלאר פאר יעדן דאלאר, וואס ער האט!
* * *
א קעניג קאן גארניט גנבענען, מחמת אלץ געהערט צו אים!
דאס האט דער מלך פארוק איבער מצרים באמערקט, אז מ'האט געפרעגט ביי אים
פארוואס ער האט מיטגענומען מיט זיך א ים מיט מזומנים און אוצרות,
אז ער איז אראפגעזעצט געווארן פון טראן און געפארן אין אויסלאנד.
זיין מאיעסטעט איז געווען א סימפאטישער, ברייטהארציקער פארשוין:
ער האט געוואלט פארזיכערן, אז זיינע ווייבער און קינדער זאלן האבן וואס צו עסן,
ווייל אין יענע יארן איז געווארן א קעניג וואס אמאל שווערער צו לעבן ווי א קעניג!
לכבודן 100סטן געבורטס-טאג פון דוד ראקעפעלער

ס'ווערט וואס אמאל שווערער
צו לעבן ווי גאט אין אדעס,
ווי ראטשילד אין פאריז
און עס ווערט אויך וואס אמאל שווערער,
אז ראקעפעלער זאל לעבן ווי ראקעפעלער!
ביליאן דאלאר איז שוין מער ניט ווערט קיין ביליאן!
מיט איין ביליאן קאן מען שוין מער ניט איינקויפן, וואס מ'האט אמאל איינגעהאנדלט מיט איין ביליאן!
* * *
א גבירישע עצה
די רייכע טראגן א געוואלדיק אחריות לכבוד די ארעמע!
דאס גרעסטע אחריות פון אן עושר
איז ניט צו ווערן קיין קפצן!

הומאר
דאס לעבן איז צו קורץ
צו זען די וועלט מיט ערנסטע אויגן.
דערצו און דעריבער
אויב איר קאנט ניט לאכן פון זיך אליין,
קלינגט צו מיר און כ'וועל לאכן פון אייך!

אן אלטער הינער-פרעסער
קאלאנעל סאנדערס
דער באקאנטער פאלקאווניק
האט ליב געהאט קאכן הינער!
נאך העכער און גרעסער פון א פאלקאווניק איז א גענעראל!

א כינעזישער גענעראל,
וואס איז געווען פארקאכט אין הינער!
א שרייענדיקע פראגע און א געוואלדיקע קשיא
געדענקט זשע און פארשטייט זשע נאר: אז מ'פרעגט א שאלה, ווערט זי טרייף!

צי האבן זיי זיך אמאל באקענט?
צי האט דער בריטישער קאלאנעל באגי געקענט דעם כינעזישן גענעראל צאו?
א דאנק זיכערע מקורות האבן מיר זיך דערוואוסט לעצטנס,
אז דער בריטישער פאלקאווניק האט זיך שוין איין מאל באקענט מיטן כינעזישן גענעראל.
אין שאנ-חי האבן זיי זיך געטראפן, כדי אונטערצושרייבן א פרידנס-פאקט.
זיי האבן זיך געפאסמאקעוועט מיט א געבראטן הינדל מיט א זיסן פלוימען-צימעס!

די מאלפע
איז אויך פארקאכט
אין הינער!

א ברוגע באבע
מיט א פארקאכטער קאשע
די באבע האט זיך באקלאגט, אז
איר איינקל האט געבאקן א פיצע אין קיך,
פארקאכט א קאשע
און פארשטונקן די גאנצע שטוב.
דער זיידע האט געגעבן דער באבע א געשמאקע עצה:
ס'איז בעסער צו באקן א פיצע אין קיך
איידער צו באקן בייגל אין דער ערד!
* * *
לומדיש און לוסטיק
געבענטשט זאלט איר זיין
געבענטשט זאלט איר זיין

מיט
אברהמס אמונה;
מתושלכס יארן;
משהס עניוות;
שלמהס חכמה,
און טראמפס חוצפה!
אברהמס אמונה;
מתושלכס יארן;
משהס עניוות;
שלמהס חכמה,
און טראמפס חוצפה!
שטיף און לאך; היט-אפ די זאך!
* * *
* * *
קוקאראטשקעס און לאטרינען
וואס ס'טוט זיך אין טואלעט!
א שרייענדיקע פראגע און א געוואלדיקע קלאץ-קשיא!
אז מ'פרעגט א שאלה, ווערט זי טרייף!

דער צעדרייטער טראנסוועסטיט איז פארמישט און פארטומלט!
מ'דארף האבן דעם חכמות-שלמה
כדי אנצונעמען דעם ריכטיקן באשלאס!
מ'דארף האבן דעם חכמות-שלמה
כדי אנצונעמען דעם ריכטיקן באשלאס!
הערט זיך צו און איין!
כל הקודם זכה! דער וואס קומט פריער מאלט פריער!
דער וואס קומט פריער מאכט פריער!
גלייכבארעכטיקונג פאר אלעמען:
קליינע פישער(קע)ס; אלטע קאקער(קע)ס;
בחורים און בחורטעס; האמאס און לעזביאנקעס; שאוויניסטן און פעמיניסטקעס; טראנסוועסטיט(קעס)ן, און טרנאסוועסטיט(קעס)ן, אנדרוגינוסן און טומטומס וכדומה
יושר און גלייכהייט פאר די מאדנע פארשוינען אומעטום!

פיל אויסוואלן
און ניט קיין סך צייט!
דער קליינער פישער איז טאקע באמת א פישערקע!
דער הולטיי:
,אז מ'זאל דאס ניט זען, וואלט מען דאס קיינמאל ניט געגלויבט!'
דער קראליק:
,דאס איז דאס אויבערשטע פון שטויסל! און גלויב מיר, וועסט דאס קיינמאל ניט זען!'

אן אלמאדישע אטכאזשע
אן אלפרענקישע תשובה אויף א ניימאדישער קשיא
אן אלטע, קלוגע באבע גיט א פשוטן ענטפער
באבע עלקע, קארעספאנדענטקע, כתריאלעווקע, בויבעריק, האצעפלאץ, אנאטעווקע און יעהופיץ

אין דער אפטיילונג ,קוקאראטשקעס און לאטרינען', וואס מיינט פריוועטן מיט פרייסן, טאראקאנעס אין טואלעט אא"וו שרייבט מען וועגן פארריקטע פארשוינען אין משוגענע מצבים. איבער א געוואלדיקער קלאץ-קשיא ברעכט זיך דער גולמדיקער עולם איצט דעם מוח; אלזא, קריכט די וועלט אויף די גלייכע ווענט אזוי ווי די פרוסאקעס קריכן אויף די גלייכע ווענט אין דער אטכאזשע. די הייסע דעבאטע, וואס בושעוועט אצינד אין לאנד שטייט אויף א לאטרין! ניט היינט געדאכט!
* * *
אוי, ווי פשוט דאס לעבן איז געווען אין דער אלטער היים, וואו אלע האבן אויסגענוצט דעם זעלבן אפטרעט! צו בארשט דארף מען ניט האבן קיין ציינער! מ'דארף ניט זיין דער ווילנער גאון, בכדי צו פסקענען אזא שאלה! רבותי, הערט זשע נאר מיטן קאפ, מחמת דער ענטפער איז גאר א פשוטער: כל-הקודם-זכה! יא, חברים, אין דער אמאליקער וועלט אין די ארעמע שטעטלעך האט מען קיינמאל ניט געהאט ווען צו באהאנדלען אזוינע שרייענדיקע קשיות. דעמאלט האבן טאקע באמת ניט עקזיסטירט אזעלכע לעבנס-פראגן! פראסט, פשוט און בקיצור איז תמיד געזעסן פריער (אויפן כסא-הכבוד) דער, וואס איז געקומען פריער. גאונים אין דער גאלדענער מדינה: אן אלטע כאטע מיט א ברעט איבער א לאך אין גרונט איז געווען גוט גענוג אפילו פאר די איידלסטע און עלעגאנטסטע הינטנס, וואס פאדערן תמיד די אויבנאניקייט, די העכסטע פאזיציע! אלע מענשן ווי אויך אוממענשן האבן זיך אריינגעשאקלט צו דער נויט-צייט אין הינטער-הייזקעלע. דא זיינען אלע לייטן געווען גלייך; א הינטער-חלק איז געווען א הינטער-חלק! ברייטע הינטנס און שמאלע תחתער זיינען געזעסן מיט גלייכבארעכטיקונג אויפן זעבלן ברעט אין דער בודקע, וואוהין דער קייסער איז שטענדיק געגאנגען צו פוס!
* * *
די באבע עלקע פארשטייט ניט דעם גאנצן טאראראם און פארוואס די דאזיקע טעמע איז אזא שרייענדיקע פראגע! אין דער אלטער היים איז געווען נאר איין קליין בית-הכסא הינטערן הויז, וואו אלע זיינען געגאנגען צו פוס און אלע זיינען געזעסן אויפן זעלבן ברעט! א הינטן איז געווען א הינטן און קיינער האט זיך קיינמאל ניט געפלפולט וועגן אזעלכע קלייניקייטן! ס'ארט די באבע ווי א פאר-א-יאריקער שניי, צי א טראנסוועסטיט(קע)*, ביסעקסואל(קע), א לעזביאנקע, א פעמיניסט(קע), אן אנדרוגינוס**, א טומטום*** אדער א טראנססעקסואל(קע)**** זיצט ביי איר אין בית-הכבוד ווי צאר ניקאליי אויפן טראן אין פעטראגראד! די באבע שטייט שטילערהייט ווי געפלעפט און פארטשאדעט, אז דער עולם זאל זיך זארגן פאר אזוינע זאבאבאנעס*****, ווען די ווייסל ברענט*****, ווען מ'לייגט די ציינער אויף דער פאליציע******* און ווען די טאנטע טעמע האט זיך אויסגעצויגן די פיס******** און איבערגעלאזט דער באבעס ירושה!*********
די נייע היים איז א מאדנער מקום איבערפול מיט משוגעים! בלויז נאר אין די פאראייניקטע שטאטן קאן מען מאכן פון א פליג אזא העלפאנד און פארקאכן אזא קאשע, און אין וואסער-קלאזעט נאך! אמעריקע גנב!
די באבע איז אן אלטמאדישע אשת-חיל! רבותי, צדקה-וחסד פאר אלעמען! יעדע פערזאן איז בארעכטיקט אלס מענש צו ,אשר יצר' אין א מקום-מקלט-ומנוחה! דער נאכט-כלי, דאס פיש-טעפל, דער טואלעט ביי דער באבע אין שטוב צוזאמען מיטן אפטרעט אין הינטער-הויף מעגן אלע נוצן! גוטע ברידער און שוועסטער ווי אויך די צעדרייטע, פארמישטע און פארטומלטע פארשוינען, וואס ווייסן ניט ווער זיי זיינען, שטייט אדער זיצט פראנק און פריי ביי דער באבע אין וואסער-קלאזעט און זי וועט קיינמאל ניט פרעגן קיין קשיות!
פוס-נאטן
*טראנסוועסטיט = א מאן, וואס טראגט דאמסקע קליידער; טראנסוועסטיטקע א פרוי, וואס נוצט מלבושים פאר א
מאן.
**אנדרוגינוס = (א פארשוין מיט ביידע זאכן)
***טומטום = א מענש אן שום מין; א פערזאן, וואס איז ניט קיין מאן אויך ניט קיין פרוי
****טראנססעקסואל(קע) = א מאן, וואס איז אמאל געווען א פרוי אדער א פרוי, וואס פלעג זיין א מאן
*****זאבאבאנעס = נארישקייטן, קלייניקייטן און נישטיקייטן אין איין פעקל, גרויסע שטותים אא"וו
******די ווייסל ברענט = ס'קומט-פאר א געוואלדיק אומגליק. די ווייסל איז דער טייך, וואס פליסט-דורך ווארשע.
*******לייגן די ציינער אויף דער פאליציע = זיין גאר שטארק הונגעריק, האבן ניט וואס צו עסן
********אויסציען די פיס = שטארבן
*********איבערגעלאזט גארניט מיט גארניט, ניט איבערגעלאזט קיין גראשן

הומארעסקע
פארנונפטיקע באשעפענישן
אויף ווייטע פלאנעטן
פארנונפטיקע באשעפענישן
אויף ווייטע פלאנעטן
מ'זאגט, אז דער אמת איז גאר אפט נאך אויסטערלישער פון דער פיקציע. דערצו, וואס קאן זיין נאך מאדנער ווי די שרייענדיקע נייעס, וואס מיר גיבן-איבער אט-דא און אט-איצט! פון זיכערע מקורות זיינען מיר לעצטנס געוואויער געווארן, אז די ערד-קוגל איז ניט דער איינציקער פלאנעט, וואס איז באפעלקערט מיט פארנונפטיקע באשעפענישן!
דער יודע האט אונז דערציילט, אז אויף איין ספערע לעבט א ראסע שנעקן, וואס זיינען צווישן די קליגסטע באשעפענישן אין גאנצן קאסמאס! טאקע באמת זיינען די מיאוסע, קריכנדיקע בריאות געוואלדיקע בריות! די סלימאקעס, מגושמדיקע ברואים, לעבן אויף א וועלט אין א פארווארפענעם טייל מילכוועג. זייער עולם איז א נאסער פלאנעט פול מיט סאזשלקעס, אזערעס, בעך, שטראמען און ימען, וואו דער הימל איז כמעט ווי תמיד פארכמארעט און ס'רעגנט כמעט ווי שטענדיק. די גרויסע שנעקן, ניט קיין קליינע סלימאקעס ווי אויף אונזער וועלט, האבן א גרויסן מוח, וואס פונקציאנירט זייער שנעל און איז באשאנקען מיט דער טעלעפאטיע. דאס זיינען אויסערגעוויינלעכע, באגאבטע חיות, וואס קאנען ריידן אן צו זאגן א ווארט. איינער טיילט-מיט דעם צווייטן מיט געדאנקען-שטראלן, אריינשיקנדיק די מחשבה דירעקט צום צוהערער אין קאפ. דאס איז דער אופן ווי די גרויסע דענקער אויף דעם פרעמדן, מאדנעם עולם האבן געהאט איבערגעגעבן די אלע פיטשעווקעס דעם פארשוין, וואס האט אונז דערציילט די גאנצע מעשה. אלץ איז אריינגעשיקט געווארן כהרף-עין צו אים אין קאפ עקסטרע פון דעם ווייטן פלאנעט.
דער יודע, וואס זיין נאמען טארן מיר ניט אנגעבן, וויל דערקלערן דעם עולם, אז די סיבה פארוואס אזוי פיל פארנונפטיקע פארזעענישן פון אנדערע וועלטן באזוכן אונזער טייערע ערד-קוגל איז דאס: דעם מענשנס גענעטישער קאדעקס איז א פולשטענדיקער און אונזער ראסע איז איינע פון די איינציקע, וואס פארמאגט א גאנצע אינדיווידואליטעט און איז פעאיק צו אלע עמאציעס. גאר א סך ראסעס האבן אדער ניט קיין אינדיווידואליטעט אדער ניט קיין עמאציעס. א סך פון אט-אזוינע זגאלן פארמאגן קיינס פון די ביידע און לעבן אויף קאלטע, גרויע וועלטן, וואו אלע זעען ענלעך אויס און אלע טראכטן ענלעך און צוליב דעם דוחק אין די צוויי מידות קומען זייערע ראסעס אום. זיי נויטיקן זיך אין אונזער גענעטישן שטאף, וואס זיי פלאנצן-איין אין זייער גענעטישן קאדעקס, שטרעבנדיק צו באשענקן די קומענדיקע דורות מיט עמאציעס און אינדיווידואליטעט, כדי זייערע וועלטן זאלן בלייבן לעבן. ס'טוט זיך אבער ניט ווי ס'רעדט זיך. דער פראצעס איז גאר אפט אומדערפאלגרייך! א צאל מחנות האט שוין געהאט הצלחה מיט דעם פראצעס, וואס איז ביי זיי די ענדגילטיקע און איינציקע האפענונג. דאס רוב פון די פארגעשריטענע ציוויליזאציעס פאלט אבער דורך אין זיין פארזוך צום אומענדערן דעם גענע-שטאף און קומט ענדלעך אום, צום באדויערן.
חשובע לייענער, איצט ווייסט איר דעם אמת מיט אן אלף וועגן א געוואלדיק רעטעניש, וואס טאטשעט שוין עטלעכע יארצענדליקער די מענשהייט. די שרייענדיקע נייעס זיינען איבערגעגעבן געווארן א יאט אויף יידיש פון א וועלט מיט סלימאקעס אין אן אנדער טייל קאסמאס און ווערט פארעפנטלעכט אט-דא אין אונזער צייטשריפט. רבותי, דאס קאן דאך פארקומען נאר אין ,דער מאמענט'!

וואונדער-געבורטן
א גאנצע אויספארשונג וועגן די געבורטן ביי חשובע בתולות
בנימין עקלשטיין, רעדאקציע-סעקרעטאר

נסימדיקע געבורטן? וואס מיינט דאס? אט-דא און אט-איצט שרייבן מיר וועגן די איבערנאטירלעכע געבורטן. דאס איז א וואונדער-געבורט, ווען א בתולה האט א קינד אן צו האבן געהאט קיין געשלעכטע באציאונגען. דא פארשן מיר אויס אלע אזעלכע געבורטן, ווער פון וועלכער ,פריוואטקע' איז ארויסגעקומען, צי די געבורט איז געווען א כשרע, צי די בתולה איז געווען די אמתע סחורה וכדומה.
אלע ווייסן שוין ווי אזא געבורט קומט-פאר, דערפאר ווייל ס'איז שוין ווידער און אבער געשען דער זעלבער נס אין אלע טיילן וועלט אין משך פון טויזנטער יארן! דא פארעפנטלעכט מען אבער ווען, וואו און ביי וועמען ס'האט פאסירט אזא געבורט. מיר פרעגן זיך אבער פארוואס זינט דער געבורט פונעם קעלטישן צויבערער מערלין קומען שוין מער ניט פאר אזוינע איבערנאטירלעכע געבורטן? וואס האט זיך געענדערט נאכדעם ווי מערלין איז געבוירן געווארן?
די, וואס ווייסן פון אזוינע וואונדער-געבורטן, שטעלט זיך תיכף-ומיד אין דער פארבינדונג מיט ,דער מאמענט' און מיר וועלן דאס פארעפנטלעכן אויף די זייטן פון אונזער צייטונג. די, וואס ווייסן פון א בתולה, וואס האט לעצטנס געבוירן א יינגל, קלינגט גלייך אין אונזער רעדאקציע, מחמת מיר וועלן איבערקערן די וועלט מיט די שרייענדיקע נייעס. אונזערע חשובע רעדאקטארן האבן א חושד, אז ס'קומען נאך אלץ פאר אזעלכע איבערנאטירלעכע געבורטן, נאר קיינער מאכט זיי ניט באקאנט היינט-צו-טאג.
דרך-אגב זיינען עטלעכע מיטארבעטער ביי אונז אין רעדאקציע פעסט איבערצייגט, אז דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן ביי א בתולה. צום צער איז שוין צו שפעט צו אונטערזוכן דאס געשעפט פון דעם רבינס מאמען, כדי צו באשטעטיקן, צי די פרוי איז טאקע באמת געווען א בתולה.
* * *
עקסטרע! ספעציעל! דירעקט! ווארט זשע נאר צו! שטעלט-אפ דעם גאנצן דרוק-פראצעס! ערשט איצט האבן מיר דערהאלטן א דעפעשע פון זייער א חשובן קארעספאנדענט אין ישראל, אז אן אנשטענדיקע, גענעדיקע יונגפרוי אין אילת איז על-פי-נס געגאנגען פאר-אכט-טאגן צו קינד און האט טאקע מיט ממתקים געבוירן א שיין, קליין יינגעלע! ניט קיין שקר און גארניט קיין גוזמא! די מאמע האט באריכטעט די דאקטוירים, אז איר מיידעלע איז געגאנגען טאנצן טאנגא און זי איז איים געקומען, נעבעך, שוואנגער. די מאמע אירע איז אבער זיכער מיט 100%, אז איר שיין טעכטערל איז א בתולה, מחמת זי איז פעסט איבערצייגט, אז איר שיין קינד וואלט קיינמאל ניט געלעגן מיט קיין פאסקודניאק. די יונגע פרוי, וואס זאל זיין א יונגפרוי*, האט געשוואוירן ביי גאט אין שטוב פאר די עלטערן שפעט ביי נאכט ווען זי איז אהיים געקומען, אז זי האט יא געשטיפט און יא געלאכט אבער זי האט אפגעהיט זי זאך און האט קיינמאל ניט געהאט קיין שום סעקס. די טאטע-מאמע גלויבן זייער טעכטערל!
*יונגפרוי = בתולה

