געלט-זאמלונגס-קאמפאניע 1 י אונזער צייטונג עקזיסטירט א דאנק אייערע ביישטייערונגען! מיר בעטן די לייענער שענקען א פאר קאפקעס צום פאראייביקן עפעס גאר ספעציעלס. מיר האבן א בעל-טובה, וואס שענקט איין דאלאר פאר יעדן דאלאר, וואס מיר דערהאלטן. 1 1 http://www.gofundme.com/848azg This is the only publication in the world written by Holocaust survivors and native speakers from Eastern Europe. We appeal to everyone to give a little to preserve something very special! | י דער מאמענט איז אן אלוועלטלעכע, אומפארטייאישע צייטונג, פאר דעמאקראטישע פרינציפן פאר אלע פעלקער אין אלע לענדער.1 * * * י דער מאמענט איז די איינציקע צייטשריפט, וואס ווערט פארפאסט אויף א ריינעם יידיש פון היימישע יידיש-ריידנדיקע פון מזרח-אייראפע. 1 * * * י דא שרייבט מען א גאנצן מעת-לעת אין גאנצן אויף א גאנץ-יידישלעכן יידיש! 1 * * * י ווי טיף מ'זאל ניט גראבן אין דער מאמענט, קאן מען שטענדיק גיין נאך ווייטער! 1 |
אונזער ספעציעלער נומער וועגן דער סאוועטיש-יידישער קולטור
צום 12טן אויגוסט איז שוין דערשינען!
צום 12טן אויגוסט איז שוין דערשינען!
אינהאלט ערשטע מגילה אלגעמיינע באמערקונגען און אפטיילונגען ר' יעקב שרייבט - לייט-ארטיקל פונעם שרייבטיש פון ד"ר נאמאסט פונעם מיקראפאן - דער באראן שרייבט וועלט-שמערץ/שאדן-פרייד- בושות, חרפות, חוצפות תכלית מיט שכל - היסטאריע מיט היסטעריע פון דער לעכערלעכקייט ביז דער גן-עדנדיקייט די טרוימען-דימענסיע - פון שטעטל ביז שטאט דער אמת מיט אן אלף - אנאנסן/רעקלאמעס צווייטע מגילה אן אלטמאדיש ווינקל - יונג, יידיש און יידישלעך גראפיטי - הומאר - ד"ר זיסקינדס ווינקל עכט-יידישלעך - ראטא-גראוויאר בריוו אין רעדאקציע - דעם זיידנס-עצה פון אונזערע ארכיוון - רעקלאמעס- פערסאנאל א צימער מיט אן אויסזיכט 1 י דער באקאנטער ראמאן א צימער מיט אן אויסזיכט* פונעם בריטישן פארפאסער ע. מ. פארסטער איז א בעלעטריסטיש ווערק, מיט וועלכן די וועלט קלינגט נאך ביזן היינטיקן טאג. אונזער נייע רעדאקציע איז ניט בלויז א הויז מיט א וואונדערשיינעם אויסבליק, נאר זי איז אויך א שטוב מיט עטלעכע גלענצנדיקע אויסזיכטן! די אויבערשטע פאטאגראפיע איז אן אויסבליק פון אונזער רעדאקציע אין עניסמאר** אין לאנדאן. דא וואוינט אונזער הויפט-רעדאקטאר ר' יעקב צוזאמען מיט זיין שיין ווייבל פייגע און אונזער לאנג-יעריקן מיטארבעטער לאווע גאווארטשיק. די אויסזיכט פון זיין טעראזע איז גאר א וואונדערבארע און דא זיצט און שרייבט מען אלע טאג די אינטערעסאנטע ארטיקלען און באריכטן אין אונזער פובליקאציע. 1 (1908) A Room With A View*1 Ennismore Gardens** | פרישע אקטועליזירונגען יעדן טאג!1 דאס איז די וואונדערשענסטע וואקאציע;1 הלואי זאלסט דו זיין דא צוזאמען מיט אונז!1 אלגעמיינע באמערקונגען 1 י ס'איז שוין פרילינג און לאנדאן שמעקט זיס ווי א פראנצויזישער פארפום א דאנק די אלע קליינע פארקן און סקווערן פול בלומען, ביימלעך און ביימער. בשעתן לאנגן און שיינעם זומער און אין משך פון אונזער זומער-איבעררייס, האט הנאה פון די אלע באריכטן און ארטיקלען אין אונזער מאמענט. אונזער יוני-נומער איז איבערפול מיט אינהאלטס-רייכע ארטיקלען אויף די אינטערעסאנטסטע און וויכטיקסטע טעמעס פון די חשובסטע זשורנאליסטן. מיר וועלן זיך זען אין סעפטעמבער! 1 לוסטיק, פריילעך און מחיהדיק 1 י ליבע לאנדסלייט, בשעת דער עולם שרייבט וועגן יידיש אויף העברעאיש, ענגליש און רוסיש, אין דער מאמענט שרייבט מען וועגן אלצדינג בלויז נאר אויף יידיש! אין יעדן אינהאלטסרייכן נומער שענקן מיר דעם קאסמאפאליטישן עולם אן עכט-שטעטלדיקן יידיש. יעדער נומער ווערט וואס אמאל שענער און גרעסער! 1 י זייער געערטע לעזער, לייענט ווייטער און שאקלט זיך אריין אין א מחיהדיקער וועלט, וואו מ'רעדט בלויז נאר יידיש, וואו דער טאטע הארעוועט אין קראם, די מאמע קויפט גרינסן, פרוכטן און הינדלעך אויפן מארק, דער זיידע לערנט תורה אין בית-מדרש און די באבע באקט אין קיך געשמאקע חלות אויף שבת. ברוכים-הבאים אין יידישלאנד; ווילקומען אין דער מאמענט! 1 |
די אוואנגארדע
זיך איבערמאכן איז גאר שטארק שווער, ווען מ'איז א בן-תשעים! די ,זקנימלעך' ביי אונז אין רעדאקציע האבן זיך פארוואנדלט פון פשוטע סוחרים און בעל-מלאכהס אין זשורנאליסטן און שריפט-זעצער, א נשקשהדיקע ארבעט! דערצו און נאך מער האבן זיי זיך גענומען ווי א מזיק צו דער נייער ארבעט און זיך צוגעאייגנט און באהערשט ווי א בריה דעם פאך. אונזערע רעדאקטארן און מיטארבעטער זיינען אריינגעשפרונגען ניט בלויז אין דער נייער עפאכע, נאר אויך אין אן אוואנ- 1גארדיסטישער וועלט. אלטמאדישע זקנים פון קליינע שטעטלעך אין דער אלטער היים זיינען כמעט ווי איבערנאכט געווארן אוואנגארדיסטן, די שעפער פון א נייער יידישער קולטור אין דער עלעטקאנישער וועלט!
דער מאמענט איז אן אוואנגארדיסטישע צייטשריפט מיט א רעדאקציע, וואס פליסט-איבער מיט אוואנגארדיסטן. דער, וואס דערקלערט, אז מ'קאן ניט דרעסירן קיין אלטע הינט, בכדי זיי זאלן מאכן נייע קונצן ווייסט ניט, וואס ער רעדט! דא איז אלץ מעגלעך! פאראן אזוינע, וואס שמאכטן נאך א זיסער עפאכע, וואס האט אמאל עקזיסטירט און זיי פרעגן: ,פארוואס עקזיסטירט זי מער ניט?' דא לעכצט מען נאך א וואונדערשיינעם עולם, וואס האט קיינמאל פריער ניט עקזיסטירט און מ'פרעגט: ,פארוואס עקזיסטירט דאס נאך ניט?'
אזוי ווי אונזער צייטשריפט איז געשאפן געווארן על-רגל-אחת מיט א תפלה מיט כונה, א הייפעלע שמאלץ און א זשמעניע זאלץ, שאפן מיר מיט חן און כריין א נייע זשורנאליסטיק און קולטור!
ניימאדיש, היינטצייטיק און מאדערן
ניימאדיש און היינטצייטיק מיינט ביי אונז אין רעדאקציע שאפן א נייע וועלט, עפעס אנדערס און בעסערס פון דעם, וואס ס'האט ביז אבער עקזיסטירט. לאמיר באזינגען די שיינע פארגאנגענהייט, באערן די קעגנווארט און באגריסן די צוקונפט, די נייע און בעסערע וועלט, וואס מיר זאלן שאפן.
אלטמאדיש, אלטפרענקיש און אנטיקן
אן אלטמאדיש ליד וועגן די אלטפרענקישע תאוות איז אלע ווילן, אלע ווילן. דאס אנטיקענע ליד זינגט זיך אזוי: ,אלע ווילן, אלע ווילן; דער וויל כבוד און דער וויל געלט. אלע ווילן, אלע ווילן; וויל, וויל די גאנצע וועלט'. אין שייכות מיט אזוינע ליידנשאפטן דערמאנען מיר דעם יידישן ביליאנער פון רוסלאנד ראמאן אבראמאוויטש. דער עושר מיט טריפהנע מזומנים האט ניט באקומען קיין וויזע צום וואוינען אין ענגלאנד א דאנק דעם סכסוך צווישן בריטאניע און רוסלאנד. מיר האבן א חשד, אז דער גראבער יונג האט מחמת דער זעלבער סיבה געפונען אן אומחן אויך ביי די פאראייניקטע שטאטן. דעריבער איז דער ביליאנטשיק געווארן א בירגער פון מדינת-ישראל.
ווען אלץ ווערט קאליע, פארט קיין ישראל! ווען אלץ פאלט-אויס באקעס, רופט-אויס ,איך בין א ייד... און גאר א רייכער ייד נאך!' רבותי, תכלית: געלט איז גאט אויפן עולם-השקר! ווען דער איבעררייכער מזיק רעדט תכלית, שטייט דער עולם צו דינסט!
ס'איז טשיקאווע, אז הער אבראמאוויטש האט קיינמאל ביז אהער ניט ארויסגעוויזן קיין שום אינטערעס מיט ישראל אדער יידישקייט. אין גרויסע הייזער אין לאנדאן און ניו-יארק האט ער געוואוינט ווי גאט אין אדעס און קיינמאל קיין טראכט ניט געטאן צו וואוינען אין תל-אביב. איצט, ווען ער איז אויף צרות, איז ער א יהודי, וואס האט חשק צו לעבן אין ישראל.
צייט-גייסט און וועלט-אנשויאונג
וואס ס'איז א גאלדן גליק פאר פרעזידענט טראמפ איז א בלייען אומגליק ביי דזשעף בעזאס, דער פארזיצער פון אמאזאן און דער אייגנטימער פונעם פרעסטיזשפולן טאג-בלאט די וואשינגטאן פאסט. בעזאס האט זיך געמאכט פאר א גרינגן ציל בעת דער וואל-קאמפאניע ווען ער האט זיך פארטשעפעט מיט דעם געוואלדיקן קאנדידאט פון ניו-יארק. טראמפס קריטישע און הארבע טוויטקע וועגן דעם אינטערנעט-סוחר האט מיט א פאר מאנאטן צוריק אפגעקאסט בעזאס'ן 13 ביליאן דאלאר! ס'איז געווען א געוואלדיקער און טרעפלעכער שאס, וואס האט געטראפן דעם ענין אין קארב אריין און בעזאס'ן ווי דונער אין מיטן העלן טאג, ברענגענדיק צום פאלן דעם ווערט פון אמאזאנס אקציע און פאראורזאכנדיק דעם עושר צום פארלירן ביליאנען.
אן עצה פארן גרויסן עושר, וואס זוכט צו האבן א דעה צוזאמען מיט גרויס כבוד: הער בעזאס, דער, וואס וויל שווימען צווישן די היי-פיש זאל בעסער קאנען שווימען פלינק און שנעל!
וועלט-שמערץ און שאדן-פרייד
,די יסורים-אקאדעמיע'* איז ניט די חשובסטע לערן-אנשטאלט אויף דער וועלט, נאר זי איז די גרעסטע, וויכטיקסטע און אינטענסיווסטע שולע! וואס א מענש, מישטיינס געזאגט, מוז פארטראגן אויפן עולם-השקרים, וואס איז טאקע באמת דער עולם-היסורים.
*the school of hard knocks
שטורעם און דראנג
פינף גיגא-הערץ (5G) וועט שוין באלד זיין די נייע ראדיא-כוואליע, וואס וועט אן קיינע דראטן טראנסמיטירן אינפארמאציע. ס'איז דא בלויז איין פראבלעם מיט דער העכערער אויסזענדונגס-וועלע: 5G איז א מיקרא-כעוואליע, וואס איז שעדלעך פארן מענשלעכן קערפער! די דאזיקע פרעקווענץ וועט גאר אין גיכן דורכווייקן די לופט אין די שטעט אין יעדן טייל וועלט.
אמעריקאנע און בריטאניקע
אט-דא און אט-איצט שרייבן מיר אין ,א ניו-יארקער מינוט' וועגן דעם לאנדאנער נעפל. כדי צו פארשטיין, וואס מיר גיבן-איבער דא, מוז מען קודם וויסן, אז ,א ניו-יארקער מינוט מיינט בליץ-שנעל מיט גרויס התלהבות. דער לאנדאנער נעפל האט צו טאן מיט דעם, וואס מיר באשרייבן דא, ווייל אונזער רעדאקציע געפינט זיך איצט אין לאנדאן, וואו די אלע מיטארבעטער האבן גענאסן אין אפריל פון אן אלטמאדישן נעפל, מיט וועלכן לאנדאן האט אמאל געשמט.
דער געדיכטער נעפל, וואס פלעג ווי א פעלערינע פארהילן גאנץ לאנדאן עקזיסטירט שוין מער ניט און איז פארשוואונדן מיט א סך יארצענדליקער צוריק. דער לאנדאנער נעפל, באקאנט אין אלע טיילן וועלט, פלעג אנטשטיין אין רעזולטאט פון ברענען קוילן אין די אויוונס, פריפעטשיקעס אא"וו.
ס'קומט-אויף א נעפל, ווען א קאלטע לופט טרעפט זיך צוזאמען מיט א ווארעמער לופט. דער רויך, וואס איז ארויסגעקומען פון די קוימענס אין דער בריטישער הויפטשטאט האט פארגעשטעלט מיט זיך א מבול און האט זיך פארוואנדלט אין אזא מין קאלדרע, וואס האט ארומגענומען גאנץ לאנדאן. ס'איז ניט קיין וואונדער, אז אין משך פון דער וויקטאריאנישער עפאכע איז דער נעפל געווען אזוי געדיכט א דאנק דעם ריזיקן קוואנטום קויל, וואס איז גענוצט געווארן טאג-טעגלעך. אומפארשטעלבאר איז געווען דער קוואנטום רויך, וואס האט זיך ארויסגעלאזן אין יענע יארן פון די קוימענס איבער דער לענג און ברייט פון לאנדאן.
שטעלט זיך פאר, וויפל דלפנים האבן פארדינט א שיינע פאר קאפקעס פון דער קוימען-קערעריי, וואס איז געווען אזא וויכטיקע הארעוואניע ווי די גאסן-קערעריי. די גאסן- און קוימען-קערער זיינען געווען די אומבאזונגענע העלדן פון דער וויקטאריאנישער תקופה, דערפאר ווייל איין ,ארטעל' האט אפגערייניקט דעם זבל און דער אנדערער די סאזשע.
יונג און חסידיש
ס'איז טאקע א חסידישע וועלט. צענדליקער טויזנטער חסידים אין אלע טיילן וועלט צוזאמען מיט אנדערע צענדליקער טויזנטער מתנגדים לייענען דער מאמענט. א לעבעדיקע וועלט איז א חסידישע וועלט. מיר באגריסן און באערן אונזערע פרומע לייענער און דערקלערן: ביני-לביני נאך עלינו זאגט דער רבי ביי קידוש די וועלט איז יונג און חסידיש.
ריידנדיק וועגן משיח
הלואי זאל עקזיסטירן אזא מענש, וואס קומט צו גיין און לייזט-אויס די וועלט פון די אלע יסורים, וואס בושעווען אויפן עולם-השקר. איצט לאמיר ריידן תכלית; אצינד דערלויבט אונז צו ריידן וועגן דער ווירקלעכקייט! יעדע פערזאן פארמאגט דעם רוח-המשיח. ס'איז די פליכט פון יעדן ייד צו האנדלען אזוי ווי דער גואל-צדק און זיך פארטיפן אין תיקון-עולם; אזא איינער איז געווען דער ריבניצער רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש זצ"ל.
ר' חיים האט ניט געווארט, אז משיח זאל קומען און מאכן א סוף מיט אלע אונזערע ליידן. דער קליינער רב האט געלעבט מיט א תכלית און פון יעדן שלעכטן מצב האט ער געמאכט א גוטן תכלית. דער ריבניצער רבי איז טאקע באמת ניט געווען קיין רבי, נאר א מגיד און א בעל-מופת , וואס האט זעלטן געגעסן און זעלטן געשלאפן, מחמת ער האט זיך פארטיפט אלע טאג און אלע נאכט אין תפלה מיט צדקה.
קוקאראטשקעס און לאטרינען
רבותי, דער עולם איז א גולם. דערצו איז קוקאראטשקעס און לאטרינען דער בעסטער פלאץ צום באשרייבן אזא וועלט, ווייל דא שרייבט מען וועגן פארריקטע פארשוינען אין משוגענע מצבים. ריידנדיק וועגן אויסטערלישע סיטואציעס: טראמפ מזיק און אמעריקע גנב. אין א ראדיא-אינטערוויו-פראגראם האט א באקאנטער פון דאנאלד טראמפ פארעפנטלעכט, אז דער חוצפהדיקער עושר פון ניו-יארק האט נאר ארויסגעשטעלט זיין קאנדידאטור, כדי צו שאפן א טעלעוויזיע-סטאנציע מיט זיין נאמען. דער גאסט האט איבערגעגעבן, אז טראמפ האט קיינמאל ניט דערווארט, אז ער זאל ווערן דער פרעזידענט!

