Yiddish Moment

 
 
Picture
שבתדיקע באגריסונגען
      פרייטיק, 18 מאי 2012

                   ,די ראצן-ליניע'

          איינע פון די סענסאציאנעלסטע מעשיות
            פון 20סטן און היינטיקן יארהונדערט

                               *          *          *

     אויב איר געניסט פון אונזער בלאט, העלפט אונז פארשפרייטן ,דער מאמענט'
                    דורכן שיקן אייערע פריינט אונזער אינטערנעט-אדרעס
                       און אים באקאנט מאכן אויף אייערע זייטן. א דאנק.


די ,ראצן-ליניע'
      אין א ראדיא-אינטערוויו האט א דער פארשער פעטער לעווענדע ארומגערעדט זיין ניי בוך 'ראטלאין' (ראצן-ליניע) אין וועלכן ער דערציילט, אז היטלער האט איבערגעלעבט די מלחמה און האט אויסגעלעבט זיינע יארן אונטער אן אליאס אין אינדאנעזיע. אין זיין בוך גיט ער אויך איבער ווי אזוי נאצישע באאמטע און אפיצירן זיינען אנטרונען מיט דער הילף סיי פון דער קאטוילישער קירכע סיי פון מאכמעדאנער גייסטלעכע און רעגירונגען. ס'זיינען געווען אנדערע צוויי אנטרינונגס-ליניעס פאר דייטשע קריגס-פארברעכער, איינע דורך איטאליע קיין דרום-אמעריקע און די אנדערע, כמעט אומבאקאנטע, דורך די מוסלמענער מדינות קיין אזיע.
     דער אינטערוויו איז געווען גאר א פארכאפנדיקער. דער מחבר, א היסטאריקער און נאצי-יעגער, באשרייבט אין דעם פארשונגס-ווערק ווי אזוי ער האט אין גאנצן אויסגעפארשט די קלאנגען, אז היטלער איז צוזאמען מיט עווע ברוין אנטלאפן און האט זיך אנגעהאקט אין עק וועלט אויף א פארווארפענעם אינזל אין אינדאנעזיע, וואו ער האט זיך פארשטעלט און אויסבאהאלטן ווי ,ד"ר פעך'.
      לעווענדע גיט-איבער טשיקאווע פיטשעווקעס ווי, למשל, סטאלין אליין איז געווען פעסט איבערצייגט, אז היטלער האט זיך אוועקגעגנבעט מיט דערפאלג.
      דער שארבן מיט א קוילן-לאך אין מאסקווע, וואס זאל האבן געווען היטלערס איז אנאליזירט געווארן אין 2009 פון א מעדיצינישן אויספארשער פון אמעריקע, וואס האט אויסגעפירט, אז דער שארבן האט געהערט צו א פרוי און ניט צו היטלער'ן. דער פאטאלאג האט אויך דערקלערט, אז דער שארבן איז ניט געווען עווע ברוינס.
     דער פארפאסער דערציילט, אז דאס ערשטע מאל, וואס ער האט באזוכט דעם קבר פון ,ד"ר פעך', האט דער קברן, וואס האט ניט געקענט קיין ענגליש, אנגעוויזן אויפן קבר און האט אים איינגערוימט אין אויער בלויז איין ווארט: ,היטלער'. לעווענדע מאכט באקאנט, אז פאראן א סך אנדערע, וואס גלויבן אויך, אז דאס איז היטלערס קבר, דערפאר ווייל ער ווערט אפט באזוכט פון נאציס און נעא-נאציס פון אלע טיילן וועלט.
      מיט גרויס אינטערעס לייענען מיר איצט דאס גוט-געפארשטע בוך פון דעם פרעסטישפולן היסטאריקער. דער אמת איז נאך מאדנער פון דער פיקציע!

אלגעמיינע באמערקונגען
      ,דער מאמענט' ווערט וואס אמאל גרעסער, בעסער און שענער מיט יעדער נייער וואך! אונזערע רעדאקטארן און מיטארבעטער טראכטן-אויס נייע מיטלען ווי אזוי צופרידנצושטעלן די לעזערשאפט. מיט אנדערהאלבן יאר צוריק ווען מיר האבן געשאפן ,דער מאמענט', האט זיך קיינער קיינמאל ניט פארגעשטעלט, אז אונזער זשורנאל זאל וואקסן אזוי שנעל און האבן אזא דערפאלג! אונזער רעדאקציע-קאלעגיום פרייט זיך זייער, וואס פאראן זיינען נאך אלץ אזוי פיל יידיש-ריידנדיקע און פאטריאטן פאר יידיש, וואס דורשטן נאך א יידיש ווארט.
      דער פרילינג איז שוין דא און דאס ווארעמע וועטער הערשט אין דער מעטראפאליע. א ווארעם ווינטל ווארעמט-אן דאס הארץ און מאכט זארגלאז די שטימונג. די העלע, הייסע זון ענדערט אלצדינג און מאכט לוסטיק און פריילעך דעם טאג.

לוסטיק, פריילעך און מחיהדיק
      די מעשה מיט דער חתונה-שמחה אין דער אונטערגרונטבאן האט אלעמען באצויבערט און געבראכט די לעזערשאפט צום שמייכלען. דער אמת איז טאקע נאך מאדנער ווי די פיקציע! דאס איז א מעשה, וואס איז געשען טאקע מיט ממתקים!
      ס'זיינען ניט דא קיין לאנגווייליקע מאמענטן, נאר נודנע פארשוינען!

,דער קאמיטעט פאר יידיש'
      מיר דאנקען זייער ,דער קאמיטעט פאר יידיש' אין טאראנטא, קאנאדע פארן פארשפרייטן ,דער מאמענט'. מיר קענען ניט קיינעם אין דעם קאמיטעט און ווייסן גארניט פון דער ארגאניזאציע, אבער מיר זיינען דאנקבאר פאר איר הילף. איר אינטערנעט-זייט ,רעדט מיט מיר יידיש' איז בילד-שיין. ס'איז כדאי אריינצוקוקן אין דער זייט אויף: www.committeeforyiddish.com.
     מיר באגריסן און באערן אונזערע נייע חברים אין טאראנטא.

