,דער מאמענט' איז אן אלוועלטלעכע, אומפארטייאישע, אינטערנאציאנאלע צייטונג,
וואס איז פאר דעמאקראטישע פרינציפן פאר אלע פעלקער אין אלע לענדער.
* * *
א גאנצער מעת-לעת אין גאנצן אויף א גאנץ-יידישלעכן יידיש!
דער פעברואר-נומער וועט דערשיינען היינט בחצות.

,אויסערן קעסטל'
דער אויסדרוק ,אויסערן קעסטל' איז אן אמעריקאנער זאגעכץ, וואס באדייט טראכטן אויף אן אייגנארטיקן שטייגער, נעמלעך, צעשמעטערן די אלטע פארמען און נארמען. גאר א סך מענשן איז שווער צו דענקען אויף א נייעם אופן אבער מ'מוז גאנץ אפט פארמולירן נייע מעטאדן, כדי צו פרעזערווירן אדער ענדערן צום גוטן א מצב.
עד-סוף-כל-הדורות קאנען מיר זיך לויבן ווי די לעצטע שרידים-ופליטים פון א פארשוואונדענער, פארשניטענער וועלט און זיך באצייכענען ווי ,די לעצטע מאהיקאנער' אבער אזא יללה טויג אויף כפרות. אזעלכעס קלייבן מיר זיך אפילו ניט צו טאן. מיר שטרעבן צו שאפן א נייעם עולם מיט נייע אידייען. אנשטאט צו באוויינען די אמאליקע וועלט צוזאמען מיט אירע אנטיקענע אידעאלן, איז גרינגער און בעסער צו באזינגען א פרישן אנהייב אין א נייער וועלט מיט אייגנארטיקע אידייען.
,דער מאמענט' איז זינט זיין געבורט א ניימאדישע צייטשריפט. ס'איז שוין צייט צו גיין ווייטער און באהאנדלען נאך אינטענסיווער די פראגע, ווי אזוי צו פאראייביקן די יידישע שפראך און קולטור און, איינצייטיק, ווי אזוי צו פארשענערן און פארגרעסערן אונזער טייערן ,מאמענט'. אפשר זיינען די צוויי איינס און דאס זעלבע? צום נייעם יאר זוכן מיר נייע אידייען און פארמולעס.
מיר ווייסן, אז די צאל יידיש-רעדנדיקע ווערט וואס אמאל קלענער און ס'איז כמעט ווי אוממעגלעך צוריקצושלאגן אזא כוואליע. מיר פארשטייען, אז אונזער דערפאלג איז אן אויסנאם-דערשיינונג און אז אזא הצלחה האבן מיר א דאנק דעם אינטערנעט. אזא דערפאלג באווייזט, אז אלץ אויף דער וועלט איז מעגלעך!
אין משך פון דעם נייעם יאר וועלן מיר אויסטראכטן פרישע אידייען און אויסנוצן נייע מעטאדן, ווי אזוי ווידער צו באלעבן די יידישע קולטור און צו פארבעסערן אונזער צייטשריפט. אונזער דערפאלג אינעם נייעם יאר וועט זיך ווענדן אויך אין אייך, אין אייער ברייטהארציקייט און אין אייערע טעטיקייטן.
צום נייעם יאר ווינשן מיר אלדאס גוטס אלע אונזערע לייענער און פריינט.
_______________________________________________________

געזוכט: נייע אידייען

,מיין מיסיע איז פארטיק', דערקלערט סנאדען
דער וועלט-בארימטער ,שפיאן' עדווארד סנאדען האט דערקלערט פאר-אכט-טאגן, אז זיין מיסיע איז שוין פארטיק, נאכדעם ווי ער האט ביי די לעצטע חדשים געהאט פארעפנטלעכט די סודות פון דער נאציאנאלער זיכערהייטס-אגענטור. סנאדענס פארעפנטלעכונגען האבן ארויסגערופן גרויס אויפגעבראכטקייט סיי ביי אמעריקאנער בירגער סיי ביי אנדערע לענדער.
אין אן אינטערוויו מיט ,די וואשינגטאן פאסט' האט סנאדען אויסגעדרוקט צופרידנקייט, אז א דאנק אים האט די פרעסע געקאנט באקאנט מאכן, ווי די אמעריקאנער רעגירונג זאמלט מאסנווייז צונויף כלערליי אינפארמאציעס און ווי די טעטיקייט מצד דער רעגירונג האט זיך כפל-כפלים פארגרעסערט זינטן 11טן סעפטעמבער 2001. ,די מיסיע איז פארטיק. כ'האב שוין געוואונען', האט סנאדען באשטימט.
ווי באלד די זשורנאליסטן האבן זיך גענומען צו דער ארבעט, זיינען מיינע טאטן רעכטפארטיקט געווארן', האט סנאדען דערציילט, צוגעבנדיק, ,כ'האב ניט געוואלט ענדערן די געזעלשאפט; כ'האב געגעבן דער געזעלשאפט די געלעגנהייט צו באשטימען, צי זי זאל זיך אליין בייטן'.
פרעזידענט באראק אבאמע האט לעצטנס געגעבן אנצוהערן, אז ער טראכט צו עדנערן עטלעכע מעטאדן, ווי אזוי די זיכערהייטס-אגענטור רעקארדירט מאסנווייז טעלעפאן-געשפרעכן, כדי צו בארואיקן דאס פובליקום און שטילן זיין אויפגעבראכטקייט.
פרעזידענט אבאמע האט באקאנט געמאכט זיין מיינונגס-ענדערונג בעת דער זעלבער וואך, ווען א פעדעראלער ריכטער האט דערקלערט פאר אומגעזעצלעך די אקציעס פון דער נאציאנלער זיכערהייטס-אגענטור. א רעגירונגס-קאמיטעט האט לעצטנס פארגעשלאגן צו ענדערן 46 פונקטן, ווי די אגענטור הערט-אונטער עלעטראנישע קאמוניקאציעס.
_________________________________________________________

