____________________________________________________________________________________________
ראטא-גראוויאר

אינהאלט:
,אין דעם ,פיש' וואוינט זי (נאך)!'; ,כ'בין דיר א שוועסטער א טרייע; ,יידישע וואקאציעס: זומער אין די קאטסקיל-בערג'; ,די באראנעסע פון לאנגענדארף'; ,גאסן-פאנאראמעס'; ,אמאל איז געווען', (פאטאגראפישע דערציילונגען); ,די אלטע היים: א וועלט מיט בילדער'

ווינס דזשיארדאנא מיט זיין ארקעסטער ,די נייטהאקס'
יעדן מאנטיק און דינסטיק 8-11 אין אוונט:
ווינס דזשיארדאנא מיט זיין ארקעסטער ,די נייטהאקס'
שפילט די מוזיק און די 20ער און 30ער יארן
,סאפיא'ס רעסטאראן'
(קלאב קאשעי אין קעלער פון ,האטעל עדיסאן')
221 וועסט 46סטע גאס, ניו-יארק, נ"י
(צווישן בראדוועי און דער 8טער אוועניו)
$15 אריינגאנג און $15 מינימום
רעזערוואציעס: 212.719.5799 - אפן פון 7-12 אזייגער
Sofia's Restaurant
(Club Cashe - Basement of the Hotel Edison)
______________________________________________________________________________________________

_אין דעם ,פיש' וואוינט זי (נאך)!
נחמה בערליאנט, א 95-יאריקע יידישע טאכטער, סאלוטירט ,דער מאמענט' מיט בילדער פון איר לאנגיאריקער היים אויפן ,גראנד-קאנקורס' אין די בראנקס. זי וואוינט שוין 71 יאר אין דער עלעגאנטער ,פיש-געביידע'. דאס איז די ערשטע און איינציקע דירה, וואס זי האט פארמאגט אין אמעריקע.
נחמה איז געקומען קיין אמעריקע אין 1939 ווי א יונגע פרוי. זי האט חתונה געהאט אין 1940 מיט א פארמעגלעכן סוחר, וואס האט שוין דעמאלט געוואוינט אין דעם ,פיש' אויפן ,קאנקורס'. מ'רופט זי די ,פיש-געביידע' מחמת די שיינע, בונטע מאזאאיקעס מיט פיש אויפן פאסאד און אויף די ווענט אין אריינגאנגס-זאל.
די עלעגאנטסטע צוויי בנינים מיט וואוינונגען אויפן ,קאנקורס' זיינען געווען ,דער פיש' און ,דער לואיס מאריס'. ,דער גראנד-קאנקורס' איז אמאל געווען באקאנט ווי ,דער בראנקסער פארק אוועניו' אדער ,פארק אוועניו' אין די בראנקס. דער בוי-סטיל פונעם ,פיש' איז ארט-דעקא.
די געגנט פלעג זיין א פארמעגלעכע. זי איז איצט איינע פון די ארעמסטע אין אמעריקע. פרוי בערליאנט האט ניט פארלאזן דעם ,קאנקורס' צוזאמען מיט אלע אירע יידישע שכנים ווען ער איז געווארן אין די 70ער יארן אן ארעמע געגנט מיט א שטיינגנדיקער פארברעכערישקייט.
איר מאן איז געשטארבן מיט 30 יאר צוריק און זי וואוינט אליין אין איר עלעגאנטער דירה. ווען די געגנט האט זיך געענדערט, האט זי ניט געקאנט פארלאזן דעם ,קאנקורס', וואו זי האט שוין געהאט געלעבט אזוי פיל יארן. זי דערציילט אין איר בריוו, אז פארלאזן איר טייערע היים וואלט צעבראכן איר הארץ. זי איז ,דער אייביקער ייד' אין מדבר, דער לעצטער ייד אין דער געגנט. אלע אירע שכנים זיינען שפאנישע אימיגראנטן און אפרא-אמעריקאנער. זי קען אלע אירע שכנים און איז פאני בראט מיט אלעמען. אירע פריינט אין דער געביידע רופן איר דירה ,דער מוזיי'. זי פרייט זיך זייער, וואס זי האט זיך ניט ארויסגעקליבן פון איר וואוינונג.

איינע פון די מאזאאיקעס אינעם אריינגאנגס-זאל
א פארווארפענער פארק אין די בראנקס
דער בעל-שם-טוב איז געווען גערעכט: מ'קאן געפינען א גן-עדן אין יעדן מאמענט אויף יעדן ארט!
איין רעדאקטאר פון "דער מאמענט" מיט עטלעכע פריינט האבן געפונען א גן-עדנדל אין א פארווארפן ווינקעלע אין די בראקנס. זיי האבן זיך אנגעשלאגן אויף א פארקעלע הארט ביים שאסיי ,מעידזשאר דיגאן' נעבן ריווערדעיל.
"קרעסנט פארק" איז א שיין, קליין ערטל, וואס ליגט הארט צווישן א ראג און א שאסיי. דאס פארקעלע אליין איז אן איבערהאנג איבערן טראקט. ס'איז א רואיק ארט מיט בענק און ביימער אין מיטן דער שטאטישקייט, אן אאזיס און מקום-מנוחה, וואס בארואיקט יעדן איינעם, וואס זיצט דארט און הערט די אייביקע פארקער-שעפטשעריי. ניט-שוין-זשע איז דאס די ווירקלעכקייט? אדער איז דאס א פאטא-מארגאנע?
די אומאויפהערלעכע שושקעס און שעפטשעס פון די אויטא-רייפן זיינען אזוי ווי א ווייכע מוזיק. מ'קאן זיך אויך צוקוקן צו די אויטאמאבילן, וואס פארן אין ביידע ריכטונגען, אריין און ארויס פון שטאט.