היינטצייטיק, ניימאדיש און מאדערן
      א דווארניק אין ,קאלומביע אוניווערסיטעט' האט פארענדיקט היינטיקע וואך די הויכשול מיט דער גרעסטער אויסצייכענונג. א יוגאסלאווישער פליט, וואס האט געהאט גערייניקט יארן לאנג די קארידארן, וואשצימער און קלאסצימערן האט זיך ספעציאליזירט אין לאטיין און אלטגריכיש. זיין באליבטער פילאסאף איז דער רוימישער דענקער און שרייבער סענעקע.
      דער פארטער דערמאנט אונז אין די יידישע טאטעס און מאמעס פון אייראפע, וואס האבן געהאראוועט און אפגעשפארט א ים מיט געלט, כדי זייערע קינדער זאלן לערנען אין אוניווערסיטעט און זיך ארויפדראפען אויף דער סאציאלער לייטער אין דער גאלדענער מדינה.

      די פארשטאטישע אייזנבאן-ליניעס האבן לעצטנס געשאפן ,רואיקייטס-וואגאנען', וואו מ'טאר ניט ריידן און ניט נוצן קיין קעשענע-טעלעפאן. דאס טעגלעכע לעבנס-געפילדער, באזונדערש דאס פון רייזע-טעלעפאן-שמועסן, האט שוין דערגרייכט ביז א זיד-פונקט. א סך פענדלער* רייסן זיך שוין צו לאנג די האר אויס אויפגעקאכטקייט צוליב די בושעווענדיקע פלאפלערייען אומעטום. איבער אמעריקע האבן א צאל פארשטאטישע טראנספארטאציע-וועזנס דערקלערט, אז בשעת דער הויפט-פארקער-צייט וועט יעדע באן פארמאגן א ,רואיקייטס-וואגאן', וואו מ'וועט קאנען זיצן פרידלעך און הנאה האבן פון דער שטילקייט.
      דער רואיקייטס-וואגאן דערמאנט אונז אין די ,שענק-וואגאנען', וואס האבן ניט לאנג צוריק עקזיסטירט. די פאסאזשירן האבן אמאל געקאנט געניסן פון א ספירט-געטראנק בשעת זיי זיינען אהיים געפארן מיט דער באן.

*פענדלער איז א פאסאזשיר, וואס פארט טעגלעך צו דער ארבעט פון דער פארשטאט אין דער שטאט.

אלטמאדיש, אלטפרענקיש און ארכאאיש
      מאנטיק נאכמיטאג האבן מיר זיך אנגעשטויסן אויף א פאר אמאליקע ניו-יארקער טיפן. דאס ווארט ,טיפ' נוצן מיר אין בעסטן און פיינסטן זין פון ווארט! די צוויי יידן זיינען לימאזינע-פירער פון קווינס. מיר האבן זיך אנגעטראפן מיט זיי אין האטעל ,ריץ-קארלטאן' (אמאל געווען ,דער סעינט מאריץ') אויף דרום-צענטראל-פארק. זיי האבן פארפירט מיט אונז א שמועס און דערציילט, אז ,די שטאט, וואס שלאפט קיינמאל ניט' שלאפט טאקע באמת און עקזיסטירט שוין מער ניט.
      דאס זיינען געווען צוויי מענער, וואס זיינען אויסגעוואקסן אין יידישע געגנטן און געדענקען דאס אמאליקע ניו-יארק, ווען ס'האבן עקזיסטירט דרייערליי געגנטן, די יידישע, איטאליענישע און אירישע.
     די צוויי שאפערן האבן באוויינט די גסיסה פון אלץ, וואס פלעג מאכן ניו-יארק פאר דער צויבער-מעטראפאליע. די אינטערעסאנטע ,פארשוינען', וואס האבן אויפגעהייטערט די שטאט זיינען מער ניט דא. די וועלט דערמוטיקט און דערלויבט ניט, אז אזעלכע טיפן זאל אויפקומען, בליען און גלאנצן.
      דאס זיינען אבער נייע צייטן מיט נייע לייטן און מיר וועלן אויסנוצן ווי צום בעסטן און מערסטן דעם מאמענט און די געלעגנהייט צו שאפן עפעס נייעס און וואונדערשיינס!

      אמאל איז געווען א וועלט! דערצו האט אמאל עקזיסטירט א יידישע וועלט אין דער שטאט ניו-יארק. אזוי ווי דער סטרוזש אין ,קאלומביע אוניווערסיטעט', וואס איז מיט עטלעכע יארן צוריק געווארן דארט א סטודענט אין לאטיין און אלטגריכיש און האט באקומען א בחינמדיקע בילדונג א דאנק זיין באשעפטיקונג אין דער הויכשול האבן די מיטלשול-שילער אין דער שטאט ניו-יארק אמאל געהאט דאס זעלבע מזל! אלע שילער אין ניו-יארקער שטאטישן שולן-סיסטעם, וואס האבן באקומען הויכע צייכנס און זיינען אנגענומען געווארן אלס סטודענטן אין ,סיטי אוניווערסיטעט' און ,ברוקלין קאלעדזש' האבן געלערנט בחינם דארט!
      אין יענע יארן זיינען די שטאטישע מלוכה-אוניווערסיטעטן פארפלייצט געווארן מיט יידישע שילער פון מיטלשולן אין אלע טיילן שטאט. דאס זיינען געווען די יארן, ווען די אלע מיטלשולן זיינען געווען פיינע לערן-אנשטאלטן, וואו ס'האט געהערשט ארדענונג מיט רואיקע קלאסצימערן און איבערגעגעבענע, רעספעקטפולע שילער.

