דער פאקט, וואס ,דער מאמענט' עקזיסטירט עקלט געוויסע פערזאנען און רייסט זיי אין די קישקעס. די סיבה? אונזער פובליקאציע מאכט זיי נאריש, ווייל זיי האבן גארניט קיין דערפאלג אין זייערע אונטערנעמונגען און ,דער מאמענט' האט א לעבעדיקע לעזערשאפט. געוויסע ,טוער', ,מאכער' און ,קנאקער' אויף דער יידישיסטישער גאס זיינען מלא-רציחה, ווייל ,דער מאמענט' שטעלט זיי צו שאנד און קיינער וויל ניט קויפן זייער ,סחורה'.
,דער מאמענט' וואלט זיי קיינמאל ניט דערמאנט, אז זיי זאלן אונז ניט דערגיין די יארן מיט בריוו אין רעדאקציע פול מיט נעגאטיוויטעט. זיי מאכן זיך פאר גרינגע שאס-צילן. זאנסט באווייזן זיך אזעלכע פארשוינען ניט אויפן ראדאר ביי אונז אין רעדאקציע. ס'ארט אונז ווי דער פאר-א-יאריקער שניי, צי ארון פישפאנאט, דער ברוקלינער גואן פרידמאן און מאדאם וואליזקע האבן פיינט ,דער מאמענט'.