ס'איז טאקע מיט ממתקים א גן-ענדיקע מחיה צו זיצן אויף דעם חנעוודיק פלעצל, וואס אנטציקט און באצויבערט זיינע באזוכער. דא קאן מען זיך אפרוען און געניסן פון דער שטאטישער שיינקייט.

_______________________________________________________________
א שמחה אין ,סיפריאני'
הויפט-רעדאקטאר פון "דער מאמענט" ווערט אלט 90 יאר
ביז הונדערט און צוואנציק, ר'יעקב!

יעקב קארנפעלד מיט באראנעסע קארנפעלד אויף זיין געבורטסטאג-פייערונג
משה לעווין (רעדאקציע-סעקרעטאר)
אין רעסטארן ,סיפריאני, אין האטעל ,שערי נעדערלאנד' אויף דער פינפטער אוועניו אין ניו-יארק איז פארגעקומען זונטיק דעם 15טן מאי די פייערלעכע געבורטסטאג-שמחה פון הויפט-רעדאקטאר יעקב קארנפעלד.
ד"ר נאמאסט האט געמאכט די פייערונג, וואס איז געווען גאר א גרויסע איבערראשונג פארן הויפט-רעדאקטאר. ער האט שיעור ניט געחלשט, ווען ער איז אריינגע-גאנגען אין רעסטאראן און דערזען אלע זיינע קאלעגן און חברים.
ר' יעקב איז אלט געווארן 90 יאר און האט קיינמאל ניט געאנט אדער דערווארט, אז מ'זאל מאכן פאר אים אזא פייערונג מיט שאמפאניער און געשמאקע איטאליענישע מכאלים.דאס רעדקאציע-קאלעגיום האט געטרונקען לכבוד און לשבח אונזער טייערן הויפט-רעדאקטאר און אים געוואונשן לאנגע יארן. ר' יעקב, אים צו לאנגע יארן!

_____________________________________________________________
איך בין דיר א שוועסטער א טרייע
יידישער קאנצערט אין מעקסיקע-שטאט א גרויסער שלאגער
שטורמישע אפלאדיסמענטן פאר דער יידישער גראפיניע
_____________________________________________________________
יידישע וואקאציעס
זומער אין די קאטסקיל-בערג
פון יעקב קארנפעלד (הויפט-רעדאקטאר)
_____________________________________________________________
א שאסיי-שילד אונטערוועגנס קיין מאנטיסעלע, א וואקאציע-שטעטל אין די קאטסקילן, באקאנט ווי "די יידישע אלפן", דער "בארשט-בעלט" און, פראסט און פשוט, "די בערג".
די בארימטע מוזיקאלישע בראדוועי-פארשטעלונג "וויש יו ווער היר" (הלואי זאלסט דו דא זיין") פון די 50ער יארן שילדערט זומער-וואקאציע אין די יידישע האטעלן אין "די בערג". דאס פאפ-ליד "וויש יו ווער היר", געזונגען פון עדי פישער, קומט פון אט-דער פאשטעלונג און איז געווען איינער פון די גרעסטע שלאגער אין די 50ער יארן.
די טאטעס זיינען געפארן מיטן "שבת-עקספרעס" פון די ,שעפער' און פון ,ביזנעס' מיט דער ,פיידע' אין קעשענע צו זייערע פאמיליעס אין די ,קאכאליינס', וואו די מאמעס מיט די קינדער האבן געלעבט א גאנצע וואך א גוטן טאג. "וואס איז ,דער מער', מיין פריצה, דו ארבעטסט אזוי שווער?" פרעגט דער טאטע, וואס קאן ,אפפיקסן' אלע צרות. אין די ,קאכאליינס' האט מען באמערקט לגבי דעם "שבת-עקספרעס": "ווען דער טאטע קומט צו פארן, ליגט די מאמע א קימפעטארין".
די גלאנץ-תקופה פון "בארשט-בעלט" איז געווען די יארן צווישן די וועלט-מלחמות און אין די 50ער יארן. צווישן די קריגן זיינען געווען א סך מער האטעלן און זאמער-קאלאניעס ווי אין די 50ער יארן. די צאל וואקאציע-אנשטאנלטן איז נאכן קריג געווארן וואס אמאל קלענער, אבער די פארבליבענע האטעלן זיינען געווארן נאך גרעסער. אין די 50ער יארן האבן די האטעלן אויסגעשטאט די צימערן מיט לופט-קילערס.
די זומער-קאלאניעס און האטעלן זיינען געגאנגען בארג-אראפ אין די 60ער יארן און אויסגעשטארבן אין די 70ער מחמת א סך סיבות:
דער אלטער דור אימיגראנטן און דער ערשטער דור "הי-געבוירענע", די היגלענדער, די אמתע "יאנקיס", זיינען אויסגעשטארבן.
דער צווייטער דור, די אייניקלעך פון די אימיגראנטן, האבן זיך אריינגעקליבן אין נייע
הייזער מיט קלימאטיזאטארן אין די ניי-געבוירענע פארשטעט און האבן מער ניט געדארפט
פארן אין "די בערג", בכדי צו געניסן פון דער פרישער לופט.
על-אחת-כמה-וכמה האט זיך דער יונגער דור, די אוראייניקלעך פון די אימיגראנטן,
ניט פאראינטערעסירט מיט אזעלכע פשוטע פאמיליען-וואקאציעס און פארוויילונג.
דאס איז געווען די "ראק-ענד-ראל גענעראציע". דאס איז אויך געווען דער טויטקלאפ פאר
"די בערג".
אומפארגעסלעך זיינען די "יידישע אורלויבן" אין די האטעלן, זומער-קאלאניעס און זומער-לאגערן פאר קינדער. די, וואס האבן גוט פארבראכט און זיך געלאזן וואויל גיין אין די קאטסקילן געדענקען נאך מיט נאסטאלגיע די וואונדערבארע אורלויבן און בענקן נאך יענער זארגלאזער תקופה, ווען די וועלט איז געווען פשוטער און איידעלער, ווען מענשן זיינען ניט געווען אזוי פארהארעוועט און אויסגעמוטשעט, ווען דער דאלאר איז געווען שטארק און מיט דעם האט מען געקאנט קויפן א סך מער, ווען דער פרעסטיזש פון אמעריקע איז געווען א גלענצנדיקער אן שום שאנד-פלעקן און די פאראייניקטע שטאטן איז געווען דער באשיצער פון דער וועלט.