      אין קוקאראטשקעס און לאטרינען שרייבט סעניאריטע גאלדשטיין פון ,דזשעימס מאנראו' אין די בראנקס, אז זי האט געהאט א גלענצנדיקע קאריערע אלס לערערין אין דער מיטלשול. דער לאנגיאריקער, באקאנטער מדריך, הענרי היין, איז געווען א דיסציפלין-מייסטער, וואס זיין שולע האט פונקציאנירט אזוי ווי א זייגער.
      פריילין גאלדשטיין האט פענסיאנירט אין 1974, וואס איז צוזאמענגעפאלן מיטן ,עקסאדוס', ווען א גרויס צאל יידישע פאמיליעס האבן פארלאזן די געגנט.
      10 יאר שפעטער אין 1984 איז ,מאנראו' געווען איינע פון די ערגסטע 10 מיטלשולן אין דער שטאט מיט כלערליי צרות, וואו ס'האט געבושעוועט נאר א געוואלדיקע אומארדענונג. ביז 1984 איז יענע געגנט שוין געווארן איינע פון די ערגסטע אין די פאראייניקטע שטאטן.

צייט-גייסט און וועלט-אנשויאונג
      מאטעריאליזם איז דער היינטיקער צייט-גייסט! וואס מער מ'האט און וואס מער מ'קויפט, אלץ מער הצלחה מ'האט אין די אויגן פון דער געזעלשאפט. ס'איז ניט צו גאט, צו לייט, צו תורה און צו סחורה אבער, בקיצור, אויף געלט שטייט די וועלט!
      ריידנדיק וועגן געלט! ,פעיסבוק' ווערט היינטיקע וואך א בערזע-נאטירטע געזעלשאפט. דער פאקט, וואס ,פעיסבוק' פראדוצירט גארניט און באט בעיקר אן א נישטיקן פראדוקט איז טרויעריק און דאס זאגט אונז א סך וועגן דער געזעלשאפט, אין וועלכער מיר לעבן און וואס אירע ווערטן זיינען! די שרייענדיקע נייעס זיינען היינטיקע וואך, אז ,פעיסבוק' איז ווערט 100 ביליאן דאלאר און וועט פארקויפן צום ערשטן מאל אקציעס אויף די וועלט-בערזעס. צי איז ,פעיסבוק' באמת ווערט 100 ביליאן דאלאר?
     שלום עליכם האט פארפלייצט די וועלט מיט טינט און די פעיסבוק-נודניקעס (אדער אפשר די ,פעיסבוקניקעס') פארפלייצן די וועלט מיט זאבאבאנעס.

      אונזער לעזערשאפט האט זייער גענאסן פון ,בראזיל' און אונזער באשרייבונג פון איידע לאורי, די רייכסטע פרוי אין לאנד, די אלמה פון פריערדיקן ,פייניקונגס-מיניסטער' און א געוואלדיקע פאסאניסטקע מיט א שוך אלס הוט! די לייענער האבן באמערקט די ענלעכקייטן צווישן דער טאטאליטארישער מדינה אין דעם פילם און היינטיקן אמעריקע.
      מאדאם לאורי ווערט וואס אמאל יינגער אין משך פון דעם פילם א דאנק א געוואלדיקן כירורג, וואס שניידט און ציט זי די הויט ביז זי זעט-אויס יינגער מיט 20 יאר נאך דער ערשטער אפעראציע און 40 יאר יינגער נאך דער צווייטער עסטעטישער פראצעדור. צום סוף זעט זי אויס נאך יינגער פון איר זון! אמעריקע גנב!
      בשעת זיין פינצטערסטער שעה געפינט זי איר זון אויף דער לוויה פון איר נעענסטער פריינדינע, וואס איז אומגעקומען פון א געפושטער פנים-איבערמאכונג. זיין מאמע ווערט ארומגערינגלט מיט פארערער, וואס זייערע אויגן זיינען פארגליווערט אויף איר. איידא לאורי איז גאר שטארק פריילעך און פארנומען ווי דער רבי אלימך און העלפט ניט איר זון.
      די מאמע איז אייביק יונג, אייביק שיין, אייביק רייך און אייביק פאפולער! וואס פארא לאנד! וואס פארא וועלט! די ניט-פארגינערקע איז א גרויסע געווינערקע!

דעם זיידנס עצה
     דער זיידע זיצט ביים טיש אין שטוב און גיט עצות בשעת ער עסט דער באבענס חלה, וואס איז שטענדיק געשמאק! דער זיידע פון קאביליעץ (מינסקער גובערניע - 40 וויארסט פון מינסק) האט לעצטנס געגעבן זיין איינקל אט-די עצה: ,איבערגענוג יסורים זיינען פאראן אויף דער וועלט; מ'דארף ניט שטיין אין ריי און ווארטן, אז מ'זאל אים אנטיילן נאך מער צרות.

אמעריקאנע
      אסקאר האמאלקע איז אן אינטערעסאנטע איינצלהייט און פוסנאטע פון דער שיינער אמעריקאנע. ער איז געווען א בארימטער כאראקטער-אקטיאר אין אמעריקאנער קינא.
      האמאלקע האט זיך געלערנט טעאטער ביים געניאלן רעזשיסאר און פראפעסאר אין טעאטער מאקס ריינהארט, וואס האט פארמאגט אין דייטשלאנד אן אייגענעם טעאטער-סטודיא. ער האט אלזא געמוזט קענען אלעקסאנדער גראנאווסקי, דער גרינגער פון ,מאסקווער יידישן מלוכה-טעאטער' (גאסעט), און ערנסט ליוביטש, א באוואוסטער קינא-רעזשיסאר פון די 20ער ביז די 40ער יארן אין האליוואוד.
      גראנאווסקי איז געווען ריינהארטס פעאיקסטער און באליבטער שילער. ער האט געשאפן ,גאסעט' לויט ריינהארטס עיקרים, טעאריעס און מעטאדן.

יונג און חסידיש
      איין מיטארבעטער האט אלעמען איבערראשט היינטיקע וואך בשעת ער האט אונז דערציילט, אז מיט עטלעכע יארן צוריק האט אים די שול געוואלט באצאלן, כדי ער זאל ,לייענען יעדן שבת די תורה און אנפירן מיט די תפילות'.
      לאווע גאווארטשיק, א מיטארבעטער און א בעל-תפילה, האט אים איבערגעריסן מיט געפלעפטקייט. ,ר' חיים, איר זעצט-איבער פון ענגליש. איר האט שוין פארגעסן ווי צו ריידן יידיש.  מ'זאגט: ,די שול האט מיר געוואלט שענקען א פאר קאפקעס, כדי כ'זאל זיין דער בעל-קורא ביי שחרית'.