ניי-יאר-באגריסונגען
אלגעמיינע באמערקונגען
דאס נייע יאר איז שוין דא! כאטש דאס איז דער אנהייב פונעם ,גויאישן' יאר (דאס קאלענדאר-יאר) זיינען מיר פארט צופרידן און אויפגעהייטערט, ווייל א פרישער אנהייב איז שטענדיק גוט און מיר זיינען תמיד מיט 100% פאר א פרישן אנפאנג! מיר זיינען זיך מחיה מיט אלץ, וואס איז גוט.
מיר ווינשן אייך אלעמען א גוט, געזונט ניי-יאר פול מיט כלערליי פריידן און פריילעכקייטן!
לוסטיק, פריילעך און מחיהדיק
אונזערע לייענער פאסמאקעווען זיך מיט די טעגלעכע אנאנסן און שייכותדיקע לאזונגען בנוגע אונזער צייטשריפט ווי, למשל, ,מאנטיק ביי דער ארבעט זאל, דארף און מוז ניט זיין בלאס און נודנע; מאכט לוסטיק און פריילעך דעם אנהייב ארבעטס-וואך דורך לייענען ,דער מאמענט. ס'איז געשמאק, מחיהדיק און כדאי!' א סך לייענער גיבן אונז איבער אין זייערע בריוו אין רעדאקציע, אז זיי האבן ניט בלויז גענומען לייענען אונזער טייערן ,מאמענט' ביי דער ארבעט, נאר זיי האבן שוין אויך אנגעהויבן ריידן יידיש מיט אנדערע מיטארבעטער און קאלעגן! ניט קיין ליגן און גארניט קיין גוזמא!
היינטצייטיק, ניימאדיש און מאדערן
די אלטע און אלטמאדישע לאנדאנער זיינען ברוגז און דערקלערן די ניימאדישע יונגאטשן און היפסטער, אז לאנדאן איז גוט גענוג אזוי אזוי ווי עס שטייט! ס'איז ניט גענוג, אז די לעצטע מאדע ביי יונגע לאנדאנער איז אויספוצן זיך ווי ניו-יארקער היפסטער אבער גענוג איז גענוג, ווען ס'האט צו טאן מיט דער לעצטער בוי-קונסט און מאניע ביי ארכיטעקטן אויפצושטעלן ניימאדיש-הויכע בנינים מיט דירות, וואס זעען-אויס ווי די גלעזערנע וואלקן-קראצער אין ניו-יארק און הייסן ,דער סאהא', ,די טריבעקע', די טשעלסי' אא"וו, די נעמען פון ניימאדישע געגנטן פאר יונגאטשן מיט א שיינער פאר קאפקעס אין קעשענע, וואס פאלן כורעים פאר די לעצטע מאדעס.
וועלט-שמערץ און שאדן-פרייד
מיט 100 יאר צוריק, אין יולי 1914, איז אויסגעבראכן ,דער גרויסער קריג', די מלחמה, וואס האט געענדערט די וועלט. יענע געוואלדיקע מלחמה האט געמאכט א סוף מיטן אלטן עולם און געמאכט פון פיל קולטורן שווארצע בלאטע.
דער גרעסטער קרבן פון דער ערשטער וועלט-מלחמה איז געווען דער אפטימיזם, וואס האט געהערשט אין משך פונעם 19סטן יארהונדערט. דער גרויסער קריג האט אפגעפגרט דעם וויקטאריאנישן אפטימיזים, א גלויבן אין א פאזיטיווער צוקונפט.
ישראל האט נאפט!
די יידישע מדינה איז איצט איז איצט רייך אין נאפט און וועט אין דער נאענטער צוקונפט ווערן רייך ווי קורח פון פארקויפן נאפט. די ענערגיע-קארפאראציע ,שמן' האט לעצטנס אנטדעקט א ריזיקן נאפט-לאגער אונטערן ים אין א טעריטאריע, וואס געהערט צו מדינת-ישראל. דער נאפט-לאגער ליגט 19 קילאמעטער פון ים-ברעג אין אשדוד און 5,000 מעטער אונטער דער אקעאן-אויבערפלאך.
ריידנדיק וועגן משיח
אין היינטיקן ,ד"ר זיסקינדס ווינקל' דערשיינט א גלענצנדיקער ארטיקל, פול מיט לשון-קודש, וועגן הרב יצחק כדורי זצ"ל, וואס האט קורץ פאר זיין טויט פארויסגעזאגט, אז דער רוח-משיח זיצט שוין אין א ייד אין ישראל און משיח וועט קומען, נאכדעם ווי אריאל שרון וועט שטארבן. ס'מאכט אונז גארניט אויס, וואס הרב כדורי האט פארויסגעזאגט, ווייל א סך מקובלים דערקלערן פיל זאכן. אזוי ווי אמעריקע איז ישראל א פריי לאנד, וואו מ'מעג זאגן, וואס נאר מ'וויל.
ווען א באקאנטער ,רבי' ווי הרב כדורי דערקלערט, אז דער משיח איז שוין אויף דער וועלט, מאכט ער זיך אן אייגענע צרות און פאלט ער אריין אן א פאסטקע, וואס ער האט אליין געשאפן. אזא באקאנטמאכונג איז אזוי ווי די דערקלערונגען פון די משוגענע ווידער-געבוירענע פריידיקער אין אמעריקע וועגן דער דאטע, ווען דער אותו-האיש וועט צוריקקומען און אויסלייזן די וועלט פון אלע ליידן.
ס'איז אינטערעסאנט, אז אין משך פון א סך יארהונדערטער, אז אין פארלויף פון צוויי יארטויזנטער איז דער מלך-משיח מגולגל געווארן אין א וועלט-דערלייזער. דאס פאלק ישראל האט שוין פארגעסן, אז דער משיח איז ניט קיין וועלט-דערלייזער און בעל-מופת, נאר א בעל-מלחמה און א מלך-ישראל, א העלדנמוטיקער מענש, וואס טוט אויסגערגעוויינלעכע מעשים ווי, לשמל, אפגעבן דעם יידישן פאלק אן אייגענע הערשאפט, איבערבויען דאס בית-המקדש וכדומה.
מיר ווינשן, אז ס'זאל זיין אזוי גרינג, אז איין מענש זאל קאנען פארוואנדלען דעם עולם-השקר אינעם עולם-האמת, אין א וועלט, וואס ליידט ניט קיין יסורים, וואו ס'איז ניט קיין טרויער וכדומה. ביז וואס ווען ס'וועט זיך פארפוויקלעכן אזא טרוים, מוזן מיר לעבן אין דער אמתער וועלט און אננעמען די וויקלעכקייט.
דעם אמת געזאגט ... מוז מען ניט אננעמען די רעאליטעט, ווייל מיר לעבן אויף אן עולם, וואו א וועלט מיט מענשן שאפט אן אייגענע וואר!
כשרות אין שטעטל
אין די פאראייניקטע שטאטן ווי אויך אין די אלע אנדערע ציוויליזירטע לענדער איז מען צעבאלעוועט, אמעריקע גנב! דא רעדט מען וועגן כשרות, וועגן אן אלטמאדישן, שטעטלדיקן כשרות. כשר אין דער אלטער היים איז געווען אנדערש פון כשר אין דער נייער! ווי אזוי איר פרעגט?
אין מזרח-אייראפע פאר דער שואה האט מען, באזונדערש אין פראווינץ, ניט געוואוסט פון קיין פריער- אדער שנעל-צוגעגרייטע מאלצייטן. אלץ, וואס איז כשר האט מען דאס אליין געמאכט און געקאכט אין דער היים. די נאכמלחמהדיקע עפאכע האט צעבאלעוועט דעם עולם! מ'געדענקט ניט, אז אין דער אלטער היים האבן ניט עקזיסטירט קיין סופערמארקן און עלעקטרישע פראסט-שרענק. אין שטעטל האט מען אלץ אליין געמאכט מיט די אייגענע הענט און שווייס כדין-וכדת און געכשרט אלץ מיט א ברכה.
קוקאראטשקעס און לאטרינען
א מיטארבעטער אונזערער איז באפריינדעט מיט זייער א געערטער דאמע, וואס איז אמאל געווען פארהייראט מיט א יאפאנישן אריסטאקראט, פרינץ טאקאמאצו, היראהיטאס פלימעניק. אונזער טייערע פריינדינע איז באקאנט ביי אונז ווי די פרינצעסין ,טאקע-מצה'.
ס'איז א קורווישע וועלט
כאפט-אן דאס געלט און אנטלויפט ווי צום שנעלסטן איז ניט קיין פילאסאפיע, נאר א קאשמאר! ,יעדער פאר זיך' און ,טוט, וואס איר ווילט' זיינען די צוויי לאזונגען, וואס צעשטערן אונזער געזעלשאפט. ס'איז אמת, אז דער אמת דינט נאר אן עולם, וואס שעצט אים הויך.
ס'קאן דאך זיין
ס'קאן דאך זיין... און טאקע מיט ממתקים קומט עס פאר! אין ניוארק, די גרעסטע שטאט אין ניו-דזשערזי, פירט אונזער פרעזידענט און גרינדער ד"ר אוצר נאמאסט א געוואלדיקן מסחר. די דאזיקע שטאט, וואס האט געליטן גרויסע יסורים און האט זיך קיינמאל ניט דערהאלט פון די ראסן-אומרוען אין 1967, שטייט ענדלעך אויף תחית-המתים. דער צענטער שטאט ווערט רעמאנטירט און איבערגעבויט מיט וואלקן-קראצער. אונזער חשובער פרעזידענט האט דארט געשעפטלעכע באציאונגען מיט פרעסטיזשפולע בויער, גרונט-אייגנטימער און מעבל-מאכער, אלע יידן פון דער אלטער היים.
דערלויבט אונז צו דערציילן די מעשה אויף אן אייגענעם אופן. בכדי קלערער צו מאכן די דאזיקע מעשה און צושטעלן די לייענער מיט א שיינע פאר פיטשעווקעס, דארפן מיר מאכן אן אומוועג און פארקריכן אין האצעפלאץ. יצחק באשעוויס זינגער שרייבט אין זיין דאנקס-רעדע צום באקומען די פרעמיע נאבעל, אז יידיש איז א שפראך, וואס האט ניט קיין וואפן-טערמינאלאגיע, ניט קיין טערמינאלאגיע פאר וויסנשאפט, בויעריי אא"וו. אין צוזאמענהאנג מיט זיין קאמענטאר, אז ס'פעלן יידיש ,ניימאדישע' ווערטער, דא דרוקן מיר איבער אן ארטיקל פון חבר זינגער, וואס איז דערשינען גלייך נאכן חורבן אינעם זשורנאל ,סביבה':
פראבלעמען פון דער יידישער פראזע אין אמעריקע
דער בארג-אראפ פון א שפראך דרוקט זיך אויס קודם-כל אין דעם, וואס זי הערט-אויף צו דינען אלע צוועקן און ווערט באגרענעצט פאר ספעציעלע צוועקן. אזוי האט עס פאסירט מיט אלטגריכיש, מיט לאטיין, און ביי אונז יידן - מיט העברעאיש און שפעטער מיט אראמעאיש. די לעצטע צוויי לשונות זיינען קיינמאל נישט געווען ביי יידן פולשטענדיק טויט. מען האט זיי גענוצט אין ספרים, אין תפילות אבער זייער אנווענדבארקייט איז ווייטער פון די דאזיקע גרענעצן נישט געגאנגען. ערשט חיבת-ציון, דער ציוניזם, און הויפטזעכלעך דער נייער יידישער ישוב אין ארץ-ישראל האבן ווידער פארברייטערט די נוצבארקייט פון העברעאיש.
עס איז פאראן א היפשער אונטערשייד צווישן דעם, אויב א שפראך בלייבט נישט-אנטוויקלט, אדער ווען זי ווערט הינטערשטעליק. די שפראך פון א פרימיטיוון שבט אין אפריקע מעג זיין אומפארגלייכלעך ארעם אין ווערטער אין באצוג צו אן אייראפעאיש לשון, און דאך איז זי לעבעדיק און פולקום, ווען מען קאן דורך איר איבערגעבן אלע יענע באגריפן, וואס די גרופע אדער שבט האט זיך געשאפן. גאנץ אנדערש איז ווען א שפראך הייבט-אן גיין אויף צוריקוועגס, אין דער צייט ווען דאס פאלק און זיין אינטעליגענץ גייט-פארויס. די דיספראפארציע איז א רעזולטאט דערפון, וואס דאס פאלק רעדט וועגן גרויסע זאכן אויף אן אנדערער שפראך און ווענדט-אן די פריערדיקע שפראך בלויז ביי דער אדער יענער געלעגנהייט. א סך ווערטער, וואס האבן איין מאל געהאט אן עקזאקטע באדייטונג, פארלירן דורך דעם זייער מיין און באקומען א מליצהדיקן זין. אנדערע ווערן אין גאנצן פארגעסן, קיין נייע קומען נישט צו, אדער זיי קומען-צו בלויז אין געוויסע צווייגן און אין דיסהארמאניע מיטן פריערדיקן ווערטער-שאץ. מיט דער צייט געפינט זיך די שפראך פולשטענדיק אונטערן צייכן פון געשיכטע; זי געהער, קאן מען זאגן, צו אן אנדערער עפאכע.
עס איז טרויעריק צו זאגן, אז אזא פראצעס קומט טיילווייז פאר היינט-צו-טאג מיט יידיש, ספעציעל אין אמעריקע. א סך יידן, וואס רעדן נאך יידיש ביי דער אדער יענער געלעגנהייט, קאנען זיך נישט באנוצן מיט דעם זעלבן לשון אויף אנדערע געביטן. דער דאקטאר, אדוואקאט, אינזשינער, אגראנאם, טעכניקער, פאבריק-ארבעטער, וואס רעדט נאך יידיש צו זיין טאטן אדער זיידן, קאן זיך אבער נישט באנוצן מיט יידיש, ווען ער רעדט אדער שרייבט וועגן פיזיאלאגיע אדער אנאטאמיע, אין געריכט, אין דער לאבאראטאריע, אויף דער פערמע, אדער אין דער פאבריק. ניט ער האט אין יידיש די ווערטער פאר זיינע באגריפן און ניט עס איז פאראן די נויטווענדיקייט צו געפינען.
דאס לעבן איז דא אזוי פארשיידנארטיק און רייך, אז עס איז כמעט נישט דא קיין איין ייד, וואס קאן אנרופן אויף יידיש אלץ, וואס די אויגן זעען און וואס דאס הארץ טראכט. דערפארענע זשורנאליסטן מאטערן זיך ביים איבערזעצן פון ענגליש - נייעס אדער כראניק. געשוואוירענע יידישיסטן מוזן נוצן מאסן ענגלישע ווערטער און אויסדרוקן אין טאג-טעגלעכן געשפרעך.
די פוסנאטע אונטער זינגערס ארטיקל לייענט זיך: ,די מיינונגען, וואס י. ב. זינגער זאגט-ארויס אין דעם ארטיקל זיינען ניט די מיינונגען פון ,די סביבה'. מיר וועלן זיך צו די בארירטע פראגן אומקערן'.
איינפארשטאנען זיינען מיר מיט 100% מיט ,די סביבה'. דערפאר ווייל י. ב. זינגער האט עפעס דערקלערט, מיינט דאס נאך ניט, אז ס'איז דער אמת. מאמע-לשון האט יא אזעלכע ווערטער און צווישן די צוויי וועלט-מלחמות האבן פאקטיש עקזיסטירט אזוינע ווערטער אין דער אלטער היים! ד"ר נאמאסט באווייזט, אז זינגער איז אומגערעכט מיט 100%! בלויז נאר אויף יידיש רעדט ד"ר נאמאסט ארום מיט זיינע שותפים די אלע בוי-אויספירונגען. דארט אין יידן-ריינעם ניוארק, וואס די יידישע בויער באצייכענען ווי גויימלאנד, רעדן די פארמעגלעכע בויער צווישן זיך יידיש. ס'איז כדאי צו באמערקן, אז ניוארק האט אמאל געהאט א שיינע קהילה מיט ,יידן-גאסן' און א פאר יידישע געגנטן.
אט-דא שטעלן מיר אייך אט-איצט צו די יידישע ווערטער פאר בוי-ווערק און בוי-אויספירונגען פון די, וואס זיינען בקים אין בויער-לשון:
מ'דארף נעמען אין אכט כלערליי אוקאסן און שיפועים, ווען מ'בויט א געביידע. דער ערשטער שריט איז אנפלאכן און אויסגראדן דעם באדן, כדי צו גרונטפעסטיקן די אלע פונדאמענטן: קאלומנעס; זיילן; באלקנס אא"וו. דאס אלץ טוט מען מיט א פאנצער-שויפל. דערנאך לייגט מען אוועק דאס ווינקלשטיין, ארדנט-איין די גרונטפעסטיקונג, פאזיציאנירט מיט א בוי-קראן די אלע שטאלענע קאלומנעס, זיילן און באלקנס, פארשטארקט מיט בעטאן, כדי צו שאפן א סקעלעט.
פון הוילן פאס
א שיין, קליין שטיקל נייעס פון הוילן פאס! יצחק באשעוויס זינגער און שמעון וועבער, דער הויפט-רעדאקטאר פון ,דער פארווערטס' (1964-1988) זיינען געווען נאענט באפריינדעט און מיטארבעטער. וואס קיינער געדענקט און ווייסט ניט איז, אז וועבער פלעג אויסבעסערן זינגערס ווערק און איז מיטגעפלויגן מיט אים קיין שטאקהאלם, וואו דער שריפטשטעלער איז געווען באלוינט מיט דער פרעמיע נאבעל.
אן אמאליקער זעצער און קארעקטאר אין דער רעדאקציע ,פארווערטס' האט איין מאל איבערגעגעבן אונזער מיטארבעטער ד"ר רחמיאל פישביין, אז שמעון וועבער האט הינטער די קוליסן איבערגעשריבן און פארשענערט זינגער'ן די ווערק. דער זעצער האט דערציילט, אז זינגערס שרייב-סטיל און ווערטער-אויסוואל זיינען ניט געווען עלעגאנט און הער וועבער האט אויסגעמענשלט און פאראיידלט זיינע כתבים. וועבערס טאכטער ליליאן סילווער האט קיינמאל ניט געהאט קיין אנונג וועגן דעם ענין. פרוי סילווער האט אבער באמערקט, אז ס'ליגט ביי איר אויף דער פאליצע א דערציילונג פון זינגער'ן, וואס איר פאטער האט אויסגעבעסערט און ער האט ניט איבערגעביטן קיין סך זאכן.
תכלית
נוצן די אלטע און אלטמאדישע מעטאדן איז ניט בלויז נאריש, נאר ס'איז אויך א משוגענער טאקטיק. די דעפיניציע פון משוגע איז: טאן די זעלבע זאך און דערווארטן, אז דערפון זאל ארויסקומען א נייער רעזולטאט. פראסט, פשוט און בקיצור, דא שרייבן מיר וועגן ,ייווא', ,די יידישע ביכער-צענטראלע' און ,דער פארווערטס', וואס נוצן-אויס אלטמאדישע פארמולעס און האבן מיט זיי ניט קיין שום הצלחה. אט-די דריי אנשטאלטן פלעגן שפילן א גרויסע ראלע אין דער יידישער קולטור. וואס האבן זיי אבער געטאן ביי די לעצטע צען אדער צוואנציק יאר? אין משך פון די אלע יארן, וואס זיי האבן ,געהערשט' איבער דער ארענע, איז די יידישע קולטור געווארן וואס אמאל שוואכער און אונטערגעגאנגען. איצט הערשן זיי איבער א מדבר, וואס זיי האבן אליין געשאפן.
ווען מ'טוט א קוק אויף ,דער פארווערטס' אין אינטערנעט, ווערט יעדער ארטיקל באגלייט מיט א קנעפל פאר א גלייכצייטיקער איבערזעצונג אויף ענגליש. א שפאס זאגט איר? א משוגעת זאגן מיר! א קאנצערט מיט כלי-זמרימלעך איז אויך ניט קיין שטיקל קולטור אזוי ווי ,ייווא' מיינט. ווען איז געווען דאס לעצטע מאל, וואס מ'האט געהערט א לעקציע אדער רעדע אויף יידיש אין ,ייווא' אדער אין דער ביכער-צענטראלע?
די שייגעצדיקע עקשנים אין די אלע ארגאניזאציעס אנטזאגן זיך אויסצופרובירן נייע מיטלען, כדי צוצוציען די, וואס ווילן הערן א יידיש ווארט!
באנאל און אפגעדראשן
אין אט-דער קאטעגאריע גיט מען איבער וועגן זאכן און געשעענישן, וואס זיינען נאריש און נישטיק. ס'איז גאר שטארק אינטערעסאנט, אז פאראן אזוינע, וואס פארנעמען זיך מיט נארישקייטן און קלייניקייטן און גאר שטארק טשיקאווע איז אין דעם, וואס אנדערע פארשוינען זיינען פארקאכט.
בשעת מיר אין ,דער מאמענט' מארשירן פארויס צום זיג צוזאמען מיט דער צוקונפט און שרייבן וועגן ניימאדישע און היינטצייטיקע טעמעס און אנגעלעגנהייטן, זיינען פאראן א סך אנדערע, וואס גלויבן, אז אין א יידישער פובליקאציע זאל, דארף און מוז מען שרייבן אין יעדן נומער וועגן שולם עליכם, דעם חורבן און אנדערע טעמעס, וואס זיינען אייביקע טעמעס אין אנדערע צייטשריפטן. ניט קיין שפאס און גארניט קיין גוזמא! דאס איז פונקט די סיבה, פארוואס יענע זשורנאלן האבן ניט קיין לייענער!
אויב די יידישע פרעסע וויל לעבן ווייטער, מוזן די לעצטע פאר צייטשריפטן קומען צום שכל און זיך איבערמאכן! ווי לאנג קאן מען שרייבן וועגן א טויטער פארגאנגענהייט? און ווער וויל לייענען וועגן דעם?
פיל-זאגנדיק וועגן דער אינטערנעט-עפאכע איז, ווען פאראן איז א מערהייט מענשן, וואס וויל זיך ליבער פארנעמען און טרינקען אויף דער פסעוודא-רעאליטעט, איידער זיך צוזאמענצוטרעפן אויף איין ארט און זיך טיילן מיט עפעס וואונדערשיינס און אייגנארטיקס, וואס מ'קאן שוין מער ניט געפינען אויף קיין שום אנדער פלאץ.
מיר דארפן זיך אפזאגן פון ריזיקע ביישטייערונגען פון פארמעגלעכע ידידים און גבירים, ווייל מיר האבן ניט וואס צו טאן מיט אזוינע ממתקים. מ'וויל זיך ניט אראפשאקלען פון בענקל פארן קאמפוטער-, טעלעוויזיע- אדער טעלעפאן-עקראן; דער עולם איז א גולם! געהערט א מעשה און געזען א ביסל? וואס טוט מען אין אזוינע צייטן?
בלייבן אן א באבען
וואס ווייסט די באבע פון חגא? די באבע איז א פשוטע יידישע טאכטער, וואס קען ניט די היינטיקע וועלט אבער זי איז פארט קלוג ווי די וועלט! ווייננאכטן און סילוועסטער-נאכט זיינען איר מאדנע. וואס ווייסט א יידענע פון חזיר-שמאלץ? זי ווייסט פון ניטתל און א ניי-יאר ביי די גויים אזוי ווי א קו ווייסט פון מיטוואך און א חזיר ווייסט פון כשרות.
דערווייל בלייבט די באבע אן א באבען און ווי אלע מאל בלייבן מיר אויך אן א באבען!
________________________________________________________________

אן אויסערגעוויינלעך בוך וועגן
מעדיטאציע
די געטלעכע צוועלף הייל-קראפטן
באשטעלט א בוך אויף דעם אדרעס:
http://www.amazon.com/The-Twelve-Divine-Virtues-Volume/dp/1494844850/ref=sr_1_1?ie=UTF8&qid=1390279476&sr=8-1&keywords=Twelve+Divine+Virtues
__________________________________________________________________________

ELEVEN80
לעבט ווי א פריץ
אין לוקסוס-דירות
אין צענטער שטאט ניוארק
1180 איז די עלעגאנטסטע געביידע אין ניוארק!
לעבט ווי אן אריסטאקראט אין לוקסוריעזע וואוינונגען
אין א בנין מיט האטעל-באדינונגען.
1180 שטייט אין מיטן פארקויפס-באצירק;
די באן-רייזע קיין מאנהאטן דויערט נאר 19 מינוט.
1180 רעימאנד בולעווארד, ניוארק, ניו-דזשערזי 07102
973.824.1180
www.eleven80rentals.com
_________________________________________________________
לעבט ווי א פריץ
אין לוקסוס-דירות
אין צענטער שטאט ניוארק
1180 איז די עלעגאנטסטע געביידע אין ניוארק!
לעבט ווי אן אריסטאקראט אין לוקסוריעזע וואוינונגען
אין א בנין מיט האטעל-באדינונגען.
1180 שטייט אין מיטן פארקויפס-באצירק;
די באן-רייזע קיין מאנהאטן דויערט נאר 19 מינוט.
1180 רעימאנד בולעווארד, ניוארק, ניו-דזשערזי 07102
973.824.1180
www.eleven80rentals.com
_________________________________________________________

יעדן מאנטיק און דינסטיק 8-11 אין אוונט
,איגואנא רעסטאראן'
240 וועסט 54סטע גאס, מאנהאטן, נ"י
765-5454 (212)
$15 אריינגאנג און $15 מינימום
רעזערוואציעס: 212.719.5799
אפן פון 7-12 אזייגער
Iguana Restaurant & Dance Lounge
(Between 8th and Broadway)
_________________________________________________________
די פיינסטע מעבל אין ניוארק
,אין-סטאיל פערניטשור'
פריצדיקע מעבל צו ביליקע פרייזן!
,אין-סטאיל פערניטשור'
פריצדיקע מעבל צו ביליקע פרייזן!