אין פארלויף פון אזוינע וואקאציעס האבן זיך מענער און פרויען פארליבט, פארלויבט און פארהייראט. קינדער אין די זומער-לאגערן האבן פארפירט לעבנסלאנגע פריינטשאפטן און די געסט אין די האטעלן און זומער-קאלאניעס האבן זיך אנגעטראפן און באקענט מיט נייע חברים. אויף דער בינע אין די האטעל-טעאטערן האט מען געטאנצט די רומבע, טאנגא און פאקס-טראט בשעת די קאפעליע האט געשפילט יעדע נאכט איין שעה איידער די פארשטעלונג האט זיך אנגעהויבן. אין די "קאזינאס" (א געמיש פון א טעאטערל און א טאנץ-זאל) אין די זומער-קאלאניעס האבן זיך מיידלעך און ייונגלעך אויסגעלערנט געזעלשאפטס-טאנץ און ווי אזוי צו טאנצן די הורה און "מיסירלו" אויף די טאנץ-אוונטן פאר קינדער און יוגנטלעכע.
די "טומלער" (א געמיש פון א קאנפערעסיע און קאמיקער) האבן מיט אייגענע סקעטשן און וויצן אומוזירט און אונטערגעהאלטן די האטעל-געסט נאך מיטאג ביי די בינגא-שפילן ביים שווים-באסיין און אין אוונט אין האטעל-טעאטער אלס קאנפערעניע. פון פינף ביז זיבן אזייגער האט מען זיך מחיה געווען מיט מיש-געטראנקען ביים שענק אין גרויס-סאלאן. א סך האטעלן האבן געהאט פארשידענע סאלאנען. פרישטיק, מיטאג און אוונט-ברויט זיינען געווען איינגעשלאסן אינעם "וואקאציע-פעקל", דער פרייז פארן גאנצן אורלויב. די געסט האבן שטענדיק געמעגט בעטן ביים קעלנער א צווייטע פארציע. איין באקאנטער שפאס וועגן די האטעל-מאלצייטן דערציילט זיך אזוי: "דער גאסט באקלאגט זיך פארן האטעל-פארוואלטער ביים ,רעגיסטראציע-טיש' (אפפארטיק-ונגס-טאמבאנק): דאס עסן דא איז סם-המוות, א ריינער סם-המוות. און די פארציעס זיינען אויך צו קליין!"
לאמיר אויך ניט פארגעסן ווי פיל זינגער און קאמיקער זיינען באקאנט געווארן אין "בארשט-
בעלט", וואו זייער טאלאנט איז אנערקענט געווארן פון געסט, וואס זיינען אויך געווען גרויסע יאטעביעדאמען אין דער אונטערהאלטונגס-אינדוסטריע. דער פילם-קאמיקער דזשערי לואיס פון ניוארק, ניו-דזשערזי איז באקאנט געווארן אין האטעל "בראונ'ס", דער זינגער עדי פישער פון ברוקלין, ניו-יארק איז בארימט געווארן אין "גרויסזינגער'ס", דער בינע- און טעלעוויזע-קאמיקער העני יונגמאן איז געווען א קאמיקער אין "בארשט-בעלט". די גרעסטע זינגער און קאמיקער זיינען ארויסגעטראטן אויף דער בינע אין די פראמינענטע האטעלן.
דער טעלעוויזיע-שטערן דזשערי סיינפעלד האט פארבראכט יעדן זומער אין א זומער-קא-
לאניע אין "די בערג", ווען די וואקאציע-שטעטלעך האבן שוין געהאלטן אין "שטארבן" אין די 70ער יארן. ער האט מודה געווען, אז ער האט צוגעגנבהט זיינע וויצן ביי די אלטע קאמיקער, וואס האבן דערציילט זייערע "טויטע" שפאסן אין די "קאזינאס אין די קאכאליינס". די גלאריע פון די אלטע קאמיקער איז שוין דעמאלט געווען א פארוויאנעטע, אן אלטע און א נעכטיקע. זייערע וויצן זיינען שוין מער ניט געווען קאמיש.
סיינפעלד האט קיינמאל ניט פארגעסן די וויצן און סקיצעס. יארן שפעטער האט ער זיי אלעמען צוזאמענגעשטעלט און פאראייניקט יעדע וואך אין א וועכנטלעכער טעלעוויזיע-פראגראם. יונגע דורות האבן קיינמאל ניט געהערט די אלטע וויצן און האבן זיי געפונען פאר קאמיש, ווען מ'האט זיי פארגעשטעלט ווי לעבנס-סצענעס אין א מעשה. נייע דורות האבן הנאה געהאט פון די "טויטע", לעכערלעכע שפאסן. ער האט פארוואנדלט די נודנע בינע-דער-ציילונגען פון די פארשטארבענע קאמיקער אין קאמיש-פארבונדענע סצענעס אין וועכנטלעכע עפיזאדן און אזוי ארום זיך פארדינט הונדערט מיליאן דאלאר!