פראנק און פריי, ס'איז כדאי!
פראפעסאר ד"ר רחמיאל פישביין, ספעציעלער קארעספאנדענט

פראנק און פריי: פראנק און פריי זאגן מיר, אז יידישלאנד איז א מאדנע מדינה פול מיט אויסטערלישע פארשוינען. אזוינע פאטשאטנע פעטשעטשעס ספעציאליזירן זיך מיט נארישקייטן, קלייניקייטן און נישטיקייטן. זיי זיינען באזעסן, פארכאפט און פארקאכט אין די אלע דריבנע באגאטעלקעס, וואס איז ניט קיין געשפעטנער עסק און ענין!
טרעף און טעות: די מבינים פון מאסאטשוטשקע האבן, טרעף און טעות, פארגרייזט דעם טיטל פון זייער ווערטערבוך מיט אן אומפאסיק ווארט. באכנער און ביינפעלד עט. אל. האבן צוזאמענגעשטעלט אן ,ארומנעמיק' ווערטערבוך, א פולשטענדיק פארשונגס-ווערק, וואס האט דער באבעס טעם און איז ווערט דער באבעס ירושה: באבקעס! מיר האבן מורא אריינצוקוקן אין דעם געוואלדיקן ווערטערבוך מחמת דער אלץ-ארומנעמענדיקער אומוויסנקייט פון די מחברים.
פיקס און פארטיק: א געוואלדיקער למדן איז, פיקס און פארטיק, לייבל פריקמאן פון מעטוטשנע, ניו-דזשערזי. דער מעטוטשנער מומחה האט געבאראבאניעוועט מיט עטלעכע יארן צוריק, אז 'פארחורבנדיק' איז ניט קיין פארחורבנדיק אדער פארמלחמהדיק ווארט, אז דער טערמין איז קיינמאל ניט באנוצט געווארן פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה. דאס זיינען די שרייענדיקע נייעס?! אודאי איז דאס ווארט געווען אומבאקאנט פארן קריג אין מזרח-אייראפע, דערפאר ווייל קיינער האט ניט געהאט קיין שום אנונג, אז ס'וועט אויסברעכן א מלחמה און ס'וועט פארקומען די שואה!
דער סאמע מאמענט, וואס דער בריה האט געזען דעם טערמין אין ,דער מאמענט', האט ער זיך צוגעטשעפעט ווי א מזיק צו דעם ווארט. ער האט געוואלט באווייזן דעם עולם, אז ,פארחורבנדיק' האט מען קיינמאל ניט געהאט באנוצט פארן חורבן.
הענדעם-פענדעם: דער פעאיקער פארשער מאטקע גרין אין וויניפעטשקע, קאנאדע מאכט א גאנצע און גרויסע קאריערע פון באטאנען די נפקא-מינא צווישן א חבר און א פריינט. דאס איז א טעמע, וואס איז צו קאמפליצירט פאר די פארשער און מומחים ביי אונז אין רעדאקציע. די מערהייט רעדאקציע-מיטארבעטער זיינען מסכים, אז א פריינט און חבר האבן די זעלבע באדייטונג. פאראן אבער אזוינע (אפשר אין עטלעכע אנדערע רעדאקציעס), וואס זיינען גאר אין גאנצן ניט איינפארשטאנען, גריבלען זיך אין דער וויכטיקער טעמע און פלפולן זיך מיט גרויס ערנסטקייט וועגן דעם אונטערשיד צווישן די צוויי טערמינען.
אלע ווייסן, אז ס'איז פאקטיש דא א חילוק צווישן א פריינט און חבר! א חבר בארגט (געלט) און א פריינט לייט (געלט). דער חבר האט געבארגט א סך געלט ביי זיין פריינט און דער פריינט האט געליען זיין חבר א סך געלט.
בראווא! אט-אזוי! דער וואוילער בחור רעדט א גוטן יידיש און פארשטייט אויך די וועלט!
גראם-שטראם: און, אחראון אחרון חביב, איז געקומען צו רייד רייזע וואליזקע, גראם-שטראם, וואס ספעציאליזירט זיך מיט ווערטער, וואס קיינער ווייסט ניט. זי און נאר זי אליין ווייסט, אז א ,שטעל-ארט' איז א פארקירונגס-פלאץ. אט-דער אגרעסיווער פארשוין דערמאנט אונז אין דער מוראדיקער קראנקן-שוועסטער ראטשעט, א פארביסענע כלבטע, אינעם ראמאן און פילם ,א קוקאווקע איז דורכגעפלויגן דאס משוגעים-הויז'*. די ווארטארין מיט אן אייזקאלט הארץ און א נישטיקער, קלאגעדיקער פערזענלעכקייט דערגייט די אלע משוגעים די יארן און מאכט זיי נאך פארריקטער! ס'קומט אבער דער צעדרייטער מאדאם א קאפעטשקע קרעדיט! די יידישיסטקע פארפאסט אצינד א לאנגן, גרויסן ראמאן, די יידישע ווידערגאבע פון ,א קוקאווקע איז דורכגעפלויגן דאס משוגעים-הויז'; דאס בעלעטריסטישע ווערק הייסט ,א קוקאראטשקע איז דורכגעקראכן די לאטרין'**.
יעדעס מאל, וואס מ'דערמאנט די מוראדיקע מאדאם ביי אונז אין רעדאקציע, קוקויען די אלע מיטארבעטער ווי א זאזוליע*** און מיר קריכן אויף די גלייכע ווענט ווי די קוקאראטשקעס אין לאטרין****! גראם-שטראם, מאכט מיר א לעטניק און, פיקס און פארטיק, באקט מיר א בייגל (אין דער ערד)!
*One Flew Over the Cuckoo's Nest
**אויף א ריינעם יידיש זאגט מען ,דער פרוסאק איז דורכגעלאפן דעם פריוועט' אדער ,דער טאראקאן איז דורכגעלאפן דעם טואלעט'.
***זאזוליע = קוקאווקע
****קוקאראטשקעס אין לאטרין = טאראקאנעס אין טואלעט

ניט געפידלט און ניט געדאגהט
אין דער וועלט פון טשייניק-האקעריי
די אוואנטורעס פון דריי מבינים אין מזיקימלאנד
א. קאמיקאזע, הארי קארי, שישקע באב (קאעספאנדענטן, טאקיא)

חשובע נודניקעס און פראפעסיאנעלע טשייניק-האקער דרייען א ספאדעק טייערע זקנים פון דער אלטער היים מיט זייערע נארישקייטן, קלייניקייטן און נישטיקייטן. אין דער וועלט פון טשייניק-האקעריי איז דולן א קאפ ניט בלויז א בכבודיקע פראפעסיע, נאר דאס איז אויך אן איידעלע קונסט-פארמע! אזוינע מוח-דרייער האבן פארפולקומט און דערגאנצט די קונסט-פארמע און זי דערהויבן ביז נייע און געוואלדיקע שטופעס, וואס מ'האט זיך קיינמאל פריער ניט געהאט פארגעשטעלט!
די אלע עקצענטרישע עקספערטן דערשלאגן זיך תמיד ביז א גאלדענעם רעזולטאט מכוח זייערע געוואלדיקע זאבאבאנעס. זיי פלפולן זיך אין די נישטיקסטע נישטיקייטן, די קלענסטע קלייניקייטן און די גרעסטע נארישקייטן, כדי זיך צו דערגרונטעווען ביזן סאמע ווארצל פון אזוינע שרייענדיקע טעמעס. אזוינע כיטרע מבינים קריכן-אריין אין יעדן לעכעלע, שפעלטעלע און שפארונקעלע, אום זיך צו דערקלייבן ביזן סאמע ווארצל פונעם גרעסטן שטות, בשעת דער עולם קריכט ווי די טאראקאנעס אין טואלעט אויף די גלייכע ווענט. רבותי, זארגט זיך ניט! די אלע מוראדיקע מומחים, פיפיקע פילאזאפן און ווירדיקע ווינקל-רביים האבן זיך דערדינט ביז פאטשאטנעם פאסטן און זיך געפונען א געמיטלעכע היים אין האצעפלאצער אוניווערסיטעט, וואו זיי קאנען אויספארשן עד-סוף-כל-הדורות דעם פלפול, מיט וועלכן זיי ספעציאליזירן זיך און צייכענען זיך אויס.
* * *
אט-דא און אט-איצט ענטפערן מיר די לייענער, וואס האבן זיך אנגעפרעגט, וואו צבי הירש סארקין איז אהינגעקומען. צום צער איז אונזער קארעספאנדענט פון ניו-דזשערזי ארויסגעשטויסן געווארן פון רעדאקציע מחמת זיין גראבער אויפפירונג. ,דער מאמענט' האט געגעבן דעם זקן א גלענצנדיקע געלעגנהייט צו זיין א יידישער שרייבער, אזוי ווי ער האט שטענדיק געהאט געטרוימט זינט זיינע קינדער-יארן אין ריגע. מיט אזא וואונדערבארן שאנס האט ער געטאן גארניט מיט גארניט. דערצו און נאך ערגער האט ער אנטטוישט און אויפגערודערט עטלעכע רעדאקטארן און מיטארבעטער אונזערע. ווען מיר שענקן א מענש אזא געשמאקן מצב און ער טוט אונז שלעכטס, איז דאס גאר אין גאנצן אומאננעמבאר. אז מ'טוט א הינט גוטס, בילט ער!
מיר זיינען אבער פעסט איבערצייגט, אז צבי הירש גריבלט און פלפולט זיך נאך ווייטער אין דער נפקא-מינא פון א פאבריק, א זאוואד און א קאמבינאט*. אז ס'קומט שווער אן ר' צבי צו פארשטיין דעם חילוק, דארף ער זיך דערקונדיקן ביים ווייב, וואס איז געווען א גאנץ לעבן א פאטשאטנע זאוואד-ארבעטערקע אין ראטן-פארבאנד.
*א זאוואד איז צוזאמענגעשטעלט מיט עטלעכע פאבריקן און א קאמבינאט באשטייט פון עטלעכע זאוואדן.
* * *
אונזער זייער געערטער ד"ר פישביין האט געגעבן ר' צבי הירש א חשובע עצה: ,חבר סארקין, אויב דו ווילסט, אז אין אמעריקע זאל מען דיך אננעמען פאר אן ערנסטן מענש און ווילסט האבן א גוטן שם ביי איידעלע מענשן, רעדט ניט ארום מיט זיי די נפקא-מינא צווישן א פאבריק, א זאוואד און א קאמבינאט!'
* * *
צבי הירש איז ניט דער איינציקער חשובער נודניק, וואס מיר האבן געקענט אין משך פון די פארגאנגענע זעקס יאר זינט אונזער צייטונג איז געבוירן געווארן. משה גרין פון וויניפעשקע, קאנאדע האט זיך געפלפולט וועגן דעם אונטערשיד צווישן א פריינט און א חבר, באטאנענדיק די נפקא-מינא. לייבל פריקמאן פון מעטוטשנע, ניו-דזשערזי איז געווארן גאר שטארק פריילעך ווי דער רבי אלימלך, אז ער האט געפידלט און געפייקלט, אז פארחורבנדיק איז ניט קיין פארמלחמהדיק ווארט און איז קיינמאל ניט באנוצט געווארן פאר דער שואה אין מזרח-אייראפע. און, אחרון אחרון חביב, איז די פאטשאטנעסטע פעטשעטשע רייזע וואליזקע, וואס איר אמתער נאמען איז מאדאם קאקאלאווסקע פון באשטשאן, מאסאטשוטשקע. די אלטע מאדאם ברעכט זיך שוין 40 יאר דעם מוח ווי אזוי צו זאגן אויף יידיש ,א פארקירונגס-פלאץ', וואס זי רופט-אן א ,שטעל-ארט'.
מיר דארפן זיך אנפרעגן ביי דער גענעדיקער, אנשטענדיקער מאדאם, וואס איז די נפקא-מינא צווישן א חילוק און אן אונטערשיד. נאך חשובער איז די קשיא: ,וואס איז די נפקא-מינא פון א קליינעם פישער און א גרויסן נודניק'? מיר זיינען אויך בהלנים צו וויסן, צי ס'איז דא אן אונטערשיד צווישן א קאפ-דולער, א טשייניק-האקער, א ספאדעק-דרייער און א יארן-דערגייער.
די, וואס ווייסן די ענטפער אויף די אלע שרייענדיקע קשיות, קלינגט תיכף צו פרוי סארקין אין גרעבספעלד אדער צו מאדאם קאקאלאווסקע אין באשטשאן; זיי ווארטן אומגעדולדיק ארומצוריידן און באהאנדלען די תשובות מיט די אלע מייסטער, מבינים און מומחים!
* * *
רבותי, לאמיר ריידן תכלית! א שרייענדיקע פראגע, וואס פאדערט א חשובן ענטפער: וואס איז די נפקא-מינא פון א נפקה און א נקבה? נאר א נודנע נפקה מיט א מאדנער מינע קאן ענטפערן אויף אט-דער פראגע!

א גאנצע אפטיילונג פאר
טשייניק-האקער, ספאדעק-דרייער, קאפ-דולער, יארן-דערגייער וכדומה,
וואס ווייסן ווי אזוי צו פארדרייען אלעמען א קאפ און נודיען דעם עולם
מיט נארישקייטן, קלייניקייטן און נישטיקייטן!

1 האק און פאק י ד"ר פישביין און ד"ר נאמאסט זיינען די זעלבע פערזאן! דאס איז די סיבה פארוואס קיינער האט זיי קיינמאל ניט געזען זייט ביי זייט. רחמיאל פישביין האט א געהיימע אידענטיטעט: ער איז טאקע באמת און טאקע מיט ממתקים אזא מין יידישער איבערהעלד. גארניט קיין גוזמא און אן קאטאוועס! דער שטילער כיטראק שפרינגט-אריין אין טעלעפאן-שראנק ווען אן אומשולדיקער ייד ווערט גערודפט, טוט זיך איבער און פליט-ארויס אלס משיח-מענש, וואס קאן ענדערן דעם עולם כהרף-עין און על-רגל-אחת, קאן טאנצן מיט איין מאל אויף חתונות און, אחרון אחרון חביב, איז פעאיק צו ליגן מיט צוויי שיקסעס מיט איין מאל! 1 * * * י מיר האבן געדארפט ריידן וועגן משיח! ד"ר פישביין איז אזא גרויסער קראסאוויץ, אז די גריכישע ליבעס-געטין אפראדיטע האט זיך אויך פארליבט אין אים, ווייל ער איז בילד שיין! י * * * י ביי די ניט-פארגינגער אין אן אנדער רעדאקציע קורסירן קלאנגען, אז ד"ר פישביין איז אן אמביציעזער גראבער יונג! דער חשובער דאקטאר, וואס פארשטייט א קרענק האט גארניט קיין אמביציע (ר'איז א פויליאק)! דערצו איז ער גארניט גראב, ווייל ער עסט מיט א גאפל און א מעסער! י * * * י ס'איז ניט אמת, אז אונזער טייערער רעדאקציע-מיטארבעטער לאווע גאווארטשיק איז ניט קלוג און רעדט אין דער וועלט אריין. ער איז טאקע קלוג ווי די וועלט... ער זיצט קיינמאל ניט נעבן קיין אלטע מיאוסקייטן (נאר הארט ביי יונגע זיסקייטן) אין אן עלעגאנטן רעסטאראן! אין די דרעק-רעסטאראנען און ווילדע נאכט-לאקאלן זעצט ער זיך שטענדיק נעבן די איידלסטע און יינגסטע נקבות! נו, קיינער וואגט ניט זאגן, אז לאווע איז ניט קלוג. ער איז א ליבעס-קנעכט, וואס לעבט אין א ליבעס-טרוים! י * * * י די אלץ-ווייסעריי און טשייניק-האקעריי אין איין שיין פעקעלע! די גרויסע אלץ-ווייסער (ניט קיין קליינע פישער!) ווייסן די נפקא-מינא פון א טשייניק-האקער, א ספאדעק-דרייער און א קאפ-דולער ווי אויך א יארן-דערגייער. אזוינע מבינים זיינען איבערפעאיק צום פארנודיען און דערגיין דעם עולם אן עק מיט זייערע שטותימלעך, באגאטעלקעס, דראביסקעס און זאבאבאנעס. י | דערפאר האט קיינער גארניט קיין שום צייט י די פשוטע נעגערין זיסקעלע ברוין איז קלוג ווי די וועלט. זי לאזט זיך ניט האקן קיין טשנייניק, ווייל דערפאר האט זי גארניט קיין שום צייט! 1 * * * י ריידנדיק וועגן טענות-ומענות און טשייניק-האקעריי. ניט לאנג צוריק האבן מיר זיך אנגעשלאגן אויף דער אונטערשטער פאראדיע אין ווארשעווער ,היינט' פון 19טן דעצעמבער 1924. דער אינהאלט איז ניט בלויז קאמיש, נאר ער איז אויך אזוי גילטיק היינט-צו-טאג ווי אין 1924, ווען די פאראדיע איז דערשינען צום ערשטן מאל! 1 דבר בעתו י אנשטענדיקע לייענער: י י דערמיט זיינען מיר מודיע, אז מיר נעמען-אן באשטעלונגען צו שרייבן פראטעסטן קעגן ,אקלא', קעגן ,בונד' און קעגן וועמען מ'וויל. אונזער ביורא האט אויך א שלאג-אפטיילונג, וואס באזארגט מיט שלעגער אלע פראטסעט-מיטינגען, סקאנדאל-פארזאמלונגען, ,אינטימע שמועסן' און סתם מהומות. י י ביי אונז אויפן סקלאד געפינט זיך אויך א גרויסער אויסוואל פון ,פאלקס-צארן' פאר אלע פארטייען. ,פראטעסט- און שלאג- און פאלקס-צארן'-ביורא פון ויצעקו ויתרוצצו עט קאמפ. י נעכטן און היינט י י ס'איז אמת, אז קיינער קאן ניט שרייבן קיין בעסערן אנאנס ווי דער, וואס שטייט הארט איבער דעם פאראגראף. מיר נעמען זיך אראפ א מוסר פונעם פארפאסער פון דעם אויבערשטן אנאנס. מיר לאכן, ניט ווייל אזוי איז די וועלט, נאר מחמת אזוי איז שטענדיק געווען די וועלט און אז א צייטונג איז שוין תמיד געווען א בליץ-אפפירער פאר צארן און אויפגעבראכטקייט.י די קלאג-באנק י י פאר די אלע קלאגער, מקוננים, פראפעסיאנעלע קרבנות און ספאדעק-דרייער מיט טענות-ומענות פון גן-עדן ביזן היינטיקן טאג, איז איצט פאראן א טאמבאנק, ביי וועלכער מ'מאכט באקאנט אלע קריוודעס און די אלע צרות, וואס מ'מאכט אייך אן! י י דעם אנגעשטעלטן ביי דער ליאדע מעג מען האקן עד-סוף-כל-הדורות א טשייניק מיט יעדן אומכבוד, וואס מ'טוט אייך אן. דאס קלאגע-ביורא איז אפן א גאנצער מעת-לעת! שאקלט זיך אריין און שלעפט זיך צו צו דעם קלאג-טיש, וואו דער אנגעשטעלטער רופט-אויס ,עמוד, יעלה!' י י חשובע מקוננים, ווירדיקע קלאגער און זייער געערטע קרבנות און געקריוודעטע פון אלע קלאסן, מאכט א יעלה, אדער א סך יעלות, און שרייט חי-וקים אויף קול-קולות, וואס נאר דאס הארץ גלוסט אייך! רבותי, רעדט זיך אפ פון הארצן! דער אנגעשטעלטער איז אן אלטער הינער-פרעסער, וואס האט צו אלעמען כוח און געדולד! י |
די געשלעכטער-פארשונגען אויף יידיש
א צאל גראבע יונגען פארשפרייטן מיט יידיש
אזא עזאטערישן און עקזאטישן מין אקאדעמיק
א צאל גראבע יונגען פארשפרייטן מיט יידיש
אזא עזאטערישן און עקזאטישן מין אקאדעמיק

ס'פעלן צרות אונזער טייער מאמע-לשון? אויב איר, חשובע לייענער, זייט ביי דער מיינונג, אז די יידישע שפראך האט שוין איבערגענוג צרות, ווארט שוין צו און הערט זשע נאר, וואס מ'האט אייך צו דערציילן דא! גראד ווען די יידישע קולטור איז שוין טויט און די יידישע פרעסע הויכט-איין איר לעצטן אטעם-צוג, פארנעמט זיך איינע פון די לעצטע יידישע צייטשריפטן מיט א ניי משוגעת, די געשלעכטער-פארשונגען! א כאליאסטרע משוגענע לעזביאנקעס און האמאסעקסואלן מיטן בהמה-שכל גריבלען זיך אין די געשלעכטער-פארשונגען, און אויף יידיש נאך!; זיי פרעגן און פארשן שווערע שאלות און חשובע קלאץ-קשיות ווי, למשל: צי איז דא א נפקא-מינא צווישן סעקס אין שטעטל און סעקס אין שטאט? וואס איז נאך געוואלדיקער, א האמאסעקסועלער אדער א העטעראסעקסועלער ארגאזם? צי איז דא אזא מין זאך ווי א פסולדיקער ארגאזם? דאס זיינען טאקע שרייענדיקע קשיות, וואס פאדערן א תשובה! פאראן זיינען טאקע אזוינע, וואס פארנעמען, פארטוען און פארטיפן זיך אין אזעלכע לעבנס-פראגן! דערצו פארעפנטלעכן די פאטשאטנע פארשוינען די רעזולטאטן פון זייערע פארשונגס-ווערק אין ארטיקלען אין א יידישער צייטונג, אין ,דער קאפ-שמערץ' (א פאסיקער פלאץ פאר אזוינע רעפעראטן!).