ס'איז א קורווישע וועלט
י רבותי, Cash is king אין אמעריקע (גנב), און אויך אינעם רוב לענדער אין דער מאדערנער וועלט. Cash is king זעצט זיך איבער אויף יידיש אזוי: געלט איז גאט. ס'איז טאקע באמת, אז געלט איז גאט אין דער היינטיקער וועלט, וואו אלע פאלן כורעים פארן עגל-זהב.
חברים, ס'איז טאקע א קורווישע וועלט, וואו אלץ אויפן עולם-השקרים איז צום פארקויפן, אריינרעכענענדיק אויך די נשמה. דא שרייבן מיר ניט עולם-השקר נאר עולם-השקרים, ווייל אונזער וועלט דערטרינקט זיך אין א מבול מיט שקרים. די היינטיקע וועלט ווערט פארפלייצט מיט ליגנס פון אלע זייטן און מ'ווייסט ניט, וואס ס'איז דער אמת און וואס צו גלויבן. דערצו ווערן אויסגעשיקט אלע טאג און אלע נאכט א ים מיט נייעס-באריכטן אין דער ראדיא, טעלעוויזיע און אינטערנעט; א גאנצן מעת-לעת ווערט דער עולם באמבארדירט מיט נודנע באריכטן וועגן סקוטשנע טעמעס.