"די קאטסקילן" זיינען געווען א בריק צווישן די דורות און די אלטע און נייע וועלטן. אין די 20ער יארן האט מען געטאנצט דעם טשארלסטאן אין די ניי-געבוירענע האטעלן און "קאלאניעס". אין די 30ער יארן זיינען די וואקאציע-שטעטלעך געווען א מקום-מנוחה פונעם בושעווענדיקן ווירטשאפטס-קריזיס. אין די 40ער יארן האבן יונגע סאלדאטן מיט זייערע חברטעס גענאסן פון א פשוטן אורלויב פארדעם ווי זיי זיינען געווארן מאביליזירט און געשיקט קיין אייראפע אדער אזיע, בכדי צו באזיגן די שונאים פון אמעריקע און דעמאקראטיע. א ביסעלע שפעטער האבן יידן געפייערט דארט דעם אמעריקאנער זיג איבער דייטשלאנד און יאפאן. אין די 50ער און 60ער יארן האט מען גענאסן אין "די בערג" פון דער נייער אמעריקאנער פארמעגלעכקייט און אפטימיזם, וואס דער נצחון איבער די פאשיסטן האט געבראכט.
"טינעידזשערס" (יוגנטלעכע) און יונגע מענער און פרויען האבן געארבעט אין די האטעלן אלס קעלנער, רעטונגס-שווימער, שווייצער, פארטיערן, וואליזן-טרעגער און מדריכים און אויפ-
זעער אין די זומער-לאגערן פאר קינדער, בכדי צו צאלן פאר זייער אוניווערסיטעטס-בילדונג. דאס זיינען געווען זייערע ערשטע ארבעטס-שטעלעס, "א זומער-דזשאב" אין די קאטסקילן, וואו זיי האבן געהאט בחינם נאכט-לעגער און וואס צו עסן - "בחורים אויף קעסט"! דער קינא-פילם "דירטי דאנסינג" דערציילט די מעשה פון א יידישער משפחה אויף זומער-אורלויב אין א האטעל אין "די בערג".
און אחרון אחרון חביב: די לעצטע האטעלן ווי "קוטשער'ס" אין מאטיסעלע, "די פיינס" און "ראלי" אין דרום-פאלסבורג, דער "קאנקארד" אין קאיאמישא-לעיק און "די נעוועלי" און "פאלסוויו" אין עלענוויל האבן געהינקעט אין די 80ער און 90ער יארן אויף ביידע פיס. די דאזיקע האטעלן און די לעצטע פאר זומער-קאלאניעס זיינען געווארן אלט, "פארשימלט" און פארבוריאנעוועט. דער גלאנץ און בלישטענדיקער חן איז שוין לאנג צוריק פארשוואונדן געווארן. זיי האבן דעמאלט געהאט נאר א קליינע צאל געסט, דאס רוב אלטע לייט, וואס האבן זיך נאך אלץ און נאך אלעמען געפרייט מיט א רואיקער וואקאציע מיט פשוטע, מחיהדיקע פארגעניגנס און פריידן.
טראץ דעם, וואס די זכרונות פון אזעלכע יארן און אזוינע אורלויבן זיינען אפשר א ביסל פארוויאנעט, קאן קיינער ניט פארגעסן דעם פשוטן חן און וואס פארא מחיה איז עס צו געווען זיין אין אזא געמיטלעכער אטמאספערע. אזוי ווי מ'פלעג לויטן מנהג שרייבן צום סוף אויף די פאסט-קארטלעך אין משך פון אן אמעריקאנער וואקאציע , זאגן מיר צום "בארשט-בעלט" מיט נאסטאלגיע: "העווינג וואנדערפול טאים, וויש יו ווער היר!" (די וואונדערבארסטע וואקאציע - הלואי זאלסט דא זיין [מיט אונז]!).

א טיפישער "קאך-אליין" (הייזקע) אין א זומער-קאלאניע אין די קאטסקילן. פרישע, קילע לופט פאר יידישע פאמיליעס בעת די זומער-חדשים.
בשעת די קינדער האבן זיך געשפילט פון פרי ביזן אוונט אין קינדער-לאגער, האבן זיך די מאמעס און באבעס אפגערוט אדער געשפילט אין "מא-זשאנג", אזא מין כינעזיש קארטן-
שפיל, נאר מיט הארטע טאבלעטן. יעדע זומער-קאלאניע האט געהאט א קינדער-לאגער.
קארטן-שפילן זיינען געווען א פאפולערע צייט-פארברענגעניש, באזונדערש ביי די אלטע פרויען און מענער. די אלטע פרויען האבן געשפילט אין "קאנאסטע" און די זקנים אין "פינאכל". באקאנטע סצענעס זיינען געווען: אלטע מענער, וואס זיינען געזעסן ביי א טיש אונטער ביימער אדער ביים שווים-באסיין, שפילנדיק א גאנצן טאג אין קארטן, בכדי צו געווינען א פאר קאפקעס. די מאמעס און באבעס זיינען אויך געזעסן ביי טראגבארע און אויפשטעל-טישלעך אויפן גאניק, אונטער ביימער אדער ביים באסיין און געשפילט שעהען לאנג אין מא-זשאנג אדער אין איידעלע קארטן-שפילן פאר פרויען.

גרויסזינגער'ס איז געווען דער באקאנסטער האטעל אין די קאטסקילן. ער איז געווען דער צווייט-גרעסטער האטעל אין "די בערג", אבער ער איז געווען וועלט-בארימט. דער האטעל האט געהאט אן אייגענע פאסט-זאנע און אן אייגענעם לאנדונגס-וועג פאר עראפלאנען.
דער זינגער עדי פישער, א יידישער בחור פון ברוקלין און "די גאלדענע שטימע" פון די 50ער יארן, איז באקאנט געווארן אין "גרויסזינג-
ער'ס". ער האט חתונה געהאט מיט דער קינא-אקטריסע דעבי רענאלדס אונטער דער חופה אין "גרויסזינגער'ס", אויסגערעדט ווי ,גראסינגער'ס' ביי די אמעריקאנער.
דער נייער בנין אין די 50ער יארן.
יעדער האטעל האט געהאט א ,כשרע קיך'. די אלע האטעלן האבן סערווירט נאר כשרע מאלצייטן און האבן פארלייכטערט פסח-צייט די האראוואניע מיט מאכן אייגענע סדרים.