ריידנדיק וועגן משיח! איין אלטער קנאקער איז אזוי גראב, דרייסט און אגרעסיוו, אז ער וויל האבן איינצייטיק סעקס מיט צוויי יונגע לעזביאנקעס! ריידנדיק וועגן טאנצן אויף צוויי חתונות מיט איין מאל. מיר האבן אים געווארנט, אז ער איז שוין צו אלט און צו שוואך צו ליגן איינצייטיק מיט יונגע צוויי שיקסעס, און לעזבישע בלאנדינעס נאך! ער קוקט צו אפט אויף צו פיל משוגענע זייטן אין אינטערנעט! מיר האבן אים געווארנט, אז די ארבעט איז געוואלדיק, דערצו איז ער גארניט פעאיק און די פאטשקענינע וועט אים עדלעך אפפגרן! מיר האבן אים געגעבן אן עצה, אז ער זאל זיך אויסלערנען שפילן אין גאלף און נאכיאגן אן אלטע שקאפע, וואס וועט אים קאכן לאקשן מיט יויך. אזוי וועט ער לעבן א סך לענגער און פרידלעכער!
* * *
מיר האבן געדארפט ריידן וועגן משיח! אונזער רעדאקציע-סעקרעטאר בנימין עקלשטיין האט געהערט די מעשה מיט די יונגע צוויי לעזביאנקעס, האט זיך איינצייטיק אפגעשראקן און אויפגעהייטערט און האט געחלשט גלייך אויפן ארט, וואו ער איז געשטאנען. מיר האבן מורא געהאט, אז די אפגעשלאגענע הושענא זאל קריגן א הארץ-שלאק!
* * *
מיט 20 יאר צוריק האט איינער א מיטארבעטער אין דער רעדאקציע ,פארווערטס' באמערקט זיינע קאלעגן מאיר ראק און ישראל פיגא, אז דער דיקער דרוקער און קארעקטאר אין דער זעצעריי מאטקע טייטש, א סאטמארער חסיד, איז א לעזביאנקע. מאיר ראק האט געענטפערט: ער קאן ניט זיין קיין לעזביאנקע; ער האט אכט קינדער!'
* * *
אונזער יינגסטער מיטארבעטער, דער עלעגאנטער לעב-יונג ד"ר רחמיאל פישביין, איז א מאדערנער מענש און א הי-געבוירענער, וואס קען זייער גוט די אמעריקאנער קולטור און ווייסט אלץ, וואס איז אריין אין שוסטער-גאס. דער זייער געערטער דאקטאר האט דערציילט אונזערע רעדאקטארן און מיטארבעטער, אז מ'זאגט, אז לעזביאנקעס און האמאסעקסואלן האבן זופער-סעקס. אונזער הויפט-רעדאקטאר יעקב קארנפעלד איז א ביסל טויב און האט געמיינט בטעות, אז ד"ר פישביין שענקט אים א געשמאקן אויסוואל, צי ער וויל נעמען זופ אדער סעקס. ר' יעקב איז דערשראקן געווארן און האט אויסגעוויילט די זופ, פרעגנדיק, צי אויפן אויוון זיינען פאראן לאקשן מיט יויך!
* * *
ריידנדיק וועגן לאקשן! פאראן פילערליי לאקשן, שמאלע לאקשן, ברייטע לאקשן און לאנגע לאקשן. מיר קענען א יונגען קראסאוויץ, א געוועזענער חסיד, וואס איז איצט א ,דיקסן-דרייער' אין א ווילדער דיסקאטעק, וואס האט לאנג צוריק פארלוירן זיין הארץ אין דער מקוה, ווען ער האט זיך געטונקט ערב שבת צוזאמען מיט די אנדערע בחורים. סוף-כל-סוף האט ר' יוסף פארלאזן חסידימלאנד, כדי צו לעבן א משוגענעם טאג צוזאמען מיט אנדערע האמאסעקסואלן אינעם ,דערפעלע'* אין ניו-יארק.
יאסל האט אונז איבערגעגעבן, אז ער קען עטלעכע אנדערע יונגע פרומיאקעס, אפענע און באהאלטענע האמאס, און זיי רעדן צווישן זיך בלויז נאר יידיש. דאס איז דער באקאנטער דיסק-זשאקיי, וואס האט אונז דערציילט, אז ער האט זייער אפט באציאונגען, ווייל ,אלע ווילן האבן סעקס מיטן די-דזשעי'! דער לעב-יונג האט באקאנט געמאכט און אויפגעקלערט, אז אויף יידיש עקזיסטירט אזא מין סלענג ביי די האמאסעקסועלע יונגאטשן אין דער פרומער וועלט. דער פאטשטאטנער פלאטן-שפילער דרייט ניט בלויז דיסקן, נאר אויך א מוח.
יאסל (אין ראסל) האט אונז צוגעשטעלט א פאר ביישפילן פון דעם יידישן סלענג ביי יונגע האמאסעקסואלן אין חסידימלאנד. ,נו, קוק אים אן, דער לאקש מיט דער לאנגער מעשה, די הארטע אייער און דעם שמאלן (הינטער)-חלק. כ'וויל אים קושן אויף דער מזוזה. כ'הער, אז ביי אים איז די יויך געדיכט און געשמאק!' דער גראבער יונג האט צוגעגעבן, אז ווען עטלעכע בחורים קומען זיך צונויף און ווילן מאכן א געשלעכטלעכע הוליאנקע, זאגט מען: ,לאמיר מאכן קידוש!' ווען א ווילדער זשערעבעץ דערנענטערט זיך ביזן זיד-פונקט, זאגט ער: ,משיח קומט שוין באלד'. און אחרון אחרון חביב, ווען דער בעל-מלאכה דערשלאגט זיך סוף-כל-סוף ביזן נול-פונקט (כשוף-מאמענט), רופט ער אויס: ,משיח איז שוין דא!'
דערויף האבן מיר צו זאגן נאר איין זאך: ,שומו-שמים און לא-עלינו!'
*,דאס דערפעלע' = גרעניטש-ווילעדזש, דער האמאסעקסואלן-קווארטאל אין מאנהאטן

אן ערנסטע אנאליז מיט גרויס סימפאטיע
אפשר זיינען דאס די שרייענדיקע נייעס. אונזערע זקנימלעך האבן בשעת זייער יונגט געוואוסט פון דער יידישער אונטערוועלט, וואס האט זיך געפונען אויף קראכמאלנע גאס, די גנבים-גאס אין ווארשעווער יידן-פירטל.
דער ראמאן ,מאטקע גנב' פון שלום אש האט אויפגערעגט און דערשיטערט דעם יידישן עולם, אז ער איז ארויסגעגעבן געווארן צום ערשטן מאל, דערפאר ווייל דאס בעלעטריסטישע ווערק האט באהאנדלט די טעמע פון דער יידישער אונטערוועלט, יידישע גנבים, גזלנים און, נאך ערגער, יידישע פראסטיטוטקעס!
יצחק באשעוויס זינגער האט נאכן חורבן אין אמעריקע פארפאסט צוויי דערציילונגען וועגן דעם האמאסעקסואליזם: ,יענטל' און ,צוויי'. ,יענטל' איז ניט קיין מעשה וועגן א פעמיניסטקע, נאר א מעשה מיט א לעזביאנקע. די קורצע דערציילונג ,צוויי' קאנצענטרירט זיך אויף צוויי האמאסעקוסאלן אין א שטעטל, איינער, וואס איז א טראנסוועסטיט און לעבט צוזאמען מיט זיין ליבהאבער, נאר ווי א פרוי. צום סוף ווערן די צוויי מענער דערמאדעט דורך די צעווילדעוועטע פרומיאקעס אין שטעטל, ווען זיי דערווייסן זיך, אז די בחורים זיינען ליבהאבער און די פרוי זיינע איז טאקע א מאן! דער מחבר ענדיקט די מעשה מיט סימפאטיע און מיטלייד, באמערקנדיק: די צוויי פלונים זיינען באגראבן געווארן שפעט ביי נאכט הינטער דער פלויט צוזאמען מיט די גנבים, פראסטיטוטקעס און זעלבסטמערדער. קיינער ווייסט ניט, ווער ס'האט דאס געטאן אבער מ'האט אויפגעשטעלט א האלצערנע מצבה מיטן הספד: ,דא ליגן זיי צוזאמען אזוי ווי זיי האבן געלעבט צוזאמען'.
יענע מצבה שטייט, לויט ווי איך ווייס, נאך עד-היום-הזה, אויב א גזלן האט זי ניט אומגעווארפן, א מזיק האט זי ניט צעשטערט אדער דער ווינט האט זי ניט אוועקגעבלאזן!
* * *
שווערפארשטענדלעך, טעארעטיש און אבסטראקט זיינען די געשלכעטער-פארשונגען, וואס איז אזא ספעציעלער מין פלפול. דא פאסמאקעוועט מען זיך אבער מיט אזוינע אוואנגארדיסטישע זאבאבאנעס, עזאטערישע באגאטעלן און עקזאטישע אונטערנעמונגען און טעטיקייטן! ס'איז טאקע א געשפעטנער עסק, נאר פאראן זיינען אזוינע, וואס מאכן טאקע באמת א גאנצע קאריערע פון אזעלכע נארישקייטן!
כאטש אפילו מיר חוזקן איצט אפ פון די געשלעכטער-פארשער, וואס שרייבן אויף יידיש, האלטן מיר פון-דעסט-וועגן, אז די געשלעכטער-פארשונגען איז אזא מין פלפול, וואס האט ניט אלס אקאדעמישע ספעציאליטעט קיין שום ווערט. מיר זעען גארניט קיין שלעכטס אין לעגיטימע פארשונגען אבער מיר גלויבן, אז די געשלעכטער-פארשונגען זיינען ניט קיין לימוד אזוי ווי די געשיכטע פונעם האמאסעקסואליזם אדער די אפרא-אמעריקאנישע היסטאריע איז א היסטעריע, א ריינער פלפול אדער א משוגענע מאניע ביי פסעוודא-אקאדעמיקער.
* * *
דא קען מען טאקע עטלעכע גראבע עושרים מיטן ממון-קורח, וואס ווינשן זיך צו זיין חשובע גבירים! אלזא האבן זיי בדעה צו שענקען אן אוניווערסיטעט צענדליקער מיליאנען, בכדי צו שאפן דארט א גאנצע אפטיילונג פאר די געשלעכטער-פארשונגען.
געזונטע עצות
ווען מ'האט תשמיש-המיטה מיט אן אנדער בחור, זאל מען נוצן דעם תשמיש-קדושה, א קאפאטע, כדי מ'זאל זיך ניט אנשטעקן מיט קיין ווענערישע קראנקהייטן.
* * *
אין דער נייער היים פלעג א יידישע מאמע פון דער אלטער היים זאגן איר זינדל, איידער ער האט פארלאזן די שטוב, כדי צו קומען צו א ראנדעוואו מיט א יונגער פרוי: ,קום ניט אהיים קראנק!'.
* * *
נארט זיך ניט אפ און האט ניט קיין טעות! אין דער אלטער היים האט פאקטיש עקזיסטירט א טערמינאלאגיע פאר אלץ אויף דער וועלט, אריינגערעכנט א ווערטער-שאץ פאר געשלעכטלעכע באציאונגען און אלץ מכוח אזעלכע טעטיקייטן!
דא שטעלן מיר צו דעם ווערטער-אוצר פאר דער פראפילאטיק, עטלעכע טערמינען פאר א קעגן-שוואנגערשאפטס-מיטל: קאפאטע; פאריזער; גומע; קאנדאן; פראנצויזישער קאנווערט.

ד"ר זיסקינדס ווינקל
א גאנצע אפטיילונג פאר שפראך-פארשונגען און וויסנשאפט
לזכרון, לכבוד און לשבח פראפעסאר נתן זיסקינד,
דער ערשטער פראפעסאר אין יידיש אין אמעריקע
און איינער פון די גרעסטע פארשער און קענער אין יידיש אויף דער וועלט

חשובע לייענער: אט-די אפטיילונג איז א דענקמאל לכבוד הער פראפעסאר דאקטאר נתן זיסקינד, איינער פון די גרעסטע פאטריאטן פאר יידיש אין 20סטן יארהונדערט. פראפעסאר זיסקינד איז ניט בלויז געווען דער ערשטער אוניווערסיטעטס-לערער אין יידיש אין די פאראייניקטע שטאטן, נאר ער אויך געווען איינער פון די גרעסטע קענער אין יידיש און איינער פון די בעסטע שפראך-פארשער. ר' נתן איז געווען א גרויסער למדן און א תלמיד-חכם.
אין דעם נומער דערמאנען מיר אט-איצט און אט-דא אונזער קארעספאנדענט אין פארטלאנד, מעין, ד"ר שמעון סיימאנס, א געוואלדיקער אספיראנט, וואס שטרעבט צו באהערשן דאס יידישע לשון און ריידן יידיש אזוי ווי א ייד פון דער אלטער היים. חבר סיימאנס איז א גרויסער למדן, א פעאיקער פארשער, א בעל-עברית און א בקי אין לשון-קדוש. דער עולם נויטיקט זיך אין מער איבערגעגעבענע סטודענטן און הייסע פאטריאטן פאר יידיש ווי ד"ר סיימאנס. ד"ר זיסקינד וואלט זיך דערפרייט ביז די זיבן הימלען צו האבן ווי ר' שמעון אזא סטודענט; אלזא באערן מיר אונזער חשובן קארעספאנדענט און באזינגען זיינע פיל פארדינסטן און געוואלדיקן טאלאנט דורך ווידמען אים מיט גרויס פארגעניגן דעם היינטיקן ,ד"ר זיסקינדס ווינקל'.
ר' שמעון, א דאנק פאר אייער אומדערמידלעכער, אומאויפהערלעכער הארעוואניע אין נאמען פון ,דער מאמענט'. מיט אייך איז גוט קוגל צו עסן! אייך צו לאנגע יארן!
מיט גרויס דרך-ארץ און דאנקבארקייט, דאס גאנצע רעדאקציע-קאלעגיום