      מיר האבן איין מאל געפלאצט און זיך געקייקלט פאר געלעכטער, אז אן אמעריקאנער בחור האט אונז דערציילט: ,מאדאנע איז געפארן קיין ישראל שטודירן קבלה אין קבלה-צענטער פון הרב בערג'. ד"ר נאמאסט האט מיט א גרויסן שמייכל פארראכטן דעם יאט, פרעגנדיק: ,ווילסט דו וויסן ווי אזוי מ'זאגט דאס אויף א ריינעם יידיש?' דער בחור האט שוין געוואוסט, אז אונזערע מיטארבעטער לאכן פון אים. ער האט געענטפערט אויף יא און ד"ר נאמאסט האט דערקלערט: ,די זונה האט עולה-רגל געווען (מיטן עראפלאן) קיין צפת, בכדי צו לערנען זוהר ביי הרב בערג אין בית-מדרש'.
      יעדער ייד, וואס קען א שייטל עברי ווייסט שוין, אז ,עולה-רגל זיין מיטן אוויאן' איז א וויץ און אן אקסימאראן, מחמת עולה-רגל הייסט גיין צופוס מיט תפילה און כוונה צו א היכל אדער מקום-קודש.
      ביני-לביני נאך עלינו זאגן די קאצקער ביים קידוש: ,די וועלט איז יונג און חסידיש!'

ריידנדיק וועגן משיח
      ריידנדיק וועגן דער משיחטע! די באבע האט באשאפן א גולם! די משיחטע לעבט ווי דער משיח אין גן-עדן. זי האט מער ניט קיין געדולד און ווארט ניט אויף קיינעם, באזונדערש ניט אויף די, וואס ווארטן אויפן משיח!
      די באבע לערנט מיט דער משיחטע די לעצטע מנהגים און מאדעס אין דער גאלדענער מדינה. מיט גרויס חידוש נאכן קידוש זאגט די באבע דער משיחטע, אז איר טייער, ווייס אייזעלע פאסט זיך ניט צום גרויסשטאטישן לעבן. איצט פארט זי משיחטע עקסטרע און עקספרעס מיט א טאקסי. די משיחטע איז געווארן אן אמתער יאקני. אמעריקאנער גנב!
      ס'איז בעסער, אז די משיחטע, איר צו לאנגע יארן און זאל זי זיין געזונט און שטארק (אמן!), זאל פארן מיט א טאקסי, ווייל די וועלט וועט איר קיינמאל ניט מוחל זיין, אז זי זאל זיך, חס-ושלום ניט, פארשפעטיקן צו דער סעודה מיט לויתן ביים סמבטיון!

קוקאראטשקעס און לאטרינען
      סעניאריטע גאלדשטיין איז זייער צופרידן, אז מיר האבן אפגעדרוקט איר בריוו אין רעדאקציע. זי איז געווען לאנגע יארן א לערערין אין שפאניש אין דער בראנקסער מיטלשול ,דזשעימס מאנראו' בשעת די גוטע יארן, ווען די אנשטאלט איז געווען איבערבאפעלקערט מיט יידישע שילער.
      כדי צו פארשטיין די גאנצע מעשה מיט סעניאריטע גאלדשטיין, דארף מען אריינקוקן אין ,הומאר' און לייענען דעם בריוו פון איר פארטא-ריקאנער שילערין. אום צו באנעמען די אלע פיטשעווקעס בנוגע דער מעשה, מוז מען אויך קענען די געשיכטע פון אמאליקן שול-וועזן פון דער שטאט ניו-יארק.
      איינער פון אונזערע מיטארבעטער משה לעווין האט מיט א סך יארן צוריק געקענט פריילין גאלדשטיין. זי איז געווען א באוואוסטע לערערין אין שפאניש. אז ער האט דערמאנט איר נאמען דער געוועזענער שילערין פון ,מאנראו', מיט וועלכן ער האט געשמועסט מיט עטלעכע מאנאטן צוריק אין געוועלב, איז די פרוי אויפגעקאכט געווארן. זי האט נאך עד-היום טענות צו דער חשובער לערערין.
     פריינט לעווין האט זיך קיינמאל ניט פארגעשטעלט, אז זי זאל זיך נאך געפינען אויף אונזער וועלט. אז מ'לעבט אבער, דערלעבט מען! מיר האבן בארעכנט אירע יארן און זיינען געקומען צום אויספיר, אז זי איצט אלט 98!

      די פארטא-ריקאנערקע איז נאך אלץ ברוגז אויף פריילין גאלדשטיין מכוח אן אינצידענט, וואס איז געשען לאנג צוריק. טאקע א כעסנטע - זי האט נאך פאראיבל 40 יאר שפעטער! אז זי הערט ,סעניאריטע גאלדשטיין' קריכט זי אויף די גלייכע ווענט אזוי ווי די קוקאראטשקעס און לאטרין!
      מיר דערקלערן, אז ס'איז בעסער צו מאכן א רייזע מיט דער לאקאלער פריידן-באן איידער צו פארן מיטן טענות-עקספרעס.

ס'איז א קורווישע וועלט
     איין אונטערשיד צווישן א קורווע און א פאליטיקער איז א קורווע איז אן ערלעכער מענש. זי איז אפשר ניט קיין וואוילע, נאר אן ערלעכע, ווייל ליגנס שטערן דאס אלגעמיינע געשעפט אין נפקא-בית. די גאנצטע פאליטיק שטיצט זיך אבער אויף ליגנס און ס'שיינט, אז אויף שקרים שטייט גאנץ וואשינגטאן. דאס זיינען ניט קיין שרייענדיקע נייעס.
      היינטיקע וואך איז פארעפנטלעכט געווארן דער גאר טשיקאווער פאקט, וואס מיט 20 יאר צוריק האט אבאמעס ליטערארישער פארשטייער געשריבן אין א פרעסע-באריכט, אז אבאמע איז געבוירן געווארן אין קעניע! קיינער קאן זיך ניט דערוויסן פון קיין איין פרט פון זיין יוגנט, פון זיין געבורט ביז זיין געזונט און צייכנס אין אוניווערסיטעט. דאס זיינען ניט קיין פוסטע באשולדיקונגען און די באשולדיקער זיינען ניט קיין פראסטע קאכלעפל, וואס טאראראמעווען ארום נישטיקייטן. רבותי, פאוואליע! אז מ'קלינגט, איז א חגא!
      דער וואל-סעזאן דערנענטערט זיך און דער פארוועניו מיט ראמני ראנגלט זיך שוין מיטן אוואנטוריסט באראק אבאמע. וואס פארא אויסוואל - אן אוואנטוריסט אדער אן אריוויסט?