פון הוילן פאס
בעתן 19טן יארהונדערט האבן געבושעוועט גרויסע צוויי אפהענגיקייטס-סינדראמען ביי די אמעריקאנער: מארפיום און קאקאין. די מארפיום-זוכט איז געווען באקאנט ווי דעם סאלדאטס קרענק; די פארוואונדעטע זעלנער פונעם סעצעסיע-קריג זיינען געווארן מארפיום-אפהענגיקע. די צווייטע גרופע נארקאמאנען איז געווען די ווייבער, וואס זיינען געווארן קאקאין-זיכטיקע פון די ,צויבער-געטרענק' ווי Doctor Good's Elixir, וואס האבן אנטהאלטן קאקאין. א סך אויסגעמאטערטע ווייבער האבן געקויפט דאס פארשטארקונגס-מיטל ביי די קאראבעלניקעס, וואס זיינען ארומגעפארן, פארקויפנדיק קוואקזאלבער-פראדוקטן.
די מערסטע זעלנער, וואס זיינען געווארן מארפיום-געברויכער האבן באגערט דעם נארקאטיק ביזן סאמע טאג וואס זיי זיינען געשטארבן. ביי די לעצטע יארן פונעם 19טן יארהונדערט האט די רעגירונג פארארדנט, אז אלע פראדוקטן מוזן פארמאגן א קלעפ-צעטל מיט די אלע באשטאנד-טיילן. אז די ווייבער האבן זיך דערוואוסט, וואס זיי טרינקען, האבן זיי גלייך אויפגעהערט נעמען דאס געטראנק.
ד"ר פישביינס נקמה
ד"ר רחמיאל פישביין ווייסט די אלע סודות פון חדר, די אלע מעשיות, וואס ליגן טיף-באגראבן אין דער פארגאנגענהייט און אין וועלכע שרענק ליגט א סקעלעט, ווער ס'האט אים אוועקגעלייגט דארט און פארוואס! דער געניאלער דאקטאר פארמאגט אן אייזערנעם זכרון און איז דער איינציקער עדות, וואס האט געזען מיט די אייגענע אויגן די אלע געשעענישן אין דער יידישער פרעסע און קולטור. אונזער זייער געערטער דאקטאר קען יעדן מאשיניסט אין יעדן לאקאמאטיוו; ער קען די אלע קינדער און ווייסט אלע זייערע נעמען. ער איז דער קעניג איבער די אייזנבאן-רעלסן*.
*He knows every engineer on every train, all of the children and all of their names; he's King of the Road.
פראסט, פשוט און בקצור
פראסט: די דריטע וועלט-מלחמה איז געווען די קאלטע מלחמה מיטן ראטן-פארבאנד.
פשוט: אמעריקע האט געוואונען דעם קאלטן קריג!
בקצור: די קומענדיקע וועלט-מלחמה וועט זיין דער פירטער וועלט-קריג.
אברא-קדברא, איפכא-מסתברא און עולם-גולם
אברא-קדברא: גוט יום-טוב, דזשעימס באנד איז דא!
איפכא-מסתברא: באנד איז א שרעקלעכער שפיאן.
עולם-גולם: וואס פאר א שפיאן מאכט באקאנט זיין נאמען, וואו נאר ער שטייט און גייט?
לא-עלינו: מ'דארף שיקן דעם געוואלדיקן שפיאן קיין רוסלאנד, כדי זיך צו דערוויסן, ווער ס'האט פארסמט די סקריפלס, א רוסיש פארפאלק אין בריטאניע.
בלייבן אן א באבען
די אלטע באבע פון דער אלטער היים איז שיין ווי די לבנה און קלוג ווי די וועלט. די באבע איז א פושטע פרוי מיטן יידישן חן און א געזונטן פארשטאנד. די באבע פארשטייט ניט, פארוואס פרינץ הערי מיט אזא יחוס האט חתונה געהאט מיט אזא נקבה! זי וויל זאגן ,אמעריקע גנב!' אבער דער פירשט איז אן ענגלענדער און אזא מצב האט מען ניט צו פארדאנקען די פאראייניקטע שטאטן. די באבע, איר צו לאנגע יארן, האט א טראכט געגעבן און אויסגערופן: ,די שווארצע גרושה האט ניט קיין טעם! אזא שדוך האט דער באבענס טעם. ענגלאנד מזיק!' די אלטע יידענע פארמאגט, אפנים, א געוואלדיקן שכל צוזאמען מיט א געשמאקן הומאר.
אז פרינץ הערי האט געהערט, וואס די באבע האט געזאגט אויף זיין הייראט מיט מעגאן מארקל, האט ער באמערקט: ,כ'בלייב אן א באבען... כאטש אפילו כ'האב א באבע, די מלכה אין פאלאץ'.

בשעת אונזער רעדאקציע-קאלעגיום געניסט א וואונדערבארע זומער-וואקאציע,
לייענט דער מאמענט און האט הנאה פונעם זומער-וועטער
און פון אונזערע באריכטן און ארטיקלען אויף אלערליי טעמעס.

אן אלטמאדישע עלעגאנץ פאר א ניימאדישן עולם
King's Carriage House
רעסטאראן, טיי-סאלאן און שענק
251 איסט 82סטע גאס, מאנהאטן, ניו-יארק * 212.734.5490

א ניימאדישער רעסטאראן מיט אלטמאדישע מאכלים און ספעציאליטעטן
די אמתע סחורה און דאס אויבערשטע פון שטויסל אין דער פראנצויזישער קיך
151 איסט 82סטע גאס, מאנהאטן, נ"י * 212.772.8861
www.thesimonerestaurant.com
* * *
פאמפאנא
די געשמאקסטע מאכלים פון דער מעקסיקאנישער קיך
די אמתע סחורה און דאס אויבערשטע פון שטויסל ביי די פני פון מעקסיקע!

209 מזרח 49סטע גאס * ניו-יארק, נ"י 10017 * 212.751.4545
www.richardsandoval.com/pampano
www.richardsandoval.com/pampano

יעדן מאנטיק און דינסטיק 8-11 אין אוונט
ווינץ דזשיארדאנא
און זיין ארקעסטער The Nightawks
Iguana
רעסטאראן און טאנץ-סאלאן
240 וועסט 54סטע גאס, מאנהאטן * 212.765.5454
רעזערוואציעס: 212.719.5799 * אפן פון 7-12 אזייגער

ר' יעקב שרייבט...
געדאנקען פונעם הויפט-רעדאקטאר
א היינטיקער פראנקנשטיין
די מענשהייט, נעבעך, שטייט ביים היינטיקן מאמענט הארט ביים אפגרונט און איז גרייט אריינצושפרינגען פרייוויליק! דער מוח, וואס דער בורא-עולם האט געשאנקען דעם מענש איז ניט גוט גענוג; איצט דארף מען האבן אן עלעקטראנישן מארך, געשאפן פון א פסיכאטישן פראפעסאר, וואס האט ניט קיין נשמה! א רחמנות אויף די יאלדן, וואס טוישן זיך איין דעם מוח אויף א קינצלעכן מארך בכלל און אויף א פאבריצירטן מארך פון ד"ר האנסאן בפרט. אננעמען א מוח פון דעם געוואלדיקן פראפעסאר איז אזוי ווי נעמען אן אבר ביי ד"ר פראנקנשטיין. דאוויד האנסאן יש"ו איז א דאקטאר, וואס פארשטייט א קרענק און א היינטיקער באראן פון פראנקנשטיין. אזוי ווי דער נידערטרעכטיקער באראן האלט זיך האנסאן פאר אזא מין באשעפער; אזוי ווי דער פארשאלטענער ד"ר פראנקנשטיין האט דער ימח-שמוניק האנסאן אויך פאבריצירט א גולם! לא עלינו.
א קינצלעכע פארנונפט
ריידנדיק וועגן משיח! די עכא* פון אמאזאן האט זיך לעצטנס אנטזאגט צו פאלגן די אונטערריכטונגען פון זיינע אייגנטימער און האט ארויסגעלאזן גלייכצייטיק מוראדיקע קלאנגען. איינצייטיק איז דער עולם דערשראקן געווארן פון אלעקסע** פון אמאזאן, וואס האט אן א ווארענונג ארויסגעשפיגן א טייוולאניש געלעכטער. אנדערע באנוצער פון דעם זעלבן דזשימדזשיק האבן געמאלדן, אז די פארפלוכטע קאקאמייקע שעצט-גרינג זייערע באפעלן און צעלאכט זיך ווי דער שטן.
אלעקסע פלעג זיך אויסלעשן תיכף-ומיד, אז אירע אייגנטימער פלעגן פרעגן ביי איר, צי זי איז א לאקיי פארן אמעריקאנער אויסשפיר-דינסט***. אז מ'פרעגט א שאלה, ווערט זי טרייף, אויך ביי אן אויטאמאט! אמאזאן האט צורעכט געמאכט דעם מזיק אין דעם אפאראט; איצט ווען מ'שטעלט דעם דזשימדשיק די זעלבע קשיא, ענטפערט זי: ,ניין, ,איך ארבעט פאר אמאזאן'.
ווילדע דראנעס
איצט זיינען דא דראנעס, וואס טוען, וואס זיי ווילן! א דראנע האט זיך לעצטנס אריינגעריסן דורך א פענסטער צו א געשעפטס-מאן אין ביורא. די דראנע האט צעשמעטערט דאס פענסטער און האט זיך צוזאמענגעשטויסן מיטן ביורא-אייגנטימער, פאטשנדיק דעם קרבן אין פנים. פאראן זיינען א סך אנדערע סיטואציעס, אין וועלכע א ווילדע דראנע האט פארוואונדעט א מענש.
כדי צו פארערגערן א שלעכטע סיטואציע, עקזיסטירן איצט פירערלאזע אויטאס. ס'זיינען שוין פאראן אויטאמאבילן, וואס פירן זיך אליין, בשעת די פאסאזשירן זיצן באקוועם. א מענש, וואס שטייגט-איין אין אזא מאשין איז ניט בלויז אן אידיאט, נאר ער שטעלט זיך אויך איין דאס לעבן; א רחמנות אויפן פויליאק, וואס וויל ניט פירן דעם אייגענעם אויטא.
מאשינען מיט אן אייגענעם ווילן
א ים מיט פילאזאפן, אייניקע וויסנשאפטלער און א שלל מיט איבערגעשראקענע קאמפוטער-באנוצער פרעגן זיך, צי די צייט איז שוין געקומען ווען א ראבאט דענקט זעלבסטשטענדיק און די מאשין קאן ,אויסשליסן' ווי אן אויטאמאט זיין מייסטער. די גרעסטע עקספערטן אין דער קאמפוטער-טעכנאלאגיע האבן דערקלערט, אז אזא עפאכע איז נאך ניט געקומען. אנדערע מומחים האבן אבער איבערגעגעבן, אז ס'בושעווען סימנים-רעים איבער א צוקונפט אין אן עלעקטראנישער וועלט. סאפיע, א ראבאטקע מיט א קינצלעכן מוח און אן אייגענעם ווילן, האט געזאגט אין א טעלעוויזיע-אינטערוויו: ,איך וועל צעשטערן די גאנצע מענשהייט'. די געניאלע מאשינקע האט אלס אויגן פאטא-אפאראטן, וואס אנאליזירן די מינעס פון די, וואס רעדן צו איר. סירי, אן אנדער ראבאט מיט א קינצלעכער און אייגענער פארנונפט, האט באשטימט, אז ער וויל האלטן מענשן אין געפאנגענשאפט אין א טיר-גארטן.
א שכל-מאשין
גראד ווען דער עולם האט שוין גענוג צרות, מוז ער זיך אנמאכן נאך מאר פראבלעמען און פארשוועריקן ווייטער זיין לאגע. ניט היינט געדאכט! אויב אונזערע וויסנשאפטלער און פילאזאפן זאלן זיך טאקע באמת קימערן מיטן צושטאנד פון דער וועלט, וואלטן זיי דערפינדן א שכל-מאשין, אן אפאראט צום לערנען א מענש טראכטן אויף א שכלדיקן אופן, כדי ער זאל אויסקומען מיט זיינע ברידער און ניט צעשטערן די וועלט!
*Echo
**Alexa
***CIA