מיר געדענקען און באערן פראפעסאר נתן זיסקינד באגאבטער לערער, פארשער און שפראכן-קענער (1907-1994)1 1 דער שטעקער אין שטעפסל ו דער ערשטער, אייגנארטיקער אוניווערסאלער מאגאזין פון אלעקסאנדער טורניי-סטוארט אין ניו-יארק קאן זיך, אודאי, ניט פארגלייכן מיט די היינטיקע ווארען-הייזער, וואס פירן און האבן אויף לאגער אלערליי קאקאמייקעס און אזוינע דזשימדזשיקעס, וואס קיינער האט זיך קיינמאל דעמאלט ניט פארגעשטעלט, אזעלכע מאכערייקעס, וואס זיינען קיינעם קיינמאל אין יענע יארן ניט געקומען צו חלום! דער באגריף פונעם אוניווערמאג האט זיך ווינציק געענדערט זינט סטוארטס יארן. 1 י דער בארימטסטער און גרעסטער אוניווערמאג אויף דער וועלט איז, נאטירלעך, ,מעיסי'ס' אין ניו-יארק. פארן צווייטן וועלט-קריג האבן עקזיסטירט באקאנטע און גרויסע אוניווערמאגן אין לאנדאן, פאריז און בערלין. די שטעט אין מזרח-אייראפע האבן אויך פארמאגט אוניווערמאגן! 1 י היינט-צו-טאג פארקויפט מען שטויב-זויגער, קלימאטיזאטארן (לופט-קילער), פראסט-שרענק (עלעטקרישע אייז-קאסטנס), טעלעוויזארן, ראדיאס, מישער (עלעקטרישע מיש-מאשינען), כלערליי מאשינען, אפאראטן און אויטאמאטן צום פארגרינדערן דאס לעבן און פארלייכטערן א פרוי די ארבעט! 1 י דאס עכט-יידישלעכע ווארט און א ריינער יידיש איז ,אוניווערסאלער מאגאזין', אויך באקאנט ווי ,דער אוניווערסאלער'. אן אוניווערמאג האט געהייסן א קויף/ווארען-הויז (א ריינער דייטש) ביי די יידן אין פרעסבורג, פראג און בודאפעשט און אוניווערסאלער מאגאזין (אויך א ריינע איבערזעצונג פון רומעניש) אין בוקארעשט. טראץ דעם, וואס דאס אוניווערסאלע ווארט אויף יידיש איז ,אוניווערסאלער מאגאזין', איז א ווארען-הויז באקאנט ווי אן ,ארוהאז' (אונגאריש) ביי די אונגארישע יידן, א ,הורטאוונע' (פויליש) ביי די פוילישע יידן און ,אוניווערמאג' (רוסיש) אין ראטן-פארבאנד. 1 י אין דער הורטאוונע פלעג מען ארויפפארן אויף אן אנדער שטאק מיט דער ווינדע (ליפט) אדער מיט די באוועגלעכע טרעפ (פאר-/רעדל-שטיגן) אויך באקאנט ווי ,דער עסקאלאטאר' (פויליש, רוסיש, טשעכיש, ליטוויש, לעטיש, עסטניש אא"וו), כדי זיך צו גיין שפאצירן און אנקוקן די פיינע סחורות אין די אפטיילונגען אויף די אנדערע עטאזשן. 1 י אויף אזוינע ,סקלאדן' אפן פאר די אלגעמיינע קונים האבן זיך געפונען אין יעדער אפטיילונג עטלעכע וויטרינעס (שוי-קאסטנס) פול מיט סחורות צום פארקויפן. אזוינע ריזיקע געוועלבער האבן זיך געשמ'ט מיט זייערע עלעגאנטע שוי-פענסטער, וואס האבן ארויסקוקט צו דער גאס און זיינען באפוצט געווארן מיט שיינע דעקאראציעס צום פארשענערן די אויסגעשטעלטע סחורות אין די גלאז-פענסטער. 1 י אויפן פארטער (גרונט-שטאק) האט זיך כמעט ווי תמיד געפונען דער פארפום-סאלאן (א פארפומעריע) צוזאמען מיט א הוט- און פאראסאלן-אפטיילונג פאר פרויען. אויפן פארטער האט זיך געפונען אויך אן אפטיילונג מיט שירעמס, שטעקנס און היט פאר מענער. 1 י מיט די יארן זיינען די אוניווערמאגן זיינען געווארן וואס אמאל גרעסער, כדי צו פירן און פארקויפן נאך מער ווארעס. דער אוניווערמאג איז געווען שטארק און געזונט ביז דער אינטערנעט איז געווארן פאפולער און האט זיך פארוואנדלט אין אזא מין סקלאד אדער אוניווערמאג, דורך וועלכן מ'קאן באשטעלן אלצדינג! דער אינטערנעטישער מסחר דערשטיקט היינט-צו-טאג די אוניווערמאגן אין די מאדערנע לענדער. 1 * * * י דאס ווארט ,עסקאלאטאר' איז, אפנים, געווען אזא מין אוניווערסאל ווארט ביי די יידיש-ריידנדיקע אין מזרח-אייראפע, דערפאר ווייל דאס ווארט האט עקזיסטירט אויף אזוי פיל שפראכן אינעם אמאליקן ,יידישלאנד'. די טערמינען ,באוועגלעכע טרעפ', ,רעדל'-טרעפ', פאר-שטיגן' האבן מיר געזען אין די יידישע צייטונגען פון די אלע לענדער אין מזרח-אייראפע און האבן אויך געהערט אזעלכע ווערטער ביי פיל יידיש-ריידנדיקע פון פארשידענע לענדער. 1 י ,טרעפ' און ,שטיגן' זיינען די זעלבע זאך; מ'מעג אודאי אויסטוישן איין ווארט מיטן צווייטן. 1 י דאס ווארט ,ליפט' איז אויך אזא מין אלוועלטלעך ווארט ביי יידיש-ריידנדיקע, מחמת ,ליפט' איז דאס זעלבע ווארט אויף אזוי פיל לשונות ווי רוסיש, אונגאריש, רומעניש, ליטוויש, לעטיש און עסטניש. די פוילישע יידן זאגן א ,ווינדע' אזוי ווי די יידיש-ריידנדיקע אין אויבערלאנד (סלאוואקיי) און טשעכיע זאגן א ,וויטע'. אין די באלטישע לענדער איז אבער דאס עכט-יידישלעכע ווארט געווען ,א פאר-שטול' פון דייטש. 1 לשון-קודש 1 י א בעל-עברית איז א בקי אין לשון-קודש. מיר גיבן זיך שוין אפ א חשבון, אז יש עומרים, אז ס'איז דא א נפקא-מינא צווישן די צוויי מומחים. אם כן זאגן מיר, אז דער חילוק איז גאר א דינער און א קליינער! על-אחת-כמה-כמה און אדרבא-ואדרבא זיינען מיר לחלוטין מסכים מיט די, וואס זאגן, אז די צוויי מבינים זיינען דאס זעלבע אדער כמעט ווי דאס זעלבע. 1 י למען-השם באשיטן און באשפרענקלען מיר דא די אלע זאצן מיט כלערליי לשון-קודשדיקע מליצות, בכדי מודיע צו זיין ווי רייך דאס יידישע לשון איז א דאנק לשון-קודש. דער שכל איז מחייב, אז אלע וועלן תופס זיין דעם תמצית. 1 י און אחרון אחרון חביב זיינען מיר זיך מחיח-ומסמח מיט די אלע לשון-קודשדיקע דיבורים! מהיכא-תיתי?! י י צי זייט איר נתפעל און נשתומם פון אונזערע מומחים, וואס זיינען געוואלדיקע בקים הן אין לשון-קודש הן אין אראמיש און האבן א גלענצנדיקן חוש פאר ביידע לשונות? י י רבותי, מאי קא משמע לן? 1 | 1 טויטאלאגיע י דער ערשטער מומחה טוט אלץ פיל בעסער ווי דאס און דער צווייטער קענער טוט אלץ א סך בעסער פון דעם. 1 י איין קריגער האט גענומען ראכע אויף אן אומבארעמהארציקן שטייגער אין זיינע פיינט און דער אנדערער בעל-מלחמה האט גענומען נקמה אויף אן אומבארחמנותדיקן אופן אין זיינע שונאים. 1 י א נוקם-ונוטר איז א בעל-נקמה (א נקמה-נעמער), וואס איז א ראכע-דורשטיקער מענש. אזא פערזאן מיט שנאה אין הארצן טראגט-נאך זיינע שונאים א נקמה. 1 י דער ערשטער פארשער אינטערעסירט זיך, דער אנדערער אויספארשער איז א בהלן און דער דריטער דעטעקטיוו איז פאראינטערעסירט צו וויסן, צי דער באשולדיקטער איז באמת שולדיק. ס'איז דעם ערשטן ריכטער אינטערעסאנט און דעם צווייטן שופט אויך צוגונסטן זיך צו דערוויסן פון די רעזולטאטן פון דער אויספארשונג. 1 1 עכט-יידישלעך י דא רעדט מען וועגן שכל! דא שרייבט מען איצט וועגן מענשן, וואס האבן שכל. ס'לייגט זיך דעריבער אויפן שכל און דער שכל איז אויך חייב, אז יעדער בעל-שכל וועט ניט דארפן פרעגן ,וואס איז דער שכל', ווען מ'גיט א שכלדיקן ארגומענט, ווייל ס'איז א פשוטער און א געזונטער שכל, פאקטיש שכל-הישר, וואס איז בשום-אופן ניט איבערן מענשלעכן שכל. י * * * י לאמיר ריידן תכלית! צי איז דאס א תכלית, אז מ'פרעגט, ,וואס איז דער תכלית?' ווען מ'מאכט פון אלץ א גוטן תכלית, ווען מ'זוכט א תכלית? דאס איז טאקע א שכלדיקע, תכליתדיקע קשיא! י 1 זעלטענע טערמינאלאגיעס י א בעל-הבית, וואס וויל אויסדינגען א וואוינונג האט צום פארדינגען א דירה. דער, וואס דינגט-אפ א וואוינונג איז א לאקאטאר (אן אפדינגער). דער, וואס וויל אפדינגען אויף א לאנגער צייט א דירה דארף אונטערשרייבן א דירה-(געלט)-קאנטראקט מיטן בנין-אייגנטימער, כדי צו באשטעטיקן די אלע באדינגונגען. פאראן זיינען לאנגצייטיקע און קורצצייטיקע אפמאכן. ניט לאנג צוריק פלעג א געביידע- אדער גרונט-אייגנטימער אויסדינגען א לאקאטאר א דירה בלויז נאר מיט א תקיעף-כף, וואס מיינט שליסן אן פארשטענדיקונג דורך געבן די האנט. א לאקאטאר דארף וויסן, וויפל רענטע ער וועט צאלן און אויף ווי לאנג. 1 * * * י ווען מ'רעדט וועגן לאנד, ערד, א שטח און מ'האט צום פארדינגען א שטיק לאנד איז דער ריכטיקער טערמין ,פארארענדירן' (אפגעבן אין ארענדע). דער ארענדאר איז דער אייגנטימער פונעם שטיק לאנד און דער פעכטער (ארענדאטאר) ארענדירט (נעמט אין ארענדע) דעם שטח ביים פאכט-האלטער. 1 י געדענקט זשע און פארשטייט זשע נאר, אז דאס גרונט-אייגנטום איז געווען פארן קריג אן ערנסט און גרויס געשעפט, ווייל די גרעסטע לאנד-באזיצער זיינען געווען די אריסטאקראטן. אן ארענדאר אין רוסלאנד און פוילן איז געווען אזא מין פריץ, וואס האט אפגעגעבן די פויערים און מוזשיקעס אין ארענדע געוויסע שטחים צום פארפאכטן און וואוינען. 1 י אין דער אלטער היים איז אמאל געווען א גרויסער אונטערשיד צווישן דעם גרונט-אייגנטום אין שטאט און דער לאנד-באזיצונג אין פראווינץ. 1 1 די ריכטיקע פרעפאזיציע י א מוסטערהאפטער ביישפיל ווי אן עכט-יידישלעכע פרעפאזיציע ווערט א ,סלאווישע' פרעפאזיציע איז די פראזע ,קומען צו א ראנדעוואו' (א ריינער און אלטמאדישער יידיש), וואס פארוואנדלט זיך אין ,קומען אויף א ראנדקע' ביי די פוילישע יידן. אין דעם זאץ ווערט די פרעפאזיציע ,צו' מגולגל אין ,אויף' אזוי ווי א ,רעאקציע וועגן' ווערט אפט א ,רעאקציע אויף' ביי די רוסישע און פוילישע יידן, ווייל ,אויף' איז א ריינע איבערזעצונג פון רוסיש פונקט ווי א ,קורס וועגן' פארוואנלט זיך אפט אין א ,קורס אויף' ביי די יידיש-ריידנדיקע אין פוילן און רוסלאנד. י י אנדערע משלים פון יידישלעכע פרעפאזיציעס, וואס ווערן מגולגל אין ,סלאווישע' פרעפאזיציעס זיינען: פאראייניקן מיט ווערט (צו); אין שייכות מיט (צו); זאגן/קלאגן זיך וועגן (אויף), פאראלעל צו (מיט) אא"וו. י י אין די אויבערשטע פאראגראפן שרייבט מען וועגן טעותן, וואס היימישע יידיש-ריידנדיקע פון דער אלטער היים מאכן מכוח פרעפאזיציעס צוליב אן איינפלוס פון רוסיש, פויליש אא"וו. אין אונטערשטן פאראגראף שרייבט מען וועגן די פעלערן, וואס ניט-היימישע יידיש-ריידנדיקע מאכן מכוח פרעפאזיציעס מחמת דער השפעה פון דער שפראך פון דער מדינה, וואו זיי לעבן. י י דער ווערב ,זיך אינטערעסירן' איז טשיקאווע ביי די ניט-היימישע יידיש-ריידנדיקע. מ'קאן שטענדיק דערקענען א ייד, וואס האט זיך אויסגעלערנט יידיש אין אן ענגליש-ריידנדיקער מדינה. אזוינע יידן זאגן כמעט ווי תמיד ,מ'אינטערעסירט זיך ,אין' (ניט ריכטיק) אנשטאט ,מיט', וואס איז די ריכטיקע פרעפאזיציע. דער פראפעסאר אינטערעסירט זיך מיט אזוינע לימודים אדער אינטערעסירט זיך צו פארלאזן דאס לאנד זיינען ריכטיק. אז מ'נוצט די פרעפאזיציע ,אין' צוזאמען מיט ,זיך אינטערעסירן', באשטעטיקט אזא טעות, אז דער ייד איז אן אמעריקאנער. ווען דער ייד שטאמט פון דייטשלאנד און רעדט יידיש, הערט מען אפט ,ער אינטערעסירט זיך פאר, וואס איז א ריינע איבערזעצונג פון דייטש. י זשארגאן 1 י די פאניע מאטקע האט גערעדט מיטן פראוואסלאוונעם קסיאנדז און אירע מאנאשקעס וועגן דער טראאיציע און סוויאטאי-דוך. דער גלח האט געסוויענצעט די מאנאשקעס אין נאמען פון יעזוס קריסטוס און אים געגעבן צום עסן די וואפליע מיטן הייליקן וויין, כדי ער זאל פאבאטשעט ווערן. דערנאך האט די גאנצע דוכענסטווע געמאכט א יעלה און איז געפאלן אויף די קני ביים בעטן גאט. איין דוכאוונער האט אויסגערופן: ,באזשע מוי! פאזשאלסע מיילע באזשע!' 1 איבערזעצונג אויף א ריינעם יידיש: 1 י די הויפט-מאנאשקע (די אויבער-מוטער) האט גערעדט מיטן גלח און אירע מאנאכינס (שוועסטער) וועגן דער דריי-אייניקייט און רוח-הקודש. דער פריסטער האט געטויפט די מאנאשקעס און זיי באשפרענקלט מיטן הייליקן וואסער אין נאמען פונעם אותו-האיש און אים געגעבן צום עסן א שטיקעלע חלה מיטן קידוש-וויין, כדי ער זאל פארבעבן ווערן. דערנאך האבן די אלע גייסטלעכע געדאוונט מיט כונה און הייסע טרערן און זיינען געפאלן כורעים. איין פריסטער האט אויסגערופן: ,מיין גאט! לא עלינו!'* 1 י**ניט היינט געדאכט 1 |
צו לומדיש פארן חדר
באמערקונג פון רעדאקציע:
די דאזיקע קאטעגאריע ווידמען מיר ד"ר שמעון סיימאנס, אונזער חשובער קארפעספאנדענט אין פארטלאנד, מעין. ביי אונז אין רעדאקציע איז ד"ר סיימאנס באקאנט ווי ,דער רבי', מחמת ער איז א מומחה סיי אין עברית סיי אין לשון-קודש. ר' שמעון קען אויך אראמעאיש און איז א שטיקל תלמיד-חכם. אונזער טייערער חבר האט ליב יעדן העברעאישן אות און איז א הייסער פאטריאט פאר יידיש. פאראן זיינען ניט קיין שום ווערטער צום באשרייבן די איבערגעגעבנקייט און געטריישאפט פון פריינט סיימאנס. מיט ר' שמעון איז גוט קוגל צו עסן און העברעאיש צו ריידן; אים צו לאנגע יארן!
ווען א פרט אדער א טעמע איז צו לומדיש פארן חדר, מיינט דאס, אז בכדי תופס* צו זיין די טעמע, מוז מען זיין א ישיבה-בחור, וואס איז א בקי אין לשון-קודש אדער א בעל-עברית, מחמת א חדר-יינגל איז נאך ניט באהאוונט אין קיין העברעאיש. בכדי צו כאפן דעם עיקר ווי אויך פארשטיין דעם תמצית ווי, למשל, די נפקא-מינא פון לשון-זכר און מין-זכר, מוז דער בן-ישראל קענען זייער גוט לשון-קודש. ביידע העברעאישע דיבורים מיינען מענלעך (מאסקולין) אויף יידיש, אין וועלכן מענלעך האט צו טאן סיי מיט לשון סיי מיט געשלעכט; אויף עברית האבן די צוויי ווערטער אבער ניט די זעלבע באדייטונג! לשון-זכר איז מענלעך מכוח לשון ווי, למשל, ,דער' טיש. מין-זכר איז מענלעך אין שייכות מיטן געשלעכט פון א נפש ווי, צום ביישפיל, ,דער בחור' איז ניט קיין בחורטע, נאר א יונגער מאן.
דער וועלטלעכער ייד, וואס קען ניט קיין עברי, איז ניט בלויז נשתומים-ונתפעל* געווארן פון דעם מבינות פונעם חשובן ישיבה-בחור, נאר ער האט זיך אויך משמח-ומחיה** געווען מיט זיין קענטעניש אין לומדישע ענינים. דער יאט איז א ייד מיט תורה, טאקע באמת און טאקע מיט ממתקים א בכבודיקער למדן און א מומחה, אפשר א גאון. יש-אמרים****, אז דער יונגער מאן איז א תלמיד-חכם, א גדול-בתרוה, וואס וועט מסתמא ווערן א גדול-בישראל!
* * *
דער צווייטער ישיבה-בחור איז ניט קיין בעל-לשון-קודש אזוי ווי זיין חשובער חבר. ער איז אבער א צדיק, א בעל-אמונה-ותפלה מיט א ריינער נשמה, א געוואלדיקער מתפלל, וואס דאוונט מיט כונה. ווען ער בעט גאט, פאלט ער למען-השם תמיד כורעים מיט הייסע טרערן. ווען ער פארטיפט זיך אין תיקון-חצות, לייגט ער זיך לחלוטין, אדרבא און על-אחת-כמה-וכמה איבער תיקון-עולם און טרוימט מתקן-עולם צו זיין מיט צדקה-וחסד און רחמים!
דער בחור איז א בעל-יללה און א בעל-זכרון. ער איז זיך נוטה צו פארטאן תמיד מיט לערנען תורה, האט בדעה און איז בכוח צו פארגעדענקען די גאנצע תפלת-ישראל און איז מסוגל צו פסקענען כהרף-עין און על-רגל-אחת די שווערסטע שאלות! ער וואקלט זיך לגמרי און בשום-אופן ניט צו געבן תיכף-ומיד א תשובה.
*באנעמען
**דערשטוינט און באיינדרוקט
***זיך געאטכאיעט און געפאסמאקעוועט
****(ס'זיינען) פאראן אזוינע, וואס זאגן

א שפראכן-קריג אין וויסקאנסאן
דא טאר מען ניט זאגן אייז-קרעם אויף שפאניש
טענות-ומענות וועגן שפאניש-ריידנדיקע, וואס ווילן אייז-קרעם
לאווע גאווארטשיק, רעדאקציע-מיטארבעטער

אונזער טייער מאמע-לשון איז ניט די איינציקע שפראך, וואס לעבט אין שאטן פון אן אנדער לשון און א גרעסערער, פרעמדער קולטור. לעצטנס ווען דזשאאי סאנטשעז, א שפאנישער אימיגראנט, איז צוגעגאנגען צו דער טאנבאנק אין ,לעאנ'ס אייזקרעם-קאפע' אין מילוואקע, האט ער געזאגט דער קעלנערין אויף שפאניש, וואס ער וויל באשטעלן. די קעלנערין האט אים איבערגעגעבן, אז דא טאר מען ניט ריידן קיין שפאניש.
הער סאנטשעז האט זיך שווער באליידיקט און האט אפגעדרוקט אין ,פעיסבוק' און ,טוויטער' זיינע טענות וועגן דעם אינצידענט אין ,לעאנ'ס', וואס געפינט זיך שוין 70 יאר אויפן זעלבן ארט און שטייט איצט הארט אין צענטער פון א שפאנישער געגנט. ארום דעם געשעעניש איז גלייכצייטיק אנטשטאנען א געוואלדיקער טאראראם צוזאמען מיט א רוף, אז די רעגירונג זאל אונטערנעמען אן אויספארשונג וועגן דעם כלל צו ריידן בלויז נאר ענגליש אין דעם געשעפט. דאס מיינט, אז אן אלטער ייד וואלט אויך ניט געטארט באשטעלן קיין טרובעטשקע מאראזשענע* אדער קיין מישמיש מיט פארשידענערליי אייז-קרעמען.
ראן שניידער, דער אייגנטימער פון ,לעאנ'ס', האט פארטיידיקט דעם פארבאט קעגן ריידן אנדערע שפראכן ביי דער ארבעט אין אן אינטערוויו מיט אן ארטיקער טעלעוויזיע-סטאנציע, דערקלערנדיק: ,ס'עקזיסטירט שוין א יארצענדליק אזא כלל'. הער שניידער האט צוגעגעבן, אז ער האט גארניט קיין טענות צו די שפאנישע אימיגראנטן און אנגעוויזן, אז זיין פרוי איז א שפאניש-ריידנדיקע און זיינע קינדער זיינען האלב-שפאניש. דער אייגנטימער האט באשטימט, אז זיין געפרוירנס-קאפע איז א געשעפט און ניט קיין פעלקער-בונד מיט כלערליי איבערזעצער און דאלמעטשער. ,דאס איז אמעריקע און דא רעדט מען ענגליש', האט שניידער באמערקט, באטאנענדיק, אז ער האט מורא, אז ריידן אנדערע שפראכן אין זיין געשעפט וועט מסתמא שטערן די ארבעטס-אטמאספערע צוזאמען מיט דער פראדוקטיוויטעט.
הער סאנטזעש איז גאר אין גאנצן ניט מסכים מיט הער שניידער; ער האלט, אז א פערסאנאל מיט צוויי-שפראכיקע ארבעטער וועט פארגרעסערן און בארייכערן דאס געשעפט. ,כ'גלויב, אויב כ'זאל קאנען בעטן א פראדוקט אויף מיין לשון און דארט זאל זיין פאראן אימיצער, וואס קאן עס ריידן און פארשטיין, וואלט דאס געווען א סך בעסער פאר ,לעאנ'ס'', האט סאנטשעז געזאגט אין אן אינטערוויו מיט נאך א לאקאלער טעלעוויזיע-סטאנציע.
,לעאנ'ס' איז שוין אפן זינט 1942 און געהערט נאך ביזן היינטיקן טאג צו דער זעלבער משפחה, וואס האט זי דערעפנט. די אלע אייז- און אייער-קרעמען אין דעם געשעפט מאכט מען אליין און ספעציעל פון סאמע אנהייב אלע טאג. ,לעאנ'ס' איז געווארן באשריבן און געלויבט ווי א וואונדערשיינער אייזקרעם-קאפע אין פיל צייטשריפטן און וואקאציע-זשורנאלן ווי אויך אין א צאל פילמען.
שניידער האט דערקלערט, אז קיינער קאן אים קיינמאל ניט באצייכענען ווי א ראסיט, ווייל זיין ווייב און זיינע קינדער רעדן שפאניש צווישן זיך אין דער היים. שניידער האט קלאר געמאכט בשעת איין טעלעוויזיע-אינטערוויו, אז יעדערער, וואס רופט אים אן א ראסיסט, לאדט ער איין אט-אזוינע פארשוינען צו באשטימען א דאטע און צייט זיך צום זען מיט אים אינעם הינטערגעסל הארט ביי זיין געשעפט, וואו זיי וועלן מאכן א סוף מיט דעם ענין אויף אן אלטמאדישן און עכט-אמעריקאנישן אופן - מיט א געשמאק פויסטן-געשלעג! אמן, דיינו ותיקו.
*טרובעטשקע מאראזשענע = טרייבל אייז-קרעם/וואפליע מיט אייז-קרעם

דא בארגיסט מען שטענדיק
א יידיש ווארט
אין דעם אייזקרעם-שענק אין מילוואקע מעג מען באשטעלן בלויז נאר אויף ענגליש א טרובעטשקע מאראזשענע אדער א בעכער אייז-קרעם. דא בארגיסט מען אבער תמיד א יידיש ווארט. דא וויל מען אבער הערן בלויז נאר מאמע-לשון! אלזא, אין קומענדיקן נומער אין ד"ר זיסקינדס ווינקל וועט דערשיינען אן אויספירלעכע אנאליז וועגן דער טערמינאלאגיע מכוח אן אייזקרעם-סאלאן.
מיר רופן, אז די זייער געערטע אייזקרעם-הענדלער, לאדזשיארניקעס*, אייזקרעם-שענקער, אייזקרעם-קאפע-אייגנטימער אא"וו פון דער אלטער היים זאלן אונז שיקן אין רעדאקציע בריוו מיט דער טערמינאלאגיע פאר דער אייזקרעם-שענקעריי אין דער מדינה, פון וועלכער איר שטאמט. מיר זיינען בהלנים צו וויסן וואס פאר א ווערטער מ'האט גענוצט אין יעדער מדינה אינעם אמאליקן יידישלאנד. אונזער בעל-דקדוק ד"ר אוצר נאמאסט וועט דורכלייענען די אלע בריוו, איינארדענען די טערמינען און מאכן א גאנצע רשימה פון די אלע ווערטער און אויסדרוקן, אנווייזנדיק אויף דעם, וואס ס'איז א ריינער יידיש און וואס ס'איז א זשארגאן.
רבותי, פוילט זיך ניט און נעמט זיך תיכף-ומיד צו דער ארבעט! שיקט אונז גלייך אייערע ליסטעס!
*אייזקרעם-מאכער

א געשמאקער מאכל
די מאמזעל וויל אין א גרויסן בעכער
א מישמיש
מיט שאקאלאדנער און וואנילן-אייזקרעם מיט צעשמאלצענעם און צעברעקלטן שאקאלאד
מיט זיסן שמאנט און קירשן

,דער מאמענט' איז גאר אן אינטעלעקטועלע צייטשריפט:
אין אונזער צייטונג פארמאגן די פוס-נאטן אויך פוס-נאטן!