,גרויסזינגער'ס' איז אויך געווען באקאנט מיט זיין קארנברויט, וואס האט זיך פארקויפט אין סופערמארקעטן איבער אמעריקע.

דער "קאנקארד" אין קאיאמישע-לעיק איז געווען דער גרעסטער און עלעגאנטסטער האטעל אין די קאטסקילן. ער האט פארמאגט 1,500 צימערן און איז געשטאנען נעבן דער אזערע "קאיאמישא".
אויף דעם בילד זעט מען דעם האטעל אין די 60ער יארן בעת זיין גלאנץ-תקופה.
דער גרויס-סאלאן אין "קאנקארד". דא זעט מען דעם סאלאן מיט די עלעגאנטע שטיגן, דעקארירט לויט דער לעצטער מאדע אין די 50ער יארן.
דאס טעאטער אין "קאנקארד", דאס גרעסטע אין די קאטסקילן, האט געהאט פלאץ פאר 3,000 צושויער. אין "קאנקארד" און "גרויסזינגער'ס" זיינען ארויסגעטראטן די גרעסטע טעאטער- און קינא-שטערן און די פאפולערסטע ארקעסטער און קאפעליעס.
דער האטאל "ראלי" אין סאוט-פאלסבורג איז געווען באקאנט מיט זיין א וואקאציע-לאקאל פאר יונגע הולטייען. דער האטעל האט צוגעצויגן א יונגן עולם און איז געווען קלענער ווי דער "קאנקארד" און "גרויס-זינגער'ס".
קעגנאיבער דעם "ראלי" האט זיך געפונען דער "שענק'ס פאראמאונט", וואס איז געווען פאפולער ביי אלטע יידן. א ביסעלע ווייטער אויף מזרח אויפן זעלבן וועגן איז געשטאנען דער "היידען וואקאציע-האטעל". דער פילם "סוויט לארעין" (זיסע לארענע) שטיצט זיך אויף דעם האטעל און איז פילמירט געווארן דארט אין 1987 איידער ער איז אראפגעריסן געווארן. דער בארימטער קאמיקער פרעדי ראמאן, וואס איז באקאנט געווארן אינעם "בארשט-בעלט", טרעט-אויף אלס גאסט-ראליסט אין דעם פילם און שפילט די ראלע פון א קאמיקער.
דער גרויסער בראדוועי-שלאגער "קאטסיקלס אן בראדוועי" איז געווען א מוזיקאלישע קאמעדיע וועגן "בארשט-בעלט" אין זיין גלאנץ-עפאכע.
די מוזיקאלישע בראדוועי-פארשטעלונג "וויש יו ווער היר" (1959) איז געווען א גרויסער שלאגער. די טעאטער-שטערן דזשעק קאסידי און שירלי דזשאנס האבן געשפילט די הויפט-ראלעס. די פיעסע קומט-פאר אין די קאטסקילן אין "קאמפ קעירפרי", א פאראדיע פון די יידישע זומער-האטעלן און די פארשוינען, וואס האבן פארבראכט זייערע זומער-וואקאציעס אין "די בערג".
די פארשטעלונג איז געווען אויסערגע-וויינלעך און אריגינעל בפרט אויף איין אופן: אויף דער בינע איז געווען א שווים-באסיין!
_______________________________________________________________
אינטערעסאנטע טיפן, פארשוינען און פערזענלעכקייטן
_____________________________________________________________
גאסן-פאנאראמעס
ד"ר רחמיאל פישביין
_____________________________________________________________
די אזערע-בריק אין צענטראל-פארק
באדעקט מיט שניי.
אין הינטערגרונט
שטייען די עלעגאנטע
אפארטאמענטן-טורעמס
די לבנה איז נאך אלץ דער בעסטער שדכן
מ'גייט זיך שפאצירן...
א דראשקע אין צענטראל-פארק
צענטראל-פארק באדעקט מיט שניי...
פון דער אזערע זעט מען
די עלעגאנטע דריי האטעלן
"די פלאזע", "שערי נעדערלאנד"
און "דער "פיער"
די קאטשקעס געניסן
פונעם ווינטערדיקן וועטער
חנוכה-צייט אין חיפה
ביי מרים מארגנשטערן אין שטוב:
אין צענטער, אונזער קארעספאנדענטין מרים,
ד"ר נאמאסט אין זיין "פורימדיקן" סמאקינג
און אונזער ,נעץ-מייסטער'
דער פלייש-פארבארייטונגס-באצירק אין דער שטאט ניו-יארק.
אמאל איז דאס געווען א מיאוסע געגנט מיט פיל פלייש-פארבארייטונגס-פירמעס ביי טאג און סעקס-לאקאלן ביי נאכט. ביי די לעצטע יארן איז ער געווארן אן איידעלע געגנט מיט טייערע רעסטאראנען און נאכט- לאקאלן פאר יונגע שטאטישע יאטעביע-דאמען. דער בארימטער "היי-ליין פארק" גייט-דורך די געגנט. "דער היי-ליין", אמאל געווען א הויכבאן פאר פלייש-טראנספארטן, איז געווען פארוואנדלט אין אן עלעגאנטן עסטאקאדן-פארק.
עלנט ווי א שטיין:
די ברוקלין בריק ביי נאכט
בעת א זאווערוכע
דאס זומער-הויז פון ד"ר נאמאסט.
די קאנפערענץ וועגן זשורנאליסטיק
וועט פארקומען דא היינטיקן זומער
מיט דער שטיצע פון "דער מאמענט".
דער עלעגאנטער "האטאל גאלוועז"
אין גאלוועסטאן, טעקסאס.
די מיטארבעטער וועלן אהין פארן
דעם זומער אויף זומער-וואקאציע
____________________________________________________________________________________________
אמאל איז געווען...