טויטאלאגיע
      איין מענש האט זיך אנגעטאן א מעשה אויס דערשלאגנקייט, דער אנדערער לייט איז באגאנגען זעלבסטמארד פון נידערגעשלאגנקייט, און די דריטע פערזאן האט זיך גענומען דאס לעבן מחמת מרה-שחורה; די אלע קרבנות פון מעלאנכאליע זיינען אומגעקומען אין זעלבסטמארד-אקטן. די אלע אפפערן האבן איינגענומען א מיתה-משנה, וואס הייסט, אז זיי האבן געהאט א מיאוסן טויט אדער פינצטערן סוף.
     ס'רינט א מענש די סלינע, ווען ער זעט א שמאלץ-הערינג אויפן טיש. ס'סלינעט א הונט מיט גרויס אויפהייטערונג ווען פאוולאוו קלינגט מיטן גלאק און מיטאגצייט פינעט א מענש פון מויל און שוימט זיין כלב פון פיסק.
      וואס איז די נפקא-מינא פון דיעגעכץ און זעגעכץ? דאס איז, דרך-אגב, ניט קיין טויטאלאגיע.

דער שטעקער אין שטעפסל
      ס'האט קיינמאל ניט עקזיסטירט קיין הויכשול מיט יידיש אלס אונטערריכטונגס-שפראך. אין דער יידישער מיטלשול אין קעשענעוו אדער אין דער יידישער גימנאזיע אין ריגע איז יידיש געווען די לערן-שפראך. דער לערער פלעג שטיין ביים טאוול און לערנען די קינדער מיטן ווייז-שטעקן, וואס איז אזוי ווי א לינעאל, נאר נאך לענגער און נאך דינער.
      אין אזעלכע לערן-אנשטאלטן האט יעדער שילער געמוזט באצאלן א שכר-לימוד (מאטריקולאציע-געלט), כדי צו לערנען דארט. דאס זיינען געווען לאקאלע שולעס פאר קינדער, וואס האבן געוואוינט ניט ווייט פון דער גימנאזיע. די יידישע גימנאזיעס אין ריגע, ווילנע און קאוונע האבן ניט געהאט קיין צוזאמענוואוינונגען פאר די שילער אזוי ווי מ'האט געהאט אין דייטשלאנד און אין דער שווייץ.
      די מיטלשול-שילער און גימנאזיסטן, וואס האבן באקומען הויכע צייכנס האבן געקאנט לערנען אין אוניווערסיטעט. נאר די קינדער מיט פארמעגלעכע עלטערן האבן געקאנט לערנען אין דער גימנאזיע. יידישע שילער אין מזרח-אייראפע האבן ניט געהאט פאר דער שואה קיין גוטע אויסזיכטן צו לערנען אין אוניווערסיטעט, אפילו די, וואס האבן פארענדיקט א גימנאזיע מיט הויכע באלנס.
      דא שרייבט מען וועגן א צייט, ווען די מערסטע קינדער אין מזרח-אייראפע, סיי גויאישע סיי יידישע, האבן פארענדיקט נאר דעם זעקסטן קלאס.

      אין מזרח-אייראפע איז דער רייניקונגס-אמט ניט געווען אזוי מאדערן ווי די סאניטערע איינריכטונגען אין מערב-אייראפע און אמעריקע. אין מזרח-אייראפע האבן די שטעט געהאט פארן קריג גאסן-קערער און מיטסט-וואגאנען מיט פערד און קוטשער.
        אין די שטעטלעך האט מען ניט געוואוסט פון קיין קאנאליזאציע, נאר פון ,פאמוינע יאמעס' (מיסט-גריבער) און מיסט-בערג. אין די שטעטלעך זיינען אפילו ניט געווען קיין רינשטאקן אדער וועגן מיט ברוקשטיינער, נאר שליאכן.

די וואכן-ענדע
      אין אלע מדינות אין מזרח-אייראפע האט מען געוואונשן ,גוט שבת' זיינע קרובים, פריינט און באקאנטע, ווייל קיין וואכן-ענדע האט דעמאלט ניט עקזיסטירט דארט אזוי ווי אין די מערב-אייראפעיאישע לענדער ווי פראנקרייך, דייטשלאנד און אמעריקע.
      מיר לעבן איצט אין דער מאדערנער תקופה, וואו אין כמעט ווי יעדע ציוויליזירט לאנד געניסט מען פון אן אפיציעלער, צוויי-טאגיקער וואכן-ענדע. אינעם נייעם יידישלאנד האט מען אויך הנאה פון צוויי רו-טעג. אלזא ווינשן מיר אייך אלעמען א גליקלעכן וואכן-סוף!

די יידישע שפראך-אקאדעמיע
      איינע פון די בארימסטע זאצן אין דער יידישער ליטעראטור איז: ,דא אויף דער וועלט האט באנטשע שווייגס טויט גארניט קיין איינדרוק געמאכט.' די מעשה איז, נאטירלעך, ,באנטשע שווייג' פון י. ל. פרץ! ,באנטשע שווייג' איז אפשר די באקאנטסטע קורצע דערציילונג אין דער יידישער ליטעראטור. די איינציקע אנדערע פראזע, וואס קומט אויפן געדאנעק איז ,מיר איז גוט - איך בין א יתום!' פון ,מאטל פייסי דעם חזנס' פון שלום עליכם.
      די איינציקע אנדערע קורצע דערציילונג אין דער יידישער ליטעראטור, וואס קאן זיך פארגלייכן מיט ,באנטשע שווייג' איז י.ב. זינגערס ,גימפל תם'. ,באנטשע' און ,גימפל' זיינען ביידע מייסטער-ווערק, גלענצנדיקע מעשהלעך מיט א שיינעם און פשוטן מוסר-השכל. גימפל און באנטשע זיינען געראטן איינער אינעם אנדערן. דער איינציקער אונטערשיד צווישן די צוויי פארשוינען איז באנטשע ווערט א צדיק מחמת זיינע יסורים און גימפל ווערט א חכם צוליב זיינע ליידן. ביידע ליידן יסורי-איוב.