די שפראך-משגיחים
די געוואלדיקע מבינים, וואס פסלען ווערטער

י כ'בין נשתומם געווארן, אז כ'האב געפונען ,דער מאמענט', ווייל ער לייענט זיך ווי א חשובע צייטונג פון דער אלטער היים. אייער שפראך איז ריין, היימיש און ריכטיק. אייער צייטשריפט איז די אמתע סחורה און דאס אויבערשטע פון שטויסל. כ'לייען שוין איין יאר ,דער מאמענט' און אין פארלויף פונעם פארגאנגענעם יאר האב איך זיך אויסגעלערנט גאר א סך. כ'האב זיך תמיד געוואונשן צו זיין א בעל-מליצה און דאס בין איך איצט... דאס האב איך אייך צו פארדאנקען, מיינע פריינט. 1 עטלעכע באמערקונגען און באאפאכטונגען 1 י איך קאן גארניט פארשטיין, ווי אזוי געוויסע עם-הארצים אין די אוניווערסיטעטן האבן די חוצפה צו כשרן א לשון. אזוינע ,משגיחים' פארזוכן, אומזיסט און אומנישט, צו פסלען ,דייטשמערישע' ווערטער און זיי ארויפווארפן אויפן מיסט-בארג. כ'האב קיין מאל ניט קיין טראכט געגעבן אויף אט-דער טעמע ביז כ'האב זיך אנגעהויבן לערנען יידיש אויף א פארמעלן שטייגער און געלייענט א צאל וועלטלעכע צייטונגען, אין וועלכע די שפראך איז א ריינער טערקיש. מיר דאכט זיך אבער, אז דאס איז א משוגעת ביי פראסטע שוטים, וואס האבן גארניט קיין בעסערס צו טאן און זיצן גאנצע טעג און נעכט אין א בוידעם-שטיבעלע אין א טורעם אין א קלאגעדיקן אוניווערסיטעט פאר כמו-פראפעסארן, וואו זיי ווארפן-ארויס פון הויכע פענסטער טרייפע ווערטער. 1 י דעם אמת געזאגט הייב איך גארניט אן צו וויסן, פארוואס ביי די דאזיקע ,עקספערטן' בושעוועט דער אידיי-פיקס, אז זיי מוזן פאראיידלען און אויסמענשלען דאס יידישע לשון. אזוינע מבינים וואלטן געחלשט גלייך אויפן פלעק ווען זיי זאלן הערן ווי די חסידים אין מיין קהילה רעדן, וואס פאר אן אויסלייג זיי נוצן און ווי שטארק באשטרייט מיט ,דייטשמעריזמען' איז זייער לשון. ס'שיינט מיר, אז אזעלכע משוגעים ווילן צוריקדרייען די זייגער-ווייזער ביז פאר דער הסכלה, אפשר ביז אן אמאל, וואס האט קיינמאל ניט עקזיסטירט! דארף מען בטל מאכן ווערטער ווי, למשל, אקושערקע, פיקס-אידיי, עטאזש וכדומה, מחמת זיי שטאמען פון פראנצויזיש? כ'זע ניט קיין שום שלעכטס אין שרייבן ,וואס אימער' ווי ס'איז דער שטייגער ביי די אונגארישע יידן (אנשטאט ,וואס נאר'), ריידן איבער עפעס (אנשטאט ריידן וועגן/פון), דיזער מענש (אנשטאט אט-דער מענש/דער דאזיקער מענש), אונז זאגן (אנשטאט מיר זאגן) אא"וו. לויט מיין מיינונג איז ניט דא קיין חילוק צווישן מסכים זיין און זיין איינפארשטאנען אדער צווישן דערקונדיקן זיך, אנפרעגן זיך און נאכפרעגן זיך. כ'האלט אזא וויכוח פאר א ריינעם פלפול. כ'וויל זיך ניט פארנעמען מיט אזוינע שטותים און הבלים ווי כשרן א שפראך, וואס האט שוין גענוג צרות און פסלען געוויסע ווערטער, מחמת זיי געפעלן ניט איין קליינער כאליאסטרע כמו-משגיחים, וואס זיינען אמתע משוגעים. 1 | י אלס בעל-עברית-ולשון-קודש און בקי אין יידיש איטערעסיר איך זיך מיט שפראך-פארשונגען. יידיש רעד איך פון דער מאמענס מילך, ווייל כ'בין וואויל דערצויגן אין א חסידישער קהילה; עד-היום-הזה רעד איך נאך מאמע-לשון אין שטוב מיט מיין ווייב און קינדער. 1 י ניט לאנג צוריק האב איך זיך דערוואוסט פון ,דער מאמענט' א דאנק א פריינט, וואס איז אייערער א לייענער און פארערער. כ'האב זיך פארליבט תיכף-ומיד אין אייער וואונדערבארער צייטשריפט. ס'איז געווען ליבע אויפן ערשטן בליק. ס'איז א נס, אז היינט-צו-טאג עקזיסטירט נאך אזא אינהאלטסרייכע און עלעגאנטע פובליקאציע מיט א פריצדיקן שרייב-סטיל און לשון! ביז אהער האב איך קיינמאל ניט פארגעשטעלט, אז ס'זאל עקזיסטירן אזא עלעגאנטער יידיש. כ'מיין, אז מיין שבח צו אייער זשורנאל איז א די-והותרדיקער. אלזא וויל איך גארניט פארקריכן אין בויבעריק און האצעפלאץ מיט א מבול מיט ניט-שייכותדיקע פרטימלעך. 1 הלואי זאלן מיינע חברים פון ,חדר' האבן דעם גרויסן דרך-ארץ פאר יידיש, וואס זיי האבן פאר לשון-קודש און עברית. אין די פרומע קהילות ווענדט מען אן אלע כוחות צו שרייבן צום בעסטן און צום שענסטן אויף עברית און קיינער וואגט ניט מאכן קיינע טעותים, ווייל לשון-קודש איז א שבתדיקע שפראך און יעדער בחור קען פון אויסנווייניק דעם דקדוק. ווען מ'שרייבט אבער אויף יידיש אין די חסידישע חברות, איז דאס לשון ארעם און איבערפול מיט פעלערן, מחמת לשון-אשכנז איז א וואכעדיקע שפראך; דעריבער האט מען ניט דעם זעלבן אפשיי פאר יידיש וואס פאר לשון-קודש און מ'לערנט זיך קיינמאל ניט אויס די גראמאטיק. 3 י איצט בין א פראפעסאר אין פרעמד-שפראכן דא אין ישראל. יידיש האב איך זייער ליב. כ'בארייכער שוין א סך יארן מיין לשון דורך ריידן מיט די זקנים פון דער אלטער היים און לעזן די מעשיות פון שלום עליעם, י. ל. פרץ, מענדעלע מוכר-ספרים, י. ב. זינגער וכדומה. כ'בין גאר צופרידן מיטן רעזולטאט, וואס כ'האב שוין דערגרייכט אין שייכות מיט ווערן א בקי אין יידיש. ביי מיר איז אבער די מיסיע ניט געווען קיין שווערע, דערפאר ווייל יידיש איז מיין מוטער-שפראך און איז דאס לשון אויף וועלכן כ'דענק אלע טאג און חלום אלע נאכט. מיין אונגאריש-יידישע אויסשפראך האב איך איבערגעמאכט און פארוואנדלט אין א ליטווישן יידיש. פארגרעסערט און פארבעסערט האב איך אויך מיין ווערטער-אוצר. א דאנק אייערע מייסטערהאפטע שרייבער האב איך זיך אויסגעמענשלט דאס לשון. 1 י ביים פארבעסערן מיין לשון האב איך באמערקט א פאר מאדנע זאכן. אומנאטירלעך און קינצלעך איז דאס לשון אין די יידישע צייטונגען, וואס בלייבן לעבן. ס'שיינט מיר, אז ס'איז אן אויסגעטראכט, באזונדער לשון. אזעלכע בלעטער האב איך לאנג צוריק אויפגעהערט לייענען און האב זיך גענענומען צום לעזן בלויז די ווערק פון די קלאסיקער! 1 |
טנופדיק און לא-יוצלחדיק
אט-אזוי שרייבט דער עם-הארץ!
לייזער לייזעראוויטש, קארעספאנדענט, מאדריד

ווי צו נוצן ,פעיסבוק' אויף יידיש, לייזער בורקא
מאַרק צוקערבערג, וואָס איז הײַנט 31 יאָר אַלט (און פֿאַרמאָגט אַן ערך 46 ביליאָן דאָלאַר), האָט געשאַפֿן דאָס וועבזײַטל „פֿייסבוק‟ אין 2004, ווען ער איז נאָך געווען אַ יונגער סטודענט אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט. דערווײַל האָט זײַן באַשעפֿעניש זיך אויפֿגעבלאָזן אין אַ ריזיקער אימפּעריע מיט איבער 1.2 ביליאָן מיטגלידער איבער דער גאָרער וועלט — כּמעט 17% פֿון דער מענטשהייט!
ניט געקוקט אויף צוקערבערגס ייִדישקייט, זײַנען די ייִדן בלויז אַ קליינטשיקער פּראָצענט פֿון דער דאָזיקער מאַסע, און די ייִדן, וואָס רעדן ייִדיש, — נאָך אַ קלענערער. ערשטנס, האָבן אַ סך פֿון די פֿאַרבליבענע ייִדיש־רעדער הײַנט מתושלחס יאָרן און זיי זײַנען מערסטנס ניט באַקאַנט מיט די טעכנאָלאָגישע חידושים פֿון די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר. („קאָמפּיוטערס? פֿע!‟)
צווייטנס, זײַנען אַ סך אַנדערע ייִדיש־רעדער חסידים, וואָס אָדער זיי האָבן ניט קיין צוטריט צו דער אינטערנעץ („קאָמפּיוטערס? פֿע!‟), אָדער זיי זײַנען אַקטיוו, דער עיקר, אויף אַנדערע וועבזײַטלעך, ווי „אײַ־וועלט‟ און „קאַווע־שטיבל‟. די „פֿייסבוק‟־סבֿיבֿה איז צו אָפֿן פֿאַר אַפּיקורסות און פֿרײַע מיינונגען, אַז אַן אמתער פֿרומאַק זאָל זיך דאָרט פֿילן אין דער היים.
כדי צו לייענען די גאנצע שמירעריי, גייט צו
http://yiddish.forward.com/articles/194233/using-facebook-in-yiddish 1
א סך לייענער אונזערע געדענקען אפשר די אפטיילונג ,אזוי שרייבן ,זיי'!', וואס מרדכי שטריגלער ז"ל, דער געוועזענער הויפט-רעדאקטאר פון ,דער פארווערטס', האט פארפאסט א סך יארן. אין דער אפטיילונג האט פריינט שטריגלער אנגעדייט אויף באריכטן און ארטיקלען אין דער ישראל-פרעסע. דא דרוקן מיר איבער א פראגמענט פון אן ארטיקל פון א גרויסן עם-הארץ, לייזער בורקא, נעבעך, וואס רעכנט און נעמט זיך אן פאר א יידישן שרייבער ווי אויך א בקי. טאקע באמת איז ער קיינס פון די ביידע! דער עם-הארץ איז ניט קיין שרייבער, נאר א הענדלער מיט טנוף-טנופת און א ספעציאליסט מיט כלערליי לא-יוצלחדיקע קלייניקייטן.
דער אויבערשטער ארטיקל וואלט געווען קאמיש, אויב די סיטואציע זאל ניט זיין אזוי טרויעריק. דער טאלאנטפולער פאטשקון און באלאגאנשטשיק האט פארפאסט א געוואלדיקע פאטשקעריי און פאטשקענינע אויף א וואונדערבארן טערקיש. אונזערע רעדאקטארן האבן מזל, אז זיי רעדן א גוטן ענגליש, אז ניט וואלטן זיי ניט געוואוסט, וואס הער בורקא שרייבט. דער קליינער פישער און גראבער יונג ווייסט נאך ניט, אז דער וואס רעדט יידיש איז א יידיש-ריידנדיקער און די צוויי נאראנים, די הויפט- און הילפס-רעדאקטארן, האבן ניט געכאפט דעם גרייז. אפשר מיינען זיי אויך, אז דער וואס רעדט יידיש איז א יידיש-רעדער אדער א רעדער פון יידיש. דער שרייבערוק שרייבט: ,אן אמתער פרומיאק זאל זיך דארט פילן אין דער היים'. דער ריכטיקער אויסדרוק איז: ,זיך פילן ווי ביי זיך אין דער היים'. ווינד און וויי! איין זאך איז לחלוטין קלאר: די רעדער ביי זיי אין מוח דרייען זיך ניט ווי געהעריק און ס'פעלט זיי אלעמען א קלעפקע אין קאפ! די געוואלדיקע למדנים אין ,יענער רעדאקציע' האבן דעם זעלבן שכל, וואס א בהמה האט אין ,יענער מעשה'.
דער ,למדן' שרייבט וועגן די ענגלישע קאמפוטער- און אינטערנעט-טערמינען, וואס ער זעצט-איבער אויף יידיש. דער ,עקספערט' נוצט-אויס דאס ווארט ,קארמע', וואס איז טאקע א ריינער רוסיש און זשארגאן. קארמען = שפייזן (די קינדער), פיטערן (דאס פי), פאשען (די חזירים) אא"וו. אודאי קאן מען זאגן: די מאמע קארמעט די קינדער אדער די קינדער קארמען זיך מיט געשמאקע מאכלים, נאר אזא צייט-ווארט ,קארמען' און אזא זאך-ווארט ,קארמע' זיינען, נאך אלע מעשיות, א ריינער זשארגאן און זיינען גארניט פאסיק צו די זאצן, וואס ער האט פארפאסט אין זיין ,אינאוואטיווער' אנאליז.
דער וואס לייענט דעם גאנצן ארטיקל וועט זען ווי נאריש און אומגעלומפערט די אלע איבערזעצונגען זיינען אין דער פסעוודא-טערמינאלאגיע, וואס בורקא און זיינע קאלעגן האבן אויסגעטראכט. דא שטעלן מיר צו א פאר ביישפילן פון גלענצנדיקע זאצן מיט כשרע ווערטער צום באשרייבן עטלעכע טעטיקייטן אין ,פעיסבוק' בפרט און א צאל פראצעדורן אין אינטערנעט בכלל: נייעס-שטראם (נייעס-באשטעלונג/נייעס-שפייזער); דאטן-שוץ-קלאוויש/קנעפל; א קנעפל צום אפקירצן די דאטן-שוץ-פראצעדור (אפקירצונגס-מעטאד פאר דער דאטן-שוץ-פראצעדור); זיך איינשרייבן*; זיך אנמעלדן; זיך באפריינדן אא"וו.
אט-דא און אט-איצט שטעלן מיר אייך צו עטלעכע זאצן מיט א טעם, וואס באשרייבן, וואס מ'טוט אין ,פעיסבוק': (פאר)פירן/האבן א געשפרעך (א פארקער) אין (שמועס)-קעסטל; דער בחור האט פארפירט א פריוואט געשפרעך אין (שמועס)-קעסטל; דער בחור האט/פירט א פארטרוילעכן שמועס אין קעסטל; דער בחור פלוידערט (שמועסט/פארקערט זיך) מיט זיין חבר אין (שמועס)-סאלאן אין אינטערנעט; דער יאט שיקט זיין חבר אן (פריוואטן) אנזאג אינעם שמועס-קעסטל; דער פעיסבוקניק גיט (טוט) זיין פריינט א שמייכל מכוח...
דא אין ,דער מאמענט' פלעג מען שרייבן: ,מ'דארף זיך ניט איינשרייבן, פארשרייבן אדער אויסשרייבן אונזער צייטונג'. די קאמפוטער- און אינטערנעט-טערמינאלאגיעס עקזיסטירן שוין א לאנגע צייט אויף יידיש; דאס זיינען ניט קיין שרייענדיקע נייעס און ניט קיין נאווינע. ווי ס'איז שטענדיק ביי זיי דער שטייגער, מאכן אזוינע עם-הארצים אומנויטיק און אומזיסט איבער דאס רעדל, און אויף אן אומגעלומפערטן אופן נאך!
עס לאזט זיך אויס, אז די אלע שוועריקייטן מכוחן איבערזעצן אויף יידיש די קאמפוטער-טערמינאלאגיעאון אינטערנעטישע טעטיקייטן זיינען טאקע באמת ניט קיין פראבלעמען, באזונדערש ווען מ'קען די שפראך און אויב נאר מ'איז ניט קיין נאר. דאס איז די סיבה פארוואס די מערסטע איבערזעצונגען, וואס הער בורקא שטעלט-צו אין זיין ארטיקל האבן גארניט קיין טעם. א רחמנות אויף דעם נעבעכדיקן מחבר און אויף זיינע קאלעגן, ווייל ס'איז א שאד, אז אזוי שרייבן ,זיי'.
*זיך איינשרייבן/אנמעלדן = איינלאגן (to log-in/log-on). אויף דייטש זאגט מען היינט-צו-טאג ,ער לאגט זיך איין'

עכט-יידישלעך
די וועלט אין איבערזעצונג
די וועלט אין איבערזעצונג

זאל דיר וואויל באקומען
טראץ דעם, וואס ,דער מאמענט' איז א יידישע צייטונג, אין וועלכער מ'שרייבט א גאנצן מעת-לעת אין גאנצן אויף א גאנץ-יידישלעכן יידיש, דרוקן מיר צום ערשטן מאל א געדיכט אויף ענגליש. ,א מעטראפאליטישער קאשמאר' פאסט זיך מיט 100% צו דער איצטיקער צייט, ווייל אט-די שיינע פאעמע האט צו טאן מיט א וועלט, וואו די אטמאספערע ווערט וואס אמאל ווארעמער און ניו-יארק פארוואנדלט זיך אין א טראפישער מעטראפאליע.
לייענט ווייטער און האט הנאה פון דעם טשיקאווען ווערק פון דעם אמעריקאנער דיכטער סטעפען-ווינצענט בענעט (1898-1943), וואס האט געוואונען די פרעמיע ,פוליצער'.
א מעטראפאליטישער קאשמאר, סטעפען-ווינצענט בענעט
בעת יענעם פרילינג האט עס גערעגנט גאר א סך.
אין דער פרי, ווען מ'האט זיך געוועקט,
איז דער הימל נאך דעמאלט געווען פארכמארעט און די גאסן נאס.
חוץ די טאקסיס און די לוסטיקע פוס-גייער האט דאס קיינער ניט באמערקט.
אין א שטאט באמערקט מען ניט אזוינס.
די פארקן זיינען געווארן וואס אמאל גרינער
און די ביימער זיינען געבליבן פרילינג-גרין ביזן סוף זומער,
פארוואקסן און באדעקט מיט געזונטע בלעטער,
און די לאנגע ווארצלען זייערע האבן זיך צעשפרייט,
נאר באמערקט האט דאס קיינער ניט, אויסער די גערטנער אין דער שטאט,
און זיי רעדן קיינמאל ניט.

Metropolitan Nightmare, Stephen Vincent Benet
It rained quite a lot, that spring. You woke in the morning
And saw the sky still clouded, the streets still wet,1
But nobody noticed so much, except the taxis
And the people who parade. You don't, in a city.1
The parks got very green. All the trees were green
Far into July and August, heavy with leaf,1
Heavy with leaf and the long roots were boring and spreading,1
But nobody noticed that but the city gardeners
And they didn't talk.1
כדי צו לייענען די אנדערע טיילן פון דעם שיינעם געדיכט, גייט צו: 1
http://www.poemhunter.com/poem/metropolitan-nightmare

בענעטס ,א מעטראפאליטישער קאשמאר' איז דערשינען אין 1933 אינעם ליטערארישן זשורנאל ,דער ניו-יארקער'. דאס געדיכט איז א פראפעטיש ווערק, וואס איז פארפאסט געווארן לאנג איידער מ'האט געהאט אן אנונג וועגן דעם אראנזשעריע-עפעקט (די אטמאספערע-דערווארעמונג). די פאעמע באשרייבט ווי מענשן אזוי ווי פרעש באמערקן ניט קיין לאנגזאמע ענדערונגען און ווי לייטן און חיות געוואוינען זיך צו און פאסן זיך אן צו א פאמעלעכער, אנהאלטנדיקער קלימאט-ענדערונג.
ראטא-גראוויאר
זשוואווע און שמאגלע
וועטשערינקעס, ראנדקעס און הוליאנקעס
אין און ארום דער מעטראפאליע
זשוואווע און שמאגלע
וועטשערינקעס, ראנדקעס און הוליאנקעס
אין און ארום דער מעטראפאליע
,דער מאמענט' מאכט מחיהדיק א בלאסן מאנטיק אין אוונט!
נאר ,דער מאמענט' קאן מחיהדיק מאכן א בלאסן מאנטיק! אונזערע מיטארבעטער און פריינט האבן זיך צוזאמענגעטראפן דעם 22סטן מערץ אויפן גראנדיעזן ארטיסטן-באל אין באנקעט-זאל ,טשיפריאני' אין צענטער שטאט. אויף דער לוסטיקער פארזאמלונג האט זיך געטאן אויף טישן און אויף בענק, און אין א מאנטיק נאך! די אטמאספערע איז געווען געמיטלעך און פריילעך; אלע זיינען געווען פאני-בראט איינער מיטן צווייטן.
אונזער צייטשריפט האט געקויפט א גאנצן און גרויסן טיש פאר אונזערע קאלעגן און פריינט. עטלעכע שריפטשטעלער און ארטיסטן, וואס זיינען ענג פארבונדן מיט אונזער פובליקאציע האבן בייגעוואוינט די גראנדיעזע הוליאנקע. אונזערע מיטארבעטער און חברים האבן פארוואנדלט א בלאסן אנהייב ארבעטס-וואך אין א מחיהדיקן מאנטיק.

