מיר לעבן אין דעם נייעם אמעריקע, וואו שווערע ארבעט איז גארניט וויכטיק. דאס איז אבאמעס אמעריקע, אייער אמעריקע, וואו די וואס ארבעטן שווער און ווערן פארמעגלעך מוזן באשטראפט ווערן מיט מער און העכערע שטייערן.
דאס איז אבאמעס געזעץ, ביי וועלכן אמעריקע מוז זיך האלטן פון איצט אן. די בעלי-רחמנות און בעלי-צדקה אין וואשינגטאן טוען אלץ אין נאמען פון זעלבסטלאזיקייט און סאציאלן יושר.
ר' ייד, איר ווילט יושר? קומט צום שכל און פארשטייט, אז יושר איז דער ראשי-תיבות פאר ,יתקדל ויתקדש שמה רבא'!