      אויף אן ענלעכער טעמע! א סך ליטעראטור-ליבהאבער דערקלערן, אז חיים גראדע איז געווען א בעסערער שרייבער פון זינגער'ן. גראדע האט קיינמאל ניט פארפאסט איין מעשהלע, וואס איז געווארן אזוי באוואוסט ווי ,גימפל' אדער ,יענטל'.
     געוועזענע צוויי הויפט-רעדאקטארן פון ,דער פארווערטס', שמעון וועבער און זיין נאכגייער מרדכי שטריגלער, האבן געהאט אנדערע צוויי מיינונגען וועגן אט-דער טעמע. שמעון וועבער, וואס האט אויסגעבעסערט אלע זינגערס דערציילונגען, האט געהאלטן גראדע'ן פארן בעסערן שרייבער. מרדכי שטריגלער איז געווען ביי דער מיינונג, אז באשעוויס זינגער איז געווען דער פעאיקערער פראזאאיקער.
      אט האט איר דא פון הוילן פאס אינטערעסאנטע צוויי פיטשעווקעס וועגן דער יידישער ליטעראטור. ס'וואלט געווען העכסט-אינטערעסאנט זיך צו דערוויסן, וועלכער אויטאר, זינגער אדער גראדע, איז געווען מער פאפולער ביי יידיש-ריידנדיקע, ביי די, וואס האבן געלייענט זייערע שריפטן אויף יידיש.

רבותי, פאוואליע!
     משה לעווין, אונזער רעדאקציע-סעקרעטאר, האט באמערקט אנומלטן, אז מיר באקומען ניט קיין הילף פון די יידיש(יסטיש)ע ארגאניזאציעס. ווינד און וויי איז דעם, וואס מוז אנקומען צו זיי! ד"ר אוצר נאמאסט, אונזער גרידנער, האט אנגעוויזן אויפן ריינעם פאקט, אז ס'זיינען שוין מער ניט דא קיין יידישיסטישע ארגאניזאציעס אדער יידישע קולטור. ,איר זוכט אפשר הילף פון מתים אויפן בית-עולם?' אלע האבן א טראכט געגעבן און א לאך געטאן. ד"ר נאמאסט איז, ווי תמיד, געווען גערעכט!
      ווי אזוי קאנען מיר דערווארטן צוזאמענארבעט אדער הילף, ווען קיין יידישע קולטור איז מער ניט דא. די אלע גרופעס זיינען ארעמע כמו-ארגאניזאציעס מיט א נישטיקער אדער ניט-עקזיסטירנדיקער מיטגלידערשאפט.
      די איינציקע זאך, וואס די אלע ארגאניזאציעס האבן געמיינזאמס איז דאס: זיי פארעפנטלעכן כסדר ,גרויסארטיקע' דעקלערונגען וועגן זייערע פוסטע אויפטוען, און אין ,פעיסבוק' און ,טוויטער' נאך!
      מיר קראצן זיך דעם שטערן אויס געפלעפטקייט און פרעגן זיך, וואס טוען די אלע גרופעס און ארגאניזאציעס ווי ,דער העבעאישער אקטיארן-פאראיין', ,יוגנטרוף', ,דער קולטור-קאנגרעס' אא"וו? דער ענטפער איז גאנץ פשוט: זיי טוען גארניט מיט גארניט.

א רוסישער מי-שברך
      גאספאדין ניקאליי באראדולין איז נאך א קרבן פון א רוסישן מי-שברך. היינטיקע וואך האט ער באקאנט געמאכט אין אינטערנעט, אז ,דער ארבעטער-רינג' זוכט צו שענקען סטיפענדעס א צאל שילער, וואס ווילן זיך לערנען היינטיקן זומער יידיש אין ,סוירקל לאדזש'. זיין באקאנטמאכונג אין נאמען פון ,דער ארבעטער-רינג' איז פול מיט געוואלדיקע טעותים, וואס אפילו א פשוטער אנהייבער וואלט קיינמאל ניט געמאכט. חבר באראדולין שרייבט, אז ,אנערקענטע יידיש-לערער' וועלן געבן די קורסן. אויב אין ,ארבעטער-רינג' זיינען דא אזוי פיל ,באקאנטע פראפעסארן און קענער אין יידיש', פארוואס זשע דען האט קיין איינער פון זיי ניט געכאפט און אויסגעבעסערט די אלע גרייזן אין זיין אנאנס?
     רבותי, קויפט זיך איין צוזאמען מיט דעם פאטשאטנעם ,פראפעסאר' אין דער חברה שעכטער, וואו איין באקאנטער כמו-מומחה אנערקענט דעם צווייטן באוואוסטן פסעוודא-קענער! באראדולין, א ייד פון ביראבידזשאן, איז אויך א קרבן פון לייענען סאנדלערס ,פארווערטס', וואו מ'שרייבט אויף א ריינעם ביראבידזשאניש צום אנדענק פונעם סאוועטישן היימלאנד און לזכרון אהרון ווערגעליס.
     די קאטעגאריע, אין וועלכער מיר מאכן באקאנט די אלע שארלאטאנעס דערמאנט אין דער רובריק ,אזוי שרייבן ,זיי'', וואס דער פריערדיקער הויפט-רעדאקטאר פון ,דער פארווערטס' מרדכי שטריגלער פלעג פארפאסן יעדע וואך.
      ס'איז א חרפה און א בושה, אז אזעלכע געוואלדיקע למדנים ווי ניקאליי באראדולין, הערשל גלעזער וכדומה, וואס קאנען ניט מאכן קיין צלם פאר אן אלף לערנען שילער יידיש. ווי אזוי קאן זיך א סטודענט אויסלערנען יידיש ווען דער לערער אליין האט קיינמאל ניט באהערשט דאס לשון. דיינו ותיקו!