פאטאגראפישע דערציילונגען
לויט דער בקשה פון אונזערע לייענער האבן מיר געשאפן אט-די רובריק. מיר וועלן דרוקן פאטאס פון דער פארגאנגענהייט מיט אינטערעסאנטע קעפלעך און דערציילונגען.

די קאנדיטעריי
לאה הירשנסאן (קארעספאנדענטין, דעטרויט)
בשעת אמעריקעס גאלדענע יארן האט איבערן לאנד אמאל געהערשט דער "לאנשענעט", א קליינער, היימישער רעסטאראן, וואו מ'האט געקאנט באשטעלן דאס טעלערל פון הימל. ביזן היינטיקן טאג עקזיסטירן זיי נאך. דא סערווירט מען אלצדינג פון א ביליגן געשמאקן פרישטיק און א וואלוועלן אנבייסן ביז א באטעמט אוונט-ברויט.
אין דער אלטער היים איז מען זיך מחיה מיט דער קאנדיטאריי, אן אלטמאדיש זיסווארג-געשעפט מיט א סאדע-וואסער-קראן. ביים טאמ-
באנק באשטעלט מען קאנפעקטן, שאקאלאדן, אלערליי סאדע-וואסערן, כלערליי קוכנס און קיכעלעך, פילערליי מאראזשענע-מישמאשן און ספעציעלע אייז-קרעם-געטראנקען. די באזוכער אין דער קאנדיטאריי מעגן עסן א וועלט מיט מאכלים, אלץ וואס ס'גלוסט א מענש דאס הארץ.
אונטערן טאמבאנק זיינען דא שוי-קאסטנס, אין וועלכע ס'זיינען אויסגעשטעלט פארשידענ-
ערליי סאדע-וואסערן אין פלעשער. אויפן טאמבאנק שטייען די גרויסע שפריץ-פלעשער מיט סעלצער-וואסער. דא עסט מען דאס אויבערשטע פון שטויסל: א בעכערל אייז-קרעם מיט א באנאנע, באגאסן מיט געדיכטן פרוכט-זאפט אדער מיט צעשמאלצענעם שאקאלאד, באדעקט מיט זיסן שמאנט און, אחרון אחרון חביב, באשאטן מיט צעברעקלטן שאקאלאד מיט א קירש אויפן שפיץ.

די באבע האט אמאל געוואוינט אויפן ,קאנקורס'
דאס בילד ווייזט דעם "גראנד קאנקורס" אין די בראנקס אין די 40ער יארן אין משך פון דער גלאנץ-תקופה פון דעם "בארא" (שטאטישער קרייז). די געגנט איז אמאל געווען א יידישע. דער קאנקורס איז געווען א גרויסער בולוואר מיט עלעגאנטע דירות. וואס ווייטער אויף צפון מ'איז געגאנגען אויפן קאנ-
קורס, אלץ עלעגאנטער און גרעסער זיינען געווארן די אפארטאמענטן. דער עלעגאנסטער בנין איז געווען די אפארטאמענטן "ליואיס מאריס" נעבן דער אוועניו מאונט-עדן. דער קאנקורס איז געווען בארימט ווי "פארק עוועניו אין די בראנקס".
____________________________________________________________________________________________
ביים קאמוטאטאר

אנטיקענע טעלעפאניסטינס
די טעלעפאניסטינס שטעקן-אריין די שטעקער אין די קאמוטאטאר-שטעפסלעך.
היינט-צו-טאג איז יעדער איינער א טעלעפאניסט מיטן רייזע-טעלעפאן. די קעשענע-טעלעפאניסטן האבן איבערגענומען די וועלטֲ!
זיי שאקלען און באלאנסירן זיך אויף די כוואליע-ברעטער:
וואס גרעסער די וועלע, אלץ גרעסער די מחיה!
___________________________________________________________________________________________
די אלטע היים
א וועלט מיט בילדער
מיר פארפלייצן די וועלט מיט בילדער
____________________________________
דער תלמיד-חכם פסקנט א שאלה
זאג זשע נאך אמאל:
"קמץ אלף או"
דער מלמד לערנט תורה מיט די קינדער
מ'דאוונט שחרית: ,יתמחו ...'
פרומע יידן לייענען ערב שבת
די לעצטע נייעס אין ווארשעווער ,מאמענט'.
דער רבי אלימלך איז געווארן גאר שטארק פריילעך...
ווען דער פידלדיקער פידל האט זיך פידלדיק געפידלט,
פידלדיק געפידלט האבן זיי...
פון בילדער ביז פאטאגראפיעס
מארק שאגאל
וויטעבסק מיט דווינסק
מארק-טאג אין קאזמיר, פוילן
קאזמיר ביי דער ווייסל איז געווען
א שיין שטעטל אין א טאל
בערדיטשעוו
וואו די גויים האבן אויך גערעדט יידיש!
די קליינע שטאט דווינסק אין לעטלאנד.
איר יידישער נאמען איז דינעבורג. זי ליגט ביים טייך דינע. אויף דער אנדערער זייט טייך איז דאס יידישע שטעטעלע גריווע.
די משפחה פון אונזער קארעספאנדענט פון ריגע הירש סארקין שטאמט פון דינעבורג. די משפחה פון זיין ווייב פייגע קומט פון גריווע.
א שטעטל אין אונגארן
פרומע פאבריק-ארבעטער
סיגעט, רומעניע
א פארווארפן שטעטעלע
אין העק אין די קארפאטן
יידישע גאסן און גויאישע "אוליצעס"
ווארשע: דער יידישער קולטור-צענטער
מארשאלקאוו גאס
אלטשטאט
דולגע גאס, ווארשע
א יידישע גאס מיט יידישע געשעפטן
די גרויסע שול, ווארשע
דאס יידישע טעאטער "נאוואשטשי"
א יידישער מארק, ווארשע
נאלעווקי גאס, ווארשע
דאס יידישע בית-יתומים
א טיפישע יידישע גאס
דער ראג מאטעיקי גאס און אלייע אוזשדאווסקי ביים פארק. מאטעיקי איז געווען א "גויאישע אוליצע", די רייכסטע גאס אין ווארשע, וואו די עלעגאנטסטע אדללייט האבן געוואוינט. גראף פאטאצקי האט געוואינט דא פארן קריג.