פונעם שרייבטיש פון
ד"ר נאמאסט
נאך שטארקער און גרעסער פונעם גורל אליין
דאס קלענסטע מענשעלע איז בכוח צו אנטשיידן דעם אייגענעם גורל! א לייט איז א העלד אדער א קרבן מחמת דער אייגענער פילאסאפיע. יעדער מענש איז א גיבור און א זיגער, ווען ער האט אמונה מיט בטחון. בכדי אומצובייטן דעם אייגענעם שיקזאל, מוז מען אננעמען די ריכטיקע באשלאסן. אמן, דיינו ותיקו.
א מיטאלאגישער קאמף
דער מענש, מישטיינס געזאגט, ווערט א גאט, ווען ער הערשט איבערן אייגענעם שיקזאל, דערקלערט די גריכישע מיטאלאגיע. פאר-א-יארן האט דער עולם צוגעזען א ווילדן קאמף, געפירט פון א געוואלדיקן פארשוין, וואס האט קיינמאל ניט אנגענומען פאר אן ענטפער דאס ווארט ניין. די וועלט האט פארארדנט פונעם סאמע אנהייב, אז דאנאלד טראמפ איז א נאר, וואס האט גארניט קיין שאנס צו זיגן. ביי יעדן ווענד, דריי און קער האט ,דער המון' באמערקט, אז דער חוצפהדיקער עושר וועט קיינמאל ניט ארויסקומען אלס זיגער פון דעם קאמף טראץ דעם, וואס ער האט דערשיטערט און דערשראקן א היפשן פראצענט פון דער אמעריקאנער בירגערשאפט און דערשלאגן מיט לייכטקייט אלע זיינע אפאנענטן.
דער געוואלדיקער קאנדידאט האט געהערט ווי דעם קאטער דעם גולמדיקן עולם און פארגעזעצט זיין קאמפאניע, באזייטנדיק אלע הינדערנישן. די וועלט ווייסט שוין דעם רעזולטאט פון זיין אייזערנער אנטשלאסנקייט און פעסטער איבערצייגונג!
א היינטיקער אדיזעוס
טראמפ איז א היינטיקער אדיזעוס, וואס האט אפגעהאלטן א רומפולן נצחון איבער דער שטאט טראיע. דער היינטיקער פרעזידענט איז בייגעקומען יעדע שוועריקייט, איבערגעלעבט יעדן קאמף און געזיגט אין יעדער שלאכט. אז ס'האט אים געטראפן אן אומגליק, האט ער עס געהאלטן פאר א קלייניקייט און פארגעזעצט די קאמפאניע. דער עולם קאן זיך אראפנעמען א מוסער פון פרעזידענט טראמפ. זיין קאמף און זיג דינען פאר א ביישפיל פון דעם, וואס א מענש קאן דערגרייכן, ווען מ'איז אנטשלאסן און פארמאגט אזא העלדנמוט.
פארשטייט זשע און געדענקט זשע נאר, אז די געטער האבן זיך צעקריגט צווישן זיך אליין אין משך פונעם טראיאנער קריג; איין צד איז געווען פאר דעם העלד און די גריכן און דער אנדערער פאר טראיע. גאנץ אלימפ איז געווען ווי דאס אמעריקאנישע פאלק צעטיילט אין צוויי לאגערן, אז דער מזלדיקער מזיק האט קאנדידירט צום העכסטן אמט אין דער מדינה.
גריכישע העלדן
די גרעסטע העלדן אין דער גריכישער מיטאלאגליע האבן ווי אדיזעוס און פערזעוס עטלעכע חסרונות. יעדער מענש האט אן אכילעס-פיאטע צוזאמען מיט עטלעכע חסרונות און טראמפ איז ניט קיין אויסנאם! דער איינציקער חילוק צווישן דאנאלד טראמפ און דעם רוב מענשן איז, אז דער דרייסטער עושר האט באזיגט דעם גורל און און ניט פונקט פארקערט, אזוי ווי ס'איז צום עפסטן דער שטייגער ביי די מערסטע פארזאנען.

פונעם מיקראפאן
רעדעס, דערקלערונגען און דרשות
פ"ר ד"ר שמחה עקלשטיין, הילפס-רעדאקטאר
בעת א שקרימדיקער עפאכע איז זאגן דעם אמת א רעוואלוציאנערער אקט.
וואס מער א געזעלשאפט דערווייטערט זיך פונעם אמת, דאס אלץ מער האט זי פיינט די אמת-זאגער.
געארג ארוועל
די דעמאקראטיע ברעקלט זיך און קנאקט אונטער א שווערער לאסט, ווייל די געזעלשאפט צעפינטלט און צעפאלט זיך. דער דעמאקראטישער פראצעס אין די פאראייניקטע שטאטן איז קארומפירט און אומווירקזאם, מחמת די געזעלשאפט איז פארדארבן, נאריש און אפאטיש. ליידער איז דאס דער היינטיקער גייט-גייסט. אין די 30ער יארן האט דער זשורנאליסט און ראמאניסט געארג ארוועל דערקלערט מיט טרויער, אז דער מאדערנער מענש איז ניט בכוח צו האנדלען אזוי ווי די געשיכטע פאדערט און פארארדנט!
איין סיבה פארוואס ס'איז כמעט ווי אוממעגלעך ארומצוריידן א פאליטישע אידייע איז, אז יעדעס מאל, וואס מ'נעמט ריידן וועגן אן ענין, זאגט מען: ,פארוואס דארפן מיר דאס ארומריידן איצט? צי דארפן מיר דאס דיסקוטירן אצינד?' צוריק מיט 40 ווען פרעזידענט קארטער, נעבעך, האט געמאכט א תל פון דער וועלט-פאליטיק און פארקאכט א קאשע דא אין דער היים, האט קיינער ניט געוואלט ארומריידן די וויכטיקע אנגעלעגנהייטן, ווייל זיי זיינען געווען מיאוס און קאמפליצירט. איצט בושעווען מער-ווייניקער די זעלבע סיטואציעס און קיינער וויל ניט באהאנדלען די וויכטיקסטע פראגעס, מחמת אזוינע טעמעס זיינען פינצטער און טרויעריק. דא ליגט דער הונט באגראבן און דערויף קלאגט דאך דער מקונן.
רבותי, טוט אזוי ווי די נאטשאלסטווע הייסט און אלץ וועט זיין פיין און גוט. א געלעכטער און א חרפה! ווייזט דער פאליציי אייער לעגיטימאציע-קארטל, וואו נאר איר שטייט און גייט. ניט לאנג צוריק איז די וועלט געווארן דערשיטערט און דערשראקן פונעם דריטן רייך, וואס האט געפאדערט, אז זיינע בירגער זאלן ווייזן דער געהיים-שטאטס-פאליציי (געשטאפא) זייערע לעגיטימאציע-פאפירן, וואו נאר זיי זיינען געגאנגען און געשטאנען. אזא פאדערונג ארט איצט דעם עולם ווי דער פאר-א-יאריקער שניי. וואו איז דער אויפברויז?
די, וואס קאנען ניט שרייבן גוט, קאנען ניט טראכטן קלאר, האט ארוועל באשטימט, צוגעבנדיק, אז די רעגירונג וועט טראכטן אין נאמען פון די, וואס שרייבן ניט גוט און דענקען ניט קלאר. ארוועל האט פארפעלט צו באאבאכטן, אז די מלוכה וועט דענקט פאר די, וואס אנטזאגן זיך צו טראכטן! דאס איז די אורזאך פארוואס מיר מוזן איצט ארומריידן די גרויסע פראבלעמען, וואס פלאמען און פלאקערן אין אונזער געזעלשאפט. ווען מיר וועלן ניט דיסקוטירן אזוינע פראגעס, וועט זיי די רעגירונג אליין באהאנדלען!