In Style Furniture
233 וואשינגטאן גאס, ניוארק, ניו-דזשערזי 07102
973.792.0671
א חשובער לאנדסמאן, וואס פארקויפט די פיינסטע מעבל צו געשמאקע פרייזן
_________________________________________________________

לייט-ארטיקל
דער זולו און דער זיידע
א פארגעסענע בינע-קאמעדיע איז ,דער זולו און דער זיידע' וועגן די באציאונגען צווישן אן אלטן ייד און א זולו אין דרום-אפריקע. די פיעסע איז א פריילעכע מעשה פון צוויי מענשן פון גאנץ-אנדערע וועלטן, וואס פארפירן א פריינטשאפט.
ווי קומט הודו צו כוש? וואס האט דרום-אפריקע פון 30 יאר צוריק צו טאן מיט דער היינטיקער וועלט, אדער אפילו מיטן היינטיקן זיד-אפריקע? לאמיר ריידן תכלית און לאמיר ארומריידן די רעאליטעט! פריינטשאפט איז פיין און גוט און אויף דער אלוועלט עקזיסטירט ניט קיין פיינערס און בעסערס ווי גוטברודערשאפט! מיר האבן אבער נאך ביז אהער ניט דערלעבט אזא וועלט, וואס שעצט-הויך אזא אידעאל.
געוויסע עלעמענטן פון דער זיד-אפריקאנער געזעלשאפט האבן ליבערשט געוואלט זיין גערעכט און איינצייטיק טויט, איידער צו זיין אומגערעכט און לעבן ווייטער. כמעט מיט 30 יאר צוריק האט געבושעוועט א געוואלדיקער קאמף, א לעבנסגעפערלעכער קאמף, א טויטס-קאמף, פאר ,פרייהייט' און גלייכבארעכטיקונג פאר אלע ראסן אין דרום-אפריקע. די אונטערגעדרוקטע נעגערישע בירגער אין דעם לאנד האבן געוואלט אפפגרן דעם פאליטישן סיסטעם ,אפארטהייט'.
אפארטהייט איז שוין לאנג אוועק אין דער אייביקייט און די זיד-אפריקאנער רעגירונג ליגט אויף די הענט פון די ארטיקע נעגער. מיר צווייפלען, צי ס'עקזיסטירן נאר א פאר מענשן, וואס זאגן קדיש נאך דער אפארטהייט. די נעגער אין דרום-אפריקע האבן געוואלט רעגירן איבער זייער מדינה. זייער טרוים איז מקוים געווארן. די נעגער האבן איבערגענומען די מלוכה מיט נעלסאן מאנדעלע אלס פרעזידענט און צעשטערט די שטארקסטע עקאנאמיע אין אפריקע, פארוואנדלט א מאדערנע, ערשטקלאסיקע מדינה אין א צוריקגעשטאנען לאנד מיט א געוואלדיקער פארברעכערישקייט, ריזיקער ארבעטסלאזיקייט, פראסטיטוציע, שקלאפן- און נארקאטיק-האנדל אא"וו. נאך ערגער איז דרום-אפריקע, אמאל געווען א יידן-פריינט, געווארן א שונא-ישראל. דערצו עקזיסטירט אלץ די אפארטהייט, נאר אין אן אנדער, נאך-ווייכערער פארמע, וואס עקלט ניט דעם עולם. די פני לעבן אין לוקסוס-געמיינדעס הינטער פארשלאסענע טויערן מיט כלערליי שפיאנאזש- און זיכערהייטס-אפאראטן, אפגעזונדערט און באשוצט פון די אומגעוואשענע מאסן, וואס לעבן אין דלות-קווארטאלן און געגנטן, וואו ס'בושעוועט אזא מין פארברעכערישקייט און ארעמקייט, וואס איז אומפארשטעלבאר פארן די מערסטע מענשן אין די ציוויליזירטע לענדער! די אונטערקלאסן האבן געבאראבאנעוועט מיט פרייהייט און גלייכבארעכטיקונג און האבן ענדלעך פארוואנדלט אן מאדערנע מדינה מיט אן ערשטקלאסיקער עקאנאמיע און א צוריקגעשטאנען לאנד. זיי האבן באקומען אלץ, וואס זיי האבן געוואלט!
מיט 30 יאר צוריק, ווען די גאנצע קעגן-אפארטהייט-קאמפאניע האט געבושעוועט מיט פלאם-פייערדיקייט און דער אפריקאנער רעזשים איז געווארן אטאקירט און געדרוקט פון אלע זייטן איבערצוגעבן די הערשאפט די אפריקאנער נעגער, האט דער קעניג איבער די זולוס מאנגאסוטו בוטאלעזי געשטיצט די ווייסע רעגירונג און איר לאנגזאמע פארוואנדלונג אין א דעמאקראטיע, ווייל ער האט געוואוסט, אז א פאזיטיווע צוקונפט וועט עקזיסטירן פאר דרום-אפריקע, נאר כל-זמן אן אייראפעאישע רעגירונג וועט הערשן איבערן לאנד! דער זולו-קעניג האט שוין צוגעזען, וואס ס'איז געווארן פון די ארומיקע קאלאניעס, וואס האבן איבערגעגעבן די שבטים די מאכט. קיין נביא האט ער ניט געמוזט זיין; איינס מיט איינס איז געווען צוויי אין אט-דער גלייכונג. בוטעלעזי האט געוואלט, אז זיין שבט זאל ווייטער געניסן פון אלץ, וואס דער מאדערניזם און אייראפעאישע ווערטן שענקען א לאנד און זיין פאלק און דעריבער פארטיידיקט א פאמעלעכע פארוואנדלונג. פאר אזא שטעלונג איז ער באצייכנט געווארן ווי א פאררעטער, קאפא, קאלאבאראטאר וכדומה און זיין געביין איז פארשאלטן געווארן פון אלע זייטן.
דעמאקראטיע איז ניט קיין געשיכטלעכער צופאל, וואס אנטשייט און אנטוויקלט זיך על-פי-נס! דעמאקראטיע פאדערט א סך צייט און מי און איז א פראדוקט פון האראוואניע און צוזאמענארבעט. צו פיל לענדער דערווארטן צו דערגרייכן איבער נאכט און מיט איין קלאפ, דאס וואס אין אמעריקע און אייראפע האט אפגענומען א פאר יונדערהונדערטער אויפצוטאן.
די פרייהייטס-פארטיי, וואס איז שוין העכער 20 יאר ביי דער מאכט אין דרום-אפריקע האט דערלעבט, אז זיין טרוים זאל זיך פארווירקלעכן. דרום-אפריקע איז שוין א ,פרייע' מדינה... א פריי לאנד, וואס ליידט פון א געוואלדיקער פארברעכערישקייט, ארבעטסלאזיקייט, קינדער-פראסטיטוציע, שקלאפן- און נארקאטיקן-האנדל וכדומה. דאס אלץ האט מען די שווארצע פרייהייטס-פארטייען, אלע שונאי-ישראל, צו פארדאנקען. גערעכט זיין איז ניט בחנם. בכדי צו זיין גערעכט, מוז מען אויך באצאלן א פרייז.
באמערקונג פון רעדאקציע: דער דאזיקער לייט-ארטיל איז געווען אנגעשריבן מיט צוויי מאנאטן צוריק, איידער פרעזידענט נעלסאן מאנדעלע איז געשטארבן. אין א באזונדערן ארטיקל אין היינטיקן נומער מאכן מיר באקאנט מאנדעלעס אמתע פאליטיק, אנטיסעמיטיזם און סימפאטיע צו די אראבער.

דער ריינער אמת
מאנדעלעס פארגאנגענהייט
ווי דער גולמדיקער עולם האט פארוואנדלט א טייוול אין א צדיק

דאס מאכן מיר באקאנט:
ס'איז טשיקאווע און אינטערעסאנט, אז דער ישראל-פרעמיער בנימין נתניהו און שמעון פערעס זיינען ניט געפלויגן קיין דרום-אפריקע בייוואוינען די ספעקטאקל-לויה פון נעלסאן מאנדעלע. דאס איז אפשר געווען צוליב מאנדעלעס באמערקונגען, אז ישראל איז אן אפארטהייטיסטישע מדינה, וואס דרוקט-אונטער די פאלעסטינער ,מערהייט' אזוי ווי די ווייסע אפריקאנער האבן אונטערגעדרוקט די געבירטיקע נעגער אין דרום-אפריקע. פרעזידענט מאנדעלע האט זיך געטראפן מיטן פאלעסטינער טעראריסט יאסיר אראפאט און האט געהאט גרויס סימפאטיע צו די אראבישער לענדער און זייער מלחמה קעגן ישראל.
דאס זאגן מיר אייך אלס מקור-טובה און ווי א זיכערער קוואל. לאמיר ריידן תכלית! נאלסאן מאנדעלע איז געווען אן אנטיסעמיט און א קאמוניסט, וואס האט מיט 20 יאר צוריק דערקלערט, אז די ציוניסטן שטיצן די ווייסע אפריקאנער. די וועלט פארגעסט, אז מאנדעלע איז געזעסן לאנגע יארן אין תפיסה ניט אלס פאליטישער געפאנגענער נאר פאר א שיינע פאר מארד-טאטן. די אפריקאנער רעגירונג האט אין 1988 אנגעבאטן צו באפרייען פריצייטיק הער מאנדעלע אונטערן באדינג, אז ער מוז אפשווערן דעם געוואלד. מאנדעלע האט זיך אבער אפגעזאגט צו טאן אזוינס.
די צייט פארווייכט און פארנעפלט די פארגאנגענהייט. מאנדעלע האט געלויבט פידעל קאסטרא און זיין רויטן גן-עדן אין קובע. זיין חבר בישאף דעסמאנד טוטו איז אויך אן אנטיסעמיט און שונאה-ישראל, וואס האט, ווי מאנדעלע, קיינמאל ניט פארלייקנט זיינע קאמענטארן וועגן דער יידישער מדינה.
אז קריסטלעכע מיסיאנערן זיינען דערמארדעט געווארן פון שווארצע טעראריסטן, האט ער פארשוויגן אזעלכע מארד-טאטן און ס'איז העכסט-ווארשיינלעך, אז ער האט הינטער די קוליסן געשטיצט אזעלכע מעשים-רעים. דער עולם פארשווייגט איצט די ,שטילע' פאגראמען קעגן די ווייסע זיד-אפריקאנער און זולוס, דער גרעסטער שבט אין לאנד; אזעלכע פאגראמען ווערן וואס אמאל ערגער, קומען-פאר וואס אמאל עפטער און שטעלן-פאר מיט זיך א גענאציד. באנדעס כוליגאנעס צינדן-אונטער גאנצע זולו-דערפער מיט דער הינטער-אויגיקער דערלויבעניש פון דער רעגירונג. הונדערטער טויזנטער נעגער אין דרום-ארפיקע זינגען דאס ,באפרייאונגס-ליד' ,דערשיסט דעם באער, דערשיסט דעם ערד-ארבעטער'. אביגדור ליבערמאן, א געוועזענער אויסערן-מיניסטער אין ישראל, האט אין נאוועמבער געווארנט אלע יידן אין דרום-אפריקע עולה צו זיין קיין ישראל, איידער ס'ווערט צו שפעט. ליבערמאן האט דערקלערט, אז די רעגירונג שאפט אן אנטי-ישראלדיקע און אנטיסעמיטישע אטמאספערע, וואס מיינט, אז ס'וועלן ענדלעך אויסברעכן פאגראמען.
________________________________________________________________

פונעם שרייבטיש פון
ד"ר נאמאסט
דער קעניג און דער פרעמיער:
צוויי שונאים שלאפן אין זעלבן בעט!
די פאליטיק פארוואנדלט גאר אפט צוויי פיינט אין פריינט אדער פארבינדעטע. ווער וואלט געאנט, אז דער קעניג איבער אראביע און דער פרעמיער פון ישראל, זיין מאיעסטעט און ר' בנימין, וועלן מסכים זיין ניט בלויז וועגן איין ענין, נאר זיי וועלן אויך צוזאמענארבעטן און קעמפן הינטער די קוליסן קעגן א קעגנזייטיקן שונא. אז מ'לעבט, דערלעבט מען!
די הייליקע אין אראביע זוכן צו אנטוויקלען קערן-וואפן, בכדי צו באקעמפן די צדיקים אין פעלץ אין איראן, וואס אנטוויקלען אויך אטאמישע וואפן. הן קעניג אבדולע הן פרעמיער נתניהו ווייסן, אז זיי קאנען שוין מער ניט געטרויען און זיך פארלאזן אויף די פאראייניקטע שטאטן, וואס האט זיי פארראטן מיט אן אפמאך צו דערלויבן איראן אנצורייכערן אוראן. זיין מאיעסטעט און זיין עקצעלענץ פארשטייען, וואס פרעזידענט אבאמע וויל ניט פארשטיין: אז איראן שטעלט-פאר מיט זיך א ריזיקע באדראאונג פארן גאנצן מיטל-מזרח און פאר די פאראייניקטע שטאטן.
אז מ'לעבט, דערלעבט מען!

ר' יעקב שרייבט...
געדאנקען פונעם הויפט-רעדאקטאר
די גרויסע פארוואנדלונג
מיר האבן זיך שוין דערגרונטעוועט צו די סאמע ווארצלען פון דעם ווירטשאפטס-קריזיס. איצט מוז מען זיך צוגעוואוינען צו דער היינטיקער סיטואציע, צו דער פארשלעפטער עקאנאמישער קרענק, וואס פארשלעפט זיך ווייטער און וועט, לויט אלע סימנים און נאך אלע מעשיות, זיך האלטן אין איין פארשלעפן. וואס פאר א שאד! אויב ס'געפעלט אייך ניט, שלעפט זיך אראפ פון דער סאפע, פארלעשט דעם טעליוויזאר און אינטערנעט און טוט עפעס!
די אומגעזעצלעכע אימיגראציע, אויטאמאציע, אינטערנעטישער מסחר, אמעריקאנער ארבעטס-שטעלע אין אויסלאנד האבן פאראורזאכט, צוזאמענגעזעצט און פארערגערט דעם אנגייענדיקן, סופלאזן ווירטשאפטס-קריזיס, א געוואלדיקער רעזולטאט פון דער גלאבאליזאציע.
גוטע ברידער, כאפט זיך אויף און פאסט זיך אויף! ס'איז א בראווע, נייע וועלט! אונזער געוואלדיקע לאגע האבן מיר צו פארדאנקען א שיינע פאר פרעזידענטן, יעדער פרעזידענט נאך ראנאלד רעיגאן. די שולדיקסטע און די, וואס מיר דארפן זיך קריטיקירן און פארווארפן צום שטארקסן זיינען בלויז נאר זיך אליין. דאס אלץ האבן מיר דערלויבט ביי אונזערע געזעץ-געבער, בשעת מיר האבן פארלוירן אונזער אפטימיזים און די וועלט איז געווארן גלייכגילטיק צו אלצדינג. די אפארטוניסטן אין קאנגרעס, די קעניגן אויפן טראן אין ענגלאנד און אין די אראבישע לענדער און די גרויסע דענקער מיט סאציאליזם אין הארצן און גלענצנדיקע אידייען אין מוח ביי דער מאכט אין אייראפע ווילן און וועלן ניט צורעכט מאכן דעם זייגער אדער איינארדענען דעם חדר. פון דעם היינטיקן מצב האבן זיי גאנץ פיין פרנסה און מיט אזא סיטואציע פאסמאקעווען זיי זיך. (טאטשקע!)
איין צייכן פון דער צייט, פון א קראנקער עפאכע און א שלאף פאלק, איז א געוואלדיקע אפאטיע און אן אומווילן זיך צו ראטעווען.

קאמענטאר
א פאשיסט אמעריקע?
א פאשיסט אמעריקע?

,דער פאשיזם איז די פאשמעלצונג פון גרויסקאפיטאל און שטאט', בעניטא מוסאליני, דיקטאטאר פון איטאליע
א פראפעסאר אין אוניווערסיטעט ,פארדהאם' אין די בראנקס האט אונז לעצטנס דערציילט אויף א קאמישן אופן, פארוואס אמעריקע וועט קיינמאל ניט ווערן קיין פאשיסטישע מדינה. דער עקצענטרישער פראפעסאר איז א קאטוילישער איטאליענער מיט א געוואלדיקער שארפזין און מליצהדיקע האנט-זשעסטן.
,דער פאשיזם וועט קיינמאל ניט הערשן אין אמעריקע, ווייל אט-דער באגריף שטיצט זיך אויף מאסן-געוואלד. אייראפע איז זינט דער פראצויזישער רעוואלוציע א קאנטינענט, וואו ס'בושעווען מאסן-פראטעסטן. אין אייראפע זעט מען אלגעמיינע שטרייקן און געוואלדיקע אומרוען, ביי וועלכע די דעמאנסטראנטן באווארפן די פאליציי און רעגירונגס-אנשטאלטן מיט שטיינער. אזעלכע מאניפעסטאציעס פאראליזירן אפט א גאנץ לאנד און דערשרעקן א גאנצע רעגירונג.
,אין אמעריקע איז אומדערהערט אזא מאסן-געוואלד. אין די פאראייניקטע שטאטן איז "מאסן-געוואלד", ווען א צעקאכטער באשעפטיקטער אדער א משוגענער גייט-אריין אין פאסט-קאנטאר און דערשיסט עטלעכע מיטארבעטער מיט א ביקס', האט דער פראפעסאר דערקלערט, צוגעבנדיק, ,און דאס איז די סיבה, פארוואס דער פאשיזם האט ניט קיין שום אויסזיכטן צו זיגן אין אמעריקע'.