מאטעיקי גאס
(די ווארשעווער פינפטע עוועניו)
ווי זי זעט-אויס איצט
א תלמיד-חכם מיט ספרים
לאדזש: דאס פוילישע מאנטשעסטער
(ליצמאנשטאט)
די גרויסע שול
פאלאץ פאזשנאנסקי
דער "גראנד האטעל" אין צענטער שטאט
פיאטרקאווסקע גאס
א תלמוד-תורה
א טיפישע יידישע גאס
_________________________
מיר פארן קיין ווילנע!
ווילנע אין ווארט און בילד
דער יידישער אינטעלעקטואל
לייענט "דער ווילנער טאג"
און טרינט וויסאצקיס טיי
דער טייך וויליע, ווילנע (ירושלים ד'ליטא).
אין הינטערגרונט פאלאץ טישקעוויטשאוו.
אין ליטע רעדט מען אויס
דעם נאמען פון טייך "ווי-לי-ע".
אויסער ליטע זאגט מען די "וויל-יע".
וועלקע גאס ביים פלאץ ראטושאווי
פלאץ ראטושאווי
אין הינטערגרונט די קירכע סאנקט ניקאליי
די וויליע ברענט ניט!
טעאטער-פלאץ
קיאסק מיט יידישע צייטונגען
די וועלקע שול
יאטקאווע גאס
זאמקאווע גאס
פלאקאט
יידישער שרייבער-פאריין, ווילנע
פון ליטע ביז גאליציע
פון ווילנע ביז קראקע
די יידישע געגנט קאזמיר
יידישע געוועלבער אויף א יידישער גאס
שבת אויף דער יאסעפע גאס
דער יידישער מארק
פרומע פעדלער אין קאזמיר
הויף מיט יידישע דירות
_____________________________________________________________
מיר פארן ,אין אויסלאנד'
פראג
____________
פראג, בודאפעשט און בוקארעשט זיינען געווען אייראפעאישע שטעט מיט יידישע קווארטאלן. אט-די וואוין-קווארטאלן זיינען אבער געווען אימיגראנטן-קווארטאלן פאר די ארעמע יידן פון די שטעטלעך אין די פראווינצן. דאס זיינען ניט געווען קיין "יידישע" שטעט אזוי ווי אין פוילן, רוסלאנד אדער אין די באלטישע לענדער. די יידיש-ריידנדיקע אין די דאזיקע שטעט זיינען אלע געקומען פון די פראווינצן. די ארטיקע יידן זיינען געווען אסימילירט און האבן גערעדט די לאנדס-שפראך און האבן ניט געוואוינט צוזאמענן מיט די "ארעמע" פראווינצן. א סך פון די יידיש-ריידנדיקע אין די שטעט זיינען געקומען פון אמאליקן תחום-המושב, באקאנט אין רוסלאנד ווי "די מאסקווער פארשטעט".
די אידיש-ריידנדיקע אין פראג האבן געשטאמט פון "טשעכישע", "אונגארישע" און "אוקראינישע" פראווינצן, א סך פון ביימען און מערן, אויבערלאנד (סלאוואקיי) און די אוקראינישע און רוטענישע קארפארטן. אין בודאפעשט איז די יידיש-ריידנדיקע קהילה באשטאנען פון יידן פון אויברלאנד, זיבן-בערגן (טראנסילוואניע) און געוויסע רומענישע פראווינצן. די יידישע אימיגראנטן אין בוקארעשט זיינען געקומען פון די "אונגארישע" פראווינצן אין מערב-רומעניע און די "רוסישע" פראווינצן אין מזרח-רומעניע.
אין בודאפעשט און פראג האט דער אויבערקלאס, די רייכע און איידעלע יידן בתוכם, גערעדט דייטש ביז צו דער צווייטער וועלט-מלחמה. דער פראגער אוניווערסיטעט איז געווען דער עלטסטער דייטשער אוניווערסיטעט. אין בוקארעשט האט מען גערעדט רומעניש און פראנצויזיש ביז צום קריג.
די גרענעצן פון די אלע מזרח-אייראפעאישע לענדער זיינען געווען שיטערע, זיך רוקנדיק און ענדערנדיק לויט דער תקופה און פאליטישן קלימאט.
פראג!
די מאלדוי
די אלט-נייע שול
מיטן העברעאישן זייגער
דער אונטערשטער זייגער
פון דער אלט-נייער שול
מיט העברעאישע אותיות
די שפאנישע שול
דירות אין יידן-קווארטאל
א פארמעגלעכע יידן-גאס
______________________________________________________________
בודאפעשט
__________________
די דאנוי
די שול דאהאני
דאס גרעסטע בית-הכנסת אין אייראפע
די צווייט-גרעסטע שול אויף דער וועלט
דאהאני - מקום-קודש
די הויפט-גאס אין אמאליקן יידן-פירטל
______________________________________________________________
בוקארעשט
רומעניע: ,אמאל געווען א לאנד א זיס'ס א פיינס'
___________________
דער צענטער שטאט
(טאקע א מעטראפאליע!)
דער פאלאץ אטעניי
אין צענטער שטאט
די גרויסע שול
________________________________________
וואו כ'האב מיינע קינדערשע יארן פאבראכט...
וואו כ'האב געהאט די שיינע חלומות א סך!
_____________________________________
1
כ'בין דיר א שוועסטער א טרייע.
זי ברענגט דער מאמען די מילך...