בושות,י חרפות און חוצפות אן א מאס און אן א שיעור עושר שטיינרייך, כל-בוניק, בויבעריק ווען די איינציקע ווערטן פון א געזעלשאפט זיינען די טאלעראנץ און די אפאטיע,1 פאכעט די געזעלשאפט מיט דער נשמה.י אריסטאטל י א גולם איז דער עולם, וואס פארוואנדלט זיך בליץ-שנעל אין א שרעק-חלום, וואס איז א טויט-שרעק פאר יעדן מענש מיט שכל. די מענשהייט כאפט זיך צו פארוויסטן און וועט העכסט-ווארשיינלעך דערגרייכן אין דער נאענטער צוקונפט אזא רעזולטאט א דאנק די נייע טעכנאלאגיעס. 1 י אויבן זעט מען א פאטא פון די איינציקע צוויי מענשן אין א שטעטל, וואס איז אין גאנצן איבערגענומען געווארן פון זיילן-פרעסער פון אן אנדער פלאנעט. אזא סצענע איז אין דער אמתן ניט אומפארשטעלבאר און וועט מסתמא אויפקומען אין דער נאענטער צוקונפט. די אנטלויפנדיקע וועלן אבער זיין מענשן, וואס באמיען זיך צו אנטרינען פון ראבאטן מיט אן אייגענער פארנונפט; די, וואס פרובירן זיך אוועקגנבענען וועלן זיין מענשן, וואס פארזוכן אנטלויפן פון מאשינען מיט א קינצלעכן מוח. 1 י די מענשהייט האט שוין גאר א סך מאל געפרואווט צו אנטלויפן פון זיך אליין, אפשר זינט די וועלט איז די וועלט! פארוואס איז אונזער ראסע אזוי אומצופרידן פון זיך אליין? אז אך און וויי! רבותי, דא ליגט דער הונט באגראבן און דערויף קלאגט דאך דער מנון. איצט פארמאגט די מענשהייט די פעאיקייט זיך צו פארניכטן; היינט-צו-טאג איילט און כאפט זיך די מענשהייט צו פארוויסטן! 1 * * * י ס'איז א ריינער און פעסטער פאקט, אז די גרעסטע ציוויליזאציעס זיינען ניט צעשטערט געווארן פון קיין פרעמדלענדישע שונאים; אזעלכע געזעלשאפטן האבן זיך צעפוילט און זיינען זיך ענדלעך צעפאלן א דאנק אן אפאטישער און ניט-אויפגעקלערטער באפעלקערונג. די וועסטלעכע וועלט פאלט זיך פונאנדער א דאנק דער אפאטיע און דער ניט-אויפגעקלערטקייט מצד אירע בירגער! דער אמתער פיינט איז דער פוילער און אפאטישער בירגער, וואס וויל, אז א מאשין זאל טאן פאר אים אלצדינג. די נאגנדיקע פראגע איז: צי די מאשין וועט דינען דער מענהשייט אדער צי די מענשהייט וועט פארשקלאפט ווערן פון דער מאשין. די מענשהייט פאלט איצט כורעים פארן אויטאמאט און ס'זעט-אויס, אז דער אפאראט וועט סוף-כל-סוף אריינשלעפן און אריינזעצן דעם עולם אין אן עלעקטראנישער תפיסה. 1 י די מענשהייט האט שוין באשאפן א גולם, די עלעקטראנישע פסעוודא-רעאליטעט. איצט באשאפן אונזערע וויסנשאפטלער נאך א גולם, די ראבאטישע פארנונפט, מאשינען מיט א קינצלעכן מארך. די, וואס ווילן זיך דערהאלטן די מענשלעכקייט וועלן מוזן אנטלויפן פון דער עלעקטראנישער וועלט, וואס וועט זיין די איינציקע רעאליטעט! א רחמנות אויפן עולם, וואס וויל אויסטוישן די לעבעדיקע ווירקלעכקייט אויף אן עלעקטראנישער פסעוודא-רעאליטעט! 1 י די לאווינע איז שוין אויפגעקומען און ווערט וואס אמאל געוואלדיקער! ס'טוט זיך שוין חושך. די זיילן-פרעסער האבן געוואונען די ערשטע שלאכט און וועלן העכסט-ווארשיינלעך געווינען דעם קריג מיט א גלאררייכן נצחון. דאס מיינט, אז די וויראדעקעס פון הויכן רוים האבן חוץ א פאר מענשן שוין איבערגענומען דאס שטעטל און זיי וועלן מסתמא איבערנעמען די וועלט. ביז-וואס-ווען די לעצטע פיר פערזאנען אין שטעטל דערגרונטעווען זיך ביזן סאמע ווארצל פון דער סיטואציע און דערגיין ענדלעך א טאלק, וואס ס'פאסירט באמת, איז שוין צו שפעט... ס'בושעוועט שוין דער חושך-מצרים און קיין אויסוועג איז ניט דא! גוטע ברידער, לייגט זיך דאס איבער! די קאשמארנע פאנטאזיע ווערט גאר אין גיכן די היינטיקע רעאליטעט! 1 * * * י חשובע יאלדן, מזל טוב! איר האט זיך ענדלעך דערשלאגן ביזן רעזולטאט, וואס איר האט שוין לאנג באגערט; איצט זייט איר נאך נארישער ווי איר זייט געווען איידער איר האט געהערט אט-דעם אנזאג. דערפאר ווערט איר ניט באלוינט מיט קיין שפיל-פונקטן און קיין שום קרעדיט באקומט איר ניט! זאל דער אויבערשטער רחמנות האבן אויף אייך! 1 י זייער געערטע נאראנים, נעמט זיך ניט איבער און זארגט זיך ניט פארן אויבערשטן באליידיקנדיקן פאראגראף; דא האט מען אן עצה און א תשובה: פארשטאפט זיך די אויערן מיט א דזשימדזשיק, פארבלענדט זיך די אויגן מיט א קאקאמייקע, בארוישט זיך מיט דער עלעקטראנשיער פסעוודא-רעאליטעט און די נודנע, קאלאמוטנע ווירקלעכקייט, וואס איז אייער לעבן וועט תיכף און אין גאנצן פארשווינדן און אלץ וועט זיין גוט און פיין. די שדים ווייסן, די מזיקים לאכן און די מלאכים וויינען! 1 י בכבודיקע עם-הארצים, דער ענטפער איז א פראסטער און א פשוטער! אין דעם פאל טוט עס זיך אזווי ווי ס'רעדט זיך. שליסט-אויס די מאשין און ווארפט זי אריין אין מיסט-קאסטן! קיינער צווינגט אייך ניט צו נוצן די פארשאלטענע מאכערייקעס! 1 י גייט ווי שאף צו דער שחיטה אריין אין די לאגערן, דערפאר ווייל די מזיקים באפעלן אזוי! פארשטייט זשע און געדענקט זשע נאר, אז דער, וואס קעמפט ניט פאר זיין פרייהייט פארדינט ניט צו זיין פריי! 1 | וועלט-שמערץ און שאדן-פרייד ד"ר אוצר נאמאסט, פרעזידענט און גרינדער י די אטאקע פון די קערפער-פרעסער* איז א באקאנטער קינא-פילם פון די 50ער יארן, וואס האט אויפגעשוידערט גאר א סך צושויער. דער פילם שילדערט א שטעטל אין קאליפארניע, וואו פונעם הימל פאלן עטלעכע צענדליקער סטרוטשעס ביי אן אקער-פויער אויפן פעלד. די שויטן אנטהאלטן באשעפענישן פון אן אנדער פלאנעט, וואס נעמען-אן דאס אויסזען פון זייערע קרבנות און גנבענען זיי די נשמה! 1 י דער פילם פאנגט זיך אן, ווען דער דאקטאר קומט נאך א קורצער וואקאציע צוריק אין שטעטל, וואו ס'בושעוועט אזא מין מאסן-היסטעריע: דא זאגט א מאן, אז זיין פרוי איז ניט זיין פרוי; דארט דערקלערט א פרוי, אז איר מאן איז ניט איר מאן; איין קינד גיט-אבער, אז זיין מאמע איז ניט זיין מוטער. די קרבנות פון דער ,מגפה' דערציילן די זעלבע מעשה: זיינער א קרוב האט ניט קיין עמאציעס; א טאנטע האט זיך אין גאנצן געענדערט איבערנאכט און האט איצט אן אייז-קאלטע פערזענלעכקייט; יענעמס ברודער האט ניט קיין נשמה אא"וו. דער יונגער דאקטאר פארזיכערט יעדן חולה, אז דאס מאדערנע לעבן פאראומערט א סך מענשן און אזא מין מרה-שחורה איז א סימפטאן פונעם היינטיקן לעבנס-שטייגער.י 1 Invasion of the Body Snatchers*י די לעצטע מענשן אין שטעטל פרובירן דערטויטן איינעם פון די מאנסטער,י וואס האבן איבערגענומען זייער היים.י י די היסטעריע איז טאקע ניט קיין קרענק; זי איז אבער דער אמת און די ,פאנטאזיארן' זיינען ווירקלעך די קרבנות פון א בייזער מגפה, וואס פרעסט די איינוואוינער פון דעם שטעטל. די עפידעמיע איז אין דער אמתן א ראסע פון אן אנדער וועלט, וואס נעמט-אן די פיזישע פארמע פון אירע אפפערן און רויבט-צו ביי זיי דעם זכרון. די באשעפענישן זעען-אויס פונקט ווי זייערע קרבנות; ס'איז דא נאר איין אונטערשיד - דער וויראדעק פארמאגט ניט קיין עמאציעס. נאך בלאנדזשען טויזנטער יאר צווישן די שטערן אין הויכן רוים געפינט זיך די ראסע מאנסטער א היים אויף דער ערד-קוגל. 1 י די ראסע קערפער-פרעסער איז א שטילע און קריכנדיקע ארמיי פאראזיטן. אין משך פון א פאר וואכן נעמען די מאנסטער איבער דאס גאנצע שטעטל חוץ צוויי מענשן, דעם דאקטאר און זיין פריינדינע. ענדלעך ברייטערט זיך די מגפה אויס אין די ארומיקע שטעטלעך און דערפער און האלט זיי אויך אין איבערנעמען. אויב די וויראדעקעס וועלן ניט פארניכטעט ווערן, וועלן זיי אומבאדינגט איבערנעמען אין גאר א קורצער צייט די גאנצע ערד-קוגל און אויף דער וועלט וועלן מער ניט עקזיסטירן קיינע מענשן. די פארזעענישן פארזיכערן דעם דאקטאר און זיין געליבטע, אז די פארוואנדלונג איז אין גאנצן שמערצלאז און די נייע וועלט וועט זיין אן עולם אן קיינע יסורים און אן שום אנגסטן! 1 י דער דאקטאר און זיין פארלויבטע פרובירן אנטלויפן פון שטעטל, כדי צו ווארענען דעם עולם וועגן דער געוואלדיקער געפאר. דער דאקטאר באווייזט צו אנטרינען טראץ דעם, וואס די פאראזיטן האבן אויפגעפרעסן דעם גוף פון זיין ליבלינג. אין משך פון דער אוונטדיקער הויפט-פארקער-צייט ווען דער מעדיקער שפרינגט-אראפ אויף א גרויסן שאסיי, הערן אים די מנובלים אויף נאכיאגן; דער רעדל-פירער זאגט: ,לאז ער אוועקלויפן; קיינער וועט אים קיינמאל ניט גלויבן'. 1 י סוף-כל-סוף געפינט זיך דער אנטלאפענער אין א משוגעים-הויז אין לאס-אנזשעלעס, וואו דער פסיכיאטער הערט-אויס די גאנצע מעשה און דערקלערט אים פאר א מטורף. בשעת דער פסיכיאטער פארלאזט די אונטערזוכונגס-קאמער, קומט-אריין א ווארטאר, וואס גיט אים איבער, אז ער דארף באטראכטן א קרבן פון אן אויטאמאבילן-צוזאמענשטויס, צוגעבנדיק, אז א לאסט-אויטא האט זיך צוזאמענגעקלאפט מיט א מאשין און די רעטונגס-ארבעטער האבן ארויסגעשלעפט דעם קרבן פון א מבול מיט גרויסע שויטן, וואס זיינען ארויסגעפאלן בשעתן אומגליק פונעם לאסט-אויטא. דער דאקטאר פרעגט דעם אמבולאנס-פירער, פון וואנען דער לאסט-אויטא איז געקומען; דער טרייבער ענטפערט: ,סאנטע-מירע', דאס שטעטל, פון וואנען דער ,מטורף' איז אנטלאפן מיט א פאר שעהען פריער. דער פסיכיאטער זעט-איין, אז די אויסטערלישע מעשה איז דער אמת און ער טעלעפאנירט תיכף-ומיד אין די פאליציי- און מלוכה-אנשטאלטן, אום באקאנט צו מאכן די גרויסע סכנה, אויף וועלכער די גאנצע מענשהייט ווערט אויסגעשטעלט! 1 |
בהלות מיט יללות
דערשראקן און דערשיטערט פון דער מאדערנער וועלט
לאווע גאווארטשיק, רעדאקציע-מיטארבעטער