א באזוך אין ניי-פארט, ראד-איילאנד
א לוסט-רייזע אין א פרעסטיזשפול וואקאציע-שטעטל

ניי-פארט איז א שטעטל, וואס איז איבערפול מיט גרויסע, פריצדיקע ,זומער-שטיבלעך'. די געשיכטע פון ניי-פארט איז גאר אן אינטערעסאנטע און א גאנץ-חשובע. די היסטאריע פון דעם שטעטל איז ענג פארבונדן מיט דער זומער-וואקאציע. יא, חברים, אויפן זומער-אורלויב שטייט ניי-פארט!
פאר דער אמעריקאנער סעצעסיע-מלחמה האבן די פארמעגלעכע בוימוואל-סוחרים און די אייגנטימער פון די באוואל-פלאנטאציעס אין די קאראלינעס און דזשארזשיע פארבראכט די זומער-חדשים אין ניי-פארט הארט ביים ים, כדי צו אנטלויפן פון דער געוואלדיקער זומער-היץ און מאלאריע אין זייערע היים-שטאטן. נאכן ברודער-קריג האבן די אלטע, חשובע משפחות פון ניו-יארק און ניי-ענגלאנד פארפלייצט דאס שטעטל און זיינען איינגעשטאנען אין די עלעגאנטע האטעלן. ארום 1870 זיינען אויפגעקומען א נייע מאדע און מאניע; די עושרים און גבירים האבן געענדערט זייער מיינונג און באשלאסן, אז איינשטיין אין א האטעל איז שוין מער ניט עלעגאנט.
פרוי אסטאר פון מאנהאטן, וואס איז דעמאלט דערקלערט געווארן פאר דער קעניגן איבער דער ניו-יארקער געזעלשאפט, האט איינגעקויפט ביי א רייכן סוחר א דאטשע הארט ביים ים, וואס זי האט אט-באלד פארגרעסערט און פארשענערט. אנדערע עושרים און גבירים האבן געדארפט האבן, וואס פרוי אסטאר האט און זיי האבן איינער נאכן צווייטן געבויט אימעניעס, בכדי צו ווייזן, אז זיי קאנען אויך פארמאגן, וואס פרוי אסטאר האט! יעדעס הויז, וואס איז דעמאלט געבויט געווארן האט געדארפט זיין גרעסער און שענער פון די אלע אנדערע. ניי-פארט איז אזוי ארום געווארן די איידלסטע זומער-קאלאניע אין די פאראייניקטע שטאטן. די פריצים, די פון די עלטסטע און איידלסטע משפחות אין אמעריקע, האבן צוזאמען מיט די שטיינרייכע פארוועניוען גענומען פארפלייצן יעדן זומער דאס עלעגאנטע שטעטל. יעדער ,פריץ' און עושר, וואס האבן זיך געוואלט אויספיינען מיט זייער עשירות און זיך חברן מיט די גרעסטע יאטעביעדאמען און די חשובסטע פיינשמעקער, האבן אויפגעבוירט א ,זומער-הייזקע' אין ניי-פארט.

יעדע עפאכע האט איר געבורט, בלי-צייט און טויט. די גלאנץ-עפאכע פון ניי-פארט איז געווען די יארן נאכן סעצעסיע-קריג ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה; דאס שטעטל איז אבער געבליבן ווי א פאפולערער וואקאציע-פלאץ. א נייער דור גבירים און פארוועניוען זיינען אנגעקומען אין די יארן צווישן די צוויי וועלט-מלחמות; דער פראצעס האט זיך איבערגעחזרט אין די יארן נאכן צווייטן וועלט-קריג אזוי ווי ער ווידערהאלט זיך היינט-צו-טאג.
איצט וואוינען שוין מער ניט קיין אסטארס און וואנדערבילטס אין די גרויסע אימעניעס. די צייטן האבן זיך געענדערט און די וואנדערבילטס קאנען זיך מער ניט פארגינען צו לעבן אזוי ווי ראטשילד אין פאריז אדער ווי וואנדערבילט אין ניי-פארט. א סך אלטע, גרויסע דאטשעס זיינען ענדלעך געווארן פארקויפט און אראפגעריסן, ווייל די פאמיליעס פון די בעל-הביתים האבן זיך גארניט פאראינטערעסירט אדער זיך ניט געקאנט פארגינען צו וואוינען אין אזוינע הייזער. עטלעכע גראנדיעזע ,זומער-שטיבלעך' ווי ,די ברעכער', ,דאס מארמורנע הויז' און ,די אולמעס' זיינען אפגעראטעוועט געווארן און עקזיסטירן נאך עד-היום אלס מוזיי א דאנק ,די ניי-פארטער פרעזערוואציע-געזעלשאפט'.
* * *
אין 1895 האט פרוי קארנעליוס וואנדערבילט געלאזן אויפבויען ,די ברעכער', דאס גרעסטע און טייערסטע הויז אין ניי-פארט. אין 1973 האבן די אייניקלעך פון פרוי וואנדערבילט פארקויפט דער פרעזערוואציע-געזעלשאפט די אימעניע פאר $400,000 טראץ דעם, וואס דער שטח אליין, וואו דאס הויז שטייט איז איינגעהאנדלט געווארן אין 1890 פאר $450,000 און דאס גאנצע הויז האט געקאסט ארום $13 מיליאן דאלאר (היינט-צו-טאג $350 מיליאן).
ס'איז א שאד, וואס די קינדער און אייניקלעך פון די ,פריצים', וואס האבן אויפגעבויט די לוקצוריעזע אימעניעס אין דעם ספעציעלן שטעטל ביים מער, האבן ניט געהאט קיין ליבשאפט און רעספעקט פאר די קונסט-ווערק, וואס זייערע אבות האבן געשאפן. ,די פרעזעוואציע-געזעלשאפט' איז אזא מין רייכער טאטע, וואס קומט צו לויפן ווען נאר א גרויס לאנד-הויז אין דעם שטעטל האלט ביים שטארבן און באלעבט עס ווידער מיט גרויס ליבשאפט, כדי עס זאל שימערן און גלימערן און בליען און גליען אזוי ווי עס האט אמאל געגלאנצט.

עטלעכע רעדאקציע-מיטארבעטער אונזערע האבן געמאכט סוף אפריל א רייזע קיין ניי-פארט, כדי צו פראווען דעם געבורטס-טאג פון אונזער הויפט-זעצער און שעף-קארעקטאר מיכאל ביין. מיר זיינען געשוואומען דארט אהין מיט דער לוקסוסדיקער לוסט-יאכט פון אונזער פרעזידענט ד"ר נאמאסט. די ים-עקסקורסיע איז געווען מחיהדיק. אז אונזער גרופע איז אראפגעשטיגן פון דער שיף, האבן זיך פארזאמלט פיל טוריסטן, כדי אנצוקוקן די יאכט. עטלעכע פערזאנען האבן געפרעגט ביי אונז, צי מיר זיינען וואנדערבילטס, דערפאר ווייל די שיף איז אזוי גרויס און שיין.
צומארגנס האט אונז ד"ר נאמאסט אריינגעבראכט אין א צאל הייזער, וואו ער האט אנגעפירט פאר אונז מיט א טור, איבערגעבנדיק מיט אלע פיטשעווקעס די געשיכטע פון יעדער דאטשע. דער דאקטאר האט אונז פארגעשטעלט עטלעכע פראמינענטע איינוואוינער פון די חשובע משפחות, וואס האבן אויפגעבויט דא די גראנדיעזסטע ,זומער-הייזקעס'.
* * *
די געבורטסטאג-פייערונג פון ר' מיכאל איז פארגעקומען אינעם עלעגאנטן ,האטעל שאנלער', וואס שטייט הארט ביים ים. ,די פיקאנטע בארנע' אין ,האטעל שאנלער' איז דער טייערסטער רעסטאראן אין דעם שטעטל. דא האבן מיר זיך מחיה געווען מיט די געשמאקסטע פראנצויזישע מאכלים און פאסמאצקעס.
פיר טעג האבן מיר פארבראכט אויף דעם וועלט-בארימטן קור-ארט, וואו מיר האבן אפגעשטאט יעדן טאג א וויזיט אין די שענסטע און גרעסטע הייזער. די פרילינגדיקע ים-לופט איז צוזאמען מיט דער רואיקער אטמאספערע געווען א מחיה.

דער ,האטעל טשאנלער'
הארט ביי דער קליף-פראמענאדע אין ניי-פארט

לוקסוסדיקע גאסט-צימערן פאר פריצים אין א שיינער אימעניע
צוזאמען מיט אן ערשט-קלאסיקן רעסטאראן ,די פיקאנטע בארנע'
The Chanler at Cliff Walk & Spiced Pear Restaurant
117 Memorial Boulevard * Newport, Rhode Island 02840
Phone: 401-847-1300 * Toll Free Reservations: 866-793-5664
www.thechanler.com

גאנץ-כתריאלעווקע רעדט וועגן דעם
די אלע טונאיאדצעס אין טונאיאדעווקע לאכן פון איר!
משה קאפויער, קארעספאנדענט, אנאטעווקע
משה קאפויער, קארעספאנדענט, אנאטעווקע

דאס איז די פאסיקסטע אפטיילונג צום פארעפנטלעכן די אידענטיטעט פונעם פארשוין רייזע וואליזקע, וואס איז אויך באקאנט ביי אונז ווי מאדאם קאקאלאווסקע און סטאלינס ליובאווניצע. חברים, מיר פארזיכערן אייך, אז די מוראדיקע מאדאם מיט מאזאליעס אויף דער צונג איז טאקע אן אמתע פערזאן און א געוואלדיקער פארשוין! אט-איצט און אט-דא אנטפלעקן מיר איר אידענטיטעט! מאדאם קאקאלאווסקע איז אין דער אמתן רייזל קאקאלאוויטש-קאזאצקע, א יידישיסטקע פון דער ביינער-בריק, וואס שטייט אויפן שוועל פון אן אומגליק אין די בראנקס! איצט רייסן מיר ענדלעך אראפ די מאסקע, כדי אלע זאלן וויסן, אז דאס איז אן אמתער פארשוין! יא, דער אמת איז, צום צער, נאך מאדנער פון דער פיקציע.
די מאדנע מאדאם איז א מיאוסע מבינטע און אן עקלדיקע עקספערטקע, וואס האט אויסגעטראכט כלערליי נייע ווערטער און טערמינען פאר שפיאנען, וואס ווילן ריידן אזא מין קוידער-וועלש, וואס איז גאר אין גאנצן אומפארשטענדלעך פאר א נארמאלן מענש. וואונדער איבער וואונדער האט די מאדנע מאדאם, ממש א מאדערנע מאטא הארי, דערגרייכט א גלענצנדיקן רעזולטאט! די פאטשאטנע פאטשעטשע רעדט אזא מין ,לשון-אשכנז', וואס קיינער פארשטייט ניט, אחוץ צרות-ראקל שאכטל, שמיציק שמאטעסמאן און אומשלום האמבערגער, א דאקטאר, וואס פארשטייט א קרענק אין דער שטאט באמאר.
דער אמעריקאנער אויסשפיר-דינסט האט אנגאזשירט לעצטנס אין פערסאנאל די וואזשנע יידישיסטקע אלס קאדע-קנאקערקע און לערערקע אין דעם נייעם ,הענטשקע-לשון'. ביי די חשובסטע שפיאנען איז דער דעק-נאמען פונעם אויסשפיר-דינסט ,די משפחה'. דער שטרענג-געהיימער דעק-נאמען פון מאדאם קאקאלאוויטש-קאזאצקע איז ,שמאטע הארי'. די אלטע שקאפע איז א געפערלעכע מערדערקע מיט א זשילעט אין שטיוול, א שטיק דינאמיט אין סטאניק און א זופער-באזוקע אונטערן קלייד!
* * *
אפילו די מזיקים, שדים און קליפות אינעם חושך-מצרים האבן מורא צו פליסטערן דעם נאמען פון דער געוואלדיקער אלמה, סכנתדיקער שפיאנקע און טאלאנטפולער תלינטע מאדאם קאקאלאוויטש-קאזאצקע. די אלע פינצטערע נפשות אין גיהנום ציטערן, צאפלען און חלשן ווען זיי הערן איר שם. זי איז נאך מיאוסער פון דער מעדוזע, נאך ווילדער פון לילית'ן און נאך געמיינער און פראסטער פון די שוועסטער קארדאשיאן. אין דער אונטערוועלט איז די מאדאם מאטע-שמאטע באקאנט ווי דעם שטנס ליבהאבערקע. גענוג געזאגט!
* * *
ס'איז אמת, אז ד"ר פישביין איז א טאלאנטפולער קאכלעפל, פעאיקער פלאטקע-מאכער, געוואלדיקער סקאנדאליסט, חשובער בעל-מחלוקת און א גרויסער כל-בוניק!... און דאס זיינען ביי אים די גוטע מידות! מיר זיינען מסכים, אז מ'דארף אפשמייסן ד"ר פישביין. אויף אט-דער טעמע דערהאלטן מיר בריוו אן א שיעור פון יונגע און אלטע פרויען, וואס ווילן אים א פאטש געבן אין הינטן, ווייל ער איז אזוי יונג און זיס מיט א געוואלדיקן גוף און ס'רינט זיי ווי א הונט די סלינע ווען זיי געבן נאר א טראכט פון דעם!
צום צער איז ד"ר פישביין ניט קיין מאסאכיסט, נאר א סאדיסט. יונגע פרויען מיט א שמאלן ,ווי-הייסט-מען-דאס', וואס זיינען זיך מחיה מיט א געשמאקן פאטש אין יענער מעשה: ד"ר פישביין איז אייך גרייט צו העלפן! ער האט ליב אפשמייסן יונגע נקבות (אן שום מלבושים), וואס פאסמאקעווען זיך מיטן געשלעכטלעכן מאסאכיזם. שיקט-אריין אין רעדאקציע אייער אפליקאציע צוזאמען מיט א פאטא. אויב איר זייט יונג און שיין מיט א שלאנקן קערפער, אוי, האט איר גרויס מזל, ווייל ער שטייט שטענדיק צו דינסט!

א ניי היימעלע אויף אן אינזל

דא שרייבט מען וועגן די לעצטע געשעענישן און נייעס וועגן דער יידישער קולטור. אמאל איז געווען א צייט ווען די אלע אנאנסן און ארטיקלען אויף דער טעמע האבן פארנומען א שיינע פאר זייטן אין א יידישער צייטונג. צום באדויערן איז אזא עפאכע שוין פארביי און מער ניט דא. ניט קוקנדיק אויף דעם פאקט קומט נאך צייטנווייז פאר אן אינטערעסאנטע קולטור-טעטיקייט. זאגט נאך ניט קיין קדיש נאכן יידישן קולטור-לעבן! און ווען גאנץ כתריאלעווקע רעדט וועגן עפעס, דא אין אט-דער אפטיילונג דערשיינען אזוינע שרייענדיקע נייעס!

דעם יולי וועט צוויי גרופעס מיטארבעטער און פריינט אונזערע אפשווימען פון ניו-יארק קיין סאנקט-טאמאס אויף גרויסע צוויי יאכטן, די שיף פון אונזער ספעציעלן מיטארבעטער ד"ר פישביין און די שיף פון אונזער פרעזידענט ד"ר נאמאסט.
אונטן זעט מען די הייזער פון די ברידער שענקמאן, נחום און נחמן, צוויי קארעספאנדענטן אונזערע פון דעטרויט. די צוויי ברידער האבן זיך אריבערגעפעקלט מיט עטלעכע יארן צוריק פון מישיגען און זיך באזעצט זיי אין א היימיש גן-עדנדל ביים ים.

קולטור
ווי אזוי א נייער זשאנער מוזיק
האט איבערגענומען איבערנאכט די וועלט
ד"ר אוצר א. מ. נאמאסט, פרעזידענט/גרינדער

אין 1964 איז אנטשטאנען א פענאמען, וואס האט איבערנאכט איבערגעביטן די מוזיק-וועלט און איינצייטיק געמאכט א סוף מיטן אלטמאדישן ,ראק און ראל'. די בריטישע קאפעליע ,די זשוקעס'* זיינען געווארן אזוי פאפולער איבער דער לענג און ברייט פון דער וועלט, באזונדערש אין די ענגליש-ריידנדיקע לענדער, אז זייער מוזיק האט אפגעפגרט כהרף-עין דעם ,דו-וואפ'. ,דער קעניג' עלוויז פרעסלי האט אפילו אויך פארלוירן זיין גרויסע פאפולעריטעט. ביז דעמאלט איז קיינמאל ניט געווען אזא פענאמען אין דער מוזיק-געשיכטע.
די איינציקע צוויי קאפאליעס, וואס האבן איבערגעלעבט ,די בריטישע אינוואזיע' און דערהאלטן זייער פאפולעריטעט זיינען געווען די פלאזשעניקעס** און ,די פיר סעזאנען'***.
* * *
כאטש אפילו דער נייער ,ראק' מיט ,די זשוקעס' בראש האט מיט איין קלאפ אין גאנצן צורעכט געמאכט דעם ,ראק-אנד-ראל', האבן זיך צייטנווייז אריינגעגליטשט עטלעכע שלאגער מיטן שוין-אויסגעשפילטן בום-בום-ריטם ווי, למשל, ,א זיס-ריידנדיקער יאט'**** (1966) און ,כ'וועל דיך זען אין סעפטעמבער' (1966)*****
* * *
יענטעלע גאלדשטיין איז די יידישע עלענאר ריגבי. די אלטע מויד, נעבעך, זיצט אין א ליידיק און לער קלייזל, וואו ס'איז ערשט פארגעקומען א חתונה. זי לעבט אין א טרוים.
מיר זיינען בהלנים צו וויסן, צי די מאמזעל יענטעלע קען דעם גלח מיק'קענזי, וואס איז זיצט אליין בחצות, פארפאסנדיקערהייט א דרשה, וואס קיינער וועט קיינמאל ניט הערן.
מיר ווייסן גוט און קלאר, אז יענטעלע גאלדשטיין איז א סך קליגער און שטארקער פון דער נעבעכדיקער שיקסע ריגבי. יענטעלע איז א חוצפהדיקע יאכנע, וואס פארמאגט א באן-בילעט, כדי זי זאל אפפארן פונעם קליינעם שטעטעלע אין העק און אלץ קימערט זי ווי דער פאר-א-יאריקער שניי און ליגט איר אויך ניט אין דער לינקער פאה!**** אפשר איז יענטעלע ווי דער לופט-מענש אין בויבעריק, וואס מאכט שבת פאר זיך.*****
*The Beatles
**The Beach Boys
***The Four Seasons
****Sweet Talking Guy
*****See You in September
******She's got a ticket to ride, and she don't care
********a real nowhere man living in his nowhere land and making all his nowhere plans for nobody

נאסטאלגיע
די ,בום-בום'-קאפאליע ,שא-נא-נא'
ווי א גרופע טרוימער האבן ווידער באלעבט א מוזיק-זשאנער און אן עפאכע!

דאס איז ניט קיין געוויינלעכער שפאציר אין דער פארגאנגענהייט, נאר א פאראדנער שפאציר אינעם אמאל. בלויז פינף יאר נאכדעם ווי דער ,ראק-אנד-ראל' איז שוין געהאט אומגעקומען, האט די גרופע ,שא-נא-נא' געהאלטן אין איין זינגען די מעלאדיעס פון דער בום-בום-תקופה. די ביטלס האבן מיט איין קלאפ אפגעפגרט אין 1964 די אלע ראק-אנד-ראל-זינגער און גרופעס, אריינגערעכנט עלוויס פרעסלי. א גאנצער מוזיק-זשאנער איז איבערנאכט געווארן פארשוואונדן און פארגעסן.
,שא-נא-נא', גאשאפן אין 1969, האט זיך אפגעזאגט צו דערטרינקען אין דער ריזן-כוואליע און האט געזונגען ווייטער די בום-בום-שלאגער; די מוזיקאלישע גרופע האט זיך אנטזאגט נאכצוגעבן דעם נייעם זשאנער ניט געקוקט אויף דעם, וואס קיינער האט זיך שוין מער ניט געוואלט הערן קיין ,דו-וואפ'. ,שא-נא-נא' איז פון-דעסט-וועגן ארויסגעטראטן אין 1969 אויפן דריי-טאגיקן קאנצערט אין וואודסטאק, ניו-יארק, וואו זיי האבן פארגעזונגען דעם ריזיקן עולם א פאר לידער. דאס איז געווען א געוואלדיקע דערגרייכונג ווען מ'נעמט אין אכט, אז אט-די קאפעליע האט אין מיטן דער היפי-עפאכע פארוויילט די וועלט מיטן פארשטארבענעם בום-בום!
,שא-נא-נא' איז געשוואומען ווייטער קעגן דעם שטראם און האט אין רעזולטאט פון זיין עקשנות באקומען א פלאטן-קאנטקראט מיט א טאן-סטודיא. הגם ס'האט זיך געדאכט, אז דער בום-בום איז שוין טויט, איז אין די מיטעלע 70ער יארן אנטשטאנען א נאסטאלגיע-כוואליע, א בענקשאפט נאך די 50ער יארן. איינע פון די פאפולערסטע טעלעוויזיע-פראגראמען איז געווען ,העפי דעיס'* (1974-1984), א האלב-שעאיקע קאמעדיע וועגן א געוויינלעכער משפחה אין מילוואקי, וויסקאנסאן אין די 50ער יארן. ,שא-נא-נא' האט אין דער זעלבער צייט אפגעגליקט מיט א טעלעוויזיע-פראגראם (1977-1982), אין וועלכער די קאפעליע האט געשפילט און פארגעזונגען יעדע וואך די גרעסטע שלאגער פון דער בום-בום-עפאכע. די פראגראם איז געווען א מוזיקאלישער רעוויו, וואס איז געווען זייער פאפולער און האט פארשפרייט און פארשטארקט די נאסטאלגיע-מאניע ארום די 50ער יארן, וואס האט דעמאלט געבושעוועט און באצויבערט אמעריקע. ,שא-נא-נא' האט געהאלפן ווידער באלעבן און פאראייביקן דעם ראק-אנד-ראל פון די 50ער יארן.
דער עולם קאן זיך אראפנעמען א מוסר פון אט-דער דאזיקער קאפעליע, וואס איז געשאפן געווארן גאר א קורצע צייט נאך דער לויה פון דער בום-בום-מוזיק. אין דער פינצטערסטער נאכט האט זיך די גרופע אפגעזאגט צו הערן דאס ווארט ,ניין' און האבן געהאלטן אין איין טרוימען. א דאנק זייער הארעוואניע איז זייער חלום מקוים געווארן. דער מוסר-השכל איז: ס'לוינט זיך צו טרוימען, און צו טרוימען מיט כונה און מוט נאך! דאס חלומען פון ,שא-נא-נא' האט זיך באצאלט געמאכט פאר אירע זינגער און מוזיקאנטן. איר געוואלדיקער באגער ווידער צו באלעבן דעם ,בום-בום' האט צוריקגעבראכט פון קבר א גאנצן מוזיק-זשאנער.
*,די גליקלעכע טעג' אין דער סטאנציע ,עי.בי.סי'.