דער אמת מיט אן אלף
צבועיאצטווע, צוויי-פנימדיקייט און אייגננוץ

דא ליגט דער הונט באגראבן און דעראויף קלאגט דאך דער מקונן! קוקט זיי אן די גרויסע צוויי קנאקער, וואס האלטן רעדעס און האבן פון דעם גאנץ פיין פרנסה. ס'איז גוט צו זיצן ברומו-של-עולם און ארויסגעבן דערקלערונגען אן צו רירן א פינגער.
אלי וויזעל און דער דאלאי לאמע זאגן ניט קיין ווארט, בשעת די זיד-אפריקאנער רעגירונג פארמאכט אן אויג אויפן אונטערצינדן און פארניכטן גאנצע זולו-דערפער און אויסראטן ווייסע זיד-אפריקאנער פויערים און פארשפרייט איינצייטיק אנטיסעמיטיזם און שנאה-ישראל. דער דאלאי לאמע האט ניט בייגעוואוינט מאנדעלעס לויה נאר ווייל דרום-אפריקע געניסט פון נאענטע, געמיטלעכע באציאונגען מיט כינע, וואס האלט אין איין צעשטערן די טיבעטישע קולטור און דערמארדעט פיל טיבעטער. דאס הייסט, אז דער הויפט-גייסטלעכער פונעם טיבעטישן בודיזם זארגט זיך און קימערט זיך נאר מיט געוואלד- און מארד-טאטן איבער טיבעטאנער. נאר טיבעטיש בלוט איז טייער ביי דעם הייליקן, וואס זיצט א גאנצן טאג אין זיין פאלאץ אויף א בארג און ווערט באדינט ווי א קעניג פון זיינע לאקייען, וואס האלטן אים פאר א גאט און פאלן כורעים פאר אים. דער דאלאי לאמע אינטערעסירט זיך נאר מיט די יסורים פון זיינע אונטערטענער אין טיבעט.
ר' אלי פארנעמט זיך נאר מיטן חורבן און אלטע מעשהלעך בנוגע דער שואה אין א וועלט, וואס אינטערעסירט זיך מער ניט מיט אט-דער טעמע. חבר וויזעל, דער מקונן פון חורבן אייראפע, האט געמאכט א גאנצע און רייכע קאריערע פונעם חורבן און וויל, אז די גאלדענע באן זאל פארן ווייטער! פראסט, פשוט און בקיצור: ר' אלי אינטערעסירט זיך בלויז נאר מיט איין זאך, מיט אלי וויזעל; דער מקונן איז פאראינטערעסירט צו פארקויפן זיינע ביכער, באקאנט מאכן זיינע פארדינסטן און פארשפרייטן זיין רום! ווען מ'פאלט אבער אריין א צרה און ס'איז צייט, אז ר' אלי זאל קומען צוהילף, קאן מען אים קיינמאל ניט געפינען.
גערעכט איז חבר וויזעל טאקע מיט ממתקים (אין זיין קעשענע): ליב האבן און צוזאגן קאסטן ניט קיין געלט!

מיינונג און קעגנמיינונג
פלפול מיט ניין-זאגעריי
א. מייסטער (קארעספאנדענט, יעהופיץ)
פלפול מיט ניין-זאגעריי
א. מייסטער (קארעספאנדענט, יעהופיץ)

א וויכוח דערלויבט, אז ס'זאל זיך צו דערקלייבן ביזן סאמע ווארצל פון א סיאצואציע און זיך דערוויסן פונעם אמת אבער א דעבאטע מיטן ציל צו דערקלערן בלויז נאר דאס פונקט-פארקערטע פון ארגומענט-געבער איז שטרייטסלוסטיק, אן שום טעם און אן קיין גראם, און איז דער הויכפונקט פון קליינשטעטלדיקייט. די שטעטעלעך זיינען געווען איבערפול מיט אזעלכע פלפוליסטן, טאקע ווינקל-רביים, וואס זיינען געווען ווייסער און ,חכמים' און האבן שטענדיק געשאקלט מיטן קאפ אויף ,ניין'.
די פאטא אויף לינקס איז פון דעם געוואלדיקן פלפוליסט, דער הויך- און וואוילגעבוירענער הער פראפעסאר דאקטאר לינדען סאקס פון אקספארד, וואס זיין אמתער נאמען איז ר' תם בן-שוטה שלאקמייסטער פון אוזשלאן, א גליטש-קוזין פונעם זשעני פרעספעסאר חיים אוזשלאנסקי, דער דערפינדער פון דער צייט-מאשין.
ר' תם איז א דענקער, וואס דענקט, א ווייסער, וואס ווייסט און א קענער, וואס קען! מ'ווייסט אויף זיכער, אז ער איז טאקע א ייד (און א ייד פון זייער א קליין שטעטעלע נאך!), מחמת ער ענטפערט שטענדיק אויף א פראגע מיט א קשיא מיט א מעשה.
דער חשובער פראפעסאר איז וועלט-בארימט מיט זיין דיסערטאציע-טעזיס, וואס לייענט זיך אזוי: ,א חבר איז ניט קיין פריינט און א פריינט איז ניט קיין חבר'. דאס איז די איינציקע דירעקטע דערקלערונג, וואס ער האט געשאנקען דעם עולם אין משך פון זיין גאנצער קאריערע אלס אקאדעמיקער. אלע אנדערע באמערקונגען זיינע שטעלן-פאר מיט זיך א ריינעם פלפול, א שטרייטסלוסטיקע ניין-זאגעריי און א קליינשטעטלדיקע גראד- און פונקט-פארקערטקייט. ווען א קאלעגע אין דער פילאסאפיע-אפטיילונג (שטעלט זיך פאר, אז אזא דענקער זאל זיין א פראפעסאר אין פילאסאפיע- ס'טייטשט!) גיט אן ארגומענט, אויף וועלכער ניט-איז און אויף וועלכער ס'איז ניט טעמע, מוז ער אונטערשטרייכן די קעגנמיינונג.
אט האט מען עטלעכע משלים פון זיין לאגיק און איינדרוקספולע קליינשטעטלדיקע פונקט-פארקערטקייט:
מיינונג און פאקט: אביגדור ליבערמאן, דער געוו. אויסערן-מיניסטער, האט דערקלערט לעצטנס, אז ס'וועלן שוין באלד אויסברעכן אנטיסעמיטישע פאגראמען, רופנדיק איינצייטיק די גאנצע קהילה עולה צו זיין קיין ישראל, איידער ס'ווערט צו שפעט.
קעגנמיינונג: פראפעסאר סאקס טענהט זיך אויס, אז די יידן פון זיד-אפריקע האבן ניט קיין צרות און און אז דער הייליקער מאנדעלע (באקאנט ביי אים ווי ,טאטעלע') איז א יידן-פריינט.
מיינונג און פאקט: די אלע מענשן-רעכט-ארגאניזאציעס און אינסטיטוטן, וואס פארשן-אויס גענאציד און מאסן-מארד-טאטן האבן דערקלערט, אז אין דרום-אפריקע קומט-פאר א גענאציד קעגן די ווייסע זיד-אפריקאנער ווי אויך קעגן די זולוס.
קעגנמיינונג: פראפעסאר סאקס שאקלט ווי אלע מאל מיטן קאפ אויף ,ניין', באמערקנדיק: ,ס'איז ניט אזוי. פון וואנען ווייסט איר דאס? וואו נעמט איר אזוינע פאקטן?'.
מיינונ און פאקט: פרעמיער בנימין נתניהו איז ניט געפארן קיין יאהענעסבורג בייוואוינען מאנדעלעס לויה; פאראנטווארלעכע קרייזן ספעקולירן, אז אזא באשלאס האט ער אנגענומען צוליב מאנדעלעס אנטיסעמיטישע באמערקונגען אין משך פון די פארגאנגענע 20 יאר און זיין באצייכענען ישראל ווי אן אפארטהייטיסטישע מלוכה, וואס דרוקט-אונטער די פאלעסטינער מערהייט.
קעגנמיינונג: ,ישראל באהאנדלט די פאלעסטינער ווי צווייטקלאסיקע בירגער און פלעג פירן מסחר מיט זיד-אפריקע, אז די אפארטהייטיסטן האבן רעגירט איבערן לאנד.
מיינונג און פראגע: וואס האט די אמאליקע אפארטהייט צו טאן מיט די איצטיקע אויסראטונגען פון דער נעגערישער רעגירונג איבער די זולוס און די אפריקאנער, זינגענדיק: ,דערשיסט דעם באער, דערשיסט דעם ערד-ארבעטער'. די אפאטהייט איז אומגעקומען מיט אומגעפער 20 יאר צוריק! וואס האט די אפארהייט צו טאן מיט דער איצטיקער לאגע אין זיד-אפריקע?
קעגנמיינונג: מ'דארף דערלויבן דעם אפריקאנער נאציאנאלן קאנגרעס צו רעגירן איבער דער מדינה אזוי ווי זי וויל און אזוי ווי ס'איז נויטיק, ווייל דאס זיינען ניט קיין מערדער נאר פרייהייטס-קעמפער, וואס זיינען אונטערגעדרוקט געווארן יארן לאנג פון די אפריקאנער רוצחים.
מיינונג און פאקט: דער זולו-שעף בוטעלעזי איז געווען פאר א לאנגזאמער פארוואנדלונג, פארויסזעענדיק די צוקונפט און וויסנדיק, וואס ס'וועט צושטאנדקומען אין זיד-אפריקע, ווען א נעגערישע רעגירונג וועט קומען צו דער מאכט - די זעלבע זאך, וואס איז פארגעקומען אין די אלע אנדערע אפריקאנער קאלאניעס, אז זיי זיינען געווארן ,פרייע' לענדער: די ווייסע בירגער וועלן פארלאזן דאס לאנד און/אדער וועלן פארטריבן ווערן; די עקאנאמיע וועט זיך פונאנדערפאלן; אין לאנד וועט הערשן ארעמקייט צוזאמען מיט פארברעכערישקייט, און די פארשידענע נעגערישע שבטים וועלן פירן מלחמה איינער קעגן צווייטן, אזוי ווי ס'איז שטענדיק געווען און אזוי ווי ס'טוט זיך איצט.
קעגנמיינונג: אלץ, וואס איר זאגט און גיט-איבער איז גאר אין גאנצן ניט אמת. בוטעלעזי איז געווען א קאלאבאראטאר, וואס האט פארראטן די אנדערע שבטים און איז געווען קעגן סאנקציעס קעגן דרום-אפריקע.
ריידנדיק מיט אזא געוואלדיקן לערער און פארשער איז אזוי ווי ריידן מיט דער מומע יאכנע אדער מיט דער שוויגער יענטע; מ'זאגט, אז ס'איז א שיינער טאג און דער הימל איז בלוי און יאכנע מוז זאגן: ,ס'א שלעכטער און מיאוסער טאג און וואו זעט איר א בלויען הימל?' ר' תם בן-שוטה איז אזא געפערלעכער בעל-וויכוח און פאקן-פארשער צוליב זיין געוואלדיקן יחוס! ער שטאמט פון זייער א קליין שטעטעלע אין העק, וואו די בריות פלעגן זיך אויסצייכענען מיט דער באנאלקייט און אפגעדראשנקייט און וואו די למדנים פלעגן זיך פלפולן זיך דעם אונטערשיד צווישן א קלייניקייט, א נארישקייט און א נישטיקייט. נו, דער פאטשאטנער פראפעסאר זעצט-פאר די קליינשטעטלדיקע טראדיציע!
נאך אלע מעשיות האבן מיר זיך גארניט אויסגעלערנט פון הער פראפעסאר דאקטאר שלאקמייסטער און מיר ווייסן נאך ניט, וואס ס'איז די נפקא-מינא פון א חבר און א פריינט, אויב ס'איז דא באמת א חילוק!

אן אלטמאדיש ווינקל
אלטפרענקישע אידייען מיט אן אנטיקענער איידלקייט
לאווע גאווארטשיק (רעדאקציע-מיטארבעטער)

איי, איז דא עפעס שענערס און מער חנעוודיקס ווי גאז-ליכט אין א גאסן-לאמפ אין אוונט? דאס אמאליקע גאז-ליכט מיט זיין ווייכקייט האט געשאנקען דער נאכט א חן און עלעגאנץ, וואס די עלעקטריציטעט פארמאגט ניט.
א פשוטע וועלט מיט אן איידעלן לעבנס-שטייגער און א לאנגזאמען לעבנס-טעמפא באשרייבט די וויקטאריאנישע עפאכע מיט איר גראציע, וואס האט אויסגעמענשלט דעם עולם. א מאדערנער אויטא איז טאקע א מאדנע מאשין, וואס קאן זיך בשום-אופן ניט פארגלייכן מיט קיין אלטמאדישער דראשקע. נאך דער אמאליקער פשוטקייט און לאנגזאמען לעבנס-טעמפא שמאכטן מיר מיטן גאנצן הארצן.
די גלענצנשיקע שיין פון א גאז-פלאם איז ווייכער און געזינטער פונעם עלעקטריציטעטס-ליכט. א גאסן-לאמפ, וואס זיין פלאם ברענט פון גאז איז חנעוודיק. די שיין פון אזא לאנטערנע איז ראמאנטיש און צערטלט יעדן איינעם, וואס זי באלייכט. אזא שיין איז איידל און ראמאנטיש און שטערט ניט דער נאכט-רואיקייט און שטילקייט אזוי ווי די בידנע עלעקטריציטעט.
רבותי, אלץ זעט-אויס בעסער מיט גאז-ליכט. די וועלט האט אויסגעזען איידעלער און פיינער, אז גאז-ליכט האט באלויכטן די נאכט.

מיט 100 יאר צוריק
פון ,דער מאמענט', פרייטיק, דעם 2טן יאנואר 1914
די נייעס-אפטיילונג אויף דער צווייטער זייט האט געהייסן ,דער מאמענט'.

באמערקונג פון רעדאקציע: אין דעם ארטיקל הערט מען די ערשטע קלאנגען און ווארענונגען וועגן א גרויסן קריג צווישן די גרעסטע מדינות אין אייראפע. בלויז מיט 6 מאנאטן שפעטער איז אויסגעבראכן ,דער גרויסער קריג', די גרעסטע ביז דעמאלט מלחמה אין דער וועלט-געשיכטע. דער ערשטער וועלט-קריג האט איבערגעקערט די וועלט און געמאכט א סוף מיט דער וויקטאריאנישער עפאכע צוזאמען מיט איר גלויבן אין א פאזיטיווער צוקונפט.

אן אומגעהויערע אויפרעגונג הערשט יעצט אין לאגער פון די רוסישע נאציאנאליסטן קעגן דעם מיניסטער פון אויסערן סאזאנאוו.
ווי אונזערע לעזער איז באוואוסט, האבן די רוסישע נאציאנליסטן, און באזונדערס די אזוי-גערופענע ,ליבהאבער פון די סלאוויאנער', פאריקן ווינטער שטארק אגיטירט אריינצושלעפן רוסלרנד אין א מלחמה בשעת עס זענען פארגעקומען די אונטערהאנדלונגען וועגן שלום צווישן די סלאוויאנישע מלוכות מיט טערקיי.
זיי האבן דורכאויס געפאדערט, אז רוסלאנד זאל אקטיוו אונטערשטיצן די ,רעכט' פון סערביע צו פארכאפן אלבאניש לאנד, וועלכעס זי האט געהאט איינגענומען ביים אדריאטישן ים, נישט קוקנדיק דערויף וואס עסטרייך האט קאטעגאריש דערקלערט, אז זי וועט דאס ניט דערלאזן.
די דערמאנטע נאציאנאליסטן האבן געטענהט, אז ווי באלד רוסלאנד וועט דערלאזן, אז עסטרייך זאל דאס מאל אויספירן, וועט אין גאנצן פאלן די אויטאריטעט פון רוסלאנד צווישן די סלאוויאנישע פעלקער און רוסלאנד וועט נישט קאנען דערגרייכן איר היסטארישע אויפגאבע צו זיין די אנפירערין פון די סלאוויאנער אויפן באלקאן און צו באהערשן מיט זייער הילף קאנסטאנטינאפאל און דעם ים-קאנאל דארדאנעלן, וועלכע זענען אזוי שטארק נויטיק פאר רוסלאנד כדי צו האבן פאר איר קריגס-פלאט א פרייען ארויסגאנג פון שווארצן ים צו די איבעריקע ימען.
באזונדערס האבן די ,ליבהאבער פון די סלאוויאנער' געקערט וועלטן ווען עס איז באוואוסט געווארן, אז אויף דער לאנדאנער קאנפערענץ האט רוסלאנד נאכגעגעבן און האט איינגעשטימט, אז סערביע זאל ניט באקומען קיין צוטריט צום אדריאטישן ים און אז פון אלבאניע זאל געגרינדעט ווערן א באזונדער פרישטנטום לויטן פארלאנג פון עסטרייך. דאס איז ביי זיי געווען א ,שוואכקייט', אין וועלכער זיי האבן באשולדיקט די רוסישע דיפלאמאטן.
א בלבול
אין שטעטל סמעלע האט די קריסטלעכע פרוי מיכאלינע געקויפט ביי א יידישן קצב פלייש און געגעבן דערפון א שטיקל איר הונט. דער הונט איז באלד נאך דעם געשטארבן. גלייך האט זיך צווישן דער קריסטלעכער באפעלקערונג פארשפרייט א קלאנג, אז דער יידישער קצב האט געוואלט פארסמען א גאנצע קריסטלעכע פאמיליע. ארום קרעמל האט זיך גלייך צונויפגעזאמלט א גרויסער המון קריסטן, וועלכע זענען אונטערגעהעצט געווארן דורך די אנגעקומענע סאיוזניקעס. צום גליק האט מיכאלינעס מאן פלוצלונג דעקלערט, אז דער קצב איז ניט שולדיק אין הונטס טויט. דער הונט איז געפגרט דערפון, וואס ער האט אויפגעפרעסן ברויט באשאטן מיט מייזן-סם.
________________________________________________________________
דעקאדענץ
ווי העדאניזם און נארציזם מאכן מכלה אונזער וועלט