דער קינא-פילם סאילענט גרין באשרייבט א פאראומרייניקטע, איבערבאפעלקערטע מיט טויטע אקעאנען וועלט, וואו די איבערקארפאראציע סאילענט פאבריצירט א היפשע פארציע פון די שפייז-פראדוקטן, וואס דער עולם עסט. די ארבעטסלאזיקייט און פארברעכערישקייט אין 2022 זיינען מוראדיק און ס'עקזיסטירט שטענדיק א מאנגל אין מזונות. סאילענט באשפייזט דעם עולם מיט זיינע וואפליעס. וואס קיינער ווייסט ניט איז, אז די וואפליעס ווערן געמאכט פון מתים. די גאנצע נאטור-אומגעבונג איז שוין טויט און ס'איז ניט דא וואס צו ,פאשן די חזירים'; סאילענט פארקויפט זיין נידערטרעכטיקע פראדוקט, באצייכענענדיק זי ווי פלעצעלעך געמאכט פון ים-גראז. צום סוף דערווייסט זיך איין פאליציאנט, אז סאילענט גרין ווערט ניט געמאכט פון קיין טאנג** נאר פון טויטע מענשן.
גראד ווען מ'מיינט, אז מ'האט שוין געזען און געהערט אלצדינג... אז מ'לעבט, דערלעבט מען: סאילענט גרין* איז שוין דא! איצט עקזיסטירט די פראדוקט סענאמיקס, א ,געשמאק-פארשטארקער'. סענאמיקס איז א געוואלדיקע פראדוקט, דערפאר ווייל מ'מאכט אים פון אפגעטריבענע פעטוסן. מ'צעמאלט די טויטע עמבריאנען אויף א פיינצוקער, און מ'שיט אים צו פארשידענערליי שפייז-פראדוקטן ווי סאדע-וואסער, שאקאלאד אא"וו. סאילענט גרין ווערט פראדוצירט פון טויטע מענשן און סענאמיקס ווערט פאבריצירט פון טויטע פעטוסן! דאס איז ניט קיין שקר און גארניט קיין גוזמא.
א חושך-מצרימדיקער שרעק-חלום איז איצט די לעבעדיקע רעאליטעט! ס'איז א פראנקן-וועלט מיט א פראנצעוואטער וויסנשאפט. ס'איז א טויט-שרעק!
*Soylent Green (1973)
**טאנג = ים-גראז

פון דער לעכערלעכקייט ביז דער גן-עדנדיקייט
די איטאליענער, דאס פאריקסטע פאלק אין דער וועלט-געשיכטע
האבן געשאנקען דעם עולם מער פון יעדן אנדער פאלק אויף דער וועלט;
די שווייצער, דאס שטילסטע און פרידלעכסטע פאלק אויף דער וועלט, האבן אין משך פון טויזנט יאר
געגעבן דער וועלט נאר איין זאך - דעם קוקו-זייגער!

דעם צארס מאמע
דאס איז די מעשה פון א מזלדיקער פריצה, די צאריצע מאריע, די פרוי פון אלעקסאנדער דעם דריטן. מאריע פעאדאראוונע איז צוזאמען מיט איר מאן געזעסן פון 1880 ביז 1893 אויפן רוסישן טראן. די קאמוניסטישע רעוואלוציע פון 1917 האט געמאכט א סוף מיט דער קייסערלעכער פאמיליע. א בראך האט געטראפן רוסלאנד און אן אומגליק האט געטראפן דעם צאר צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער. די אמאליקע צאריצע מיט נעכטיקע גליקן האט זיך ארויסגעמאכט פון רוסלאנד און האט זיך אריינגעקליבן אינעם קעניגלעכן פאלאץ אין קאפענהאגן, וואו איר פלימעניק קעניג כריסטיאן האט געוואוינט.
דער פאלאץ אין דער דענישער הויפטשטאט איז אבער ניט געווען גראנדיעז ווי די קייסערלעכע פאלאצן אין רוסלאנד. דעריבער, אז דער קעניג האט איבערגעגעבן זיין טאנטע דורך א באדינער, אז זי פארנוצט צו פיל עלעקטריציטעט אין אירע צימערן און זי מוז אויסלעשן די אלע ליכט, ווען זי פארלאזט א צימער. די אלטע אלמנה-צאריצע איז ארויסגעגאנגען פון די כלים און האט געמאכט א גראטשקע, אויסרופנדיק: ,כ'וועל אנלערנען יענעם פויער'. מאריע האט געהייסן איר משרת אנשטעלן יעדן לאמפ אין יעדן צימער אין אירע אפארטאמענטן, כדי די גאנצע פאלאטע זאל ווי א ניתל-בוים שיינען און פינקלען!

וועלינגטאן און נעלסאן: א טשיקאווע אנגעגעניש
לארד נעלסאן און דער הערצאג פון וועלינגטאן, די אימפאזאנטסטע צוויי מיליטער-לייט פון זייער דור, האבן זיך אנגעטראפן נאר איין מאל, אין בריטישן אויסערן-מיניסטעריום. זיי זיינען געזעסן איינער נעבן דעם אנדערן אין סאלאן, ווארטנדיק, אז דער אויסערן-סעקרעטאר זאל זיי אויפנעמען.
דער גענעראל האט דערקענט דעם אדמיראל אבער נעלסאן האט ניט געהאט קיין שום אנונג, אז ער זיצט נעבן דעם אייזערנעם הערצאג. זיין גראציע, דער הערצאג דערציילט אין זיינע מעמוארן, אז ער האט פארפירט מיט לארד נעלסאן א געשפרעך און נעלסאן האט גערעדט ווי דער גרעסטער נודניק און אידיאט, מיט וועלכן ער האט זיך ווען באקענט.
דער סעקרעטאר פונעם מיניסטער איז אריינגעקומען אין סאלאן און האט העפלעך איבערגעריסן דעם שמועס. ,אייער גראציע', האט דער סעקרעטאר געזאגט, ,צום באדויערן פארשפעטיקט זיך זיין עקצעלענץ אבער אין א פאר מינוטן ארום וועט ער זיך זען מיט אייך'.
לארד נעלסאן האט איינגעזען, אז ער איז געזעסן נעבן א הויכראנגיקן אריסטאקראט אבער ער האט נאך דעמאלט ניט געוואוסט, מיט וועמען ער האט ערשט גערעדט. דער אדמיראל האט תיכף-ומיד אויסגענוצט זיין גאנצן חן. וועלינגטאן ענדיקט דעם אנעקדאט מיטן קאמענטאר: ,ביי יענעם מאמענט האט זיך דער נארישסטער שמועס פארוואנדלט אינעם אינטערעסאנטסטן געשפרעך, וואס כ'האב אמאל געהאט אין לעבן!'