בלייבן אן א באבען
      די שווערסטע זאך,אונז דאכט זיך, איז צו פירן דאס אייגענע לעבן און ניט טראכטן פון דעם, וואס אנדערע האלטן אדער טוען! און די, וואס דערשלאגן זיך צו אזא גאלדענעם רעזולטאט רופן-ארויס ביי אנדערע ניט בלויז אייפערזוכט, נאר אויך אויפגעבראכטקייט.
      די באבע האט געכאפט דעם שניט און איז א מייסטערין אין דער קונסט פון לעבן הויך און וואויל! זי לעבט א גוטן טאג ווי די פרינצעסין אין פאלאץ אין עלעגאנטן ,האטעל קארלאיל' צוזאמען מיט דער משיחטע, וואס לעבט ווי דער משיח אין גן-עדן! ס'זיינען ניט דא קיין שום ווערטער צום באשרייבן אזא איבערלעבונג פול מיט עלעגאנץ, שיינקייט און איידלקייט.
      אלץ, וואס מ'זאגט אויף איר הינטער די אויגן ארט זי ווי דער פאר-א-יאריקער שניי און הערט זי ווי דעם קאטער. אויב ס'איז דא א חסרון און די באבע איז טאקע צו שיין, בלייבט זי אן א באבען. ווען א גרויסער יאטעביעדאם טוט איר אן אן אומבכוד אין האטעל-סאלאן ווען זי באגריסט אים און ער מאכט זי אוועק מיט דער האנט ווי גארניט מיט גארניט, בלייבט זי אן א באבען.
      די באבע איז קלוג ווי די וועלט; צו דער באבען געהערט אלזא די וועלט, ווייל זי פארשטייט זי. די באבע האט אן אייגענעם משיח, די משיחטע, וואס קאן זי אויסלייזן פון אלע יסורים! דער באבניק און די משיחטע האבן א באבע, די איינציקע באבע, וואס בלייבט אן א באבען!



       ,דער מאמענט' זוכט נאך איין פראקטיקאנט, (דריי האבן מיר שוין געפונען!)
                            וואס וויל זיך אויסלערנען זעצן און קארעקטור.
           מ'וועט אפקלאפן און לייענען די באריכטן און ארטיקלען אין דער היים
                   און אונז שיקן די פארטיקע מאטעריאלן דורך דער ע-פאסט.
     מיר וועלן אייך אויסשולן אין ביידע פאכן און איר וועט בארייכערן אייער שפראך.
      אויב איר אינטערעסירט זיך צו ארבעטן פאר ,דער מאמענט', שרייבט אונז אויף
yiddishmoment@yiddishmoment.com                              1
                                   אכטונג: משה לעווין, רעדאקציע-סעקרעטאר


שאפן געלט

      ליבע לאנדסטלייט: ,דער מאמענט' איז א טייערער חבר, וואס שענקט אייך די אמתע סחורה און דאס אויבערשטע פון שטויסל מכוח דער יידישער שפראך און קולטור. מ'לייענט בחינם אונזער זשורנאל. מ'דארף ניט אויסשרייבן ,דער מאמענט' און מ'מוז זיך ניט אנשליסן, ניט איינשרייבן און ניט פארשרייבן.
      מיר בעטן אייך שענקען א מתנה מיטן ביישטייערונגס-קנעפל, כדי צו פרעזערווירן און פאראייביקן די יידישע פרעסע. אן אייער הילף קאן ,דער מאמענט' ניט עקזיסטירן און בליען! א דאנק.




                         ,דער מאמענט' ווינשט אייך אלעמען א גוטן שבת!


                                 שרייבט אונז מיט אייערע באמערקונגען
yiddishmoment@yiddishmoment.com                               t                            
               

________________________________________________________________
לייט-ארטיקל
   

      וואו איז היטלער באמת אהינגעקומען?