דער אופן ווי א געזעלשאפט באהאנדלט די ארעמע און לייזט אירע פראבלעמען דערקלערט ווער זי איזֱ! בשעת די ענדגילטיקע יארן פון א מדינה בושעוועט די דעקאדענץ צוזאמען מיט אפאטיע. אזוי ווי די געשיכטע חזרט זיך איבער אויף א טראגיש-קאמישן שטייגער, לעבט מען היינט-צו-טאג ווידער אמאל אין דער געטער-דעמערונג. דאס זיינען די לעצטע יארן פון רוים. מ'זיצט פאר אן עקראן און גלאצט ווי א גולם אויף אים. דערווייל טוען די פאליטיקער אלץ, וואס ס'גלוסט זיי דאס הארץ און דאס פובליקום לאזט זיך שפייען אין דער קאשע אזוי ווי גאנץ רוים אין זיינע אונטערגאנגס-יארן.
א בראך צו די יארן! א בראך האט שוין געטראפן א לאנד, ווען דאס אלגעמיינע לעבן שטייט אויף ,וואל-מארט' צוזאמען מיט טעלעוויזיע און דעם אינטערנעט.
קוקט זיך צו, קוקט זיך אן און קוקט זיך ארום! וואס האבן מיר דערלעבט? וואו איז אונזער קולטור אהינגעקומען?
א חוצפהדיקע און פאסקודנע געלט-גייציקייט איז איין סימן פון א קראנקער געזעלשאפט. מ'לעכצט נאר נאך גאלד, בשעת די דעקאדענץ שלינגט ווי טרייב-זאמד אלץ איין און ס'בושעוועט די אפאטיע. די סמנים פון אונטערגאנג זעט מען אומעטום. ווען די עקאנאמיע וועט זיך פארבעסערן און פארשטארקן, וועט זיך אלץ אויספרעסן און איינארדענען. די גלענצנדיקע עקאנאמיע איז די הויפט-סיבה, פארוואס די וועלט איז אריינגעפאלן אין אזא צרה! מ'האט זיך אוועקגעגנבעט אין מיטן נאכט מיט יעדן קעגנשטאנד, וואס איז ניט געווען צוגעשלאגן צום דיל!
אמעריקע פירט אויך מסחר מיטן מערדערישן רעזשים אין כינע, פון וועלכן די קאנגלאמעראטן פארדינען ריזיקע פראפיטן און קיינער זאגט ניט קיין ווארט. כינע איז א פאליציי-שטאט מיט קאנצענטראציע-לאגערן און קיינער זאגט ניט קיין ווארט. וואו זיינען די יידישע ארגאניזאציעס, וואס האבן געשוואוירן, אז זיי וועלן קיינמאל ניט דערלויבן, אז א צווייטער חורבן זאל פארקומען? פארוואס שווייגן די יידן פון דער שארית-הפליטה? פארוואס און ווי זיינען די כינעזישע קאנצענטראציע-לאגערן אנדערש פון די נאצישע? זיי זיינען אין גאנצן אנדערש!... ווייל צו זיס איז דער האניג אין טאפ!
אזוי ווי אמעריקע גייט, גייט אויך די וועלט. לאמיר געדענקען, אז די פאראייניקטע שטאטן האט באפרייט אייראפע און אזיע מיט זיין נצחון איבער דייטשלאנד און יאפאן. צי דערמאנט זיך כינע דערין מיט דאנקבארקייט? ניין! עס פירט-אויס כלערליי שיקאנעס און אינטריגעס קעגן אמעריקע, בשעת ס'קלייבט-אן ביליאנען פון אירע געשעפטן מיט אונז. חברה, גאנץ אזיע וואלט איצט גערעדט יאפאנעזיש און גאנץ אייראפע וואלט איצט גערעדט דייטש, אז אמעריקע זאל ניט געווען אריינשפרינגען אין צווייטן וועלט-קריג.
און דער המון זיצט און גלאצט אויפן עקראן, בשעת ער הערט זיך צו צו דזשונגל-מוזיק פון א דזשימדזשיק, וואס פארשטאפט די אויערן און פארשטומט די וועלט. די באדייטוונג פון ,ראק-ענד-ראל' איז ,האבן סעקס' און ,נעמען נארקאטיקן'. שווארצע מוזיקאנטן האבן אויסגעטראכט אין די 50ער יארן אט-די פראזע ,לאמיר ,ראקן' און לאמיר ,ראלן'', וואס מיינט, לאמיר האבן באציאונגען און נעמען נארקאטיקן. און דאס איז די משוגענע מוזיק, וואס הערשט איבער דער קולטור און וועלט. און מ'פרעגט זיך, פארוואס די היינטיקע יוגנט איז אזוי משוגע און פארוואס די דורות ווערן וואס אמאל שוואכער?!
פרעזידענט אבאמע האט נאך ביז איצט ניט אויסגעלייזט קיין שום פראבלעם, זינט ער איז איינגעשוואוירן געווארן. ער האט צוגעזאגט ,אן ענדערונג' (אין וועלכער מ'קאן גלויבן). ער זיצט און שמייכלט, בשעת דאס פובליקום גלאצט אויף עקראנען. ער קאן זיך פארגינען צו שמייכלען, ווייל ער און זיינע שטיצער הינטער די קוליסן דערלויבן זיך ביי אונז יעדע שיקאנע. און קיינער זאגט גארניט. ער שמייכלט, ווייל ער נארט אונז אפ און מיר דאנקען אים פארן פאטש אין פנים!
אין אמעריקע איז דא אן ,אנטיקן' זאגעכץ: ,מ'קאן ניט קעמפן מיטן ראטהויז'! דאס הייסט, אז מ'קאן ניט זיגן אין קיין קאמפן מיט דער רעגירונג, ווייל זי האט די אויבערהאנט.
מ'קאן יא באקעמפן און באזיגן דאס ראטהויז, דעם יצר-הרע און דעם טייוול! דער שטן האט נאר די מאכט, וואס מ'גיט אים איבער. רבותי, לאזט זיך ניט שפייען אין דער קאשע!

הומאר
וויץ-בילדער
וויץ-בילדער

דאס לעבן איז צו קורץ...
אז מ'זאל שטענדיק זען די וועלט מיט ערנסטע אויגן.
דערצו און דעריבער...
אויב איר קאנט ניט לאכן פון זיך אליין,
קלינגט צו מיר און כ'וועל לאכן פון אייך!

E=MC2
ענערגיע איז גלייך דער מאסע
מאל דער ליכט-געשווינדקייט אין קוואדראט!
אלץ איז רעלאטיוו!
,ר' יאנקל, קלער מיר אויף די רעלאטיוויטעטס-טעאריע?' בעט ר' מרדכי.
,װאס איז דא אויפצוקלערן?'
,די טעאריע דערקלערט: אלע זאכן זיינען רעלאטיװ און גארניט אבסאלוט'.
,דער באגריף איז מיר נאך אומקלאר', קלאגט זיך ר' מרדכי. ,אפשר קאנסט מיר געבן א ביישפיל?'
,א מוסטערהאפטער משל פון איינשטיינס טעאריע איז דאס: ווען מ'שמועסט מיט א יונגער, שיינער נקבה איז א שעה שוין א מינוט אבער אויב מ'רעדט מיט דער שװיגער, איז א מינוט א שטונדע!' דערקלערט יאנקל.
_________________________________________________________
,װאס איז דא אויפצוקלערן?'
,די טעאריע דערקלערט: אלע זאכן זיינען רעלאטיװ און גארניט אבסאלוט'.
,דער באגריף איז מיר נאך אומקלאר', קלאגט זיך ר' מרדכי. ,אפשר קאנסט מיר געבן א ביישפיל?'
,א מוסטערהאפטער משל פון איינשטיינס טעאריע איז דאס: ווען מ'שמועסט מיט א יונגער, שיינער נקבה איז א שעה שוין א מינוט אבער אויב מ'רעדט מיט דער שװיגער, איז א מינוט א שטונדע!' דערקלערט יאנקל.
_________________________________________________________

דער קעלנער איז א שוויצער!
דער גאסט ביים טיש האט גענומען איבערגעבן דעם קעלנער, וואס ער וויל עסן. אין מיטן ד'רינען האט אים דער אלטער קעלנער איבערגעהאקט מיט א קרומער מינע: ,ר' ייד! ווי לאנג האט איר בדעה צו פלאפלען? כ'וויל פארשרייבן אייער באשטעלונג און ניט אייער גאנצע לעבנס-געשיכטע!'

,אפשר ווילט איר דעם קאוויאר מיט שאמפאניער?'
פרעגט דער קעלנער.
,ניין, נאר א הייסע בולקע מיט פרישער פוטער!'
ענטפערט דער גאסט.
דאס יינגל וויל מילך מיט קאקאו
דאס יינגעלע האט באשטעלט די בלינצעס מיט קעז און א גלעזל מילך מיט קאקאו. ער האט געבעטן ביים קעלנער ,שאקאלאדענע מילך'.
דער קעלנער האט געפרעגט: ,שיין קינד, דו ווילסט אפשר ,טשאקאלעט מילק'?'
דאס יינגל האט געזאגט: ,כ'וויל מילך מיט קאקאו! ,הער קעלנער, ווי האט מען געזאגט ,שאקאלאדענע מילך' פארן קריג אין ווארשע?'
דער קעלנער האט געענטפערט: ,טשאקלעט-מילק'!'

ווי ס'קריסטלט זיך,
אזוי יידלט זיך!
געוואלדיקע קאראבעלניקעס

פאראן זיינען
נאר צווייערליי קאראבעלניקעס:
איינער האט מיסט
און ער קארקויפט אים ווי גאלד
און
דער צווייטער פארמאגט גאלד
און ער פארקויפט עס ווי מיסט
_________________________________________
אן אייביקע אלגעברעאישע גלייכונג
סטודענטין אין מאטעמאטיק ברעכן זיך שוין גאר א לאנגע צייט דעם מוח, כדי אויסצורעכענען אט-די גלייכונג. לאמיר זען, צי איר קאנט לייזן די מאטעמאטישע רעטעניש.
איין באן פארלאזט 6 אזייער לאס-אנזשעלעס און פארט מיט א שטונדלעכער געשווינדקייט פון 60 מייל. א צווייטע באן פארט-אפ 8 אזייגער פון ניו-יארק און פארט ביי 80 מפ"ש. אלעמען טאטשעט נאך אלץ אט-די פראגע: ווען די צוויי באנען שטעלן זיך אפ ביי דער זעלבער פלאטפארמע אין טשיקאגע, די סקארפעטקעס פונעם קאנדוקטאר אין דער ערשטער באן זיינען וועלכע פארב?
_________________________________________________________
איין באן פארלאזט 6 אזייער לאס-אנזשעלעס און פארט מיט א שטונדלעכער געשווינדקייט פון 60 מייל. א צווייטע באן פארט-אפ 8 אזייגער פון ניו-יארק און פארט ביי 80 מפ"ש. אלעמען טאטשעט נאך אלץ אט-די פראגע: ווען די צוויי באנען שטעלן זיך אפ ביי דער זעלבער פלאטפארמע אין טשיקאגע, די סקארפעטקעס פונעם קאנדוקטאר אין דער ערשטער באן זיינען וועלכע פארב?
_________________________________________________________
פאראדיע און פאסקוויל
עד-היום פייניקט אים
שווימען נאקעטערהייט אין דער מיטלשול!
שווימען נאקעטערהייט אין דער מיטלשול!

א ייד, וואס האט פארענדיקט מיט 45 יאר צוריק די פרעסטיזשפולע פאר יינגלעך מיטלשול "דע'וויט קלינטאן" אין די בראנקס, האט דערציילט דעם פסיכאלאג וועגן זיין טראוומע בעת די שווים-שטונדן.
,מיר האבן זיך געמוזט אנטבלויזן און שווימען נאקעטערהייט אין באסיין. כ'וועל קיינמאל ניט קומען צו זיך פון דער פארשעמונג!' האט דער פאציענט אויסגערופן.
,אזוי פיל יארן זיינען שוין פארגאנגען. וואס ווילט איר?' האט דער דאקטאר געפרעגט.
,כ'האב געוואלט זען אן שום קליידער דעם אלטן, דיקן גימנאסטיק-לערער מיטן פייפער. געוואלט האב איך, אז דער זקן זאל שווימען נאקעטערהייט!'
,צווישן די אלע יונגע זשערעבעצן און אטלעטן מיט שטאלענע מוסקלען, האט איר ליבערשט געוואלט גלאצן אויף א נאקעטן, אלטן מאן? איר האט א מאדנעם טעם!'

אזא יאר אויף מיר! (און אויך אויף אייך!)

הערט א מעשה, וואס איז געשען טאקע מיט ממתקים!
אז כ'זאל באקומען נאר איין דיים פאר יעדן מאל, וואס מ'האט געזאגט אויף מיר א שלעכט ווארט, וואלט איך שוין געווען נאך רייכער ווי ביל געיטס!
סארא פעילין ארט ניט וואס מ'זאגט אויף איר. דער סאמע טאג, וואס איר בוך איז דערשינען, האבן זיך אויספארקויפט א מיליאן עקסעמפלארן, צעכאפט געווארן ווי מצה-וואסער, א גאלדענער שלאגער! דער פארלאג האט געדארפט דרוקן תיכף-ומיד נאך א מיליאן עקזעמפלארן, א גאנץ-נייע אויפלאגע. געהערט א מעשה?
אן שום זארגן גייט זי זיך שפאצירן מיט א שמייכל, בשעת מ'חוזקט-אפ פון איר, דערפאר ווייל יעדעס מאל. וואס מען קריטיקירט אדער פארשעלט זי, לייגט זי אריין אין קעשענע נאך א שיינע פאר קאפקעס.
אין לעבן, וואו נאר כ'בין געשטאנען און וואו נאר כ'בין געגאנגען, האט מען מיך באעוולט און דערפאר האב איך באקומען קדחת. און נאך ערגער: די וואס האבן מיך געקריוודעט האבן געוואלט, אז איך זאל זיי צאלן פארן אגמת-נפש, וואס זיי האבן מיר פארשאפט.
ישר כוח, סארא פעילין!

דער צייכן-שפראך-מייסטער אויף מאנדעלעס לויה קאן אונז אפשר העלפן אויפקלערן ,אבאמאקעיר'
________________________________________________________________
ניט געפידלט און ניט געדאגהט
די אווענטורעס פון איש-קא-ביבל
א געוואלדיקער ניט-פארגינער אין מזיקימלאנד
הארי קארי און א. קאמיקאזע (ספעציעלע קארעספאנדענטן, טאקיא)