,ליבשאפט פון דער מאמענס מילך'
תורה איז די בעסטע סחורה
חדר-יינגלעך
אין א יידיש דערפל אין אויבערלאנד
ישיבה-בחורים אין מונקאטש, טשעכיע. ווען דאס בילד איז גענומען געווארן אין די 30ער יארן, האט מונקאטש געהערט צו טשעכיע. פאר דער ערשטער וועלט-מלמחה איז מונקאטש געווען אן אונגארישע "שטאט". נאכן חורבן איז עס געווען אונטער דער הערשאפט פון ראטן-פארבאנד. איצט איז עס א שטאט, וואס ליגט אין אוקראינע. שיטערע גרענעצן!
מונקאטש איז געווען א שטאט מיט א חסידישער חברה. דער ראיאן, וואו מונקאטש ליגט הייסט (דאס) אויבערלאנד ביי יידן. די קליינע שטאט געפינט זיך אין די רוטענישע קארפאטן (קארפאטסקי רוס).
יידישע קינדער אין דער אלטער היים
אין אלטן בית-המקדש אין א ווינקל חדר...
אויפן פריפעטשעק ברענט א פייערל
ווייל דער רבי שמייסט כסדר...
איך וויל ניט גיין אין חדר
דער חסידישער עולם אין דער אלטער היים
א פריילעכער שבת:
חסידים טאנצן לשבח שבת
פארן בית-הכנסת
דער פאלאץ פון סאדאגארער רבין
סאדאגאר, רומעניע
די חסידישע חברה אין דער נייער היים
אז דער רבי עסט...
עסן אלע חסידים!
א חסידיש שטעטל אין ארץ-ישראל
חסידישע מלבושים
שבת אין די קאטסקילן:
,יעדן שבת פלעג איך לויפן דארטן...
זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע,
לייענען ביי דעם טייך'.
בחורים אויף קעסט:
לערנען א בלאט און עסן א טאג
חסידישע בילדער
אין אלטן בית-המקדש אין א ווינקל חדר
זיצט די אלמה בת-ציון אליין...
חסידישע טראנספארטאציע!
ווי אזוי חסידים באזיגן ערב שבת
די הויפט-פאקער-צייט
תשליח
חתן-כלה, מזל טוב!
שפילט זשע מיר א טאנגא נאר אויף יידיש:
ניט וויכטיק, צי ר'איז מתנגדיש אדער חסידיש
די יידישע פרעסע
וואס איז אמאל געווען
דער ווארשעווער ,היינט'
די יידישע ,ניו-יארק טיימס'
דער הויפט-קאפ לייענט זיך:
,דער אורטייל אויף בייליס'ן!
בייליס באפרייט.'
יוביליי-נומער ,היינט'
דאס קאוונער טאג-בלאט
"די יידישע שטימע" (1938)
א זייט פון דער טאג-צייטונג
"ווילנער עקספרעס"
די פינסקער שטימע, 1937
די קאוולער שטימע, 30ער יארן
קאנצערט-פלאקאט, ווארשע
דעם 26טן מערץ 1939
די פאטער פון דער יידישער ליטעראטור
יצחק לייבוש פרץ
איינער פון די פאטער פון דער יידישער ליטעראטור
די טשערנאוויצער קאנפערעץ
י.ל. פרץ זיצט אין דער ערשטער ריי אויף רעכטס
_____________________________________________________________
אמעריקע
די גאלדענע מדינה
_____________________________________________________________
די "לאוער איסט סייד" (די נידער-מזרח-זייט),
די יידישע אימיגראנטן-געגנט אין ניו-יארק און א גרויסער דלת-קווארטאל, די גרעסטע יידישע געמיינדע אין די פש"א.
פרויען-באפרייאונג!
יידישע פעמיניסטקעס
א בינטל בריוו
עצות פאר די פשוטע פאלקס-מאסן
דער ניו-יארקער ,טאג', דער קאנקורענט פון ,פארווערטס'. ,דער טאג' איז געווען די צייטונג מיט די פיינסטע ארטיקלען אויף א שיינעם יידיש, אין קעגנזאץ מיטן ,פארווערטס', וואס האט אפגעדרוקט ארטיקלען און באריכטן אין א געמיש פון יידיש און ענגליש (יינגליש). ,דער פארווערטס' האט אבער געהאט דעם גרעסטן טיראזש.
דער ,דזשאז-זינגער' מיט אל יאלסאן, דער ערשטער קלאנג-פילם.
דער פילם שילדערט דאס אמעריקאנער אימיגראנטן-לעבן:
די אסימילאציע און דער קולטור-קאמף
צווישן דעם אלטן דור אימיגראנטן פון אייראפע און דעם יונגן דור אמעריקאנער-געבוירענע.
דער דאזיקער קינא-פילם האט געענדערט אויף אייביק די פילם-אינדוסטריע.

פיארעלע לא'גווארדיע
דער ערשטער יידישער בירגערמייסטער פון נ"י
זיין מאמע איז געווען א יידישע טאכטער
און זיין פאטער אן איטאליענער.
לא'גווארדיע רעדט יידיש!
ביים קאנדידירן צום בירגערמייסטער-אמט האט לא'גארדיע צוריקגעוויזן די אטאקעס פון א יידישן קעגנער, וואס האט אים באשולדיקט אין אנטיסעמיטיזם. ער האט גערופן זיין אפאנענט צו פירן אויף יידיש א דעבאטע. זיין יידישער קאנקאורענט האט ניט געקענט קיין יידיש!
_____________________________________________________________
דאס מאדערנע לעבן אין דער נייער היים
_____________________________________________________________
דער ,יידישער פאליציאנטן-פאריין'
אן אמעריקאנער קאמעדיע-ראמאן
וואס האקט מיט יידישיזמען פון אלע זייטן
קאמישע בינע-פיעסעס
א פולער צושויער-זאל מיט אן איידעלן עולם
יידישע אותיות און גויאישע בוכשטאבן
______________________________________________________________
דאס איז אייער מאמענט!
לייענט און פארשפרייט,דער מאמענט'!
שיקט אונז א ביישטייערונג.