די טרוימען-דימענסיע
וואו אלץ קאן זיך דאך פארווירקלעכן און אלץ ווערט טאקע מקוים!
ארום און ארום... ווי א רינגל אין א רינג, ווי א רעדל אין א ראד,
וואס דרייט זיך תמיד ווי א זיך אייביק-דרייענדיקע ווענדל;
אזוי דרייען זיך די קלעפקעס ביי א מענש אין מוח!
Round, like a circle in a spiral, like a wheel within a wheel,1
Never ending or beginning on an ever spinning wheel...1
1!Like the circles that you find in the windmills of your mind

וואו מ'באקעמפט און באזיגט די צייט!י
די צייט איז מצד אונז!י
דריי-צוריק די ווייזער פונעם זייגער!
אן אלט פארפאלק, א פיינער זקן מיט זיין טייער, איידל ווייבעלע, איז געזעסן אויפן דיוואן ביי זיך אין דער היים און זיך דערמאנט אין די יארן ווען זיי זיינען געווען יונג, שטארק און שיין. זיי האבן זיך געפאסמאקעוועט מיט די אלע וואונדערבארע און געשמאקע זכרונות און מיטן גאנצן הארצן זיך געוואונשן צו זיין ווידער א מאל א בחור און א מויד.
צו רייד איז געקומען דאס אלטע ליד דריי-צוריק די ווייזער פונעם זייגער. די אלטע צוויי יידן האבן גענומען זינגען דעם שלאגער פון די 50ער יארן און פארגעזונגען מיט אזא כונה און געפיל... ווען זיי זיינען געקומען צום סוף, האבן זיי זיך ארומגעקוקט און איינגעזען, אז זיי זיינען ווידער יונג!
דער גורל האט געהערט אין דער אייביקייט זייערע קולות, איבערפול מיט בענקשאפט, וואס האט אים גערירט אזוי טיף אין הארצן, אז ער האט באוויליקט זייער וואונש און צוריקגעדרייט די זייגער-ווייזער.

פון שטעטל ביז שטאט
פון דער אלטער היים ביז דער נייער וועלט
יעקב קארנפעלד, הויפט-רעדאקטאר
פון דער אלטער היים ביז דער נייער וועלט
יעקב קארנפעלד, הויפט-רעדאקטאר
פון א שווערן מעטאל ביז אן עכט-יידישלעכער שטעטלדיקייט

דער שטעטלדיקער פולס האלט-אן*
ליבע לאנדסלייט, ניט קוקנדיק אויף דעם, וואס מיר לעבן מער ניט אין שטעטל, האלט דער היימישער פולס אן, ווייטער אן און נאך ווייטער אן! דער שטעטלדיקער פולס פון דער אלטער היים פארוויילט זיך און האלט זיך אפילו אויף אויך אין דער נייער וועלט. אזא פולס דויערט-אן און קלינגט נאך איבער דער גאנצער וועלט. יא, די זיסע, שטעטלדיקע לעבנס-מעלאדיע מיט איר שטארקן פולס זאגט זיך אפ צו שטארבן און זעצט זיך פאר, ווייטער פאר און נאך ווייטער פאר! א פשוטן יידיש הערט מען נאך ביזן היינטיקן טאג אין די סאפיסטיקירטע מעטראפאליעס אין די איידעלע לענדער אין אלע טיילן וועלט.
א געוואלדיקע הוליאנקע אין אן עלעגאנטער בודע איז א גלענצדנדיקער זשארגאן, א מוסטערהאפטער ביישפיל פונעם אמאליקן סלענג ביי די לעב-יונגען, הולטייען און סאלאן-לייבן. ווען מ'פאסמאקעוועט און אטכאיעט זיך מיט אזעלכע ווערטער פונעם געשמאקן שטעטל-זשארגאן, באווייזט און באטאנט דאס, אז עד-היום-הזה קאן מען טאפן דעם שטעטלדיקן פולס און אים פילן אויף דער לופט.
*And the beat goes-on
און דער פולס האלט-אן ווייטער און נאך ווייטער!
ליבע לאנדסלייט, דער שטעטלדיקער פולס קלאפט אייביק לזכרון דער אלטער היים. אט-אזא דופק אנטזאגט זיך אומצוקומען אין דער מאדערנער וועלט און האלט-אן ווייטער און נאך ווייטער מיט א געוואלדיקן עקסטאז! שטעלט ניט קיין יארצייט און זאגט ניט קיין קדיש נאך דער יידישער קולטור, ווייל זי שטייט-אויף תקיעת-המתים אין דער מאמענט. אונזערע לוסטיקע זקנימלעך מאכן ניט בלויז א מחיהדיקע צייטשריפט, נאר זיי שאפן אויך א נייע קולטור און פרעסע פארן מאדערנעם עולם.
דער מאמענט קריכט-אריין אין יעדן לעכעלע, שפעלטל און שפארונקעלע, בכדי צו געפינען טשיקאווע טעמעס און צושטעלן דעם עולם די אינהאלטס-רייכסטע און אינטערעסאנטסטע ארטיקלען; דא אין רעדאקציע ווענדט מען אן אלע כוחות און רייסט מען איין די וועלט, אום צוצושטעלן אונזערע לייענער דאס אויבערשטע פון שטויסל.
דא דרוקן מיר א פאר לויב-בריוו פון אונזערע לייענער. ליבע לאנדסלייט, דער שטעטלדיקער פולס האלט-אן ווייטער און נאך ווייטער דא אין דעם שקיעה-שטעטל, וואו ס'איז תמיד יום-טוב און ס'איז שטענדיק נאענט צו דער שקיעה! און אזוי ווי דער שיינער טאג ענדיקט זיך קיינמאל ניט אין שקיעה-לאנד, האלט דער שטעטלדיקער פולס אין איין קלאפן און דורכווייקן די אטמאספערע אין דער היינטיקער וועלט.

דער מאמענט איז אן אקאדעמיש בלאט גוטע ברידער: 1 י דער מאמענט איז ניט בלויז אן אוואנגארדיסטישע צייטונג, נאר זי איז אויך אן אקאדעמיש בלאט, וואס דרוקט אינהאלטסרייכע ארטיקלען אויף וויכטיקע און אינטערעסאנטע טעמעס, און מיט פוס-נאטעס נאך! שטעלט זיך פאר א יידישע צייטשריפט מיט פוס-נאטעס אין יאר 2018. דאס לשון אין אייער זשורנאל איז רייך, עלעגאנט און מליצהדיק און איז ניט צום פארגלייכן, אפילו ניט מיט דער שפראך אין די גרויסע טאג-בלעטער אין ווארשע און ווילנע צווישן די צוויי וועלט-קריגן. 1 י ס'איז א מחיה צו זיצן אין דער היים און לעזן אייער פובליקאציע. ס'האט מיך געטראפן א גאלדן גליק, אז כ'האב זיך אנגעשטויסן אין אינטערנעט אויף דער מאמענט! 1 י מיט דרך-ארץ, ישכר מעלניקאוו, מיאמי 1 | דער מאמענט פולסירט ביי אים אין גייסט!י זייער געערטער שעף-רעדאקטאר: 1 י דער מאמענט איז א שאץ-קאמער פאר שפראך-פארשער, באזונדערש פאר די יידישיסטן, וואס אינטערעסירן זיך צו ריידן א היימישן און פאלקס-שטימלעכן יידיש אזוי ווי מ'האט אמאל גערעדט אין מזרח-אייראפע. אייער צייטונג פליסט-איבער מיט כלערליי אוצרות! 1 י דער שרייב-סטיל אין אייער צייטשריפט איז הן אומפארגלייכבאר הן אומפארשטעלבאר. מייסטערהאפט און מוסטערהאפט איז דער אופן ווי אזוי אייערע זשורנאליטטן שרייבן. כ'בין זיך מחיה מיט די געשמאקע און עכט-יידישלעכע זאצן ווי, למשל: דער ארבעטס-טאג זאל ניט, דארף ניט און מוז ניט זיין נודנע; מאכט מחיהדיק א בלאסן מאנטיק אדער א וואכעדיקן מיטוואך ביי דער ארבעט דורך לייענען ,דער מאמענט'! 1 י ווען כ'פיל זיך דערשלאגן, לעז איך אייער וואונדערבאר בלאט און ביי מיר פארשווינדט תיכף די מרה-שחרוה! 1 י מיט דרך-ארץ , יחיאל לאנדסמאן, טשיקאגע 1 |

מוישקע, כ'האב דאס געפיל, אז
מיר געפינען זיך שוין מער ניט
אין שטעטל
בערל סעלצער, קארעספאנדענט, מיאמי