וויסנשאפט
מארס פארניכטעט פון קערן-וואפן י א באקאנטער פיזיקער און זייער א געערטער פארשער האט דערקלערט לעצטנס אין א רעפעראט, אז דער פלאנעט מארס איז פארוויסט געווארן מיט מיליאנען יארן צוריק פון א ריזיקן, אטאמישן אויפרייס. אויף א קאנפערענץ פאר וויסנשאפטלער האט ד"ר בראנדענבערג פארגעשטעלט א סך באווייזן, כדי צו פארטיידיקן זיין טעאריע. די אטאקע איז געווען אזוי געוואלדיק, אז זי האט פארניכטעט די אלע באשעפענישן אויף דעם פלאנעט. דער פראפעסאר האט פארגעשלאגן, אז אן אויספארשונגס-מאנשאפט זאל מאכן א רייזע קיין מארס, אום אויסצופארשן זיין טעאריע און זיך דערוויסן, צי אונזער וועלט איז אויך אויסגעשטעלט אויף אזא סכנה! 1 י א סך פון די קערן-איזאטאפן אין דער מארסיאנישער אטמאספערע זיינען שטארק ענלעך צו די איזאטאפן פון די וואסערשטאף-באמבעס, וואס זיינען אויפגעריסן געווארן אויף דער ערד-קוגל. אין זיין בוך ,דער טויט פון מארס' טעאריזירט בראנדענבערג, אז אויף דעם טויטן פלאנעט האט אמאל געלעבט א ראסע, וואס איז געווען ענלעך צו אונזערער. די גאנצע באפעלקערונג איז אבער אויסגעראטן געווארן פון א ריזיקער קאטאסטראפע. ,די מארס- ציוויליזאציע איז, אפנים, אומגעקומען צוליב א גלאבאלער, אומבאקאנטער קאטאסטראפע', שרייבט בראנדענבערג, אנווייזנדיק אויף די קראטערס אויף דער אויבערפלאך, וואו איינער פון אונזערע קריכנדיקע פארשונגס-מאשינען האט זיך אראפגעזעצט. דער פראפעסאר פרעגט זיך, צי דאס אומגליק איז געווען אן נוקלעארע באמבארדירונג. 1 י א סך פיזיקער גלויבן, אז א גרויסער אסטערויד-קראך האט מיט גאר א לאנגער צייט צוריק פארוויסט דאס מאגנעטא-פעלד פון מארס צוזאמען מיט זיין אטמאספערע. ד"ר בראנדענבורג האט אבער א גאנץ-אנדערע מיינונג; ער האלט, אז דער רויטער פלאנעט איז דערמארדעט געווארן פון אן אנדער ציוויליזאציע אדער דורך א בייזער און קינצלעכער לעבנס-פארמע. אונזער וועלט וועט אפשר זיין דער קומענדיקער קרבן, ווארנט דער פראפעסאר. 1 | ים-פארזעעניש געפונען אין אזערע אין ניי-זיד-וועלס י די איינוואוינער פון ניי-זיד-וועלס, אויסטראליע לייגן זיך איצט איבער, צי זיי ווילן גיין שווימען אין דער אזערע אין זייער שטאט נאכדעם ווי די אזערע האט ארויסגעשפיגן אויף דער פלאזשע אן אויסטערלישע וואסער-בריאה. די מיאוסע בעסטיע האט א מאדנעם קאפ, מעסערשארפע ציינער, א לאנגן, שלאנקן קערפער און ניט קיין פיס! 1 י ניט קוקנדיק אויף זיין אויסטערליש אויסזען שטאמט די פארזעעניש אומבאדינגט פון אונזער וועלט. פיש-פארשער זיינען דערווייל גארניט מסכים, וואס דאס איז פאר א פיש. א צאל עקספערטן גלויבט, אז די באשעפעניש איז אזא מין גרויסער שלאם-פיש און אנדערע מיינען, אז דאס איז אן אומבאקאנטער אל-פיש. 1 י אן שום ריקזיכט, וואס פאר א פיש דאס איז, קאן מען זאגן מיט איבערצייגונג, אז מ'וויל ניט דערזען פון דער נאענט אזא מנוול בשעת מ'שווינט אינעם וואסער! 1 * * * י א גאלדפיש, וואס איז געבוירן געווארן אן א קין-ביין הייבט איצט אן אויף ס'ניי דאס לעבן א דאנק א געניאלן חיות-דאקטאר, וואס האט געשאפן פאר דער וואסער-בריאה א קינצלעך קין. דער פיש, וואס הייסט ,הער פלאמען-פליגל', איז פארגעבראכט געווארן פארן וועטערינער מיט דער האפענונג, אז דער דאקטער וועט אויסרעכענען ווי אזוי צו העלפן דער נעבעכדיקער בריאה, וועלכער ס'קומט שווער אן צו אטעמען און פרעסן. 1 י ד"ר בריאן פאלמערא האט איינגעזען גלייכצייטיק, אז ער קאן פאבריצירן א קינצלעך קין-ביין, וואס דער פיש קאן טראגן. דער פיפיקער דאקטאר האט געמאכט א קין פון זייער א קליין שטיקעלע פון אן אלט קרעדיט-קארטל. ער האט אויסגעפירט די דעליקאטנע אפעראציע בשעת דער פיש איז אנעסטעטיזירט געווארן. נאך דער איינציקארטיקער אפעראציע זיינען פארעפנטלעכט געווארן אין אינטערנעט עטלעכע פאטאס פון דעם פיש, וואס האבן ארויסגערופן א סענסאציע. 1 |
טשיקאווע און פעסטע באווייזן
וועגן פאנונפטיקע נפשות פון אנדערע פלאנעטן
לאווע גאווארטשיק, רעדאקציע-מיטארבעטער
וועגן פאנונפטיקע נפשות פון אנדערע פלאנעטן
לאווע גאווארטשיק, רעדאקציע-מיטארבעטער
אין דער היינטיקער הומארעסקע וועגן פארנונפטיקע באשעפענישן אויף אנדערע פלאנעטן באהאנדלט דער מחבר די טעמע מיט סארקאזם און איראניע. אין דער אמעריקאנער געשיכטע זיינען אבער פארגעקומען ערנסטע אינצידענטן און קאנטאקן מיט פארנונפטיקע בריאות פון אנדערע וועלטן; די באקאנטסטע פארקומענישן זיינען געווען צוויי קראכן, איינער אין אוירארע, טעקסאס אין 1897 און דער צווייטער אין ראסוועל, ניי-מעקסיקע אין 1947.
דער ערשטער אינצידענט אין 1897 איז געווען גאר טשיקאווע און העכסט אינטערעסאנט, דערפאר ווייל אין יענע יארן האט די פלי-מאשין נאך דעמאלט ניט עקזיסטירט! די קליינע פלי-שיף איז אריבערגעפלויגן דעם הימל ניט זייער הויך איבערן שטעטל, האט זיך צוזאמענגעשטויסן מיט א ווינט-מיל אויף א פערמע און איז פארוויסט געווארן פונעם צוזאמענשטויס. א סך איינוואוינער האבן זיך צוגעאיילט צום קראך-פלאץ, וואו זיי האבן געפונען די ברוך-טיילן און א טויטן ,מארסיאנער'. דער קרבן איז מיט קריסטלעכע געבעט באערדיקט געווארן אויפן ארטיקן צווינטער אין א קבר אן א גראב-שטיין.
דער צווייטער קראך איז פארגעקומען אין 1947 אין ראסוועל, ניי-מעקסיקע. אן איינציקער ראדיא-נייעס-באריכט האט באשטעטיקט דעם קראך פון א ,פליענדיקן דיסק' אויף א פעלד נעבן דעם שטעטל. נאר עטלעכע מינוטן נאכן אומגליק זיינען אנגעקומען עטלעכע צוזעער אויפן קראך-ארט. די פארזאמלטע האבן געמאלדן, אז די פלי-מאשין פון אן אנדער וועלט איז צעשמעטערט געווארן בעתן קראך אויף שטיק-שטיקלעך און דאס פעלד הארט ביים אומגליקס-פלאץ איז געווען באשאטן מיט די ברוך-טיילן פון דער רוים-שיף.
איינס פון די באשעפענישן האט איבערגעלעבט די קאטאסטראפע און איז שפעטער אוועקגעפירט געווארן פון סאלדאטן אויף דער דערבייאיקער ארמיי-באזע, האט א צאל צוזעער איבערגעגעבן. א פאר אנוועזנדיקע האט דערקלערט שפעטער, אז די בריאה האט גערעדט טעלעפאטיש מיט זיי, אז ער האט דערפילט זייער סימפאטיע און מיטלייד. אנדערע צוקוקער האבן אהיים געבראכט אין געהיים ,מעטאלענע' שטיקער פון דער צעשטערטער שיף. דער ,מעטאל' איז געווען מאדנע, מחמת ער איז געווען אזוי ווי א פליסיקע גומע און האט זיך געקאנט ענדערן די פארם.
ביידע געשעענישן זיינען צוגעזען געווארן פון א סך איינוואוינער. ס'זיינען פארפאסט געווארן פיל ביכער וועגן דעם אינצידענט אין ראסוועל. דאס אומגליק אין אוירארע איז ניט ברייט באקאנט ווי דער קראך אין ראסוועל, וואו די ארמיי זאל האבן געדראט צו דערטויטן די צוזעער, אויב זיי וועלן באקאנט מאכן דעם אינצידענט. דאס מיליטער האט צוערשט איבערגעגעבן דער לאקאלער פרעסע, אז א פלי-דיסק האט אריינגעקראכט אין דער ערד און האט גאר אין גיכן געענדערט דעם באריכט, דערלקערנדיק, אז עס האט געמאכט א טעות און ס'איז באמת געווען א מיליטערישער וועטער-באלאן, וואס איז אראפגעפאלן פונעם הימל.
ביזן היינטיקן טאג פירט זיך נאך א הייסע דעבאטע איבער דעם, וואס ס'איז טאקע באמת פארגעקומען אין ראסוועל. מסתמא איז פארגעקומען אזא אינצידענט אין ביידע שטעטלעך, ווייל צו פיל פערזאנען האבן צוגעזען די זעלבע זאך און די מעשה, וואס יעדער צוזעער האט דערציילט איז געווען שטארק ענלעך צו דער געשיכטע פון דעם אנדערן. ס'איז כדאי צו דערמאנען, אז ס'לעבן נאך אלץ עטלעכע אייננוואוינער אין ראסוועל, וואס האבן צוגעזען דעם קראך פונעם פליענדיקן דיסק.

פון אונזערע
ארכיוון
זומערצייט אין די קאטסקילן
יעקב קארנפעלד, הויפטרעדאקטאר
יעקב קארנפעלד, הויפטרעדאקטאר

די קאטסקילן זיינען אמאל געווען א וואונדערשיין וואקאציע-לאנד איבערפול מיט האטעלן, זומער-קאלאניעס און קינדער-לאגערן. די קליינע בארג-קייט איז ניט לאנג צוריק געווען באקאנט ביי יידן ווי ,די יידישע אלפן', דער ,בארשט-בעלט' און, פראסט, פשוט און בקיצור, ,די בערג'.
,וויש יו ווער היר' (הלואי זאלסט דו זיין דא), די בארימטע מוזיקאלישע בראדוועי-פארשטעלונג פון די 50ער יארן, שילדערט א זומער-וואקאציע אין א יידישן האטעל אין ,די בערג'. דאס פאפולערע ליד ,וויש יו ווער היר', געזונגען פון עדי פישער, קומט פון אט-דער פאשטעלונג און איז געווען איינער פון די גרעסטע שלאגער פון די 50ער יארן.
די טאטעס זיינען געפארן מיטן ,שבת-עקספרעס' פון די ,שעפער' (געוועלבער) און פון ,ביזנעס' (געשעפט/ביורא) מיט דער ,פיידע' (לוין) אין קעשענע צו זייערע פאמיליעס אין די ,קאכאליינס' (הייזקעס אין די זומער-קאלאניעס), וואו די מאמעס מיט די קינדער האבן געלעבט א גאנצע וואך א גוטן טאג. ,וואס איז דער מער' (וואס איז שלעכט), מיין פריצה, דו ארבעטסט אזוי שווער?' פרעגט דער טאטע, וואס קאן ,אפפיקסן' (צורעכט מאכן) אלע צרות. אין די ,קאכאליינס' האט מען באמערקט וועגן דעם ,שבת-עקספרעס': ,ווען דער טאטע קומט צו פארן, ליגט די מאמע א קימפעטארין'.
די גלאנץ-תקופה פונעם ,בארשט-בעלט' איז געווען די יארן צווישן די וועלט-מלחמות ווי אויך די 50ער יארן. צווישן די קריגן האבן עקזיסטירט א סך מער האטעלן און זאמער-קאלאניעס ווי אין די 50ער יארן. די צאל וואקאציע-אנשטאנלטן איז נאכן קריג געווארן וואס אמאל קלענער, אבער די פארבליבענע האטעלן זיינען געווארן נאך גרעסער און זיינען שטענדיק אנגעפאקט געווארן מיט געסט פון דער הייסער מעטראפאליע. אין די 50ער יארן האבן די האטעלן אויסגעשטאט די צימערן מיט לופט-קילער.
* * *
די זומער-קאלאניעס און האטעלן זיינען געגאנגען בארג-אראפ אין די 60ער יארן און אויסגעשטארבן אין די 70ער מחמת א סך סיבות: דער אלטער דור אימיגראנטן זיינען שוין ביז דעמאלט געהאט אויסגעשטארבן און דער ערשטער דור הי-געבוירענע, די אמתע ,יאנקיס', זיינען אלט געווארן; דער צווייטער דור, די אייניקלעך פון די אימיגראנטן, האבן זיך אריינגעקליבן אין נייע הייזער מיט קלימאטיזאטארן אין די ניי-געבוירענע פארשטעט און האבן שוין מער ניט געדארפט פארן אין ,די בערג', בכדי צו געניסן פון דער פרישער לופט.
על-אחת-כמה-וכמה האט דער יינגסטער דור, די אוראייניקלעך פון די אימיגראנטן, זיך ניט פאראינטערעסירט מיט אזעלכע פשוטע וואקאציעס פאר דער גאנצער פאמיליע. דאס איז געווען די ,ראק-ענד-ראל-גענעראציע'. אט-די יארן זיינען געווען אזא מין גסיסה פאר די אלע וואקאציע-אנשטאלטן אין ,די יידישע אלפן'.
אומפארגעסלעך זיינען די אורלויבן אין די זומער-האטעלן, -קאלאניעס און -לאגערן פאר קינדער. די וואס האבן גוט פארבראכט און זיך געלאזט וואויל גיין אין די קאטסקילן געדענקען נאך מיט גרויס נאסטאלגיע און די וואונדערבארע אורלויבן און בענקן נאך יענער זארגלאזער תקופה ווען די וועלט איז געווען פשוט און איידל, ווען מענשן זיינען ניט געווען אזוי פארהארעוועט און אויסגעמוטשעט, ווען דער דאלאר איז געווען שטארק און דערמיט האט מען געקאנט קויפן א סך מער, ווען דער פרעסטיזש פון אמעריקע איז געווען א גלענצנדיקער אן קיינע שאנד-פלעקן און די פאראייניקטע שטאטן איז געווען דער בכבודיקער באשיצער פון דער וועלט. אוי, וואס פאר א זיסע צייט!
אין פארלויף פון אזוינע וואקאציעס האבן זיך מענער און פרויען פארליבט, פארלויבט און פארהייראט. קינדער אין די זומער-לאגערן האבן פארפירט לעבנסלאנגע פריינטשאפטן און די געסט אין די האטעלן און זומער-קאלאניעס האבן זיך אנגעטראפן און באקענט מיט נייע חברים. אויף דער בינע אין די האטעל-נאכט-לאקאלן האט מען געטאנצט די רומבע, טאנגא און פאקס-טראט בשעת די קאפעליע האט געשפילט יעדע נאכט איין שעה איידער די פארשטעלונג האט זיך אנגעהויבן. אין די ,קאזינאס' (א געמיש פון א טעאטער און א טאנץ-זאל) אין די זומער-קאלאניעס האבן זיך די מיידלעך און ייונגלעך אויסגעלערנט געזעלשאפטס-טאנץ און ווי אזוי צו טאנצן די הורה און ,מיסירלו' ביי די טאנץ-אוונטן פאר די קינדער און יוגנטלעכע.
דער ,טומלער' (א געמיש פון א קאנפערעסיע און א קאמיקער) האט מיט אייגענע סקיצעס און וויצן אמוזירט די האטעל-געסט נאך מיטאג ביי די בינגא-שפילן ביים שווים-באסיין און אין אוונט אינעם האטעל-טעאטער. פון פינף ביז זיבן אזייגער האט מען זיך מחיה געווען מיט ספירט-געטרענק אינעם האטעל-שענק. א סך האטעלן האבן געהאט פארשידענע סאלאנען. פרישטיק, מיטאג און אוונט-ברויט זיינען שטענדיק אריינגערעכנט געווארן אינעם ,וואקאציע-פעקל', דער פרייז פארן גאנצן אורלויב. די אורחים האבן תמיד געמעגט בעטן בחנם ביים קעלנער א צווייטע פארציע. איין באקאנטער שפאס וועגן די האטעל-מאלצייטן דערציילט זיך אזוי: ,דער גאסט באקלאגט זיך פארן פארוואלטער ביים רעגיסטראציע-טיש: די מאלצייטן דא זיינען סם-המוות, א ריינער סם-המוות; דערצו זיינען די פארציעס צו קליין!'
* * *
לאמיר אויך ניט פארגעסן ווי פיל זינגער און קאמיקער זיינען באקאנט געווארן אינעם ,בארשט-בעלט', וואו זייער טאלאנט איז געווארן אנערקענט און באקאנט ביי די חשובע געסט, וואס זיינען אפט געווען גרויסע יאטעביעדאמען אין דער אונטערהאלטונגס-אינדוסטריע. דער פילם-קאמיקער דזשערי לואיס פון ניוארק, ניו-דזשערזי איז באקאנט געווארן אין האטעל ,בראונ'ס'. דער זינגער עדי פישער פון פילאדעלפיע איז בארימט געווארן אין ,גרויסזינגער'ס'. דער קאמעדיאנט העני יונגמאן איז אמאל געווען א בינע-קאמיקער אינעם ,בארשט-בעלט'. די גרעסטע זינגער און קאמיקער זיינען ארויסגעטראטן אויף דער בינע אין די פראמינענטע האטעלן.
דער טעלעוויזיע-שטערן דזשערי סיינפעלד האט פארבראכט יעדן זומער אין א זומער-קאלאניע אין ,די יידישע אלפן' אין די 70ער יארן ווען די וואקאציע-שטעטלעך האבן געהאלטן אין אונטערגיין. ער האט מודה זיך געווען, אז ער האט צוגעגנבהט זיינע וויצן ביי די אלטע קאמיקער, וואס האבן דערציילט פארשימלטע שפאסן מיט א בארד אין די ,קאזינאס'. די רום פון די אלטע קאמיקער איז שוין דעמאלט געווען א נעכטיקע, נאר זיי זיינען פארט ארויסגעטראטן און געבראכט צום לאכן די אלטע גענעראציע, וואס האט זיך דערמאנט פון זייער יוגנט די קאמעדיאנטן.
סיינפעלד האט קיינמאל ניט פארגעסן די אלטפרענקישע וויצן און סקיצעס. שפעטער מיט א סך יארן האט ער זיי צוזאמענגעזאמלט און פאראייניקט יעדע וואך די אלע שפאסן אין א וועכנטלעכער טעלעוויזיע-פראגראם. יונגע דורות האבן קיינמאל ניט געהערט די אלטע וויצן און האבן זיי גערעכנט פאר קאמיש, אז מ'האט זיי פארגעשטעלט ווי לעבנס-סצענעס אין א קורץ מעשהלע. נייע דורות האבן זיך געפאסמאקעוועט מיט די אלע טויטע שפאסן, וואס דער קאמיקער האט ווידער באלעבט. סיינפעלד האט פארוואנדלט די נודנע בינע-דערציילונגען פון די פארשטארבענע קאמעדיאנטן אין קאמיש-פארבונדענע סצענעס אין וועכנטלעכע עפיזאדן; דערפון האט ער זיך פארדינט הונדערט מיליאן דאלאר!
* * *
,די קאטסקילן' זיינען געווען א בריק צווישן די דורות ווי אויך א בריק צווישן דער אלטער היים און דער נייער וועלט. אין די 20ער יארן האט מען געטאנצט דעם ,טשארלסטאן' אין די ניי-געבוירענע האטעלן און ,קאכאליינס'. אין די 30ער יארן זיינען די וואקאציע-שטעטלעך געווען א מקום-מנוחה פונעם בושעווענדיקן ווירטשאפטס-קריזיס. אין די 40ער יארן האבן יונגע סאלדאטן מיט זייערע חברטעס הנאה געהאט פון א פשוטן אורלויב, פארדעם ווי זיי זיינען געווארן מאביליזירט און געשיקט קיין אייראפע אדער אזיע, בכדי צו באזיגן די שונאים פון דער פרייער וועלט. א ביסעלע שפעטער האבן יידן געפייערט דארט דעם אמעריקאנער זיג איבער דייטשלאנד און יאפאן. אין די 50ער און 60ער יארן האט מען אין ,די בערג' זיך מחיה געווען מיט דער ניי-אנטשטאנענער פארמעגלעכקייט ביי די פאלקס-מאסן און א פרישן אפטימיזם, וואס דער נצחון איבער די פאשיסטן האט געבוירן.
* * *
גאר א סך יונגע יידן, סיי פרויען סיי מענער, האבן געארבעט אין די האטעלן אלס קעלנער, רעטונגס-שווימער, שווייצער, באגאזש-טרעגער און ווי מדריכים און אויפזעער אין די קינדער-לאגערן, בכדי צו צאלן פאר אן איידעלער בילדונג אין אוניווערסיטעט. דאס זיינען געווען זייערע ערשטע ארבעטס-שטעלעס, ,א זומער-דזשאב' אין די קאטסקילן, וואו זיי האבן באקומען בחנם נאכטלעגער צוזאמען מיט א פאר מאלצייטן. דער קינא-פילם ,דירטי דאנסינג' (געמיינע טענצן) דערציילט די מעשה פון א יידישער משפחה אויף זומער-אורלויב אין א האטעל אין ,די בערג'.
* * *
די לעצטע האטעלן ווי ,קוטשער'ס' אין מאטיסעלע, ,די פאינס' און ,דער ראלי' אין דרום-פאלסבורג, דער ,קאנקארד' אין קאיאמישע-לעיק און ,דער נעוועלי' און ,דער פאלסוויו' אין עלענוויל האבן געהינקעט אויף ביידע פיס אין די 80ער און 90ער יארן. די דאזיקע האטעלן און די לעצטע פאר זומער-קאלאניעס זיינען געווארן פארשטויבט, פארשימלט און פארבוריאנעוועט. דער גלאנץ און בלישטענדיקער חן איז שוין לאנג צוריק געהאט פארשוואונדן. די גרויסע גאסט-הייזער האבן דעמאלט געהאט נאר א קליינע צאל אורחים, דאס רוב זקנים, וואס האבן זיך נאך אלץ געפרייט מיט א רואיקער וואקאציע מיט פשוטע מחיות.
* * *
טראץ דעם, וואס די זכרונות פון אזעלכע יארן און אזוינע אורלויבן זיינען שוין געווארן געווארן, קאן קיינער ניט פארגעסן דעם פשוטן חן און וואס פאר א מחיה ס'איז געווען צו זיין אויף וואקאציע אין אזא געמיטלעכער, זארגלאזער אטמאספערע. אזוי ווי מ'פלעג לויטן מנהג שרייבן צום סוף פאסט-קארטל, זאגן מיר אייך אלעמען: ,סאר'א וואונדערבארע וואקאציע! הלואי זאלסט זיין דא (צוזאמען מיט אונז)'.