       איינע פון די סעסנסאציאנעלסטע געשיכטעס פון די לעצטע הונדערט יאר איז פארעפנטלעכט געווארן היינטיקע וואך אינעם בוך ,ראטלאין' (ראצן-ליניע).
      דער מחבר פעטער לעווענדע דערציילט אין זיין בוך, אז א ,פערטער רייך' האט באמת עקזיסטירט נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה, וואס איז גוט-פינאנצירט געווארן און האט געהאלפן נאציס אנטלויפן און געפינען אזיל-ערטער. נאך וויכטיקער, נאך פינצטערער און נאך סענסאציאנעלער איז די געשיכטע, וואס יארן לאנג האבן קורסירט קלאנגען, אז מארטין בארמאן, דער רייכס-לייטער, איז אנטרונען און האט זיך באהאלטן ערגעץ אין לאטיין-אמעריקע. קיין רעגירנג האט זיך ניט געקימערט אדער פאראינטערעסירט מיט דעם קלאנג. די אלע אויספארשער און נאצי-יעגער, וואס האבן געהאט באווייזן בנוגע דעם באריכט זיינען גרינגעשעצט געווארן און זייערע באווייזן האבן אלע אוועקגעמאכט מיט דער האנט.
      איידער פרעזידענט דזשאנסאנס געליבטע מאדלען ברוין איז געשטארבן אין 2002 פון קרעבס, האט זי דערקלערט אין אן איינציקן אינטערוויו, אז צוזאמען מיט עטלעכע אנדערע הויכראנגיקע רעגירונגס-באאמטע האט דזשאנסאן אויספלאנירט דעם אטענטאט אויף פרעזידענט קענעדי.
     די וועלט האט זיך, א דאנק פרוי ברוין, דערגרונטעוועט ענדלעך צום אמת און ס'ליגט קיינעם ניט אין דער לינקער פאה. ברוין האט פארעפנטלעכט די דאטעס, צייטן און נעמען מכוחן אטענטאט אויף פרעזידענט קענעדי. זי האט באשריבן דעם מארד-פלאן מיט אלע איינצלהייטן. די, וואס טראכטן-אויס מעשיות און לייגן שטעלן קיינמאל ניט צו אזוי פראנק און פריי מיט אזא גרינגקייט און דייטלעכקייט דאטעס, צייטן און נעמען. די אלע פרטים, וואס ברוין האט איבערגעגעבן אין דעם אינטערוויו שטימען מיט די אלע געשעענישן און פאקטן בנוגע קענעדיס מארד. דערצו שמעקן מיטן אמת די אלע איינצלהייטן אין ,ראטלאין'.
     איצט דערשיינט א בוך, וואס דערציילט די סענסאציאנעלסטע געשיכטע פון פאריקן און היינטיקן יארהונדערט און דאס ארט די וועלט ווי דער פאר-א-יאריקער שניי.
      דער בארימטער נאצי-יעגער שמעון וויזנטאל האט זיך אויך ניט פאראינטערעסירט מיט קיין סך באריכטן, וואס זיינען פארגעבראכט געווארן פאר אים, ווייל ס'איז אים געווען לייכטער ניט צו וויסן אין פיל פאלן. א סך אויספארשער, וואס האבן זיך געגריבלט אין אזעלכע קלאנגען, זיך דערוואוסט פון אזוינע געפערלעכע פאקטן און זיך דערקליבן צום אמת זיינען פארשוואונדען אין  מיטן דער פעך-שווארצער נאכט און קיינער ווייסט נאך ניט, וואו זיי זיינען אהינגעקומען.
      הער לעווענדע איז א פעאיקער פארשער און שרייבער, וואס זיין ערשט בוך ,דער אומהייליקער אליאנץ' (אויך וועגן נאצישע שיקאנעס און אינטריגעס נאכן קריג) איז געווען א ליטערארישער שלאגער. די ערשטע אויפלאגע איז געווען א קליינע און דער פארלאג האט ניט ארויסגעגעבן א צווייטע אויפלאגע. ,דער אומהייליקער אליאנץ' איז אונטערגעדרוקט געווארן פון אלע זייטן, אריינגערעכנט די אמעריקאנער רעגירונג. דער פארלעגער איז געווען אונטער א שווערן דרוק ניט ארויסצוגעבן די ערשטע אויפלאגע.
      איצט שרייבט לעווענדע אין דעם סענסאציאנעלן בוך וועגן דעם אינזל, וואו היטלער זאל האבן אויסגעלעבט זיינע לעצטע יארן נאכן פונאנדערפאל פון דריטן רייך. דאס פארשונגס-ווערק איז א מייסטערהאפטס, פול מיט העכסט-אינטערעסאנטע פרטים און באשטעטיקטע פאקטן.
     דער דריי-שעהיקער אינטערוויו, וואס דער אויטאר האט געגעבן אין דער נאציאנאלער ראדיא-פראגראם ,קאוסט-טו-קאוסט' (פון איין ים-ברעג ביזן צווייטן) איז געווען גאר א פארכאפנדיקער. דער אנזאגער האט דערלקערט אין משך פון דעם אינטערוויו, אז דאס איינע פון די אינטערעסאנטסטע פראגראמען פון זיין קאריערע.
      דאס בוך פליסט ווי א שטראם און איז גרינג צו לייענען.
     מיר פרעגן זיך, צי די וועלט וועט זיך אינטערעסירן אדער גרינגשעצן די געשיכטע, וואס היטלער האט איבערגעלעבט דעם קריג און געפונען א מקום-מקלט אין עק וועלט, וואו ער האט אויסגעלעבט זיינע יארן, לאכנדיק פון דער וועלט.
      אויב דער עולם מאכט-אוועק די געשיכטע מיט דער האנט און דערקלערט זי פאר ,גארניט מיט גארניט', פארדינט ער ניט צו וויסן דעם אמת און פארדינט אויך צו לעבן אויף אייביק אינעם חושך-מצרים!


________________________________________________________________
רעסטאראן
                      לא סילועט

    
       פראנצויזישע שפעציאלן און וויין-שענק
           א נייע רעסטאראן-סענסאציע אין צענטער שטאט!
            362 וועסט 53סטע גאס, מאנהאטן, ניו-יארק 10019
                         212.581.2400 -   www.la-silhouettenyc.com                          

________________________________________________________________
יעדן מאנטיק און דינסטיק 8-11 אין אוונט:
    ווינס דזשיארדאנא מיט זיין ארקעסטער ,די נייטהאקס'
                              שפילט די מוזיק און די 20ער און 30ער יארן

                               ,סאפיא'ס רעסטאראן'
              (קלאב קאשעי אין קעלער פון ,האטעל עדיסאן')

         221 וועסט 46סטע גאס (צווישן בראדוועי און 8טעראוועניו),ניו-יארק

                    $15 אריינגאנג און $15'דיקער מינימום
         212.719.5799 רעזערוואציעס - אפן פון 7-12 אזייגער

_________________________________________________________________

                                       באזוכט
                                            די רעסטאראנען

טעלא   *   קובא קאפע   *   קאסא האוואנא   *   טרוא קאנארדס

                           אויף דער 8טער עוועניו אין טשעלסי, מאנהאטן
                      עטלעכע פיינע רעסטאראנען אין אן עלעגאנטער געגנט
                א טייערער פריינט פון "דער מאמענט" און א ליבער לאנדסמאן

          www.chelseadining.com         
_________________________________________________________________
         
                   ד"ר סטעפאן (ישראל) פרעס
                             כיראפראקטאר


  Broad Ave., Englewood, NJ 07631, USA - Tel: (201) 569-1444      

                        www.sport-dc.com                           
 
       
         דער דאקטאר וואס באהאנדלט די מיטארבעטער פון ,דער מאמענט'

 

    Author

    אונזער רעדאקציע-קאלעגיום איז צוזאמענגעשטעלט פון די פיינסטע שרייבער פון אלע טיילן וועלט. כדי זיך צו באקענען מיט אונזערע   מיטארבעטער,   קוקט-
    אריין אין ,ביאגראפיעס'.

    אן אייער הילף קאן ,דער מאמענט' ניט עקזיסטירן! שענקט א ביישטייערונג, ביטע. 
    Donate @ - Donate  WePay
    Loading