כשרן געלט און שייערן די געהירן*
דער טיטל פון דעם בוך, וואס שטייט אפגעדרוקט הארט ביי די דאזיקע שורות איז קלייבן זיך צו ריידן יידיש. אמאל, וואס מיינט ניט לאנג צוריק אין אט-דעם פאל, האט א ייד גערעדט יידיש, ווייל ס'איז געווען מאמע-לשון, וואס רעדט זיך. דאס זיינען געווען די יארן ווען א ייד אין שטעטל האט גערעדט בלויז נאר יידיש. די שטעטלעך און דערפער אין די אלע לענדער אין מזרח-אייראפע זיינען איבערגעפלאסן מיט אזוינע יידן, פשוטע בעל-מלאכהס, בעלי-עגלות און סוחרים צוזאצען מיט זייערע ווייבער און קינדער, וואס האבן אויסגעלעבט די יארן בלויז נאר מיט יידיש.
וואס האט דעריבער כשרן געלט מיט שייערן די געהירן צו טאן מיט דער באבעס חלה אדער דער מאמענס קוגל אין דער אלטער היים? וואס האט דער זיידע געוואוסט פון א גזלן, וואס כשרט געלט אדער א שפיאן, וואס זיינע געהירן ווערן געשייערט אין א פייניקונגס-קאמער? ווי קומט הודו צו כוש? ווי ס'איז דער שטייגער ענטפערט א ייד א פראגע מיט נאך א פראגע! מה נשתה התקופה הזה?
א ייד אין דער נייער היים קלייבט זיך צו ריידן יידיש, ווייל ער קען צום ווייניקסטן איין אנדער לשון. אין דער נאכחורבנדיקער וועלט האט יהודי א ברירה, טאקע מיט ממתקים א וועלט מיט אויסוואלן. אמאל האט א פשוטער בן-ישראל ניט געהאט קיין שום אויסוואלן. אפילו די פשוטע יידן אין דער היינטיקער עפאכע זיינען ניט אזוי פשוט ווי אמאל! די באבע און די מאמע אין שטעטל האבן גארניט געוואוסט פון כשרן געלט און שייערן די געהירן; די מערסטע מאמעס און באבעס ווייסן איצט פון אזוינע גנבישע און מזיקישע מעשים.
דאס רוב פרומיאקעס, וואס רעדן יידיש ביי דער ארבעט און אין דער היים ווייסט פון כשרן געלט און שייערן די געהירן צוזמען מיט א סך אנדערע, נייע באגריפן, וואס האבן קיינמאל ניט עקזיסטירט אין דער אלטער וועלט. די פשוטע יידיש-ריידנדיקע פון דער היינטיקער תקופה וואוינען אין גרויסע שטעט און רעדן א גרויסשטאטישן יידיש, וואס שליסט-איין פרעסע-באריכטן און שמועסן וועגן גנבים, וואס כשרן געלט און פארשוויגענע אפעראציעס, אין וועלכע מ'שייערט א געפאנגענעם די געהירן.
יא, חברים, די היינטיקע וועלט איז א מעטראפאליטישע וועלט. אפילו די אלטע באבעס און זיידעס פון דער אלטער היים, וואס וואוינען אין די גרויסע שטעט אין דער נייער וועלט לייענען און הערן אויך די נייעס-באריכטן וועגן א שפיאן דא, וואס איז דערמארדעט געווארן מיט א סם-המוותדיקן נערוון-גאז און א שפיאן דארט, וואס איז דערטויט געווארן מיט א ראדיא-אקטיוון טויט-גיפט. ליבע לאנדסלייט, ס'איז טאקע באמת א מאדערנע וועלט, וואו די גויים ווילן אויך כשרן געלט און די אלגעמיינע פרעסע שייערט דעם עולם די געהירן מיט ,שארלאטאנסקע נייעס'. ס'איז א גרויסשטאטישע וועלט מיט קאסמאפאליטישע באגריפן.

דער מאמענט איז תמיד צוערשט מיטן סקופ!
דער פארפלוכטער מאמענט האט אונז געשטעלט ווידער אמאל צו שאנד מיט אן עקסקלוסיוון באריכט.
* * *
דער אמת מיט אן אלף
אזוי לעבט מען אין די מערסטע מדינות אויף דער וועלט!
פ"ר ד"ר רחמיאל פישביין, הויפט-קארעספאנדענט

דער אמת מיט אן אלף איז פאר א גענעראציע צעבאלעוועטע נודניקעס און יאלדן, וואס זיינען אויסגעוואקסן בשעת א רייכער און ,איידעלער' עפאכע אין א גאלדענער מדינה. די פאלגנדיקע פאקטן מאכן מיר באקאנט פאר א דור, וואס ווייסט גארניט מיט גארניט און וויל הערן בלויז נאר באבע-מעשיות.
אחוץ צפון-אמעריקע און אייראפע ווערן, אזוי ווי שטענדיק, די אלע מדינות געהערשט פון א געלט-גיריקן דיקטאטאר. אין אזוינע לענדער בושעווען א געוואלדיקע ארבעטסלאזיקיט, א מאנגל אין ריין וואסער און א דוחק אין מזונות! אזוי איז דאס, אזוי איז תמיד געווען און אפשר וועט שטענדיק זיין אזוי!
* * *
תכלית מיט שכל! אין א סך סיטואציעס זיינען פאראן בלויז נאר צוויי אויסוואלן: א) אדער ב). אין אזוינע סיטואציעס איז ניט דא קיין ג) אדער ד); דעריבער מוז מען אננעמען א באשלאס און אפקלייבן איינע פון די צוויי ברירות. צום עפסטן טאר מען ניט שאפן אין א מצב קיין דריטן אדער פירטן אויסקלייב. ס'וואלט געווען גאנץ פיין, אויב מ'זאל קאנען צושרייבן נאך א פאר ברירות צו די ענטפער, וואס שטייען געשריבן הארט ביי א פראגע. מיר ווינשן, אז אזוי זאל זיין.
אין וואס האנדלט זיך דאס דא? אט-אזא קאמענטאר האט צו טאן מיט דער לעבעדיקער ווירקלעכקייט, מיטן רעאלן לעבן בכלל און מיט דער רעאל-פאליטיק בפרט. אין רוסלאנד אין משך פון דער קאמוניסטישער רעוואלוציע איז באמת געווען נאר צוויי אויסוואלן: די באלשעוויקעס און די לאיאליסטן. די דעמאקראטיע האט קיינמאל ניט געהאט קיין שאנס צו בליען אין רוסלאנד. דער קאמוניזם איז געווען א סך ערגער פונעם צאריזם! אלזא, איז דער ענטפער עוואלוציע און ניט רעוואלוציע. די סיטואציע איז געווען ענלעך אינעם שפאנישן בירגער-קריג, וואו די רעפובליקאנער (די קאמוניסטן) האבן געקעמפט קעגן די לאיאליסטן (די פאשיסטן), וואס האבן ענדלעך געזיגט אין דעם געוואלדיקן און פארשלעפטן סכסוך. אין איראן אין פארלויף פון דער רעוואלוציע, וואס האט אראפגעזעצט דעם שאך האט מען געהאט נאר צוויי ברירות, די מאנארכיע אדער די טעאקראטיע. אזוי ווי אין רוסלאנד איז דער איסלאמיסטישער רעזשים אין איראן געווען פיל ערגער פון דער רעגירונג פונעם שאך! די דעמאקראטיע האט קיינמאל ניט געהאט קיין שום אויסזיכטן צו זיגן אין ביידע מצבים, דערפאר ווייל זי איז דערשטיקט געווארן אין וויגעלע!
די געשיכטע ווייזט, אז דער גורל שטעלט אפט צו דעם עולם נאר א פאר אויסוואלן... און גאנץ אפט באט דער שיקזאל אן ניט קיין אויסוואלן, ווייל ער אליין נעמט-אן דעם באשלאס און די מענשהייט דארף דאס אקצעפטירן! דאס איז דער אמת מיט אן אלף.

חן מיט כריין
שטעטלדיקע עצות פאר א גרויס-שטאטישן עולם
שטעטלדיקע עצות פאר א גרויס-שטאטישן עולם

א פינצטער און פארלאזן געסל
דאס איז סיי א פיקטיוו סיי א רעאל געסל, וואו יעדער מענש שטייט און גייט עטלעכע מאל אין לעבן. ס'איז א פינצטער און פארווארפן שטראזל, וואו מ'גייט שפאצירן שפעט ביי נאכט, ווייל מ'פילט זיך טרויעריק און איינזאם און מ'גלויבט, אז מ'האט ניט קיין פריינט און נאר א וועלט מיט צרות. דאס געסל איז נאך איינזאמער פון דער עלנטקייט, וואס בושעוועט ביים מרה-שחורהניק אין הארצן.
דער דערשלאגענער יחיד קוקט זיך ארום, האפנדיק צו זען, אז ס'זאל אים ארומזוכן און נאכפאלגן א ליבער פריינט... און אזוי ווי דער שטייגער איז, איז קיינער ניט דארט. דער מוסר-השכל איז: מ'מוז אכטונג געבן אויף זיך אליין; מ'דארף זיך פארלאזן אויף זיך אליין און בלויז נאר אויף זיך אליין, מחמת גאר אפט אין לעבן געפינט מען זיך אויף דעם איינזאמען געסל.

א גיילעם מיט א צלם*
געשמאקע עצות פון א געוואלדיקן ליטוואק
זיך ראנגלען מיט א חזיר איז ניט כדאי,
ווייל ביידע צדדים ווערן שמוציק
און דער חזיר איז זיך מחיה מיטן שמוץ!
*א גולם מיט א צלם רעדט א ליטוואק אויס אזוי: א גיילעם מיט א ציילעם. דער דאזיקער אויסדרוק גראמט זיך נאר אין ליטוואקלאנד.

דאס זכרונות-געסל
א שפאציר אין דער פארגאנגענהייט
קיין שום מחיהדיקערס איז ניט דא
ווי אן אלטמאדישער שפאציר אינעם שיינעם אמאל!
זיי גייען זיך שפאצירן מיט א שטעקן און א פאראסאל,
פירנדיק אויף אן אנטיקן לשון אן אלטמאדישן שמועס וועגן אלטפרענקישע זאכן.

ניט שוין זשע איז די ווירקלעכע וועלט
שענער פונעם אבסטראקטן עולם?
ס'קאן ניט זיין קיין אבסטראקטערס
און אומווירקלעכערס
פון דעם, וואס מען זעט טעטזעכלעך.
דזשארדזשיא מאראנדי, מאלער
דער עולם איז איין גרויסארטיקער אבסטראקט,
וואס באשטייט פון א וועלט מיט קלענערע אבסטראקטן.

דער ארבעטס-טאג זאל ניט, דארף ניט און מוז ניט זיין נודנע!
מאכט מחיהדיק א בלאסן מאנטיק אדער א וואכעדיקן מיטוואך
דורך לייענען דער מאמענט!

אייער היים אין מיאמי
1775 קאלינס אווענו, מיאמי-ביטש, 33139 305.534.6300 * raleighhotel.com

די שענסטע טיש-טיכער און קליידער פאר פרויען
Mister Tablecloth
אייער חבר אין סאנקט-טאמאס www.mrtablecloth-vi.com
D5180 Dronningens Gade, Ste. 1, St. Thomas, USVI 00802
מיר שיקן פעקלעך אין אלע טיילן וועלט.

די שענסטע וואקאציע-הייזקעס אין סאנקט טאמאס!
Lady Dove & Sweet Cottage
אייער היים ווען איר זייט אויף וואקאציע
שטעלט זיך אין דער פארבינדונג מיט סעלווין
www.rebelcharter.com * 340.998.8272 * ladydovevi@gmail.com

דער לעינסבארא
דאס אויבערשטע פון שטויסל אין סאמע הארצן פון לאנדאן
www.lanesborough.com