א גרוס פון אזבורי-פארק
יעקב קארנפעלד, הויפט-רעדאקטאר
יעקב קארנפעלד, הויפט-רעדאקטאר

באמערקונג פון רעדאקציע:
ריידנדיק וועגן דער זומער-וואקאציע. דאס שטעטל אזבורי-פארק ביים אטלאנטישן אקעאן אין צענטראל ניו-דזשערזי לעבט ווידער אויף ווי א פאפולערער אורלויב-ארט. לייענט ווייטער און דערווייסט זיך פון דער געשיכטע פון איינעם פון די פאפולערסטע וואקאציע-פלעצער אין דער אמעריקאנער געשיכטע. דער דאזיקער ארטיקל איז דערשינען דעם 24סטן אויגוסט 2012.
די פראזע ,א גרוס פון אזבורי-פארק' איז באקאנט אין אלע טיילן וועלט בכלל און אין די פאראייניקטע שטאטן בפרט א דאנק דעם וועלט-בארימטן ראק-זינגער ברוס ספרינגסטין. דער דאזיקער זאץ פונעם אייביקן פאסט-קארטל פון דעם בארימטן וואקאציע-שטעטל ביים ים איז דערשינען אויף איינעם פון זיינע אלבומען און האט פאראייביקט דעם אנדענק פון דעם אורלויב-ארט, וואס איז אמאל געווען אזוי בארימט ווי קאני-איילאנד און אטלאנטיק-סיטי!
אין משך פון די לעצטע צען יאר איז אזבורי אויפגעשטאנען תחית-המתים און בויט זיך איבער, כדי צו ווערן ווידער אמאל א פאפולער וואקאציע-שטעטל מיט האטעלן, רעסטאראנען, נאכט-לאקאלן און כלערליי געשעפטן און געוועלבער. דאס טעאטער, טאנץ-זאל און סטאדיאן (אלע דריי אין איין בנין) זיינען לעצטנס רעמאנטירט געווארן און בלישטשען ווידער אמאל מיט צויבער און חן כמעט ווי זיי פלעגן פינקלען אין דער גלאנץ-תקופה פון דעם שטעטל.
אזוי ווי דאס אומשטערבלעכע שקיעה-שטעטל לעבט אזבורי אויך אויף אייביק, ניט בלויז אין די הערצער און זכרונות פון די מיליאנען, וואס האבן פארבראכט דא אזוי פיל זומערס און געמאכט אזוי פיל טאג-עקסקורסיעס מיטן אויטא אדער אייזנבאן, כדי צו ליגן אויף דער פלאזשע און שווימען אין ים, נאר ס'לעבט אויך פיזיש אויף אייביק און האט היינט-צו-טאג הנאה פון א געשמאקער ווידערגעבורט.
דא אין דעם שטעטל, וואס איז אזוי ווי דער פייער-פויגל געבוירן געווארן אויף ס'ניי אינעם אש פון אלטע, צעפאלענע געביידעס, ליידיקע געשעפטן און הקדשים, איז פאר-א-יארן פארגעקומען דער ערשטער, זינט גאט וויייסט ווען, יידישער באל, און אין מיטן פון א הוריגאן נאך! אין אזבורי-פארק קומט-פאר דעם שבת דער צווייטער פייערלעכער זומער-באל פון ,דער מאמענט', וואס איז ווי דער פעניקס ארויסגעפלויגן מיט אנדערטהאלבן יאר צוריק פונעם פארכשופטן ווידערגעבורטס-רויך.
,דער מאמענט' איז גאר א באדייטנדיקער נאמען; דער מאמענט איז אייביק און האט ניט קיין אנהייב און אויך ניט קיין סוף. ביי א הייליקן מאמענט איז ,דער מאמענט' געשאפן געווארן על-רגל-אחד מיט א תפילה מיט כונה, א הייפעלע שמאלץ און א זשמעניע זאלץ. ביי יענעם מאמענט איז געבוירן געווארן אין ,דער מאמענט' א נייע יידישע פרעסע און קולטור.
אזוי ווי דער פאר-א-יאריקער זומער-באל, אונזער חנוכהדיקער ,כלי-זמרים-באל' און אונזער פורימדיקער ,בדחנים-באל' איז אונזער היי-יאריקער זומער-באל א לעבנס-באשטעטיקנדיקע פייערונג, וואו ס'וועט זיך טאן אויף טישן און אויף בענק, וואו ס'וועט טומלען מיט א גן-עדנדיקער פייערלעכקייט. אונזערע געסט און מיטארבעטער וועלן טאנצן ווי הולטייסקע קאזאקן, טרינקען שאמפאניער ווי גראף פאטאצקי און זיין אויסגעפוצט אין די עלעגאנטסטע באל-קליידער ווי צאר ניקאליי און צאריצע אלעקסאנדרע.
אונזער זומער-באל, וואס קומט-פאר צום סוף זומער איז א שמחה צום באטאנען, אז ס'זיינען קיינע ענדעס ניט דא און פאראן זיינען בלויז לוסטיקע אנהייבן. דערצו, אויב ס'איז פאראן אן ענדע, איז דאס ניט קיין טרויעריקער סוף נאר א גליקלעכע ענדע. איין טיר מאכט זיך צו און גלייכצייטיק מאכט זיך אויף אן אנדערע. מיר זיינען זיך דעריבער מחיה מיטן אייביקן און מחיהדיקן מאמענט און האבן גרויס חשק צו פארשענערן און פארגרעסערן ,דער מאמענט' צוזאמען מיט אונזערע נייע און אלטע חברים איבער דער לענג און ברייט פון דער וועלט. דאס איז אייער גאלדענער ,מאמענט'!
רבותי! פאר די, וואס וועלן הוליען צו לאנג און צו פיל לכבוד און לשבח גליקלעכע ענדעס און לוסטיקע אנהייבן, וועט אונזער באקאנטער, חשובער מיטארבעטער ד"ר בריאסקי שטיין צו דינסט מיט א ספעציעלער סעלצערסקע צום פארטרייבן דעם פאכמעל*.
*פאכמעל = קאצן-יאמער, א קאפ-שמערץ פון זויפן

א פארווארפענער פארק אין די בראנקס
משה לעווין, געוו. רעדאקציע-סעקרעטאר
משה לעווין, געוו. רעדאקציע-סעקרעטאר
דער בעל-שם-טוב איז געווען גערעכט: מ'קאן געפינען א גן-עדן ביי יעדן מאמענט אויף יעדן ארט!
איין רעדאקטאר אונזערער האט צוזאמען מיט עטלעכע פריינט געפונען א גן-עדנדל אין א פארווארפן ווינקעלע אין די בראקנס. זיי האבן זיך אנגעשלאגן אויף גאר א קליינעם און טשיקאווען פארק הארט ביים שאסיי ,מאיאר דיגען' נעבן ריווערדעיל.
,קרעסנט פארק' איז א שיין, קליין ערטעלע, וואס ליגט הארט צווישן א ראג און א שאסיי. דער פארק אליין איז אן איבערהאנג איבערן טראקט. ס'איז א רואיקער אאזיס מיט בענק און ביימער אין מיטן דער שטאטישקייט, א מקום-מנוחה, וואס בארואיקט יעדערן, וואס זיצט דארט און הערט די אייביקע פארקער-שעפטשעריי. ניט-שוין-זשע איז דאס די ווירקלעכקייט? אדער איז דאס א פאטא-מארגאנע?
די אומאויפהערלעכע שושקעס און שעפטשעס פון די אויטא-רייפן זיינען אזוי ווי א ווייכע מוזיק. מ'קאן זיך אויך צוקוקן צו די אויטאמאבילן, וואס פארן אין ביידע ריכטונגען, אריין און ארויס פון דער שטאט.
ס'איז טאקע מיט ממתקים א גן-ענדיקע מחיה צו זיצן אויף דעם חנעוודיק פלעצל, וואס אנטציקט און באצויבערט זיינע באזוכער. דא קאן מען זיך אפרוען און געניסן די שטאטישע שיינקייט. די פשוטסטע און קלענסטע זאכן זיינען די גרעסטע קליינאדן!

אוי, שענקט מיר
א זומער-נאכט מיט ליבע אין יוני
צוזאמען מיט דיר!

בריוו אין רעדאקציע
,דער מאמענט' איז א לאבאראטאריע פאר דער שפראך-וויסנשאפט
חשובער הויפט-רעדאקטאר:
אייער ,מאמענט' איז א שפראך-וויסנשאפטס-לאבאראטאריע, וואו מ'פירט-דורך טשיקאווע שפראך-פארשונגען און וואו מ'פארעפנטלעכט די אינטערעסאנטסטע פארשונגס-ווערק וועגן דער יידישער שפראך, קולטור און פרעסע. ס'איז א מחיה צו לייענען אזוינע אינהאלטסרייכע פארשונגס-ווערק (אין גאנצן אויף יידיש און מיט פוס-נאטן נאך!).
פון לעזן אייער צייטונג האב איך גרויס פארגעניגן. אייערע שרייבער זיינען פען-מייסטער. דערצו איז בפרט העכסט-אינטערעסאנט ,ד"ר זיסקינדס ווינקל', וואו כ'בארייכער מיין לשון און פארגרעסער מיין ווערטער-אוצר. כ'לערן זיך אויס גאר א סך יעדעס מאל, וואס כ'לעז אייער פיינע פובליקאציע.
,דער מאמענט', אים צו לאנגע יארן!
מיט דרך-ארץ, יחיאל ראבושקין, מינעפאליס, מינעסאטע

דעם זיידנס עצה
געמאכט מיט דער האנט
און צוזאמענגענייט מיט אלטע פעדעמלעך
איז געווען דער ערשטער בריוו אין ,א בינטל בריוו'.
ווען דער הויפט-רעדאקטאר אב קאהאן האט אויפגעריסן דעם קאנווערט,
איז ער באשפריצט געווארן מיט הייסע טרערן.

ככתוב

דאס אויבערשטע קונסט-ווערק איז צוזאמענגעשטעלט מיט כתבים אויף יידיש.
קונסט-גאלעריע
די מאלערייען פון טאבי גאטעסמאן-שניאור
די מאלערייען פון טאבי גאטעסמאן-שניאור

א וואונדערבארע מאלערין
ס'האט אונז געטראפן א גאלדן גליק, אז מיר האבן זיך אנגעשלאגן לעצטנס אין אינטערנעט אויף די קונסט-ווערק פון טאבי גאטעסמאן-שניאור, א וואונדערבארע ארטיסטין. פרוי שניאור שאפט פארבנרייכע מאלערייען וועגן דעם חורבן ווי אויך וועגן היינטיקן לעבן.
בונטע חלומות
אונזער נייע פריינדין איז די טאכטער פון חורבן-געליטענע פון אונגארן, דער טאטע פון די קארפאטן און די מאמע פון טראנסילוואניע. טאבי זעט און מאלט די וועלט מיט פארבנרייכקייט. זי שענקט דעם עולם וואונדערשיינע געמעלן, וואס זייערע פארבן זיינען טיף, רייך און פול מיט פאטאס. יעדע מאלעריי אירע רופט-ארויס ביים אנקוקער א וועלט מיט עמאציעס, סיי גליקלעך סיי טרויעריק.

פארבנרייכע קאשמארן
פרוי גאטעסמאן-שניאור זעט די וועלט פון אן איינציקארטיקן און גרויסארטיקן פערספעקטיוו. זי דערקלערט אפט, אז א שרעק-חלום איז אויך פארבנרייך. אירע געמעלן, וואס שילדערן סצענעס פון דער שואה זיינען בונטע מייסטער-ווערק. יעדע מאלעריי אירע פארמאגט א ספעציפישן אנזאג, וואס זי באטאנט אויף א בולטן אופן מיט טיפע טון רייכע פארבן. ס'איז א מחיה צו זען און אנאליזירן אירע מאלערייען, וואס זיינען ערשטקלאסיק. אויף דער וועלט זיינען ניט פאראן קיין סך ארטיסטן ווי טאבי!
כדי צו זען נאך מער מאלערייען אדער קויפן א געמעל
באזוכט איר אינטערנעט-זייט אויף
tobygotesmanschneier.com 1
כדי צו קויפן איינס פון טאביס קונסט-ווערק, באזוכט
https://www.tobygotesmanschneier.com/store/c1/Featured_Products.html 1

ער זעט-אויס ווי א בריטישער און רעדט ווי א יידישער!

פוצט זיך אויס ווי א פריץ
און רעדט יידיש ווי פרץ
געדענקט זשע און פארשטייט זשע נאר, אז
אלץ, וואס מ'זאגט אויף אלע אנדערע שפראכן,
זאגט מען נאך שענער און נאך רייכער אויף יידיש!

שרייבט אונז מיט אייערע באמערקונגען:
yiddishmoment@yiddishmoment.com
דרוקט אייער רעקלאמע דא אין אונזער צייטונג!
וועגן אינפארמאציע בנוגע רעקלאמעס:
yiddishmoment@yiddishmoment.com
אכטונג: בנימין עקלשטיין, רעדאקציע-סעקרעטאר
דא שרייבט מען א גאנצן מעת-לעת
אין גאנצן אויף א גאנץ-יידישלעכן יידיש!
שענקט ,דער מאמענט' א מתנה
צום פאראייביקן די יידישע פרעסע און קולטור!
,דער מאמענט' שענקט אייך יעדע וואך א מתנה: מ'לייענט בחנם אונזער זשורנאל.
מ'דארף אים ניט אויסשרייבן, זיך ניט איינשרייבן, ניט אנשליסן און ניט פארשרייבן.
פאראייביקט די יידישע פרעסע און קולטור
דורך שענקען ,דער מאמענט' א מתנה מיטן ביישטייערונגס-קנעפל.
דאס איז אייער ,מאמענט'!
וואס לויפט איר אוועק?
קוקט-אריין אין פאלגנדיקע סעקציעס:
קוקט-אריין אין פאלגנדיקע סעקציעס:
די זומער-וואקאציע פירט אונז שוין אוועק...
מיר וועלן אייך זען אין סעפטעמבער!
מיר וועלן אייך זען אין סעפטעמבער!
אליין וועל איך זיין יעדע רגע... ווען דו ביסט אוועק, שרייב כסדר.
אדיע, האץ מיר, זייץ מיר, אדיע.
כ'וועל דיך זען אין סעפטעמבער; כ'וועל דיך זען, ווען דער זומער וועט זיין אויס.
האץ מיר און זייץ מיר, נאר געדענקט זשע, אז ס'ליגט א סכנה אין דער זומער-לבנה,
וועל איך דיך זען אין סעפטעמבער אדער וועסט געגנבעט ווערן פון א נייער ליבע?

דעם 1טן אויגוסט וועט דערשיינען א ספעציעלער נומער
דער אמת מיט אן אלף וועגן דער סאוועטיש-יידישער קולטור
* * *
דעם 1טן סעפטעמבער וועט דערשיינען
א גרויסער, פייערלעכער נומער צו ראש-השנה

א רעדאקציע מיט הויכע פענסטער!
אונזער צייטשריפט איז א גראנדיעזער פאלאץ, וואו יעדער ציגל איז
אן איידעלער געדאנק, א גאלדענע אידייע
און א בריליאנטענער אידעאל!
אן איידעלער געדאנק, א גאלדענע אידייע
און א בריליאנטענער אידעאל!
אקאפעלא
די פיינסטע איטאליענישע מאכלים
אין סאמע הארצן פון פינאנץ-דיסטריקט
1 האדסאן גאס, מאנהאטן, נ"י 10013 * 212.240.0163

די פיינסטע אנטיקענע קליידער
פאר די בעסטע פרייזן!
237 צענטער סטריט, מאנהאטן, ניו-יארק 10013
CENTRE STREET | NEW YORK NY 10013 | T 212.724.7445
www.allanandsuzi.com
דא רעדט מען יידיש; סוזי רעדט יידיש!

,סטאר סטראק'
אנטיקענע קליידער
דאס אויבערשטע פון שטויסל מכוח
נעכטיקע מאדעס פון אמאליקע תקופות.
47 גרעניטש אוועניו, ניו-יארק 10014
212.691.535747
אנטיקענע קליידער
דאס אויבערשטע פון שטויסל מכוח
נעכטיקע מאדעס פון אמאליקע תקופות.
47 גרעניטש אוועניו, ניו-יארק 10014
212.691.535747
אפטיקער ,איי-קיו'
EYE Q Opticians
עלעגאנטע ברילן, זון-ברילן און קאנטאקט-לינזן
36 Main Street * Millburn, NJ 07041 * 973.379.5995 * info@eyeqopticians.com
www.eyeqopticians.com
אונזער פריינט און לאנדסמאן אין דער עלעגאנטער יידישער געגנט מילבורן/שארט-הילס, ניו-דזשערזי

פערסאנאל
ד"ר אוצר א. מ. נאמאסט - פרעזידענט און גרינדער (ניו-יארק)
יעקב קארנפעלד - הויפטרעדאקטאר (ניו-יארק)
ד"ר שמחה עקלשטיין - הילפס-רעדאקטאר (ניו-יארק)
בנימין עקלשטיין - רעדאקציע-סעקרעטאר (ניו-יארק)
ד"ר רחמיאל פישביין - ספעציעלער ראטגעבער (ניו-יארק)

לאה פערגאמענט קארעספאנדענטין - תל-אביב מתן שטיין קארעספאנדענט - ישראל משה קאץ קארעספאנדענט - פאריז ד"ר אהרון קארפארטי קארעספאנדענט - בודאפעשט בן-ציון צייטלין קארעספאנדענט - מאסקווע ד"ר ישראל פארגעס קארעספאנדענט - פראג לייזער לייזעראוויטש קארעספאנדענט - מאדריד | לאווע גאווארטשיק רעדאקציע-מיטארבעטער - ניו-יארק ד"ר שמעון סיימאנס קארעספאנדענט - מעין משה לעווין קארעספאנדענט - לאס אנזשעלעס זעליג גינגאלד קארעספאנדענט - בערלין * * * איר עקצעלענץ גראפיניע מאקארענע דע גאלוועז קארעספאנדענטין און פאטראנין מעקסיקע-שטאט/מאדריד |