אייבי (איש) קא-ביבל איז א געוואלדיקער ניט-פארגינער און גלייכגילטיקער אוואנטוריסט, וואס ס'ארט אים אלץ ווי דער פאר-א-יאריקער שניי. איש-קא-ביבל דינט אונז אלעמען פאר א ביישפיל פון א מענש מיט אייזערנע נערוון און א געוואלדיקער גלייכגילטיקייט. אמן!
א בייזוויליקע דרעק-יענטע, לילית בת-קורח פארטאטש-טראמבעניק, האט אונז באמבארדירט לעצטנס מיט כלערליי סטראזשונקעס און טענות. זי האט דערקלערט, אז אויב איר קלאגע זאל זיין א ביסל ערנסטער, וואלט זי געמאלדן דעם פראקוראר וועגן דעם ענין! זי שרייט ווי מ'הרגעט די באבע! ניט געפידלט און ניט געדאגהט!
די שפראך-פאליציי וויל ארעסטירן צוויי מיטארבעטער אונזערע פארן פארשפרייטן א שלעכטן יידיש. ניט קיין שפאס און גארניט קיין גוזמא! די פאטשאטנע פאסקודניאטשקע איז א כיטרע יאכנע, וואס מיינט, אז איין מיטארבעטער אונזערער האט זי אפגענארט און אראפגעפירט פון דרך-הישר מיט שלעכטע פריוואט-שטונדן. ניט היינט געדאכט!
אט-די סטודענטקע קאן אפנים באשטימען, ווער איז א פעאיקער אונטערריכטער, מחמת זי אליין איז א פראפעסיאנעלער שרייבערוק, וואס האט פארפאסט דעם ראמאן How I Was Shanghaied to Hong Kong: the Tale of a Jewish Sex Slave on a Slow Boat to China (א גזלנישע ים-רייזע קיין האנג-קאנג: א מעשה מיט א יידישער דריפקע אויף אן פארשלאגענען דאמפער קיין כינע). איר געלערזאמקייט איז ניט צום פארגלייכן! זי איז א געוואלדיקע פארשערקע, וואס גריבלט זיך אין דער פראגע, צי אדם און לילית האבן געהאט קינדער און, אויב יא, וואו זיינען זיי אהינגעקומען? קוקט זי אן, די גרויסע קנאקערקע; זי איז א גרויסע שישקע ביי די למדנים אין דער משוגעים-צענטראלע אין מאסאטשוטשקע!
מיר האבן גארניט קיין אנונג, ווער ס'האט זי פארסמט דעם מוח מיט אזעלכע ווילדע זלזולים-ובלבולים וועגן אונזערע צוויי קאלעגן אבער ס'איז אונז קלאר, אז זי איז זייליש-געשטערט. אפשר איז זי משוגע געווארן פון עסן די פרוכטן פון דער יידישער פערמע אין גושן? פילייכט האט זי געגלויבט די רכילותן וועגן אונז פון די מוכרי-ספרים אין אנאטעווקע אין מאסאטשוטשקער געבורניע אדער פון דער יונגער גווארדיע אויפן שוועל פון בראנסק?
מיר זיינען ארויסגעגאנגען פון קאלייע, בכדי זי צו באפרידיקן און אויסלערנען א היימישן יידיש. זי האט אראפגעשלאגן דעם פרייז פאר א פריוואט-שטונדע, ווייל זי איז ארעם. וואונדער איבער וואונדער... שטעלט זיך פאר, אז קיין פרנסה און קיין געלט זאל אזא משוגענע ניט האבן! די געוואלדיקע למדנטע האט אונז אלעמען גענודיעט מיט קלאץ-קשיאות און פארלענגערט יעדע לעקציע טראץ דעם, וואס זי האט שוין באקומען א הנחה - פון $100 פאר 45 מינוט ביז $50 פאר א שעה. די אלטע מארק-יידענע איז טאקע א בריה! אמעריקע גנב!
איצט פרעגלט זי זיך אין אייגענעם חזיר-שמאלץ אין שקצימלאנד, וואו מ'באקט בייגל. ,ברוך שפטרני' זאגן מיר אזא געוואלדיקער סטודענטקע. ניט געקלערט און ניט געטראכט! מיט אזעלכע סטודענטקעס דארף מען ניט האבן קיין פיינט! אזא יאר אויף אונזערע שונאים! ניט געפידלט און ניט געדאגהט! איש-קא-ביבל וועט פון איצט אן קנעלן מיט איר און אויסדריסירן איר עכט-גויאישן פיסק, ווי ניט צו צעמזיקן די שפראך און צעממיתן יעדעס ווארט, וואס קומט איר ארויס פון מאל.
און אויב אונזערע זייער געערטע, הויך- און וואוילגעבוירענע צוויי קאלעגן וועלן ווערן ארעסטירט, באשולדיקט און דערקלערט פאר שולדיק אין געריכט און אריינגעזעצט אין טורמע פארן לערנען און פארשפרייטן א שלעכטן יידיש, וועלן זיי ריידן מאמע-לשון מיט די אלע גנבים און גזלנים אין חד-גדיא! איש-קא-ביבל!

סאטירע און האמורעסקע
ברוך שפטרני: א היינטיקער שלום עליכם
ברוך שפטרני: א היינטיקער שלום עליכם

דער לעצטער און גרעסטער יידישער פען-מייסטער איז ברוך שפטרני פון וואזעלין, ווייסרוסלאנד. ר' ברוך איז א מייסטערהאפטער שרייבער, וואס קאן פארלענגערן און פארשענערן עד-כל-סוף-הדורות א זאץ מיט כלערליי מליצות און נואנסן. אויב איר מיינט, אז שלום עליכם איז דער פעאיקסטער שריפשטעלער און גרעסטער סטיליסט פון דער יידישער שפראך, האט איר א טעות. אזוי ווי שלום עליכם איז באקאנט ווי דער יידישער מארק טוועין, איז ברוך שפטרני בארימט ווי דער יידישער העמינגוועי.
היינטיקע קאקאמייקעס
,דערציילן וועל איך אייך א מעשה מיט אן אויטאמאביל! אט-די מאשין איז ניט קיין פראסטע און ניט קיין געוויינלעכע, נאר א פאטשאטנע און ניימאדישע קאקאמייקע, וואס כ'האב געקויפט פאר א שיינער פאר רובל ביי ר' יאשקע בן-קורח דער בעל-עגלה אין יחיאלעווקע. דער מהלך צווישן יחיאלעווקע און מיין שטעטעלע איציביץ איז גאר א ווייטער מהלך, טאקע א מרחק-רב כמעט ווי הודו ביז כוש. כ'האב מיך מטריח געווען און געפארן אזוי ווייט, בכדי איינצוהאנדלען א נייעם אויטא, ווייל אין דער פעך-שווארצער פינצטערניש האט מיך א גזלן געלקחנט די אלטע מאשין.
דער אויבערשטער פאראגראף איז א געשמאק מוסטער פון דעם מערקווירדיקן טאלאנט פון ברוך שפטרני און א גלענצנדיקער ביישפיל פון פען-מייסטערשאפט! ברוך שפטרני איז דער פסעוודאנים פון משה קאהאנאוויטש.

ד"ר זיסקינדס ווינקל
א גאנצע סעקציע וועגן שפראך-וויסנשאפט און פארשונגען
לזכרון, לכבוד און לשבח פראפעסאר נתן זיסקינד,
איינער פון די ערשטע פראפעסארן אין יידיש אין אמעריקע
און איינער פון די גרעסטע פארשער און קענער אין יידיש אויף דער וועלט.

דער דאזיקער באריכט וואלט זייער פאראינטערעסירט פראפעסאר זיסקינד ז"ל, וואס איז געווען א בעל-לשון-קודש און א געוואלדיקער ווערטער-פארשער.
אין יעדן נייעם נומער גיבן מיר אפ כבוד מיט אפשיי דעם אויסערגעוויינלעכן לערער, כדי די וועלט זאל קלינגען ווייטער מיט זיין נאמען.
יהושע המשיח?
ווען הרב יצחק כדורי זצ"ל איז נפטר געווארן אין 2006, זאל דער באקאנטער מקובל האבן איבערגעלאזן א צעטעלע אין א פארזיגלטן קאנווערט מיט דער אינסטרוקציע, אז מ'זאל אים עפענען און לייענען מיט איין יאר שפעטער. הרב כדורי, א ספרדישער צדיק פון איראק, האט געהאט א סך חסידים, וואס האבן אים געהאלטן פאר א נביא. אין משך פון זיין לאנג לעבן האט דער רב באקאנט געמאכט א סך נבואות. (צי אזוינע פארויסזאגן זיינען מקוים געווארן איז פאר זיך א קאפיטל.)
קורץ פאר זיין טויט האט ער דערקלערט, אז משיח איז שוין דא און לעבט אין ישראל. זיין זון הרב דוד כדורי האט באשטעטיקט, אז אין די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט זיין פאטער אפט געזען דעם משיח אין חלום, צוגעבנדיק, אז דער אלטער מקובל האט איין מאל גערעדט פנים-אל-פנים מיטן מלך-המשיח, וואס האט אים אפגעשטאט א באזוך אין א פארכשופטן טומאן.
דאס קוויטעלע, וואס דער אלטער צדיק זאל האבן איבערגעלאזן לייענט זיך: ,ירים העם ויוכיח שדברו ותורתו עומדים' (ער וועט דערהייבן דאס פאלק און באווייזן, אז זיי ווארט און געזעץ זיינען חל'.) כדוריס זון האט דערקלערט, אז די האנטשריפט אויף דעם צעטעלע געהער ניט צו זיין פאטער.
קיין אויפמערקזאמקייט האט די ישראל-פרעסע ניט געשאנקען דער דאזיקער מעשה. אויסער דער יידישער מדינה איז דער באריכט וועגן דעם קוויטעלע דערשינען נאר אין צייטשריפטן און אויף אינטערנעט-זייטן פאר ניי-געבוירענע קריסטן. די חסידים פונעם אותו-האיש גיבן דעם ארגומענט, אז די פראזע איז דער ראשי-תיבות פאר ,יהושע', וואס מיינט ביי זיי, אז דער אלטער צדיק האט דערקלערט, אז דער מלך-המשיח הייסט יהושע און אז יעזעס קריסטוס איז באמת דער וועלט-דערלייזער. פאנאטישע קריסטן האבן געהאפקעט און זיך דערפרייט ביז די זיבן הימלען מיט די דאזיקע נייעס.
לאמיר אבער אנאליזירן די גאנצע מעשה און באהאנדלען די פאקטן. אויב דאס צעטעלע מיט דער פראזע אין לשון-קודש איז די אמתע סחורה, מיינט דאס נאך ניט, אז די הייסע חסידים פון ישו הנוצרי זיינען גערעכט מיט זייער פעסטשטעלונג. יעדער ייד, וואס קען א שייטל עברי ווייסט, אז די ערשטע אותיות אין דער אויבערשטער פראזע זיינען ניט דער ראשי-תיבות פאר יהושע און אז ביי די בני-ישראל איז יעזוס קריסטוס באקאנט ווי ישו (הנוצרי) און ניט יהושע! און אחרון אחרון חביב... אויב דער אלטער מנהיג-רוחני זאל יא געווען פירן א שמועס מיטן משיח, וואס זאל הייסן יהושע, וואלט דאס גאר אין גאנצן ניט געווען שלעכט און וואלט דאס נאך אויך ניט געמיינט, אז דאס איז ישו הנוצרי. יהושע איז אן עכט-העברעאישער נאמען און איז ניט קיין סינאנים פאר ישו, וואס איז דער ראשי-תיבות פאר ,ימח שמו וזכרו'.
די אלע שפורן און אנצוהערענישן צוזאמען מיט דעם קוויטעלע האבן פעסט איבערצייגט אונזערע מומחים, אז דאס צעטעלע איז א פעלשונג. דערווייל ווייסט קיינער ניט, ווי אזוי דער משיח וועט הייסן, ווען ער וועט קומען.
די דאזיקע מעשה לערנט אונז א פאר זאכן. מ'דארף היטן ווי א גנב די פאנאטישע קריסטן, וואס ווענדן-אן אלע כוחות און נוצן-אויס אלע מיטלען, כדי אפצונארן און שמדן יידן. די אלע שיקאנעס און אינטריגעס מצד אזעלכע פונדאמענטאליסטן באשטעטיקן, ווי געפערלעך זיי זיינען און אז זיי וואקלען זיך ניט אפצוטאן אויף טערקיש נארישע יידן און זיי ברענגען צום אראפגיין פון דרך-הישר. דער דאזיקער באריכט ווייזט אונז אויך, אז דער אמת מיינט גארניט פאר אזעלכע קריסטן, וואס ווילן נאר פארשפרייטן זייער אידעאלאגיע און שקרים.
טויטאלאגיע
די היגלענדער זיינען די געבירטיקע בירגער, וואס רעדן היימיש די לאנד-שפראך. יידיש איז מאמע-לשון, אונזער מוטער-שפראך, דאס לשון, מיט וועלכן מיר זיינען געבוירן געווארן. קיין מאמע-לשון לערנט מען זיך ניט אויס; מ'זאפט-איין אין זיך יידיש מיט דער מאמענס מילך.
אן אומחיה איז א משונהדיקע בריאה, א פארזעעניש אדער מנוול; א גולם איז אויך א געוואלדיקער מאנסטער, און א וויראדעק איז א מיסגעבורט. דאס זיינען אבער זעלטענע טערמינען אויף יידיש.
וואס מער א סיטואציע ענדערט זיך, (דאס) אלץ מער דער מצב בייט זיך ניט.
דער, וואב מאכט-איבער זיין מצב, ענדערט-אום זיין גורל (משנה מצב משנה גורל!)
דער, וואס אנדערשט-איבער זיין אויסזען, געשטאלטיקט זיך איבער און ער פארענדערט זיך אין גאנצן.
דער ערשטער קונה האט אויסגעטוישט (איינגעטוישט) א מאנטל אויף א ראק און דער צווייטער קונד האט אויסגעביטן א ראק אויף א מאנטל. אן אנדער קונדין האט פארביטן א פוטער מיט א פעלערינע און איר חברטע האט פארטראטן א פעלץ מיט א שינאל.
אומבייטן און אומטוישן זיינען פארטוישבאר, ווייל די צוויי צייט-ווערטער האבן די זעלבע באדייטונג אזוי ווי פארבייטן און פארטרעטן זיינען צום פארטוישן; מ'קאן אויך פארטרעטן ענדערן מיט (איבער)בייטן, ווייל אט-די צוויי ווערבן האבן אויך די זעלבע באדייטונג. (אומ)פארבייטלעך און (אומ)פארטרעטבאר זיינען אויך טויטאלאגיע און זיינען פארטוישבאר, פארטרעטבאר און אומבייטלעך/אומטוישבאר.
געדענקט זשע, אז אלצדינג איז ענדערבאר, איבערבייטלעך און וועקלסבאר.
אט-די שיך טראגן זיך אפ און די דאזיקע שטיוול נוצן זיך אפ.
דער שטעקער אין שטעפסל
א היפשע צאל לייענער האט אונז לעצטנס געבעטן צושטעלן די נעמען פון פארשידענערליי שוועמלעך און פיש. מיר זיינען מודע, אז קיין עקספערטן זיינען מיר ניט. כדי צו באוויליקן די פארלאנגען פון אונזערע חשובע לעזער, האבן מיר זיך אבער געגריבלט אין די טעמעס און פון אונזערע פארשונגען זיינען ארויסגעקומען די דאזיקע ווערטער. בנוגע די סארטן שוועמלעך האבן מיר זיך ארויסגעשלעפט פון טיפן זכרון א פליגן-שוועמל, א האניק-שוועמל און א פוטער-שוועמל. מכוח די מינים קארפן האבן מיר זיך אנגעשלאגן אויף א קעניג-קארפ און א שפיגל-קארפ.
דא רעדט מען וועגן ווארעניעס, א זשארגאן-ווארט ביי די רוסישע יידן. ווארעניעס זיינען, פארשטייט-זיך, איינגעמאכץ. פלוימען-קאנסערוון אין א בלעכל, פושקע אדער פלעשל זיינען איינגעמאכטע פלוימען אדער פלוימען-אייגעמאכץ.
לשון-קודש
דער רב האט געשאפן דעם פראגער גולם דורך שרייבן דאס ווארט אמת אויף דער האנט פון דער ליימענער פארזעעניש. אז ער האט געמוזט צעשטערן דעם מאנסטער, האט ער אויסגעמעקט דעם אלף, פארוואנדלענדיק אמת אין מת (א טויטער).
די וואס ווילן מתקן זיין דעם עולם, דהיינו, די וואס פארנעמען זיך מיטן טיקון-עולם זיינען בכוח, מסוגל און נוטה תופס צו זיין, אז א אן אב-בית-דין מיט רחמנות איז דן א באשולדיקטן לכף-זכות און אן אומברחמנותדיקער ראש-בית-דין איז דן אן אנגעקלאגטן לכף-חוב און ביד-רמה ביי א דין-תורה.
דייטשמעריש
גאר א סך לייענער האבן אונז געבעטן איבערדרוקן פון פאריקן נומער דעם דאזיקן בריוו אין רעדאקציע און אים איבערשרייבן, פארבייטנדיק די דייטשמעריזמען מיט ,עכט-יידישלעכע' ווערטער. אט-דער בריוו פון פסח גליקשטיין איז אן עטנפער אויף א בריוו וועגן דייטשמעריזמען פון א ,יידישיסט' אין ברוקלין. חבר גליקשטיין איז א געוועזענער הילפס-רעדאקטאר אין ,דער מאמענט' און איז געווען אין די 30ער יארן א מיטארבעטער אין ווארשעווער ,מעמענט'. ר' פסח איז אלט העכער 100 יאר און פארמאגט נאך א געוואלדיקע שארפזין און הומאר. אודאי באשטרייט ער בכיוון דאס לשון אין זיין בריוו מיט דייטשמעריזמען, וואו נאר ער מעג און קאן, בכדי צו דערגיין די יארן די אלע ,יידישיסטן'.
אין דער רעכטער קאלאנע דרוקן מיר איבער דעם בריוו פון הער גליקשטיין און אין דער לינקער קאלאנע דעם בריוו אזוי ווי ער וואלט זיך געלעזן, אויב מיר זאלן פארבייטן די דייטשמעריזמען מיט ,עכט-יידישלעכע' ווערטער.

עכט-יידישלעך חשובער הויפט-רעדאקטאר: 1 אלס זשורנאליסט און ווי א געוועזענער מיטארבעטער פונעם אייגנארטיקן ,מאמענט' אין ווארשע האב איך הנאה געהאט צו לייענען דעם אויבערשטן בריוו און וויל פארעפנטלעכן פארן מחבר, אז ,דער מאמענט' איז א ווירדיקע און בכבודיקע פובליקאציע מיט חשובע שרייבער. מיר זאגן-צו, אז אונזער צייטונג וועט קומען צו זיך פון דער ,דייטשער' מגפה און מיר וועלן מער ניט ארויסווייזן קיין העסלעכקייט צו ,ייווא'; ווייזן וועלן מיר אייך, אז אייער טענה נעמען מיר אן פאר ערנסט. דייטשמעריזמען זיינען אומנאטירלעך און דאס קאן קיינער ניט אפפרעגן. קיין שום איינווענדונגען האבן מיר ניט! מיט גרויס בארעכטיקטקייט דערקלערן מיר מלחמה און קעמפן, כדי צו דערשלאגן אלע דייטשמעריזמען. וואס איר לייגט-פאר איז טאקע גאר א ווייטער מהלך פון אונזער מענטאליטעט אבער פון איצט אן וועלן מיר זיך באמיען מיט גרויס געפיל ניט צו האלטן פאר חשוב (באגינסטיקן) די דייטשמעריקייט. 1 מיר מוזן זיך אנפרעגן זיי אייך, פארוואס מיר דארפן מסכים זיין מיט די שיטות פון ד"ר שעכטער און זיינע כללים? פארוואס מוזן מיר צוזאמענשלאגן די קנאפל און זאגן ,צו אייער באפעל!' יעדעס מאל, וואס א געוויסער יידישיסט עפנט דעם פיסק? 1 מיט דרך-ארץ, פסח גליקשטיין (געוו. שטעל-פארטרעטער פון הויפט-רעדאקטאר) 1 | דייטשמעריש זייער געערטער שעף-רעדאטקאר: 1 אלס זשורנאליסט און ווי א געוועזענער מיטארבעטער פונעם אייגנארטיקן ,מאמענט' אין ווארשע האב איך גענאסן צו לעזן דעם אויבערשטן בריוו און וויל באקאנט מאכן פארן אויטאר, אז ,דער מאמענט' איז א ווירדיקע און גענעדיקע צייטשריפט מיט אנשטענדיקע שריפטשטעלער. מיר פארשפרעכן, אז אונזער צייטונג וועט זיך דערהאלן פון דער ,דייטשער' עפידעמיע און מיר וועלן מער ניט ווידערשפעניקן קעגן ,ייווא'; צייגן וועלן מיר אייך, אז אייער קלאגע נעמען מיר אן פאר ערנסט. דייטשמעריזמען זיינען קראנקהאפט און דאס קאן קיינער ניט ווידערשפרעכן. קיינע איינווענד האבן מיר ניט! מיט גרויס רעכטפארטיקייט דערקלערן מיר קריג און קעמפן, אום טויטצושלאגן אלע דייטשמעריסטן. דאס, וואס איר שלאגט-פאר איז ווירקלעך גאר א ווייטע שטרעקע פון אונזער מענטאליטעט אבער פון יעצט אן וועלן מיר פארזוכן מיט גרויס עמפינדונג ניט צו לייטזעליקן די דייטשמערישקייט. 1 מיר מוזן אונז דערקונדיקן ביי אייך, פארוואס מיר דארפן זיין איינפארשטאנען מיט די לערעס פון ד"ר שעכטער און זיינע רעגלען? פארוואס מוזן מיר צוזאמענשלאגן די קנאפל און זאגן ,צו אייער באפעל!' יעדעס מאל, וואס א געוויסער אידישיסט מאכט-אויף דעם פיסק? 1 מיט רעספעקט, פסח גליקשטיין (געוו. הילפס-רעדאקטאר) 1 |
טומל און רויש
ווען א גרויסע שטאט קאכט און ברענט מיט שעפערישקייט, טומלט זי מיט קינסטלערישקייט, וואס מיינט, אז די מעטראפאליע ברויזט און ברומט מיט ארטיסטישקייט. שטאטישע גאסן זיינען אפט מרל אייביק-טעטיקע גאסן, וואו דאס געפילדער איז תמיד גרויס און שטענדיק-רוישנדיק.
דא שענקען מיר איצט א מוסטערהאפטע טויטאלאגיע. אן שום רעש און אן קיין טומל מאכן מיר באקאנט, אז פאראן זיינען פילערליי אופנים ווי אזוי צו באשרייבן א גערויש, גערעש און געטומל, ווייל ס'זיינען דא כלערליי רוישן, רעשן און טומלען. מיר דארפן זיך אבער ניט פלפולן וועגן דער נפקא-מינא פון א טומלדיקער סיטואציע, א רעשיקן מצב און א רוישיקער לאגע. דא מאכן מיר ניט אן קיין גרויסן טומל איבער גארניט (מיט גארניט). אלע ווייסן אבער, אז די וועלט רוישט מיט א געוואלדיקער אומארדענונג, דער עולם רעשט מיט א געפערלעכן כאאס און דער ערד-קוגל טומלט מיט א סכנתדיקן תוהו-ובוהו.
אפט אנטשטייען סיטואציעס, וואס ברומען, ברויזן און ברילן מיט כלערליי געוואלד-טאטן ווי, למשל, אן אומרו, וואס איז שטענדיק א טומלענדיקע, רוישנדיקע און רעשנדיקע סומאטאכע. אזעלכע מהומות זיינען טאראראמען, ביי וועלכע מ'מאכט א גרויס גערודער און מ'הערט א געוואלדיק געברום. אין א מהומה הערן זיך אפט א סך שטימגעוואלדיקע קאכלעפל און פלאטקע-מאכער מיט גרויסע מיאוסע פיסקעס.
א וועלן-געברום איז דאס ברויזן פון די כוואליעס, ווען ס'כוואליעט זיך אין ים.

דער דיבוק

,דער דיבוק' פון ש. אנסקי (1863-1920) איז די שענסטע בינע-פיעסע אין דער יידישער טעאטער-געשיכטע. אנסקי, שרייבער, עטנאגראף און אקטיוויסט, האט פארפאסט די באליבטסטע, באקאנטסטע און צום עפסטנס-געשטעלטע און איבערגעזעצטע יידישע דראמע. די פיעסע איז צום ערשטן מאל אויפגעפירט געווארן אין 1920 פון ,די ווילנער טרופע' אין ווארשע און אויף העברעאיש אין 1922 דורך ,הבימה' אין מאסקווע. דערנאך איז די דראמע אויפגעפירט געווארן טויזנטער מאל אויף צענדליקער שפראכן אין פילערליי ווידערגאבעס, מוזיקאלישע און טאנץ-פיעסעס, טעלעוויזיע-דראמעס, קינא-פילמען אא"וו. אט-די וואונדערשיינע פיעסע ווערט נאך ביזן היינטיקן טאג געשטעלט אין טעאטערן אין אלע טיילן וועלט.
די מעשה קומט-פאר ארום 1860 אין חסידישן שטעטל בריניץ אין פוילן. דאס איז א טעאטראלישע באארבעטונג פון דער אלטער מעשה פון צוויי ליבהאבער, וואס ווילן חתונה האבן, נאר זייערע עלטערן הינדערן זיי צו טאן אזוינס, אפשר צוליב פאראורטייל, טאמער מחמת אייגננוץ, וואס ברענגט דערצו, אז ביידע ליבהאבער זאלן שטארבן. דער בחור חנון קומט-אום פון א צעבראכן הארץ און אסקעטיזם, אזא מין לאנגזאמער זעלבסטמארד, ווען ער דערווייסט זיך, אז א גביר האט באצאלט שידוך-געלט, כדי זיין זון זאל הייראטן זיין געליבטע לאה. גלייך איידער מ'שטעלט איר א חופה, קומט חנונס נשמה צוריק פון יענער וועלט און שפרינגט-אריין צו לאה'ן אין גוף. לאה נעמט ריידן מיט חנונס שטימע. א דיבוק זיצט אין לאה'ן! די הארץ-רייסנדיקסטע סצענעס זיינען די מיטן רבי'ן עזריאל, וואס באמיט זיך צו פארטרייבן דעם דיבוק. אזא ארומשפרינגען אהין און צוריק פון איין וועלט ביז דער אנדערער האט געבוירן דעם ערשטן נאמען פון דער פיעסע ,צווישן צוויי וועלטן'.
אנסקיס מייסטער-ווערק איז א שוי-פענסטער פול מיטן יידישן פאלקלאר, וואס איז דורכגעווייקט מיט קבלהדיקע מאטיפן. אין דער פיעסע זיינען דא מעשיות מיט צדיקים, א פראצעס צווישן א טויטן און א לעבעדיקן מענש, רעטזעלהאפטע גלייכענישן, בעטלער, וואס טאנצן ווילד מיט דער כלה און נאך מער אויסטערלישע סצענעס. אין דער שווערמוטיקער דראמע געפינט מען ניט קיין הומאר. די דאזיקע פיעסע האט טאנצט שוין העכער 40 יאר אום ביי מיר אין גייסט. שולמית רן האט געזאגט די זעלבע זאך; אלס קינד אין ישראל האט זי געזען די דראמע, וואס איז אומגעגאנגען העכער 40 יאר ביי איר אין רוח, ביז זי האט קאמפאנירט אן אפערעטישע באארבעטונג פון ,דער דיבוק'. כמעט יעדער צושויער, וואס זעט די דאזיקע דראמע ווערט פארכאפט מיט איר. אין א סך ביבליאטעקן איבער דער וועלט איז פאראן דער ליברעטא אדער א לאזאר-דיסק פון ,דער דיבוק'. אויב מ'שטעלט ,דער דיבוק' אין אייער שטאט, פארפעלט זי ניט צו זען.
א גלענצנדיק פארשונגס-ווערק פון ד"ר פערנאנדא פעניאלאסע
ווען מ'בעט מיך רעצענזירן א בוך, באזונדערש פון אן אומבאקאנטן מחבר, גאנץ אפט ענדער איך מיינע דערווארטונגען, כדי כ'זאל ניט אנטוישט ווערן. אז אונזער פרעזידענט, גרינדער און ארויסגעבער ד"ר אוצר נאמאסט האט פארגעשלאגן, אז כ'זאל לייענען ,דער דיבוק', האב איך, ווי אלע אמאל, בין איך געווען איינפארשטאנען צו טאן אזוינס. כ'האב זיך געוואקלט צו לייענען אזא פארשונגס-ווערק, שרעקנדיק זיך, אז דאס בוך וועט אפשר זיין א געוואלדיק שלאף-מיטל. אין גאנצן אומגערעכט בין איך געווען! דאס דאזיקע בוך איז א מייסטערהאפט פארשונגס-ווערק, וואס כ'האב ניט געקאנט אויפהערן לעזן! דאס דאזיקע בוך איז א פראטא-טיפ און א גלענצדיקער ביישפיל פון דעם, וואס א פארשונגס-ווערק זאל און דארף זיין, ווען מ'שרייבט פארן דורכשניטלעכן מענש.
ד"ר פערנאנדע פעניאלאסע האט געפארשט א קלאסישע בינע-פיעסע און געשאנקען זיין ווערק אן אייגענעם לעבנס-לוסט. סיי פאר די, וואס קענען סיי פאר די, וואס קענען ניט ,דער דיבוק', איז דאס א ליבעס-געשיכטע, וואס האט געשפילט גאר א גרויסע ראלע אין פארמירן דאס יידישע טעאטער.
דער בעסטער און געשמאקסטער טייל פון דער דאזיקער ליבעס-מעשה איז אפשר, אז ד"ר פעניאלאסע וויל, אז זיינע לייענער זאלן ליב האבן ,דער דיבוק', מיט דער זעלבער ליבשאפט, וואס ער האט צו אים. דער פראפעסאר פארזיכערט, אז די לייענער זאלן פארמאגן די נויטווענדיקע אינפארמאציע מיט אלע פיטשעווקעס, כדי זיי זאלן זיך פארליבן אין דער מעשה אזוי ווי ער האט זיך פארליבט לאנג צוריק אין איר.
כ'האב צוערשט געמיינט, אז כ'האב פארשטאנען זייער גוט אנסקיס דראמע. צום צער איז מיין חינוך זייער אן ארעמער און גאר אין גיכן האב איך איינגעזען, אז כ'האב פארפעלט צו באנעמען פיל נואנסן און פרטים. דאס איז שוין מער ניט אמת! נאך לייענען דאס פארשונגס-בוך פון ד"ר פעניאלאסע, פארשטיי איך יעדע איינצלהייט און אנדייטונג; אזא פארשטענדעניש איז נויטווענדיק, בכדי הויכצושעצן אזא מייסטער-ווערק. ווידער און אבער שטעלט פראפעסאר פעניאלאסע צו די לייענער נייע און ווייטערדיקע פיטשעווקעס, אום זיי זאלן זיך גריבלען נאך טיפער אין דער מעשה.
אזוי ווי ד"ר פעניאלאסע האט געוואלט, האב איך זיך אויך פארליבט אין ,דער דיבוק'. כ'בין פארקאכט אין דער קבלהדיקער מעשה א דאנק דעם חשובן פראפעסאר און וואונדערבארער פארשער פון קאליפארניע. שוין פיר מאל האב איך געזען דעם גאנצן פילם פון די 30ער יארן, פארלאזנדיק זיך אויף די פרטימרייכע, אויספירלעכע כאראקטער-שילדערונגען פון דעם פארשער, כדי צו פארשטיין די עפאכע, צייט-גייסט און לאקאל פון דער בינע-פיעסע. כ'האב געשטרעבט אויך צו באנעמען, ווי אזוי ,דער דיבוק' האט באאיינפלוסט און געענדערט אנסקיס לעבן. דער מחבר פון דעם פארשונגס-ווערק ווייסט, אז וואס מער אינפארמאציע דער אויטאר שטעלט-צו דעם לייענער, אלץ גרינגער ווערט אים צו לייענען די מעשה און אלץ גרעסער ווערט די הנאה, וואס ער האט. אן צו לעזן פעניאלאסעס בוך וואלט איך קיינמאל ניט גענאסן און פארשטאנען די רייכקייט פון דער לעגענגארער דראמע.
דאס דאזיקע בוך פארקערפערט אין זיך, וואס יעדער שרייבער שטרעבט צו דערגרייכן: קלארקייט; רייכקייט, און הנאה. ס'זיינען שוין פארפאסט געווארן א סך ביכער וועגן ,דער דיבוק'. אזעלכע ווערק ווערן בלאס, ווען מ'פארגלייכט זיי מיט פעניאלאסעס גלענצנדיק און פשוט פארשונגס-בוך, וואס אפילו דער פשוטסטער מענש קאן לייענען הן מיט גרויס גרינגקייט הן מיט גרויס פארגעניגן. דאס מייסטער-ווערק איז פריינטלעך פארן לייענער און פירט אים אריין אין אן אלטמאדישער, פארגעסענער וועלט, פארוואקסן מיט שימל און באדעקט מיט פאוויטיניעס*. דאס איז א וועלט, אפשער א וויספע**, וואס איז אומבאקאנט און מאדנע די היינטיקע לייענער. בראווא, ד"ר פעניאלאסע, פאר אזא וואונדערשיינער עקסקורסיע אין דער פארגאנגענהייט.

פילאסאפיע
זען-בודיסטישע פילאסאפיע
זען-בודיסטישע פילאסאפיע

א שטיקל ,זען'
צי מיר טאנצן צי ניט...
זיינען מיר אלע דאך נאראנים.
דעריבער לאמיר טאנצן!

קאאן (קאו-אן): א רעטעניש, וואס איז אויך א פראגע,
וואס ברענגט דעם חסיד צום איבערלייגן
און זיך גריבלען אין דער עקזיסטענץ און איר נאטור.
אזעלכע בודיסטישע פראגע-רעטענישן
שטאמען פון די באמערקונגען און דערפארונגען
פון די בודיסטישע חכמים און הייליקע.
________________________________________________________________
ארכיטעקטור
1180
א וואלקן-קראצער און א קונסט-ווערק
ווי אזוי אן אלטמאדישע געשעפטס-געביידע
האט זיך פארוואנדלט אין א ניימאדישער בנין מיט דירות

כ'וועל אייך דערציילן א מעשה מיט א בנין! דאס איז ניט קיין פראסטע געביידע, נאר זייער א געערטער בנין מיט א הויכער און וואוילער געבורט! דער געשעפטס-בנין ,לעפקורט ניוארק' איז געווען דערעפנט אין 1930 בשעתן ערשטן יאר פונעם גרויסן ווירטשאפטס-קריזיס. הער אייבראהאם לעפקורט (געב. אברהם לעפקאוויץ), א מאגנאט אין דער באקליידונגס-אינדוסטריע, האט אויפגעבויט די פרעסטיזשפולע געביידע.
אברהם לעפקורט איז געווען איינער פון די שעפער פון ניו-יארקער באקליידונגס-פאבריקן-באצירק און א גרויסער גרונט-אייגנטימער. דער מאגנאט האט אויפגעשטעלט א סך געביידעס אין ניו-יארק. אין 1932 איז הער לעפקורט ליידער געשטארבן ווי א דלפן.

דער ,לעפקורט ניוארק' איז געווען די העכסטע געביידע אין דער שטאט, ביז דער ,ניוארק נאציאנאל' (באקאנט ווי ,744') איז געווען דערעפנט אין 1931. ביידע וואלקן-קראצער זיינען שטענדיק געווען די פרעסטיזשפולסטע געביידעס אין ניו-דזשערזי. אין א סך בילדער אונטן זעט מען די צוויי געביידעס, ווייל איינע שטייט הארט ביי דער צווייטער און ס'איז שווער צו פאטאגראפירן איין בנין אנעם צווייטן.
,דער לעפקורט ניוארק' הייסט היינט-צו-טאג 1180, ווייל דאס איז זיין אדרעס אויפן בולוואר ,רעימאנד'. די ארכיטעקטן האבן פארוואנדלט א געשעפטס-געביידע אין א קונסט-ווערק מיט לוקסוריעזע דירות. דער דאזיקער בנין שטייט שטאלץ און הויך ווי א קעניג איבער דער שטאט און זיין רעמאנט איז געווען איינער פון די ערשטע סימנים, אז די שטאט לעבט ווידער אויף.
1180 איז אזוי ווי א האטעל און האט שווייצער, סטרוזשעס און וועכטער צוזאמען מיט אנדערע האטעל-באדינונגען. דאס דירה-געלט אין דעם קליינאד איז א סך ביליקער ווי אין ניו-יארק און איז טאקע א מציאה. די באן-רייזע פון ניוארק ביז צענטער שטאט מאנהאטן איז א דירעקטע און דויערט נאר 17 מינוט!

די אויבערשטע פאטא ווייזט א דירה מיט צוויי שלאפצימערן און א צאל באלקאנען אויפן 30סטן שטאק. די וואוינונג קוקט-ארויס צום אלטן פארק אין צענטער שטאט ניוארק און פארמאגט א בליק אויף דער שטאט ניו-יארק.
הער לעפקורט וואלט געשעפט נחת, געקוואלן און שטאלצירט מיטן אופן ווי מ'האט פארוואנדלט זיין געביידע אין א טורעם מיט עלעגאנטע דירות. מיר גיבן-אפ כבוד מיט אפשיי אייב לעפקורט און ,קאגסוועל' (Cogswell Realty), די פירמע, וואס האט איבערגעמאכט דעם בנין און אים מגולגל געווען אין א קונסט-ווערק.
*לייענט ווייטער וועגן אייב לעפקורט און זיין אויסערגעוויינלעך לעבן אין בוך:
Chosen Capital: the Jewish Encounter with American Capitalism, Rebecca Kobrin (2012) 1
http://books.google.com/books?id=kOQwPXh2xZIC&pg=PA73&lpg=PA73&dq=Lefcourt+a+jewish+name&source=bl&ots=iHV41yHuZa&sig=EtAL779dbOyxe3o6ZJbZJnz7ZuQ&hl=en&sa=X&ei=8TakUvmtGYvqkQf_k4GgDA&ved=0CD8Q6AEwAw#v=onepage&q=Lefcourt%20a%20jewish%20name&f=false
________________________________________________________________

פילם-רעקאמענדאציע
,ראטעווען הער באנקס'
א פילם פאר יונג און אלט,
וואס יעדער איינער מוז זען!
http://movies.disney.com/saving-mr-banks
א וואונדערשיינער פילם וועגן פארוואנדלען די בריטישע קידנער-ראמאנען ,מארי פאפינס' אין א קינא-פילם און דעם קאמף ארום דער פארוואנדלונג צווישן דעם סטאדיא-אייגנטימער וואלט דיזני און דער ראמאניסטין פ. ל. טראווערס. דערווייסט זיך, ווי אזוי ס'זיינען פארפאסט געווארן די לידער ,די קוימען-קערער-סערענאדע' און ,מיר לאזן שטייגן א פלי-שלאנג'.
די, וואס ,האבן ליב לאכן' דארפן זען ,ראטעווען הער באנקס' צו דעם ניי-יאר-סעזאן און זיך פאסמאקעווען מיט ,א לעפל צוקער'! ס'איז כדאי. ,קוימען, אוי, קוימען!'
צום סוף פון דעם חנעוודיקן פילם זיינען גערונען פיל צושויער הייסע טרערן פון די אויגן. דאס איז דער איינציקער פילם, וואס מיר האבן געזען, אז, נאכן סוף ,בשעת ס'זיינען דערשינען די נעמען פון די ראליסטן און פראדוקציע-איינטיילנעמער, זיינען די צוישויער געבליבן אדער צוריקגעקומען אין זאל... ווייל מ'האט געשפילט די אמתע רעקארדירונגען צווישן פריילין טראווערס און די ליברעטיסטן און געוויזן די פאטאס פון די אמתע צוזאמענארבעטס-זיצונגען אין 1961.
אוי, אמאל איז געווען א וועלט!

קוימען-קערער, האפקעט אין טאקט!

דא האנדלט מען מיט טרוימען
__________________________________________________________________________
__________________________________________________________________________
קונסט-גאלעריע

קופיטיע - קויפט! קויפט זשע טשיי!
_________________________________________________________________

בריוו אין רעדאקציע
הער הויפט-רעדאקטאר:
דא שרייב איך ניט ,חשובער רעדאקטאר', ווייל חשוב זייט איר אין גאנצן ניט. איר און אייערע קאלעגן זיינען א כאליאסטרע גזלנים, וואס זעצן זיך אן אויף יעדערן, וואס איז ניט מסכים מיט אייך. קיינמאל האב איך ניט געזען אזא צייטונג ווי ,דער מאמענט', וואס דרוקט כלערליי בלבולים מיט זלזולים וועגן די, צו וועלכע ער האט טענות. כ'וואלט געווען א בהלן צו וויסן, וואס אזעלכע קרבנות האבן געטאן, כדי צו פארדינען אזוינע מיאוסע אטאקעס.
ר' רעדאקטאר, איר און אייערע לאקייען זיינען א כאליאסטרע גראביאנסקע און אייפערזיכטיקע ניט-פארגינער, וואס אטאקירן חשובע קולטור-טוער, ווייל זיי זיינען מענשן מיט אלע מעלות און איר האט קיינע ניט.
אן שום דרך-ארץ, בן-ציון בעקער (מינעפאליס, מינעסאטע)
זייער געערטער הער רעדאקטאר:
,דער מאמענט' איז א חשובע און לעבעדיקע צייטשריפט. כ'גראטוליר אייך צום ארויסגעבן יעדן מאנאט אזא אינטערעסאנטן און געשמאקן זשורנאל. אייער ,מאמענט' איז א מחיהדיקע, פרעסטיזשפולע צייטונג, וואס כ'לעז מיט גרויס אינטערעס און פארגעניגן. מיט אומגעדולד ווארט איך אויפן 1טן טאג פון יעדן חודש, כדי צו לעזן דעם נייעם נומער.
אייך און אייער צייטונג צו לאנג יארן!
אין גוטברודערשאפט, שמחה בוכבינדער (תל-אביב)
___________________________________

ריידנדיק וועגן טענות-ומענות און אין דער וועלט פון טשייניק-האקעריי האבן מיר זיך אנגעשלאגן ניט לאנג צוריק אויף דער דאזיקער פאראדיע אין ווארשעווער ,היינט' פון 19טן דעצעמבער 1924. דער אינהאלט איז ניט בלויז קאמיש, נאר ער איז אויך אזוי גילטיק היינט-צו-טאג ווי אין 1924, ווען די פאראדיע איז דערשינען!
דבר בעתו
אנשטענדיקע לייענער:
דערמיט זיינען מיר מודיע, אז מיר נעמען-אן באשטעלונגען צו שרייבן פראטעסטן קעגן ,אקלא', קעגן ,בונד' און קעגן וועמען מ'וויל. אונזער ביורא האט אויך א שלאג-אפטיילונג, וואס באזארגט מיט שלעגער אלע פראטסעט-מיטינגען, סקאנדאל-פארזאמלונגען, ,אינטימע שמועסן' און סתם מהומות.
ביי אונז אויפן סקלאד געפינט זיך אויך א גרויסער אויסוואל פון ,פאלקס-צארן' פאר אלע פארטייען. ,פראטעסט- און שלאג- און פאלקס-צארן'-ביורא פון ויצעקו ויתרוצצו עט קאמפ.
נעכטן און היינט
ס'איז אמת, אז קיינער קאן ניט שרייבן קיין בעסערן אנאנס ווי דער, וואס שטייט הארט איבער דעם פאראגראף. מיר נעמען זיך אראפ א מוסר פונעם פארפאסער פון דעם אויבערשטן אנאנס. מיר לאכן, ניט ווייל אזוי איז די וועלט, נאר מחמת אזוי איז שטענדיק געווען די וועלט און אז א צייטונג איז שוין תמיד געווען א בליץ-אפפירער פאר צארן און אויפגעבראכטקייט.
די קלאג-באנק
פאר די אלע קלאגער, מקוננים, פראפעסיאנעלע קרבנות און ספאדעק-דרייער מיט טענות-ומענות פון גן-עדן ביזן היינטיקן טאג, איז איצט פאראן א טאנבאנק, ביי וועלכער מ'מאכט באקאנט אלע קריוודעס און די אלע צרות, וואס מ'מאכט אייך אן!
דעם אנגעשטעלטן ביי דער ליאדע מעג מען האקן עד-סוף-כל-הדורות א טשייניק מיט יעדן אומכבוד, וואס מ'טוט אייך אן. דאס קלאגע-ביורא איז אפן א גאנצער מעת-לעת! שאקלט זיך אריין און שלעפט זיך צו צו דער טאנבאנק, וואו דער אנגעשטעלטער רופט-אויס ,עמוד, יעלה!'
חשובע מקוננים, ווירדיקע קלאגער און זייער געערטע קרבנות און געקריוודעטע פון אלע קלאסן, מאכט א יעלה, אדער א סך יעלות, און שרייט חי-וקים אויף קול-קולות, וואס נאר דאס הארץ גלוסט אייך! רבותי, רעדט זיך אפ פון הארצן! דער אנגעשטעלטער איז אן אלטער הינער-פרעסער, וואס האט צו אלעמען כוח און געדולד!

אנטיקענע
טענות ומענות
א וויץ-בילד פון ,דער מאמענט'
2 יאנואר 1914
ווי מ'גיט אונז איבער, האט א מחנה יונגע ליטעראטן,
וועמענס ביאגראפן און פארטרעטן זענען ניט אריין אין ליטערארישן ,לעקסיקאן',
באפאלן דעם פארלאג ,צענטראל' און אנגעמאכט דארט א חורבן.
די פארלעגער זענען קוים מיט די לעבנס ארויס.
_________________________________________________________

דעם זיידנס עצה
געמאכט מיט דער האנט
און צוזאמענגענייט מיט אלטע פעדעמלעך
איז געווען דער ערשטער בריוו
מכוח ,א בינטל בריוו',
וואס אב קאהאן האט דערהאלטן.
אז דער הויפט-רעדאקטאר
האט אויפגעריסן דעם קאנווערט, איז קאהאן באשפריצט געווארן מיט הייסע טרערן.

זייער געערטע לייענער:
א לאנגע צייט פאר דעם, וואס ס'האבן עקזיסטירט די היינטיקע ראדיא- און טעלעוויזיע-עצה-געבער, זיינען געווען בעלי-עצה, וואס האבן געדרוקט זייערע ,חכמות' אין די צייטוגען. איינער אזא מבין האט צוגעשטעלט יידישע אימיגראנטן עצות אין ,א בינטל בריוו', א לאנגיאריקע אפטיילונג אין ,דער פארווערטס'. אב קאהאן, דער גרינדער און ערשטער הויפט-רעדאקטאר פון דער צייטונג, האט געשאפן די סעקציע, וואס איז דערשינען העכער 60 יאר און האט געהאלפן צענדליקער טויזנטער אימיגראנטן זיך צוגעוואוינען און צואייגענען די אמעריקאנער קולטור.
________________________________________________________________
א לאנגע צייט פאר דעם, וואס ס'האבן עקזיסטירט די היינטיקע ראדיא- און טעלעוויזיע-עצה-געבער, זיינען געווען בעלי-עצה, וואס האבן געדרוקט זייערע ,חכמות' אין די צייטוגען. איינער אזא מבין האט צוגעשטעלט יידישע אימיגראנטן עצות אין ,א בינטל בריוו', א לאנגיאריקע אפטיילונג אין ,דער פארווערטס'. אב קאהאן, דער גרינדער און ערשטער הויפט-רעדאקטאר פון דער צייטונג, האט געשאפן די סעקציע, וואס איז דערשינען העכער 60 יאר און האט געהאלפן צענדליקער טויזנטער אימיגראנטן זיך צוגעוואוינען און צואייגענען די אמעריקאנער קולטור.
________________________________________________________________

שלום עליכם גאס וואו...
אלץ,
וואס מ'זאגט אויף אלע אנדערע שפראכן,
זאגט מען נאך רייכער און נאך שענער
אויף יידיש!
אלץ,
וואס מ'זאגט אויף אלע אנדערע שפראכן,
זאגט מען נאך רייכער און נאך שענער
אויף יידיש!

שרייבט אונז מיט אייערע באמערקונגען:
yiddishmoment@yiddishmoment.com
דרוקט אייער רעקלאמע דא אין אונזער צייטונג!
וועגן אינפארמאציע בנוגע רעקלאמעס:
yiddishmoment@yiddishmoment.com
אכטונג: בנימין עקלשטיין, רעדאקציע-סעקרעטאר
שענקט ,דער מאמענט' א מתנה!
צום פאראייביקן די יידישע פרעסע און קולטור
,דער מאמענט' שענקט אייך יעדע וואך א מתנה: מ'לייענט בחנם אונזער זשורנאל. מ'דארף אים ניט אויסשרייבן, זיך ניט איינשרייבן, ניט אנשליסן און ניט פארשרייבן. פאראייביקט די יידישע פרעסע און קולטור דורך שענקען ,דער מאמענט' א מתנה מיטן ביישטייערונגס-קנעפל. דאס איז אייער ,מאמענט'!
_________________________________________________________

ביני-לביני נאך עלינו זאגט דער רבי ביים קידוש:
,די וועלט איז יונג און חסידיש!'
,דער מאמענט' ווינשט אייך אלעמען א גוטן שבת
און א שבתדיקע וואך!
_________________________________________________________
וואס לויפט איר אוועק?
קוקט-אריין אין פאלגנדיקע סעקציעס!
קוקט-אריין אין פאלגנדיקע סעקציעס!

די אייז-בערן אויף די אייז-בערג אין אייז-ים אין אייז-קרייז פרעסן אייז-קרעם פון אייז-קעלער,
ווען זיי לייענען ניט ,דער מאמענט'
ווען זיי לייענען ניט ,דער מאמענט'

פליט-אוועק אויף אן איבערסאנישן אופן
און זעט דעם קאסמאס מיט
,דער מאמענט'

אקאפעלא

די פיינסטע איטאליענישע מאכלים
אין סאמע הארצן פון פינאנץ-דיסטריקט
1 האדסאן גאס, מאנהאטן, נ"י 10013 * 212.240.0163

,סטאר סטראק'
אנטיקענע קליידער
דאס אויבערשטע פון שטויסל מכוח
נעכטיקע מאדעס פון אמאליקע תקופות.
47 גרעניטש אוועניו, ניו-יארק 10014
212.691.535747
פערסאנאל
ד"ר אוצר נאמאסט - פרעזידענט און גרינדער (ניו-יארק)
הויפט-רעדאקטאר - יעקב קארנפעלד (ניו-יארק)
געהילפס-רעדאקטאר - ד"ר שמחה עקלשטיין (ניו-יארק)
רעדאקציע-סעקרעטאר - בנימין עקלשטיין (ניו-יארק)
ד"ר רחמיאל פישביין - ספעציעלער ראטגעבער (ניו-יארק)

לאה פערגאמענט קארעספאנדענטין - תל-אביב משה קאץ קארעספאנדענט - פאריז ד"ר אהרון קארפארטי קארעספאנדענט - בודאפעשט בן-ציון צייטלין קארעספאנדענט - מאסקווע ד"ר ישראל פארגעס קארעספאנדענט - פראג לייזער לייזעראוויטש קארעספאנדענט - מאדריד | לאווע גאווארטשיק רעדאקציע-מיטארבעטער - ניו-יארק דינה דימענט קארעספאנדענטין - וואשינגטאן, משה מילנער קארעספאנדענט - לאס אנזשעלעס * * * איר עקצעלענץ גראפיניע מאקארענע דע גאלוועז קארעספאנדענטין און פאטראנין מעקסיקע-שטאט/מאדריד |
ווי טיף מ'זאל ניט גראבן אין ,דער מאמענט', קאן מען תמיד גיין נאך ווייטער!
* * *
,דער מאמענט' איז די איינציקע אויף דער וועלט צייטשריפט,
וואס ווערט פארפאסט אויף א אלטמאדיש-שטעטלדיקן יידיש
פון היימישע יידיש-ריידנדיקע פון מזרח-אייראפע.